בלאט 2 פון 2

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:13 pm
דורך HelpMe
קענדי'ס האט געשריבן:
האט פארציילט איינער אז ער האט געפרעגט א קינד א יתום וואס איז געווען זיין שווערסטע חלק ווען די טאטע איז אוועק
האט ער גענפערט בשעת זאגן קדיש ביי די לויה האבן זיינע פעטערס ארויס גענומען די פאונס און געכאפט א קליפ




פאריגע וואך געווען א לוי' ווי א אינגל פון 6 יאר האט זיך געריסן קריעה אין געזאגט קדיש
איז געשטאנען א אינגערמאן און געכאפט א קליפ דערפון

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:10 pm
דורך זינגער
היינט איז שוין איעדע לויה אין שומרי הדת לייוו, מ'קען עס מיטהאלטן בשעת מעשה און שפעטער אויך.

דאס איז א געוואלדיגע זאך!

משפחה וואס קענען זיך נישט באטייליגן זאלן קענען מיטהאלטן פון דערווייטנס.

איינער וואס האט פארפאסט קען הערן די הספדים שפעטער.

עס איז דא סקרינס אין די צוממער, אלע וואס שטייען די אנדערע עק קען מיטהאלטן וואס עס גייט פאר.

https://www.shomreihadas.com/funerals/

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:17 pm
דורך אילו זכינו
.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:35 pm
דורך nmi
.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:11 am
דורך גיזוגט
קענדי'ס האט געשריבן:
האט פארציילט איינער אז ער האט געפרעגט א קינד א יתום וואס איז געווען זיין שווערסטע חלק ווען די טאטע איז אוועק
האט ער גענפערט בשעת זאגן קדיש ביי די לויה האבן זיינע פעטערס ארויס גענומען די פאונס און געכאפט א קליפ


איך פיל מיר שוין היבש בעסער


ליידער היינט דארף מען צוקומען צו דעם
אז דער עולם זאלן געבן געלט פאר קרן פון יתומים
אן בילדער רעדט עס נישט צו קיינעם

מ'זעהט נעבעך דער יתומ'ל וויינט וועקט מען זיך אויף

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:59 am
דורך אילו זכינו
גיזוגט האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
האט פארציילט איינער אז ער האט געפרעגט א קינד א יתום וואס איז געווען זיין שווערסטע חלק ווען די טאטע איז אוועק
האט ער גענפערט בשעת זאגן קדיש ביי די לויה האבן זיינע פעטערס ארויס גענומען די פאונס און געכאפט א קליפ


איך פיל מיר שוין היבש בעסער


ליידער היינט דארף מען צוקומען צו דעם
אז דער עולם זאלן געבן געלט פאר קרן פון יתומים
אן בילדער רעדט עס נישט צו קיינעם

מ'זעהט נעבעך דער יתומ'ל וויינט וועקט מען זיך אויף

ווען די בילדער געכאפעריי וואלט ווען געווען פאר די סיבה החרשנו, די פראבלעם איז אבער אז דאס איז אין יעדע פאל, פונעם גרעסטן ארימאן ביזן גרעסטן עושר, וד"ל.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:28 pm
דורך וואס הערט זיך
בין איך געווען ליידער לעצטענס ביי לוי' פון א אינגע טאטע
בשעת די אינגלעך האבן געזאגט קדיש האט א אינגערמאן ארויס גענומען זיין פאון און אנגעהויבן צו כאפן א קליפ
האבן זיך צוזאם גענומען אפאר אידן ואני בתוכם און איהם פארשריגן "שופך דם" און געהייסן אוועק לייגן
דער אינגערמאן איז ממש געווען ברוגז פארוואס מען לאזט איהם נישט און מען האט איהם געדארפט וואטשן ביז נאך די לוי' אז ער זאל נישט כאפן קיין בילדער און קליפס
נעבעך ניטאמאל האט ער פארשטאנען וואס מען וויל פון איהם