בלאט 1 פון 1

"מתי תמלוך בציון" - דער גייסט פון אידישע האפענונג!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:57 pm
דורך טראמבאן
בס"ד

אין ליכט פון ימי בין המצרים:

מתי תמלוך בציון

דער גייסט פון אידישע האפענונג

אונטערן דרוק פונעם בייטש רינט זיין שווייס העכערן ציגל, זיין יאג ווערט שנעלער, ער וויל נישט דער קאנטשיק זאל ווידער אמאל לאנדען אויף זיין לייב,
זיין קלייד שוויצט און קלעפט, ער האט שוין א לאנגע תקופה זיך נישט פארוואשן דאס גוף, נייע קליידער איז נאר דא צי באקומען א נייער און מאדערענער סטיל, וואס דאס וויל ער זיך בכלל נישט אנטוהן.
ער טראכט פון זיינע זעקס פיצלעך וואס זענען נארוואס ביים פאריגען רוה טאג געבארן געווארן, "האט מען זיי שוין דערכאפט און דערטראנקען? אפשר פייניגן זיי זיך אין בייזע אומשטענדען".
א שניטליכער קלאפ פונעם אייזערנעם ריט פאלט ווידעראמאל אויף די רוקן זיינע, א שפריץ בלוט באנעצט זיין בגד, "פון טראכטן אין וויינען ווערט די ליים נישט פארהארטעוועט" שרייעט אויף אים אן אויסגעפאפענער קול פון אן אנגעגעסענער מצרי, וואס שוינט נישט זיין פאסיקל צו רייטן ווייטער אויפן אידל, "זאלן נאך טיילן פון דיין גוף אפגעבאדן ווערן פון די רויטליכע מאטריאל" שרייט ער מיט ווייניג רחמנות.
"סאדיסט" טראכט ער, און מיט זיינע טראפעלעך בלוט וואס זענען אים פארבליבן אין לעבער, קלויבט ער צוזאם זיינע לעצט פארבליבענע ביינדלעך און פראבירט נאך א ציגעל אריינצוקלאפן אינעם פיראמיד , וויסנדיג אז מארגן וועט דאס פראיעקט אינגאנצן זיין אין קבר.
"פקד יפקוד" בליצט אים אין זכרון, דער גאט פון אונזערע אור עלטערן האט פארשפראכן אויסצילייזן און גרויס מאכן זיין פאלק.
"א-ה-י-ה אשר א-ה-י-ה" דערמאנט ער זיך וואס ער האט געהערט ביי א שמועס פון משפיעים פון שבט לוי,
אבער ווען ?
"גרויסער האר" שעפשעט זיינע ליפן א געבעט צום איין איינציגסטן מלך "די גייסט אונז אויסלייזן, איך גלייב , איך האף, ינקום לעינינו אבער ווען?"


המשך יבא בעז"ה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:17 pm
דורך Goodmorning
הערליך ווארט פאר די המשך

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 3:14 pm
דורך טראמבאן
Goodmorning האט געשריבן:הערליך ווארט פאר די המשך

געשיכטע אונטערן ארטיקל;
געשריבן געווארן נאך אין די ישיבה צייטן - אויף לאז-פאפיר, מיט אן 0.4 פען, בשעתו האט עס ב"ה געהאט א גאר שטארקע אפקלאנג צווישן די ליינער, און יעצט אין ליכט פון די ימי בין המצרים איז עס מיר ארויפגעקומען אין זכרון.
געפונען נאר די ערשטע און לעצטע פאפירן - וואס איז לכתחילה געשריבן געווארן אויף דריי זייטן.
ערשטער שוין פובליצירט. דריטע האלט אינמיטן ווערן אויפגעטייפט. מיטעלסטע פארלוירן.
כל אחד ואחד, יבא וימשך...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:17 pm
דורך ?אפשרטאקע
Goodmorning האט געשריבן:הערליך ווארט פאר די המשך