די טאקטיקן פונעם מלך זקן וכסיל.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אברהם דוד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

די טאקטיקן פונעם מלך זקן וכסיל.

תגובהדורך אברהם דוד » מיטוואך יולי 31, 2019 9:19 pm

עס איז מעגליך אז דער אשכול וואלט באלאנגט אין ביהמ''ד און נישט אין קרעטשמע, אבער היות דער געדאנק וואס איך וויל ארויסברענגען איז ענדערש א לאגישע ווי א רוחניות'דיגע, מיין איך אז דא איז דער פלאץ דערפאר.

איך האב זיך לעצטענס באגעגנט מיט א שטיקל אין לקוטי אמרים תניא, ער באציעט זיך דארט צו עצבות'דיגע מחשבות וואס קומען צום מענטש דורכן טאג און בפרט בשעת'ן עוסק זיין אין א מצוה, אין זיין טיפע און אייגנארטיגע שפראך ערקלערט ער דאס אוממעגליכקייט אז מחשבות פון א גוטע מקור זאל קומען אויף א פארנעם וואס זאל זיין א שטערונג אין א גוטע פעולה וואס דער מענטש האלט אינמיטן טון, צום ביישפיל אז עס זאל אים שטערן פון אינזין האבן די ווערטער ביים דאווענען, און ער פירט אויס אויף למעשה אז די מחשבות וואס קומען אין אזעלכע צייטן דארף א מענטש אינגאנצן איגנארירן און זיך נישט לאזן פארנארן פונעם תחבולה וואס קומט פון אונזער טונקעלע זייט.

כאטש וואס איך האב שוין געהאט דורכגעלערנט דעם ספר עטליכע מאל האט עס מיר דאסמאל געגעבן א כאפ, איך בין ממש אויפגעשפרינגען פון אזא קלארע לאגיק און אויסדרוקליכע הדרכה, און נאכדערצו ווען איך האב זיך געכאפט ווי געווענליך דערמאן איך זיך טאקע פון אלע מיינע דורכפעלער און שוואכקייטן פונקט אינמיטן לערנען אדער דאווענען, מיט גרויס איבעראשונג האב איך אנגערופן א חבר און אים איבערגעזאגט דעם געוואלדיגן געדאנק וואס איך האב נארוואס אויפגעכאפט אין דעם הייליגען ספר.

אבער אויב איך האב געמיינט אז דאס וועט זיין א ענדגילטיגע אדער כאטש א צייטווייליגע שאס צו דעם ספעציפישן שפיצל זיינע, האב איך זיך גלייך אין דעם קומענדיגן אינדערפרי איבערצייגט אנדערש, איך האב זיך געשטעלט דאווענען מיט א שטארקע ווילן אינזין צו האבן דאס מערסטע מעגליך, אבער ווי גארנישט וואלט געווען איז שוין ביים ערקלערן דעם ציל פון די תפילין של ראש אז הנשמה שבמחי זאל זיין משועבד לעבודתו, ארויפגעקומען דער טעגליכער וויגעלע אין מיין קאפ, אלע צדדים פארוואס מיין דאווענען איז יא ווערד, און אלע פארקערטע סברות פארוואס נישט, הערליכע יאוש הסברים פון איין זייט, און דעם תניא'ס הדרכה פון די צווייטע זייט, אזוי אז ווען איך האב זיך געטראפן רעדן ווי גליקליך איך בין אז איך בין נישט פון די זענען זיך משתחוה להבל וריק, איז כי חטאנו געווען די איינציגטע צוויי ווערטער וואס האבן געהאט פאר מיר א באדייט.

איך בין ארויס פון ביהמ''ד שטארק פארקלערט, נישט פארשטייענדיג וואס עס האט זיך נארוואס אפגעשפילט אין מיר, איך האב געהאט נייע אינפארמאציע אין מיין קאפ, אבער צוליב עפעס א סיבה האט עס מיר בכלל נישט געהאלפן און ניטאמאל האב איך עס געהאט פארגעסן, פארקערט עס האט גאר צוגעגעבן שטאף מיט וואס צו פארקריכן פון די איינציגע אומקאמפליצירטע זאך וואס איך האב געדארפט טון, פשוט איגנארירן אלע קלוגע חשבונות און טראכטן בלויז וואס איך רעד, איך האב זייער געוואלט, אבער נישט געקענט דערגיין וואס דא האט פאסירט.

עטליכע טעג שפעטער איז מיר אויסגעקומען צו פארן מיט איינעם אין זיין קאר, און אינמיטן וועג האט ער אנגעצינדן א ביזנעס לעקציע פון א געוויסע רעדנער, דער רעדנער האט דארט נאכגעזאגט א מורא'דיגע געדאנק אין קאמיוניקאציע, אבער לויט די וועג וואס זיין רעדע איז געזאגט געווארן האט זיך עס געהערט אביסל היפאקריטיש, זיין רעדע איז ווייט נישט געווען געזאגט אויף די אופן וואס ער האט ערקלערט אלס אזוי קלוג און נויטיג, נאך מער איז מיר געווען אינטערעסאנט ווען ביים אויספיר האט ער פארציילט אז ער האט שוין געזעהן דעם געדאנק אפאר חדשים צוריק און "איך האב שוין דעמאלס געטראכט אז איך דארף עס נאכזאגן אין מיינע לעקציעס".

מיט א שמייכל האב איך קאמענטירט צום דרייווער, "כאפסט וואס זיין מח האט געטון מיט די אינפארמאציע, אנשטאט עס אננעמען און טראכטן וויאזוי עס דארף אפעקטירן זיין פערזענליכן לעבן, האט זיין מח עס אריינגעלייגט אין די פאלדער פון 'זאכן וואס מען קען נאכזאגן אין לעקציעס', און עס האט אינגאנצן אויסגעלאזט דעם קלער אז אפשר איז עס מיר נוגע"...

און... פארשטייסט וואס איך האב זיך געכאפט א סעקונדע דערנאך, איא?

דאס איז פונקטליך וואס מיין קאפ האט געטון מיט די נייע אינפארמאציע וואס ער האט באקומען...
ער האט עס פשוט אריינגעלייגט אין די נישט ריכטיגע פאלדער, אנשטאט עס זאל אריינגיין צווישן די 'אינפארמאציע וואס מען דארף נוצן אין פעלער וואס ס'איז נוגע' איז ער געווארן פיל מיט עקסטאז 'פשיהא! דאס איז א מורא'דיגע געדאנק!' און עס אריינגעלייגט אין די פאלדער פון 'גוטע ווערטער' וואס מען קען נאכזאגן, הנאה האבן דערפון, אבער ער האט בכלל נישט אין אכט גענומען וויאזוי עס קען זיין רעלעוואנט אינעם פאקטישן לעבן.

ווי מער איך האב אריינגעטראכט דערין אלס מער האב איך זיך איבערצייגט אין די אמת דערפון, און אלס מער האב איך איינגעזעהן ווי דאס איז פון די מערסט פונדאמענטאלע טרייב קראפטן אין אונזער נארישערע זייט, ביי די זאכן וואס זענען אונז באמת וויכטיג קענען מיר זיך אויפפירן אזוי קינדעריש און אויף א וועג זיך א עצה געבן מיט יעדע לאגיק דערקעגן, אין צייט וואס ביי יעדע זאך אין אונזער ערדישע לעבן פארמאגט דער מח יא די פונקטליכע סדר וויאזוי איינצוטיילן די אינפארמאציע, אלצדינג גייט פונקטליך דארט וואו עס באלאנגט, און אלע אינפארמאציע אין מיין קאפ קומט מיר צוניץ דארט וואו עס דארף מיר זיין נוצליך, אנגעהויבן פון די וועג וויאזוי איך דארף צובינדען מיין שיך ביז די צוגאנג וויאזוי צו באהאנדלען א שווערע ביזנעס קאלעגע, און אלעס אינצווישן אריינגערעכנט.

הוא ער ואתה ישן, עס איז נישט עפעס א קלוגע אויסגערעכנטע מהלך וואס ער האט אנגענומען, און עס פעלט זיך נישט אויס קיין טאנקען און סטעלט עראפלאנען אים צו געוואונען, עס איז בלויז דער קליינער פאקט אז ער איז אויף דער וואך און דו שלאפסט, דו שלאפסט אין א טיפע חלום פון וואס דו דארפסט זיך בלויז געבן א דערוועק, עפענען דיינע אויגן און זעהן ווי איינער פראבירט דיר צו פירן ביים נאז ווי א מויל אייזל.

ער ווערט אזוי ריכטיג אנגערופן דער מלך זקן וכסיל, א כסיל אלס דרך כסל למו, און א זקן מיט די עקספעריענס און געדולד וואס דער קאמפיוטער האט קעגן דיר אין א שאך שפיל, ער ווערט נישט דערשראקן אדער איבערגענומען פון סיי וועלכע שריט דו זאלסט נאר נעמען, און ער ווערט נישט פארלוירן און בלייבט נישט קלעבן צו זיין אומסוקסעספולע פלאן ווען דו הייבסט אים אן צו איבערקלוגן, ער שטייט גרייט מיט די גרעסטע מאס געדולד, און מיט די באגרעניצטע מיטלען וואס מען האט אים ערלויבט, און ביי יעדע טריט וואס דו נעמסט הייבט ער אן דעם פלאן נאכאמאל און קוקט "וואס דארף איך 'יעצט' טון אנצוהייבן מיין גרינגסטע און שנעלסטע מהלך פאר א שאך מאט?" אן קיין אנטוישונג פון נעכטן און אן קיין חשבונות אויף מארגן, אן קיין באוויינען אויף אלע פארפאלענע, און אן קיין פאנטאזירונג אויף אלע מעגליכקייטן, נאר א לאגישע אויסגערעכנטע פלאן, לויט וואס איך ווייס יעצט, און לויט וואס איך קען יעצט, נישט 'פארדרייט דורך' נאר 'באזירט אויף' די עבר, און מוז נישט זיין 'פארזיכערט' נאר 'ערמעגליכט' פאר סוקסעס.

קוקט נאר אויף די מערסט געווענליכע ביישפיל וואס מיר קענען פארזעהן נאר אין טיפע שלאף, אויב האט איר שוין אמאל פראבירט איינעם צו מחזק זיין ווייסט איר אז דאס איז כמעט אוממעגליך צו עררייכן אין צייט וואס יענער ווייקט זיך אין זיין טרויער, איך געדענק ווען איינער האט זיך אפגערעדט פאר מיר וויאזוי גארנישט גייט אים נישט, וויאזוי עס שיינט אים נישט, און וויאזוי ער שפירט אז אידישקייט איז אים אוממעגליך, ווען איך האב אים פראבירט צו ערקלערן אז עס איז נישט פארהאן אזא זאך אז איינער זאל טראגן א פליכט אדער באקומען א אויפגאבע אויף א זאך וואס ער קען נישט, ווען איך האב אים פראבירט אויפצואווייזן אז עס דארף נישט שיינען פאר א מענטש כדי ער זאל קענען וויסן אז זיין עבודה איז חשוב, ווען איך האב אים פראבירט ארויסצונעמען פון זיין לאך דורך אנצייגן וויאזוי סיי וועלכע זאך וואס איז נעכטן נישט געגאנגען קען מארגן יא גיין, און וויאזוי די חשיבות פון וויפיל עס גייט יא איז נישט אנגעוויזן אין וויפיל עס גייט נישט, האט ער דאס בכלל נישט אנגענומען נאר רעאגירט מיט האס, "אה, ווילסט מיר מחזק זיין..?"

עס איז אינגאנצן אומפארשטענדליך זיין רעאקציע, ער איז געווען צובראכן צוליב הנחות וואס ער האט געהאט, און ווען איך האב אים אויפגעוויזן די אומגערעכטיגקייט דערפון, און נאך צוגעברענגט פון ספרים ראיות מוכיחות צו מיינע ווערטער איז ער געבליבן מיט די זעלבע החלטות,
שטעלט אייך פאר אז א מענטש הערט אז די שיף אין וואס זיינע קינדער זענען געפארן האט איינגעזינקען און אלע רייזענדע זענען דערטראנקען געווארן אין וואסער, מיר קענען זיך נישט פארשטעלן די צער אין וואס אזא מענטש פאלט אריין, אבער מיר ווייסן מיט וואספארא בכיות און וויינערייען א מענטש וועט אננעמען אזא בשורה.
אבער וואס וואלט געווען אויב א האלבע שעה שפעטער שטעלט זיך ארויס אז עס איז געווען א בלויזער טעות, אז דער שיף וואס האט איינגעזינקען איז בכלל נישט געווען יענע שיף, און דער מענטש'ס אלע קינדער לעבן געזונט און שטארק און עס האט צו זיי גארנישט קיין שלעכטס פאסירט.
דער שכן וועט אריינלויפן אינגאנצן אויפגעהייטערט, און פארציילן מיט פרייד, "הערסט ראובן, די גאנצע זאך איז א טעות! די שיף אויף וואס דיינע קינדער געפונען זיך שווימט געלאסן אויפן ים, דיינע קינדער לעבן!"
משל'ט אייך אויס אז ראובן'ס רעאקציע וועט זיין, "אה, ווילסט מיר מחזק זיין..?, דו ווייסט אז עס האט מיר אנגעטראפן א שרעקליכע צרה..? לאמיר יעצט אפ!"
וואס וואלט איר געזאגט אויף ראובן? ער איז אינגאנצן נישט ביים זינען, נישט אזוי? זיין שכן פארציילט אים דאך אז די צרה איז נישט דא, דיין צער איז געווען א טעות פון די ערשטע מינוט.

פאר יענעם האב איך בלויז געענטפערט אז ער זאל זיך פרייען אז ער איז נאכנישט געווען אזוי קלוג אלס קליין קינד ווען זיין מאמע האט אים אויסגעלערנט צו גיין, ווען ער האט ווען דעמאלס זיין היינטיגע פארשטאנד וואלט ביז היינט נאכנישט געוואקט, און נאך צוויי מאל פאלן וואלט ער מיר געקענט אויפווייזן אויף אלע מינע אופנים אז "ער קען נישט, עס גייט אים נישט, עס איז אוממעגליך"...

דער אמת איז אבער אז די זעלבע וואס מיין קאפ האט געטון מיט די אויפריכטיגע לאגיק פון די תניא, האט זיין קאפ געטון מיט די אמת פון די אנדערע ספרים, און נאך מיט א שמוץ אריבער, זיין קאפ האט א אויפגעשטעלטע ריסייקעל בין, אפען און גרייט אריינצונעמען אלעס וואס קען ווערן באטיטעלט אלס 'חיזוק', און ער קוקט בכלל נישט אריין אין די אינפארמאציע צו זעהן אויב עס איז דא דערין עפעס רעלעוואנט, און צו זיין פארזיכערט האט ער נאך ארויפגעקלעבט א געלע נאטיץ אויפן דעקל "סיי ווער עס קומט דיר ברענגען זאכן אריינצולייגן אין דעם 'חיזוק' קאסטן, איז בלויז דא דיר צו פארדרייען דעם קאפ, און מען דארף אים אוועקטרייבן מיט אלע מעגליכקייטן".

מיר קענען זיך זייער לייכט געבן א דערוועק, און אנהייבן אננעמען די אינפארמאציע וואס די פריערדיגע האב אונז פארשריבן, אויף די זעלבע וועג ווי מיר נעמען אן די אינפארמאציע אינעם מייקראוועיוו יוזער מעניועל, און אזוי ווי מיר נעמען אן די ראט פונעם געדונגענעם ביזנעס קאנסולטענט, און נישט פארדרייט ווערן פון אלע קרומע טאקטיקן, און א ביישפיל פון זאכן וואס אונז וואלטן אוועקגעשאסן אלס ביזנעס ראט, רעכנט אריין אבער איז נישט באגרעניצט צו:
אויפטרייבן א רצון צו מיליאנען כדי צו פארלירן די מוט פאר טויזענט,
אנווייזן אויף די נעכטיגע דורכפאל כדי צו אויפגעבן אויף די מארגענדיגע סוקסעס,
פארשלאגן נאכאמאל די זעלבע נעכטיגע דורכגעפאלענע פלאן אן קוקן פארוואס עס האט זיך נישט אויסגעארבעט כדי צו געבן דעם איינדרוק אז עס איז אוממעגליך,
אנהייבן ווארטן אומגעדולדיג אויף רעזולטאטן אין די זעלבע טאג וואס דו האסט אינוועסטירט,
ארויסזוכן און זיך באשולדיגן אויף פראבלעמען, אבער זיך פארהוילן און באטראכטן די סוקסעס אלס בלויזער צופאל,
און ווי דערמאנט ביים שאך שפיל, ביי יעדע באשלוס נעמען אין באטראכט אלעס וואס האט זיך אפגעשפילט פון בריאת העולם, און אלעס וואס וועט פאסירן ביז תיקון העולם, אבער נישט קוקן וואס איז לויט מיין יעצטיגע מעגליכקייט די בעסטע פאר מיר.
און אזוי איז פארהאן נאך און נאך געדאנקן און בייפאלן עד אין סוף, וואס יעדער קען טרעפן ביי זיך ווי נאר ער הייבט אן קוקן אויף אידישקייט ווי א ביזנעס דיעל, אזוי ווי דער אייבערשטער לייגט עס אראפ פאר אונז, ראה נתתי לפניך הטוב והרע, א בלויזע לאגישע חשבון, און א בלויזע נארמאלע צוגאנג צו די אינפארמאציע וואס איז דא צוגעשטעלט פאר אונז.

וואס איז מיין וויזיע פאר דעם דאזיגן אשכול?

איך האף אז דער אשכול וועט דינען אלס פלאץ וואס ווען איינער פון אונז וועט זיך אנטרעפן אין אזעלכע און ענליכע פעלער, וואו דער מלך זקן וכסיל האט אים פארדרייט אדער פראבירט צו פאר'נער'ן אויף א וועג וואס איז קעגן יעדע מינדערסטע לאגיק זאל ער קומען עס דא פארציילן און אראפלייגן בטיב טעם, און נאך בעסער אויב מעגליך מיט א ביישפיל וויאזוי מיר וואלטן אפילו נישט גענומען אין באטראכט אזא צוגאנג אין סיי וועלכע אספעקט פון אונזער טאג טעגליכע לעבן.
אין איין ווארט: עס זאל זיין א מקום מיטצוטיילן איבער טאקטיקן וואס ווערט גענוצט אקעגן אונז, וואס אונז דארפן נישט זיין קיין גרויסע חכמים עס אויפצוכאפן.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג...
(קרעדיט: איך געדענק נישט)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יולי 31, 2019 10:36 pm

א שטארקער געדאנק- אופס!...

אמת'דיג גערעדט, דיין געדאנקענגאנג איז מורא'דיג, און דיין שפראך איז זיך צו באלעקן!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 1:07 am

יישר כח ר' אברהם דוד!!
. . . . . . .

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 8:37 am

א דאנק, ליגט דערין א לעבנסוויכטיגער טולסעט.

כ'וואלט געשריבן סתם אז דאס איז א מעסטערפיעס פון א שרייבארבעט, אבער ס'איז דאך נוגד דעם יסוד פון אייער נקודה... אבער האמת ניתן להאמר, דאס איז אבנארמאל שיין און רייך געשריבן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פארשיקט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

תגובהדורך פארשיקט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 1:10 pm

שכוח.
ר מדרכי דוד קאהן פלעגט זאגן, אז ווען ווייס איך אז די ווארט וואס דו האסט געלערנט האט אויפגעטוהן, ווען דו טראכט'ס נישט פון עס איבער זאגן פאר א צווייטען.
האלא, ביסט נארמאל?

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוגוסט 04, 2019 1:22 pm

פון די אנדערע זייט, האסט טאקע געלערנט דעם תניא נישט אויפן וועג ווי דיין שפערטערדיגע הכרה טוט פארשרייבן, פארט אין א מאמענט פון אור האט זיך דאס טראנספארמירט פון א הארט שטיקל דאטא צו עפעס וואס מאנט און דירעקטירט.

זאל א מענטש נישט גרינגשעצן אין די לערנונגען וואס ער לערנט נישט מיטן קלארקייט און ישוב הדעת, און אפילו פאר זייטיגע מינדערוויכטיגע אינטערעסן, ווייל עווענטואל בסייעתא דשמיא האט דאס א שאנס אז אין א מינוט פון לעכטיגקייט, וועט דאס פלוצים יא בארירן זיינע אינערליכע מח קעמערלעך און געפילן, אלס עפעס וואס קען אים העלפן אין זיין לעבנ'ס שפאן.

אסאך מענטשן, ספעציעל מענטשן וואס זייער מהלך המחשבה איז א סאביעקטיווער, האבן א פראבלעם צו לערנען מוסר וחסידות. ווייל זיי מעסטן אלץ די ווערטער לויט זייער פערזענליכע שטאנד, ווי למשל דער ספר וויל אים דא קלאר מאכן ווי נידריג ער איז, אדער זיך אריינמישן אין זיינע באשלוסן אים צו איינטיילן וואס צו טוען, און דערפאר האלטן זיי זיך אפ פון עס לערנען. א גוטע מהלך וואלט ווען געווען אז דער מענטש זאל אפטיילן זיין פערזענליכן 'זיך', פון דאס אינפארמאציע וואס דער ספר פארקויפט אים. קודם לערן די אינפארמאציע, טויש דיין מיינדסעט, זעה דער אמת ווי אזוי א מענטשליכע הנהגה דארף זיין, אויטאמאטיש וועט זיך דאס סוף כל סוף אפרופן אויף דיין פערזעליכער הנהגה. נוץ נישט דער ספר אלס א מעסטער אויף דיין שטאנד, נוץ דעם ספר אלס א מעסטער אויף אויף וואס איז ריכטיג אין אלגעמיין, עס וועט שוין טרעפן זיין וועג צו אפעקטירן לטוב דיין אייגענער שטאנד.

בכלל, א מענטשט וואס לערנט אפ א זאך סאביעקטיוו, וועט בע"כ פארזעהן דער ברייטקייט פון דאס וואס דער לערנונג טוט פארקויפן. צומאל אויב טרעפט ער זיך נאר אין טייל פון וואס דער ספר זאגט, דאן בע"כ זאגט דער ספר נאר דאס... און אויב קען מען קוים בדוחק טרעפן זיין פערזענליכער שייכות צו וואס עס שטייט, וועט ער דאס שוין אזוי ארום דרייען אז עס זאל יא אים פערזענליך מיינען.

אלזא, כ'האף אברהם דוד וועסט מודה זין צו מיר, אז עס דארף זיין א באלאנס, צווישן לערנען בלויז אויף זייטיגע בענעפיטן, ווי דער געשמאק פון חידוש, אדער דאס צו קענען איבערגעבן פאר אנדערע; ביז צו לערנען בלויז אויף א סאביקטיווער אופן, צו מייחס זיין יעדע זאך לויט וואס פארא שייכות עס האט מיט זיין איצטיגע התנהגות. כ'וואלט פארשטאנען אז מענטש זאל לערנען אויף צו געוואויר ווערן וואס אין אלגעמיין איז ריכטיג צו טראכטן און טאן, האמת באשר הוא אמת, אבער מיטן חשבון און האפענונג אז עווענטועל וועט זיך דאס אימפלעמענטירן צו ווערן א טייל פון אים, און ממילא טוישן זיין התנהגות.
הוי מחשב...

אוועטאר
אברהם דוד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:47 pm

אויב איך פארשטיי ריכטיג זאגט איר צוויי זאכן, איר האט עס אביסל פארבינדן אבער איך וואלט עס פארט געוואלט צוטיילן, און בעיקר ווייל אויף איינס קען איך נישט צושטימען מער, אבער אויף די אנדערע וואלט איך נישט אזוי גערן צוגעשטימט, בעסער געזאגט, וואלט איך געקענט באשטיין אביסל צו באגרעניצן אדער אויסצוקלארן.

הראשון, פארבינדן דאס לערנען צו זיך, אדער אננעמען אלס אלגעמיינע אנווייזונגען.

די צוגאנג וואס איר לייגט אראפ איז אזוי וויכטיג ווי ריכטיג, ווען א מענטש איז פארנומען בשעת'ן לערנען נאר צו פארבינדן דעם לערנונג מיט זיין פערזענליכן שטאנד, וועט ער סיי פארזעהן געדאנקן וואס זענען אים נישט אויסערליך נוגע, און סיי וועט ער דאס זוכן אויסצומיידן, אזוי ווי איר האט געשריבן, און נאך מער, אפילו ווען ער וועט יא לערנען וועלן זיינע ערדישע נגיעות אים פארדרייען אז אפילו דאס וואס איז אים יא רעלעוואנט וועט ער נישט ארייננעמען ווייל דארט אינעווייניג באהאלטן גלייכט דער גוף מנוחה און וועט זיך ענדערש פארהוילן פון אינפארמאציע וואס פאדערן פון אים נייע ארבעט.

אבער אייער עקסטער פאזיטיווע בליק אויף די 'אויטאמאטישע' און 'לעכטיגע' טוישונגען וואס וועלן פאסירן, טאר נישט אריינגערעכנט ווערן אינעם לכתחילה'דיגן פארשלאג, ריכטיג אז עס איז פארהאן אזא געדאנק ווי אריינטראפן דעם אמת מיטן חשבון אז די צייט וועט צוברענגן אז זאכן זאלן זיך אנקלעבן, עס איז אנגענומען אזוי אין אסאך פריערדיגע ספרים אזוי ווי ביי היינטיגע צוגלייך, און, אפגעשיידט זאל זיין, אזוי אויך איז עס אמת און מקובל ביי די גוי'אישע וועלט און לגבי וועלטליכע ענינים, אבער דאס וואלט געקענט באצייכנט ווערן בלשון מושאל אלס סגולה ענדערש ווי אלס צוגאנג, א אינאיינוועגסדיגע פלאן וואס קען ארבעטן בלויז זייט ביי זייט מיט א לאגישע סטראטעגיע.

אין מיינע אויגן טוט איר אומריכטיג אנרופן מיין מינוט פון טראנספארמאציע אלס א מאמענט פון אור, עס איז העכסט ווארשיינליך מער אויפריכטיג צו זאגן אז דער טראנספארמאציע זעלבסט איז געווען א טויש ווען דער ליכטיגע אור האט זיך אנטוויקלט אין א הארט שטיקל דאטא, דאס איז דערעקט געקומען נישט אין א געפילישע דערהויבענע שוועבונג נאר אין א קלארע זאכליכע רעאליזאציע.

און א מענטש טאר נישט, און איך טו חלילה נישט גרינגשעצן אין די לערנונגען פון מער צומישטערע צייטן, טאקע צוליב דעם עווענטואלע תוצאה וואס עס האט די מעגליכקייט צו ברענגען, און מיר אלע האבן זיך שוין איבערצייגט אז דאס טוט טאקע אפט פאסירן, און די זייטיגע אינטערעסן קומען זיכער נישט אין באטראכט אויף א באשלוס אין צייט וואס אונזערע הייליגע חכמים האבן קלאר אוועקגעשטעלט אז לעולם ילמוד אדם שלא לשמה, וואס די סיבה איז זיכער אויך אזוי ווי אייער זייטיגע ערקלערונג אז דאס קען מיט די צייט בארירן די קעמערלעך, אבער בלי ספק אויך צוליב די הסבר וואס די חכמים געבן אן, אז מתוך שלא לשמה בא לשמה, פון בלויז זיך איינגעוואוינען אין די עצם פעולה וועט דער מענטש מיט די צייט דאס אנהייבן טון אויף די עכטע וועג, אויף די וועג וואס דער פשוטער ציל איז געווען אז עס זאל געלערנט ווערן.

אלזא, אוודאי מעג, און ווארשיינליך ברויך טאקע זיין א באלאנס צווישן לערנען אדער אננעמען אינפארמאציע, און שוועבן און זיך אנצינדן א געפיל, און טויזענט מאל מער זיכער איז אז אויף למעשה בשעת די פאקטישע ארבעט דארף א מענטש פראבירן אריינצוברענגן א ליכטיגקייט אין זיין עבודה, און איר קענט זיין זיכער אז איך האב דאס נישט פארזעהן אינעם תניא, דער ספר וואס געבט דעם אויסדרוקליכסטן אנווייזונג אז מען דארף, און לערנט אויס א וועג וויאזוי מען קען אנצינדן א פלאם בשעת'ן דינען אייבערשטען.

אבער דער באלאנס אין לערנען איז אין פאקט נישט דא ביי רובא דרובא מענטשן, און אויב ברויך מען אנווייזן אויף די 'אנדערע' וועג וואס מען דארף 'אויך' נעמען אין באטראכט, איז דאס ליידער דער לאגישער און זאכליכער וועג און נישט די אנדערע זייטיגע מהלך וואס א מענטש זאל אגב אויך נישט אוועקמאכן. איך גלייב אז דאס איז דער געדאנק וואס איר האט געוואלט ארויסברענגן, אז יענע צוגאנג טאר מען נישט אוועקמאכן, אבער דאס אנרופן א מהלך, עס באצייכענען אלס א סטראטעגיע, איז זיכער נישט וואס די פריערדיגע האבן געמיינט ביים רעדן דערפון.

מיר זענען אויפן זעלבן בלאט, אבער מיר דארפן לייגן געוויכט אויף די אומבאמערקטע זייט פונעם שיפל, אויף דער טייל וואס איז פארזעהן ביי אונז, און טאקע דארט ווי עס איז דער מקור פון אונזער פראבלעם, נישט ביי די פלאץ וואס אונז נעמען נאטורליך אלס צוגאנג וויבאלד עס פאדערט פון אונז כמעט גארנישט, און וויבאלד מיר קענען זיך דורכדעם ארומשפילן אין פאנטאזיעס לענגאויס די גאנצע קארגע זיבעציג/אכציג יאר וואס מען געבט אונז די שאנס אויפצוטאן עפעס זאכליך.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג...
(קרעדיט: איך געדענק נישט)

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:17 pm

און אגרת הרמב"ן שטייט, אז נאכן לערנען זאל מען מתבונן זיין וואס מ'קען ארויסנעמען למעשה
. . . . . . .

אוועטאר
אברהם דוד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:32 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:און אגרת הרמב"ן שטייט, אז נאכן לערנען זאל מען מתבונן זיין וואס מ'קען ארויסנעמען למעשה

געוואלדיג! א גרויסן דאנק פארן צוברענגען.
ווי טיף זענען די ווערטער פון די הייליגע ראשונים, קוקט ווי קורץ און קלאר זיינע ווערטער זענען געשריבן:
"וכאשר תקום מן הספר, תחפש באשר למדת אם יש בו דבר אשר תוכל לקיימו."
אלעס ארויסגעברענגט אין איין זאץ.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג...
(קרעדיט: איך געדענק נישט)

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 7:51 pm

ווי איר האט טאקע געזאגט זענען מיר אויפן זעלבן בלעטל מער ווייניגער. רעדנדיג פון די פאטענציאלע און עווענטואלע תוצאות, האב איך בלויז געשריבן דאס עס נישט צו גרינגשעצן. רעדנדיג אבער פון דער למעשה'דיגער מהלך, האב'ך מדגיש געווען דעם "אבער מיטן 'חשבון' און האפענונג אז עווענטועל וועט זיך דאס אימפלעמענטירן צו ווערן א טייל פון אים".

דארטן ווי מיר דינגען זיך יא, און דאס איז ווי דער דגוש דארף בעיקר זיין, וויל איך יא אביסל קאמענטירן. ווען איר רעדט פון די 'רובא דרובא', רעכנט איר געוויס אריין די מענטשן וואס אויב און ווען זיי לערנען אמאל ספרי מוסר, איז דאס נישט מיטן ציל פון טויש אדער פארבעסערונג, נאר מיט א שטרעבן פאר באפרידיגונג. זיי זוכן אויף בלויז די 'על כן יתלהב' שטיקלעך, און אויך נישט מיטן ציל צו האבן כאטש א ריכטיגע הרגשה בשעת עשיית המצוה, נאר בלויז פאר דער מאמענטאלער געפיל, (מ'קען זיך ארום שפילן אביסל מיט די פונקטליכע קאטאגאריעס, כ'ברענג די עקסטרעם פארן משל).

דא עקא, אז די אידן זענען אויך נישט דא אויף צו דערלערנען דאס וואס דער ספר זאגט, צו גוט פארשטיין וואס בעצם דארף זיין דער מענטש'ס טראכט און טאהט, ער האלט נאך נישט ביי דער פרשת דרכים פון נעמען צום הארצן דאס וואס עס שטייט אדער עס לאזן פארפאלן, ער האט דאך נאכנישט געהערט וואס דער ספר פארציילט בכלל, איז אוודאי צום אלעם ערשטן דארף דער מענטש זיין גרייט פאר טויש און פארבעסערנוג, און דא איז ווי איך זעה אייערע ווערטער אריינקומען.

מיר רעדן מער פון דער מענטש וואס איז יא דא אויף צו דערלערנען נייע מושגים, אדער מער קלאר ווערן מיט אלטע מושגים, ער זאך זיין מער מקושר דערמיט, עס זאל ביי אים שיינען. ביי די מענטשן בין איך נאכנישט איבערצייגט וועלכע חלק פעלט מער אויס, צו דאס צו אוועקלייגן דער זיך אויף א וויילע און גוט פארשטיין וואס דער ספר לערנט אויס אין אלגעמיין, אדער דאס וואס איר האט ארויסגעברעגנט אין אייער גלענצנדער ארטיקל אז דער מענטש זאל יא מקשר זיין זיין לערנונג מיט דאס וואס ער קען בפועל אריינברענגען ביי זיך.

ווען איר ברענגט מיט אייער ווערטער ארויס דער פראבלעם פון דער סאביעקטיווער לערנען, שטעלט איר דאס פאר אלס עפעס וואס וואס מאכט דעם מענטש פארדרייען דאס וואס ער לערנט אז עס זאל אים נישט מיינען, און דאס איז ווייל איר באציעט זיך צום ערשטן סארט מענטש. מיר רעדן פון די מענטשן וואס זייער סאביעקטיווער מהלך זאגט זיי אז דער ספר מיינט זיי יא דירעקט אפילו וווען עס איז נישט אינגאנצן אזוי. ווייל זיי זענען יא בעצם דא פאר טויש, און דערפאר האבן זיי א פראבלעם צו לערנען די ספרים.

פיל מענטשן טענה'ן אז רוב חסידישע שטיקלעך איז זיי נישט נוגע, זיי זעהן נישט ווי זיי קענען דאס איינקעשן. דער סאביעקטיווער לערנען פראבלעם איז אויך זייער פארשפרייט, וואס דאס נעמט זיך אלץ פון דער סאביעקטיווער אדער 'בלויז לערנען אויף איצטיגע תוצאה' מהלך, דערפאר זעה איך יא אז נאכדעם וואס דער מענטש איז גרייט פאר שינוי, איז דאס אז דער מענטש זאל אפלערנען דאס וואס שטייט אביעקטיוו, און נישט ווארטן אויף באלדיגע טויש, אלס א גרויסע שליסל צו דער טאקע לאנגזאמער אבער פעסטער און דראסטישער טויש. אז דאס פעלט איז די שאנסן פאר ערנסטע תוצאה קליין, פארקערט אבער אויב דער מענטש לענט דאס לערנונג גרינטליך, כאטש ער נעמט דאס נישט צום הארצן אויפן ריכטיגן אופן, איז פארט דא האפענונג אז עווענטואל וועט דאס משפיע זיין אויף זיין לעבנס שטייגער ווי דער שכל און מציאות שרייבן טאקע פאר.

סייווי האט עס שוין דער הייליגער רמב"ן מיט זיינע הייליגע און טיף צילנדע רייד צעמענטירט, און ווי איר האט דאס שוין אזוי שיין מדגיש געווען, "וכאשר תקום מן הספר, תחפש באשר למדת אם יש בו דבר אשר תוכל לקיימו". נישטא עפעס קלארער מסביר צו זיין ווי דאס. בשעת'ן לערנען זאל דער מענטש זיין אביעקטיוו, נאכן אויפשטיין און אריינלייגן דער ספר אין שאפע, פאנגט זיך אן דער עבודה פון חשבון וחיפוש.
---
דרך אגב, שרייבענדיג 'אור' האב איך געמיינט דאס וואס עס בדרך כלל מיוחס צו דעם און דאס איז חכמה, און אין אייער שפראך "קלארע זאכליכע רעאליזאציע".
הוי מחשב...

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:28 am

געליינט, זעהר הנאה געהאט, אבער, א גרויסער אבער..., איך האב שוין ב"ה וואס צו זאגן פאר דעם אינגערמאן מיט וועם איך וועל מארגן כאפן א שמועס אין אן ענין..., נישט קיין וויץ, אזוי ארבעט דער מח, איך האב ארויס גענומען ניינציג פראצענט וואס איך וועל יענעם מארגן איבער זאגן, כאטש איך האב זיך געהאלטן אין איין שלאגן אז ניין, ס'איז מיר נוגע, לאמיר זען וואו 'איך' קען דאס נוצן, וואס א דאנק דעם איז דא די איבריגע צען פראצענט וואס איז 'מיר' נוגע, פארט איז אבער ניינציג נאר וואס איז יענעם נוגע.

כדי צו אבזערווירן ריכטיג אייערע רייד, פאדערט א געהעריגע טויש אין געדאנקען גאנג ווי אזוי מ'לערנט, אדער להבדיל, מ'ליינט אפ סיי וואס, דאס גייט נישט אין א מינוט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
אברהם דוד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:02 pm

הרב מחשב

אונז זענען נישט אזוי טיף קאמפליצירט ווי אונז גלוסטן צו זיין, אונז זענען פשוט נארישער ווי אונז ווילן מודה זיין אז אונז זענען..

פון די מענטשן וואס איר קענט איז דא איינער וואס אייער נקודה איז זיין פונדעמענטאלע צוריקהאלט?

אבער נאך פאר איך גיי צו דערצו,
ווען איך רעד פון רובא דרובא מענטשן מיין איך נישט די וואס זוכן א שינוי און אויך נישט די וואס זוכן נישט, נישט דער מענטש וואס זוכט די על כן יתלהב שטיקלעך, נישט דער מענטש וואס לערנט בכלל נישט, און אויך נישט דער מענטש וואס לערנט א ספר אויף די זעלבע וועג וואס ער הערט אויס זיין ביזנעס קאנסולטענט, און איך וועל אייך זאגן פארוואס, פשוט ווייל איך האב נאכנישט געטראפן קיין איין מענטש וואס איך קען אריינלייגן אין סיי וועלכע פון די קאטעגאריעס.
אין די וועלט וואס איך לעב, און אין די מענטש וואס איך קען בעסער ווי סיי וועמען - אין מיר, זעה איך נישט קיין 'סארט' מענטש נאר א קערפער צוזאמגעשטעלט פון טויזענטער סתירות'דיגע שאיפות, נגיעות, מאטיוון, און אפילו טאהטן, צוזאמען שטעלן זיי אויס די פארמולע פון מיין נאטור. דער נאטור איז זייער א ברייטער און ער האט נישט קיין פראבלעם צו ארייננעמען אין די זעלבע סעקונדע פינעף פון די זעקס מערסט קעגנזייטיגע שטריכן וואס קענען זיך כאראקטעריזירן אין א מענטש.

ווען איך זעץ זיך לערנען זענען די מאטיוון אין מיין קאפ, און איך האב אין די זעלבע צייט די מעגליכקייט אינזין צו האבן דעם אייבערשטען, דאס ווילן צו ענדיגן, דעם מענטש פאר וועמען איך וויל זיך געפעלן, די גוטע געפיל פון טון וואס מען דארף, מיין רייץ צו פערפעקשאניזם, א ווילן ארויסצונעמען עפעס אויף למעשה, און נאך זאכן וואס איך טו זיך שעמען ארויסצוזאגן, אין איין ווארט - די קלוגסטע אויסגעמישט מיט די נארישסטע און לשמה אויסגעמישט מיט די נידעריגסטע פארנעם פון שלא לשמה. און דאס זענען בלויז די מחשבות פון די ערשטע צוויי סעקונדעס אן אריינגיין אפילו אין מיינע עצבות איבערווייזונגען איבער מיין אלגעמיינע שטאנד אין אידישקייט וואס קומט אייביג אריין אויף עפעס א אופן.
ווי נאריש עס הערט זיך איז א קעגנזייטיגע נאטור עפעס וואס קיינער קען נישט אויסמיידן אזוי לאנג ווי זיין נשמה איז באגרעניצט אין זיין גוף.

אויב איר פארשטייט אז די אפטייטש פון מענטש מיינט ארייננעמען אין זיך אויף א מאדנע אופן פילע סתירות'דיגע נייגונגען, דאן פארשטייט איר אויך אז אייער געשריבענע אפשאצונג אויף א מער נויטיגע פריאריטעט ביי געוויסע איז ענדערש אן אנדייטונג אז מיר האלטן ווידעראמאל ביים אריינפאלן אין טעארעטישע שפעקולאציעס אנשטאט קוקן אויפריכטיג אויף די פאקטישע מציאות. איר וועט זיכער צושטימען אז עס איז נישט פארהאן די זאך וואס פעלט זיך אויס מער ווי אנהאלטן אזא ליניע.

איך בין בכלל נישט מסכים מיט אייער באגרעניצונג אויף מיינע ווערטער אז דער מענטש דארף קודם האבן זיין ווילן צו טויש און בעסערונג כדי מיין געשריבענע ארטיקל זאל אים זיין נוגע, איך וואלט סאך ענדערש געזאגט אז מענטשן פארלירן זייער ווילן צו טויש און בעסערונג דוקא צוליב אומפארשטאנד אין די סיבה פון די פאריגע דורכפאל, א טויש אין א מענטש'ס רצון צו א זאך וואס ער פארשטייט אז ס'איז ווערד קען נאר קומען ווען דער מענטש רעדט זיך איין אז ער קען נישט און דערפאר גלוסט אים אנצונעמען אז ער וויל נישט. (און קיינער האלט נישט אז אידישקייט איז נישט ווערד, איך גלייב נישט אז איר האלט אז ס'איז יא פארהאן אזא זאך אבער אז איך דערמאן דאס שוין איז כדאי דאס אנצוצייגן, על פי הרמב''ם ווערט א גוי א אפיקורס געשטראפט אפילו אויב ער האט קיינמאל נישט געהערט פון באשעפער ווייל ער האט נישט געהאט קיין טעות נאר זיך בייזוויליג 'פארהוילן' פון די 'לאגיק' פון אמונה! ער זאגט דאס אנקאנדישענעל און אויף גוים.. אבער אפילו אן דעם איז דא אסאך צו רעדן אבער טאקע צו סאך דא צו רעדן, אין לשון הקודש, אכמ''ל)

אפילו ווען איר קוקט אויף ערענסטערע מענטשן, איז דען פארהאן דער מענטש וואס קען זאגן אויף זיך אז ער לערנט מסילת ישרים אויף די זעלבע וועג ווי ער ליינט דירעקציעס אויף גוגל מעפס? דאס איז זיכער אז אויב איז יא דא אזא מענטש האלט ער שוין אסאך ווייטער ווי די פראבלעמען וואס קענען קומען פון אזא לערנונג.

מער ספעציפיש גערעדט, עס איז אוודאי מעגליך אז אין טעאריע וועט א מענטש וואס וועט צוגיין צום לערנען נאר אויף א פאקטישע מהלך זיך אנטרעפן אין די פראבלעמען וואס איך און דו זענען מסכים אז עס קען זיך מאכן, אבער איז דען דא דער מענטש וואס מען קען זאגן אז דאס איז זיין פראבלעם?
קענט איר טאקע דעם מענטש פון וועם איר רעדט? איינער וואס האלט ביים ארבעטן אויף זיך אין אידישקייט, ער פארשטייט אז אין ספרים קען ער טרעפן עצות וויאזוי זיך צו באגיין אין זיין לעבן, אבער וויבאלד ער איז אזוי פארנומען ארויסצונעמען פון די ספרים אויף למעשה וועט ער אויסוועהלן ענדערש נישט צו לערנען? איך האב נאכנישט געטראפן אזא איינעם, און אדרבה אויב איר ווייסט פון איינעם וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו רעדן מיט אים.

דער פרט צו וואס איר באציעט זיך, א פראבלעם וואס קומט פון צוגיין סוביעקטיוו, איז טאקע וויכטיג צו אדרעסירן אבער פארט נאר א פרט, א קליינער טייל וואס קען שטופן דעם מענטש אויף צוריק, דאס ווערט אדרעסירט אין די אגרת הרמב''ן און איך קען נישט גענוג ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון אזא הערה אויף מיין ארטיקל, נעמליך, טוט טאקע אזוי אבער נעמט אין אכט נישט צו פארדרייט ווערן פון די צווייטע ריכטונג, אבער דאס איז ווייט נישט א אלגעמיינער פראבלעם, און קען זיכער נישט ווערן באצייכנט אלס סיבה וואס האלט אפ מענטשן פון זיך רוקן פאראויס אין אידישקייט.

נישט לערנען א ספר אויף א וועג פון לראות אם יש בו דבר אשר תוכל לקיימו, דאס איז דער יסודות'דיגע פראבלעם וואס טרעפט דעם נארישסטן און קלוגסטן קאפ צוגלייך, און דער וכאשר תקום מן הספר איז א זייטיגע אנווייזונג אויף א פרטיות'דיגע פראבלעם, אבער ניין עס איז נישט פארהאן א מענטש וואס "דאס" איז וואס ער דארף וויסן.

דאס וואס איז באשריבן אין די ארגינעלע ארטיקל איז די זאך וואס שטערט א מענטש פון זיך רוקן פאראויס, נישט קיין חילוק ווי קלוג און זאכליך ער איז אין גשמיות'דיגע זאכן, און נאר נאך וואס דאס איז אדרעסירט קען מען אנהייבן רעדן פון זייטיגע זאכן, איר האט ארויסגעברענגט גוטע געדאנקן אבער מיט א בליק אויף די פאקטישע וועלט אין וואס מיר געפונען זיך וועט איר זיכער צושטימען צו דעם פאלגענדן סך הכל:
ווען א מענטש איז עוסק אין גשמיות פארשטייט ער אז 'לערנען' מיינט 'לערנען' און אלעס אנדערש מיינט זיך ארומשפילן, דאס איז וואס א מענטש דארף אויך טון ביי רוחניות.
בנוסף דארף א מענטש אכט גיבן אז בשעת מעשה, אין צייט וואס ער לערנט די געדאנק פון די זאך זאל ער זיך יא ארויסנעמען פונעם בילד כדי ער זאל קענען ארויסהאבן די זאך על בוריו.
און אלס זייטיגער נאטיץ זאל ער פארט נישט ווערן דערשראקן ווען ער טרעפט זיך לערנען אנדערש ווייל 'פון בלויז הערן דעם אמת און בלויז פון הערן דעם אמת' קען און וועט זיך עפעס אנקלעבן.
_____

הרב שפיגליצקי, כשמו כן הוא, ווי איראניש עס איז האב איך אליינס געהאט דעם זעלבן פראבלעם ביים איבערליינען מיין אייגענע ארטיקל...
יא דאס איז נישט אזוי גרינג און פשוט ווי איך לייג עס אראפ אבער אונז קענען נישט איינגיין אויף פראבלעמען וואס אונז האבן נאר ביי אידישקייט,
אויב איך בין נאריש איבעראל איז דאס עפעס צו וואס איך בין מעגליך געצוואונגען, אבער אויב ביי אנדערע זאכן ווייס איך גאנץ גוט וואס איך האב צו טון לאמיר פראבירן דאס צו שיקן אויף א גענצליכע אורלויב..
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג...
(קרעדיט: איך געדענק נישט)

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 3:57 pm

כ'האב נישט קיין געדולד צו טייפן, כ'פארברענג נישט דא צו לאנג געווענליך, אריין און ארויס. דערפאר האב איך אפגעשטיפט דאס מגיב זיין. בכלל גייט דאס שוין אביסל אריין אין די אור פון סובב... אבער עפעס אזא משוגעת האב איך אז כ'ברויך ארויסברענגען מיין צד דאס מערסטע קלאר.

פאר דיין ערשטע פאראגראף קומט זיך דיר א היבשער פאר גרינע, קענסט דאס אויפפיקן ביי די עמאודזשיס אפטיילונג, פאר דירעקציעס פרעגט דעם ערשטן איד וואס איר באגעגנט. ס'איז צוקאש ווי אויפריכטיג ביינאזאם. כ'וואלט עס ווען געלייגט ביי די 'ציטאטן' כ'וויל אבער נישט אביוזן די סיסטעם...

בעצם האבעך אינזין געהאט צו שרייבן ביי מיין פאריגע תגובה אז ווען כ'רעד פון 'מענטשן', מיין איך נישט מענטשן, כ'מיין 'מצבים'. נאר היות די מחשבות לויפן פיל שנעלער ווי די פינגערס אויף די קענפלעך, ווערן אסאך פון זיי פארלוירן. בכל אופן איז די נקודה געווען אז ווען דו שרייבסט: "נעם די לערנונג אויף למעשה", מיינסטו ווי צו זאגן: "זיי גרייט אויף טויש". די שאלה איז נאר געווען נאכדעם ווי ער איז שוין אין די מצב פון האבן די מינימאלע רצון פאר טויש, ווי נעמט ער דאס ווייטער. דא האמער זיך געדינגען (כ'חוזר איבער פאר די וואס האבן שוין פארגעסן...).

דאס וואס דו שרייבסט אז די סיבה פארוואס ער האט נישט קיין רצון פאר טויש איז צוליב זיינע דורכפעלער, אויב איז דאס די מעשה וואלט איך הערשט געראטן ער זאל גיין אויף דער מהלך פון בלויז קונה זיין חכמה איבער אלגעמיינע הנהגת החיים. (אזוי פארשטיי איך... גיי ווייס..).

דו פרעגסט צו איך קען אזעלכע מענטשן, איז די תירוץ אז איך קען היבש אפאר, בעסער געזאגט גאנץ אסאך. כ'מיין אז מיין אישי קעסטעלע קען שוין אויך אפאר... וואס דאס איז דער פונדאמענטאלער סיבה פארוואס עס איז זיי שווער צו לערנען, און זיי קומען אויך נישט ארויס מיט די גאנצע קלארקייט וואס פעלט זיך אויס צו באמת ברענגען טויש.

בכל אופן, כ'לאז פלאץ אז מעגליך ביסטו גערעכט, אזוי איז ווי אזוי איך זעה דאס, ושגיאות מי יבין. (ס'האט זיכער אויך אסאך צו טוען מיט די תכונת הנפש וואס באשטימט וועלכע פון די צוויי זאכן איז דער שרשיות'דיגער פראבלעם). עכ"פ כ'מיין אז דער עולם האט שוין געזעהן דא ביידע צדדים, און יעדער לפי תכונת נפשו קען טוען לויט דאס וואס ער פילט ביי זיך ריכטיג.
הוי מחשב...

אוועטאר
אברהם דוד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:16 pm

:wink: און ;l;p- (למעשה האב איך נישט געהאט אויסגענוצט אלע וואס זענען געליגן דארט...)
די אור פון סובב, די דירעקציעס צו די עמאודזשיעס, אביוזן די ציטאטן סיסטעם, און די איבעריגע האבן אזוי זאפטיג אריינגעשטימט אז איך האב געברויכט איבערליינען נאכאמאל צו קענען צולייגן קאפ צו די אינהאלט..
כ'האב שוין לאנג נישט געהאט אזא הנאה פון געשמאקע שרייבעריי ווי ביים ליינען דיין ענטפער, דו פארמאגסט אין דיר א חלק וואס איך גלייך אזוי שטארק אז עס וויל זיך שוין כמעט נישט שפירן גערעכט צו זיין אויף די אנדערע זייט.
גראדע דעם "כ'מיין אז מיין אישי קעסטעלע קען שוין אויך אפאר..." וואלט איך געקענט באשטיין אז איר זאלט אויסקלארן, ענדערש אין אישי, איך האב א שטיקל ספק אין איר פשט, עס וועט זיין אפרישיעטעד.

איך טו איינשטימען מיט די 'בכל אופן' אויספיר, און תכונות הנפש קומט זיכער שטארק אריין אין בילד.

די רצון פאר טויש זאל פארדעקט ווערן צוליב דורכפעלער קומט נישט פון א חסרון חכמה איבער הנהגת החיים, דאס צו ערקלערן פעלט זיך אויס א באזונדערע ארטיקל, עס וועט אפשר ארויפגיין אויף מיין אגענדע, בעיקר אויב עס וועט זיין א פארלאנג.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג...
(קרעדיט: איך געדענק נישט)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], יישר כח באשעפער, לייטער און 18 געסט