וואס האט פארמאגן א דירה מיט חתונה מאכן די קינדער?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:37 am

הארמאניע האט געשריבן:די רעדע דא איז געווען צו קויפן (און נוצן) אן אייגענע דירה אויף צו חתונה מאכן...ווי נאר מפאנגט אן צו רעדן פון אן אייגענע דירה וואס האט אויך פלאץ פאר א טענענט...דאסי שוין אן אנדער מעשה...לאמערעס אנרופן א הייבריד
נאך א זאך...דעס אז מבאקומט פון די עלטערן א חלק פון די דאון פעימענט...דאס איז אויך אנדערש ווייל געווענליך וועלנעס נישט די עלטערן געבן נאר פאר א דאון פעימענט פאר אן אייגן דירה ממילא דאס טוישט אביסל די קאלקולאציע

גערעכט, און למעשה דאס איז די מציאות או סבלייבט טאקע די אפישן פון קויפן א אייגענע און נישט אן אינוועסמענט.

נאך א פוינט אז ביים קויפן א אייגענע קען די דאון פעימענט זיין אזוי ווייניג ווי 3% מה שאין כן א איוועסמענט וואס ממוז 20-25%
(3% פון 700K איז 21K, און 20% פון 100K איז 20K)


אויב אן אינוועסמענט פון 100Kברענגט איהם 10% (הלוואי...), נאך 10 יאהר האט ער אין טאש 100 אלפים, פלאס א דירה וואס איז ווערט 100 אלפים לפחות.
אויב קויפט ער א אייגן דירה פאר 700K האט ער נאך 10 יאהר בערך 180K.
[פלאס אז ער האט נאך בערך 15000 (בערך) וואס דער צווייטער האט צוגעצאלט מער וויפל ער וואלט געצאלט רענט]

נאך 30 יאהר וועט דער פון איוועסמענט האבן געמאכט 300K + א דירה וואס איז ווערדט בערך 150K [פלאס 45000 וואס ער האט געסעיווט אז ער געצאלט רענט און נישט מארטגעדזש]
דער וואס האט געקויפט וועט האבן 700K (לפחות ווייל זיין הויז איך דאך אויך ארויף די ווערדט)

וואס יא דער וואס האט געקויפט א אינוועסמענט האט נישט קיין הויז און דער וואס האט געקויפט א הויז האט נישט קיין איונוועסמענט

סא דער וואס האט אן איוועסמענט גייט יעצט קויפן א הויז נניח אז זיין מארגעזש וועט ווערן געדעקט מיט די אינקאם פון זיין אינוועסמענט (שווער צו גלייבן)
דער וואס האט אבער די הויז קען יעצט ארויס נעמען 6 7 אלפים און מאכן א אינוועסמענט 7 מאל מער פינעם ערשטן.


אונטערשטע שורה נאך 60 יאהר האט דער אינוועסטער: 600k א דירה פון 150, א דירה פון 700 (אויב סוועט נאך זיין די זעלבע פרייז ווי ווען דער ערשטער האט געקויפט) פלאס 45 טויזנט דאלער [= 1.5 מליאן]
און א אינקאם פון 100 אלפים א יאהר

דער וואס האט געקויפט: 700, פלאס 5 דירות וואס יעדע איז ווערדט 150, און די אינקאם פון זיינע דירות פאר 30 יאהר איז 3 מליאן [= מדארף ניטאמאל רעכענען אד דאס איז מער!]
און א אינקאם פון 500 אלפים א יאהר.

יעצט אזוי פארשטיטט זיך אז סגייט נישט אזוי געשמירט (ביידע אפשנס) אבער מקען לפחות זעהן אז אפילו פון א שטאנקט פונקט פון אינוועסמענט לוינט זיך דאס צו טוען (דו גייסט דאך סיי ווי קויפן א דירה ביים סוף)

שטומט?
אפשר בין איך ראנג. פארעכט מיר...

(מקען אריין גיין אין נאך דיטעילס ווי למשל דער וואס קויפט ווערט זיין מארגעזש פארעכנט ווי א עקפענס און סגייט אראפ פון זיין טעקס סוף יאהר וכו׳ וכו׳ און דערפאר איז ריכטיגער צו קוקן כל דבר לגופו, אבער דא שמועסט מען דאך באופן כללי)

הארמאניע האט געשריבן:מיין פראבלעם איז מיט'ן זאגן אז די חלק וואס גייט פאר פרינסיפאל איז אזויווי מאינוועסטירט אין ריעל עסטעיט...אין די אינוועסטמענט אינדאסטריע ווען מ'רעדט פון אן אינוועסטמענט האטעס געווענליך אריינגעבויט א יערליכע ריטורן און דעס איז נישטא אין אן אייגענע דירה משא"כ אין די אינוועסטמענט וואס אחוץ די יערליכע ריטורן קענעס אויך האבן די זעלבע לאון וואס ווערט אפגעצאלט א חלק יעדן חודש...יעצט ביים חתונה מאכן דארף לכאורה זיין סאך מער אויסגעהאלטן צו ריפיינענסן די לאון וואסיז קעגן די אינוועסטמענט ווי די לאון וואסיז קעגן די אייגענע דירה


די חלק פון פרינסבל רוף איך אן אינוועסמענט ווייל די צוויטע אפשן וואס רוב וועלן טון איז צו לייגן אין גמ״ח און דארט שטארבט די געלט (די ווערט פון געלט פאלט דאך), און אפילו אין א סעיווינגס אקאונט וועט ער סך הכל האלטן די ווערד פון זיין געלט (סוועט א וואקסן א1% (אולי ואולי...) אבער די ווערדט פון געלט פאלט דאך.

רוב אינגעלייט אדער אפילו אלע וועלן נישט אינוועסטן זייער 100 אליפם און קיין שום אינוועסמענט (זייערע עלטערן וואס וועלן זיי נישט געבן קיין דאון-פעימענט וועלן זיי אבער נישט לאזן אינוועסטן).
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:00 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:00 am

איינס האט געשריבן:מה שאין כן א איוועסמענט וואס ממוז 20-25%

דאס איז איין מין וועג צו קויפן איין מין עססעט...דא קומט אריין די פונקט פין וויסן וואס מ'טוט...אז מ'ווייסט וואס מ'טוט (און אזוי טוען זייער אסאך) קעמען נאך זייער א קורצע צייט צוריקבאקומען די גאנצע געלט וואס מ'האט גענוצט צו קויפן די עססעט...און אז מ'ווייסט זייער גוט וואס מ'טוט קעמען נאך צוריקבאקומען אביסל מער וויפיל מ'האט אריין געלייגט...דאס האבעך נאכנישט געהערט קיינעם זאגן אז מ'זאל טון מיט די אייגענע דירה

יעצט איז די קאלקולאציע גאר אנדערש

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:05 am

נישט געכאפט לאמיר זעהן שמועס אויס די צוויי אפשנס פון
1. קויפן יעצט א 700k דירה און 30 יאהר ארום ארויס נעמען א מארטגעזש פון 700 און אינוועסטן אין 5 דירות
2. אינוועסטן יעצט 1 דירה פון 100K און קויפן א דירה 30 יאהר ארום (אפילו בהנחה אז די דירה וועט נאך זיין נאר 700 ווייל למעשה אויך די אינוועסמענט דירות פרייז גייען ארויף)

איך זעה נישט ווי סקען בכלל זיין אז 2 קומט מען ארויס מיט מער, הלא לא קרב זה אל זה!

__

נעם אין חשבון אז דאס איז קלאר אז א איוועסמענט איז בעסער ווי קויפן א דירה, (ווען מהאט שוין איינס)
אבער דא איז דאך קלאר אז ער וועט דאך אויך נעמען א מארטגעדזש ביים סוף,
סא די שאלה איז נישט: וואס איז ענדערש: קויפן אשער אינוועסטן. נאר וואס איז ענדערש: קויפן און נאכדעם אינוועסטן אדער אינוועסטן און נאכדעם קויפן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:32 am

מגיימער געהעריג און רינגלעך דא!

לאמער נאכאמאל פרובירן מעך קלאר צו מאכן

קויפן אן אייגענע דירה וואו פריער איז זייער א וויכטיגע זאך

עקווייערן עססעטס וואס ברענגט געלט מיינט נישט אז מ'נוצט דאס (גאנצע) געלט וואס מ'וואלט געקענט קויפן אן אייגן דירה דערמיט

מיין עיקר פראבלעם איז געווען דאס זאגן אז ס'לוינט זיך צו קויפן אן אייגענע דירה ווייל אזוי וועט מען האבן וויאזוי חתונה צו מאכן

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:50 am

זיכער לוינט זיך
פארוואס נישט
בנוסף צו אלע מעלות וואס מהאט געשמועסט קומט נאך צו א פלאס אז סאיז דא פון וואו חתונה צו מאכן

די שאלה איז נאר צו 30 יאהר ארום זאל איך ארויס נעמען א מארגעזש אויף מיין הויז כדי חתונה צו מאכן אדער ענדערש אריין לייגן די געלט אין א אינוועסמענט
יתכן אז מקען טוען ביידע און יוצא זיין ידי שניהם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:52 am

די שטערקסטע סיבה - אין מיי האמבל אפיניען - צו קויפן אן אייגן דירה ווי פריער איז אז ביי די 60 זאל מען נאר דארפן צאלן טעקס און אינשורענס

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:00 am

איינס האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו 30 יאהר ארום זאל איך ארויס נעמען א מארגעזש אויף מיין הויז כדי חתונה צו מאכן אדער ענדערש אריין לייגן די געלט אין א אינוועסמענט

ביי די 60 ארויסנעמען א מארטגעדזש אויף די אייגענע דירה צו אינוועסטירן די געלט (נאכדערצו אז מ'האט זיך נישט אויסגעלערנט די לעצטע 30 יאר וויאזוי א ריכטיגע אינוועסטמענט ארבעט)??? חס ושלום!

א גולם
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:11 am

נעם אין אכט האט געשריבן:מיין אפיניען, ס׳איז א מאסט צו האבן אן אייבענע הויז און נאך א גרעסערע מאסט צו חתונה מאכן די קינדער.

כמעט יעדער וואס האט איין קינד קען אוועק לייגן 200 טאלער א חודש, מיט פינף קינדער קען כמעט יעדער אוועק לייגן 1000 טאלער א חודש. נאך 10 יאר אוועק לייגן סטאפ איך, אזוי האב איך פרישע פאר די נעקסטע קינדער, און ביי די חתונה נעם איך ארויס מיינע 24000 פלאס אינטערעסט וואס איז בערך דאפעלט האב איך 50 אלפים פאר יעדע חתונה.
איך וואוין אין קענעדע איז דא א קאמפעני וואס הייסט CST וואס דאס איז אזא סארט סעיווינגס פלען פאר קאלידש, און ס׳האט נאך גרענטס פון די גאווערמענט, איך דארף נאר אוועק לייגן פאר אכט יאר און איך באקום אינטערעסט ווי איך האב אוועק געלייגט פאר 17 יאר!! פלאס די גרענטס, איז עס נאך מער ווי דאפעלט וואס איך האב אוועק געלייגט! און נ״י קען מען עס טון מיט האל לייוו אינשורענס, ס״ה איך דארף אוועק לייגן יעדע חודש געצווינגענערהייט (מיט פלעקסעביליטיס אויב איך וויל אמאל ארום דרייען...) כדי איך זאל קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת!

כמעט יעדער יונגערמאן קען באצאלן זיין לעקטער ביל, און כמעט קיינער קען נישט סעיווען... אבער ווען איך מאך דעם סעיוון ווי מיין לעקטער ביל אז דאס איז געצווינגען וועל איך מיך זען נאך 10 יאר געסעיווט 24000.


א דירה, איז וויכטיג ווי אנדערע האבן געזאגט, קיינער וויל נישט ביי די 70 זיך דארפן ארום שלעפן, און רענט קען אויך ווערן טייערער, און נאך 30 יאר איז דאך נאר דא טעקסט!

נאך א נקודה למחשבה, לאמיר זאגן אויף א 600,000 הויז, ער גייט צאלן בערך 2100 א חודש. נאך 3 יאר האט ער פרינסיפעל בערך 37000 וואס ער קען ארויס נעמען פונעם מארטגעדש, בעסער נאך פינף יאר האט בערך 63000 וואס ער קען ארויס נעמען, און דאס איז אויב די וועליו פונעם הויז איז די זעלבע ווי ער ווען האט עס געקויפט אויב איז עס מער (ווי געווענטליך איז) האט ער נאך מער וואס ער קען ארויס נעמען פון זיין מארטגעדש.
און די פעימענטס גייט קיין סאך נישט ארויף גיין (אפשר נאך בלייבן ווי ביז יעצט) ווייל ס׳ווערט א נייע מארטגעדש וואס איז פאר די קומענדיגע 30 יאר.

נעמט ער יעצט דעם געלט און ער קויפט נאך א הויז/הייזער - וואס די רענט צאלט בערך אויס די מארטגעדש - פאר אינוועסמענט וחוזר חלילה נאך דריי יאר, יעצט האט ער שוין מערערע מארטגעדשעס וואס ער קען אזוי טון, וחוזר חלילה וחוזר חלילה...

אבער צום חתונה מאכן וויל איך האבן הארד קעש. וויל די געלט וועל איך עני וועיס נישט האבן נאכן חודש... אזוי האב איך כאטש חתונה געמאכט דעם חודש...

איך האף אז ס׳איז קלאר וואס איך שרייב דא



דעיס איז זייער שיין ארויסגעברענגט, אבער נאר שייך אין קענעדע, ווייל דורט איז דא א זאך ווי "קינדער געלט" אין די פראגרעם פאר "קאלידזש סטודענט"

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:28 am

הארמאניע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:מה שאין כן א איוועסמענט וואס ממוז 20-25%

דאס איז איין מין וועג צו קויפן איין מין עססעט...דא קומט אריין די פונקט פין וויסן וואס מ'טוט...אז מ'ווייסט וואס מ'טוט (און אזוי טוען זייער אסאך) קעמען נאך זייער א קורצע צייט צוריקבאקומען די גאנצע געלט וואס מ'האט גענוצט צו קויפן די עססעט...און אז מ'ווייסט זייער גוט וואס מ'טוט קעמען נאך צוריקבאקומען אביסל מער וויפיל מ'האט אריין געלייגט...דאס האבעך נאכנישט געהערט קיינעם זאגן אז מ'זאל טון מיט די אייגענע דירה

יעצט איז די קאלקולאציע גאר אנדערש

זיי ביטע מסביר וויאזוי מען טוט עס

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:38 am

דברים אלו האט געשריבן:
הארמאניע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:מה שאין כן א איוועסמענט וואס ממוז 20-25%

דאס איז איין מין וועג צו קויפן איין מין עססעט...דא קומט אריין די פונקט פין וויסן וואס מ'טוט...אז מ'ווייסט וואס מ'טוט (און אזוי טוען זייער אסאך) קעמען נאך זייער א קורצע צייט צוריקבאקומען די גאנצע געלט וואס מ'האט גענוצט צו קויפן די עססעט...און אז מ'ווייסט זייער גוט וואס מ'טוט קעמען נאך צוריקבאקומען אביסל מער וויפיל מ'האט אריין געלייגט...דאס האבעך נאכנישט געהערט קיינעם זאגן אז מ'זאל טון מיט די אייגענע דירה

יעצט איז די קאלקולאציע גאר אנדערש

זיי ביטע מסביר וויאזוי מען טוט עס

א גוטע עקזעמפאל
https://www.google.com/search?q=brrrr+strategy

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:40 am

הארמאניע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו 30 יאהר ארום זאל איך ארויס נעמען א מארגעזש אויף מיין הויז כדי חתונה צו מאכן אדער ענדערש אריין לייגן די געלט אין א אינוועסמענט

ביי די 60 ארויסנעמען א מארטגעדזש אויף די אייגענע דירה צו אינוועסטירן די געלט (נאכדערצו אז מ'האט זיך נישט אויסגעלערנט די לעצטע 30 יאר וויאזוי א ריכטיגע אינוועסטמענט ארבעט)??? חס ושלום!

אה ניין חס ושלום!
ענדערש גארנישט טוען מיט דירה און... און שוין! אזוי ווי זייער אסאך פון אונזערע עלטערן טוען?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:50 am

איינס האט געשריבן:
הארמאניע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו 30 יאהר ארום זאל איך ארויס נעמען א מארגעזש אויף מיין הויז כדי חתונה צו מאכן אדער ענדערש אריין לייגן די געלט אין א אינוועסמענט

ביי די 60 ארויסנעמען א מארטגעדזש אויף די אייגענע דירה צו אינוועסטירן די געלט (נאכדערצו אז מ'האט זיך נישט אויסגעלערנט די לעצטע 30 יאר וויאזוי א ריכטיגע אינוועסטמענט ארבעט)??? חס ושלום!

אה ניין חס ושלום!
ענדערש גארנישט טוען מיט דירה און... און שוין! אזוי ווי זייער אסאך פון אונזערע עלטערן טוען?!

סיריעסלי? איינער האט עפעס געהאט צו זאגן דא וועגן מיין וויסנשאפט און פערסאנאל פיינענס?

דאס איז שוין געווארן א חלק פון אונזער מסורה גאר?

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:54 am

העי העי דו פארפארסט (דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אדער האב איך נישט פארשטאנען דיין תשובה)

איך זאג אז זייער אסאך פון אונזערע עלעטרן ווען זיי ענדיגן צאלן זייער מארגעדזש, זעצן זיי זיך אויפן קאוטש רילעקסן, אוןח״ו נישט ארויס נעמען נאך א מארגעדזש און טוען עפעס מיט די געלט
פארוואס נישט אריילייגן די געלט אין עני איוועמענט וו י קליין די פראפיט איז לוינט זיך דאס נאכאלטס

דו טענהסט מזאל נישט ווייל ער קען נישט די סודות פון אינוועסמענט, זאג איך טוה יא טאקע נישט די מוצלחדיגסטע השקעה אבער א קליינע פשוטע השקה וואס דו קענסט זעהן ווי אזוי סארבט זיך אויס, און נאר נאכדעם גיי רילעקסן אויפן קאוטש
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:01 pm

איינס האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:וויל פאר 700000 קען מען באקומען אין מאנסי א הויז וואס האט 6 7 בעדרומס פלאס א קיילנע דירה צו פארדינגען
(אויב גייט דער קונה אראפ אונטן ון פארדינגט אויבן דעמאלטס איז דאך שוין איינמאל זיכער אז סאיז סאך ביליגער
זיין מארטגעזש און יוטיליטיס 4500 זיין טענעט צאלט 2500 (לפחות) און ער דארף בצאלן נאר 2000 פאר א 2 בעד רום, נארמאל וואלט ער געצאלט 1500 צו 1600 און דא צאלט ער 500 מער און סעוויט לפחות 800)


סאו בעיסיקלי איז דיין ארגינעלע פונקט געווען אז א גרעסערע דירה קאסט טייערער ווי א קלענערע, האט גארנישט צוטוהן מיט א אייגענע אדער געדונגענע, גערעכט?

טאטאלי ראנג!!!
גיי צוריק צו אויבן צו די ערשטע צוויי תגובות מיינע

דאס אז סאיז גערעסער און סאיז אייגנס איז די באנוס (נישט ממש און א וועג איז דאס די עיקר..)

איך רעד פון די חלק אז די אינוועסטירסט 1000 א חודש אין ריעל עיסטעיט אנשטאדט צו דאס לייגן אין גמ״ח
און ווי דער פותח האשכול האט אנגעהויבן קען דאס זייער שטארק העלפן ביים חתונה מאכן


איך פארשטיי נישט. איך טענה אז אז רענט איז נישט ביליגער ווי מארטגעדזש/טעקסעס/אינשורענס, ברענגסטו מיר א משל פון איינער וואס דינגט א דירה פאר צוויי אלפים, און דו פארגלייכסט עס צו א איינער וואס קויפט א דירה פון 700 אלפים, הגם דו אליינס זאגסט אז ס'איז גרעסער.

וואס איך טענה איז, אז א דירה וואס די רענט איז צוויי אלפים א חודש, זענען די חודש'ליכע צאלונגען נישט טייערער פון דעם, אלזא פארדינט ער גארנישט פון נישט אהינגיין וואוינען (און אויב זענען די חודש'ליכע צאלונגען טאקע יא טייערער, פארדינט ער דאך אויך גארנישט ווייל דעמאלס בלייבט ער מיט א לאך נאך זיין טענענט'ס רענט...)
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:06 pm

ֿדי ערשטע חלק זעה איך יעצט אז איך האב נישט פארשטאנען דיין תגובה
אבער נאכאלטס נישט גערעכט ווייל איך טענה אז א גרעסערע אייגנס קאסט די זעלבע ויי א קלענערע רענטל
אןו לויט די חשבון וואס איך האב דארט געשריבן איז נאך פארקערט ער צאלט 500 מער און סעיווט 800 דאס מיינט אז צום סוף צאלט ער 3םם דאלער ביליגער אר א גרעסערע דירה


די צווייטע חלק
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:א דירה וואס די רענט איז צוויי אלפים א חודש, זענען די חודש'ליכע צאלונגען נישט טייערער פון דעם, אלזא פארדינט ער גארנישט פון נישט אהינגיין וואוינען (און אויב זענען די חודש'ליכע צאלונגען טאקע יא טייערער, פארדינט ער דאך אויך גארנישט ווייל דעמאלס בלייבט ער מיט א לאך נאך זיין טענענט'ס רענט...)


איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט

לאמיר זאגן א 3 בעדרום צאלט מען 2000 א חודש
א מארגעדזש וואס דו צאלסט 3 א חודש (4 מיינוס רענט פון טענט) איז לפחות 6 צימערן און 1000 גייט אריין אין סעיווינגס אנשטאט גמח
סא וואס מיינסטו סלוינט ניט אהין צו גיין
(אויך דא אפשן פון אביסל וויינגער ווען דו קויפסט א הויז פאר 400 אלפים וואס האט 3 בעדרומס)

כאפ איך נישט פארוואס דו שרייבסט: אלזא פארדינט ער גארנישט פון נישט אהינגיין וואוינען
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:10 pm

איינס האט געשריבן:ֿדי ערשטע חלק זעה איך יעצט אז איך האב נישט פארשטאנען דיין תגובה


די צווייטע חלק
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:א דירה וואס די רענט איז צוויי אלפים א חודש, זענען די חודש'ליכע צאלונגען נישט טייערער פון דעם, אלזא פארדינט ער גארנישט פון נישט אהינגיין וואוינען (און אויב זענען די חודש'ליכע צאלונגען טאקע יא טייערער, פארדינט ער דאך אויך גארנישט ווייל דעמאלס בלייבט ער מיט א לאך נאך זיין טענענט'ס רענט...)


איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט

לאמיר זאגן א 3 בעדרום צאלט מען 2000 א חודש
א מארגעדזש וואס דו צאלסט 3 א חודש (4 מיינוס רענט פון טענט) איז לפחות 6 צימערן און 1000 גייט אריין אין סעיווינגס אנשטאט גמח
סא וואס מיינסטו סלוינט ניט אהין צו גיין
(אויך דא אפשן פון אביסל וויינגער ווען דו קויפסט א הויז פאר 400 אלפים וואס האט 3 בעדרומס)

כאפ איך נישט פארוואס דו שרייבסט: אלזא פארדינט ער גארנישט פון נישט אהינגיין וואוינען


כ'האב געשריבן אז ער פארדינט גארנישט פון נישט אהינגיין וואוינען, וואס מיינט אז ס'לוינט יא...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:12 pm

זיי מסביר וואס הייסט ער פארדינט נישט
ער פארדינט שוין איינמאל
ער צאלט דאך יעדן חודש א מארגעדזש פאר זיך (און א חלק קויפט ער באמת אפ= די פרינסיבל) אנשטאדט צו צאלן יענעמס מארגעדזש
+ ער האט א גרעסערע דירה

און לויטן חשבון וואס איך האב פריער געמאכט פארדינט ער 300 יעדן חודש
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:17 pm

ליין איבער מיין לעצטע תגובה מער בעיון.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:18 pm

איינס האט געשריבן:העי העי דו פארפארסט (דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אדער האב איך נישט פארשטאנען דיין תשובה)

איך זאג אז זייער אסאך פון אונזערע עלעטרן ווען זיי ענדיגן צאלן זייער מארגעדזש, זעצן זיי זיך אויפן קאוטש רילעקסן, אוןח״ו נישט ארויס נעמען נאך א מארגעדזש און טוען עפעס מיט די געלט
פארוואס נישט אריילייגן די געלט אין עני איוועמענט וו י קליין די פראפיט איז לוינט זיך דאס נאכאלטס

דו טענהסט מזאל נישט ווייל ער קען נישט די סודות פון אינוועסמענט, זאג איך טוה יא טאקע נישט די מוצלחדיגסטע השקעה אבער א קליינע פשוטע השקה וואס דו קענסט זעהן ווי אזוי סארבט זיך אויס, און נאר נאכדעם גיי רילעקסן אויפן קאוטש

איר האט אפשר פארפאסט די "60" (זעכציג יארע)

וואסערע אינקאם גייט באצאלן די מארטגעדזש פעימענטס ביי די 83 (דריי און אכציג יארע)?
ווי קליין די פראפיט

שנעלע חשבון...די באנק בעהט 4% (איצטערט) קומט אויס מבאצאלט נאנט צו 6% (אזוי ארבעט א מארטגעדזש)...אױף 10% ריטורן פאר איינער וואס פארשטייט וויאזוי צו אינוועסטן האט איר געזאגט הלוואי

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:19 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ליין איבער מיין לעצטע תגובה מער בעיון.

איך בין שוין צימישט

אבער אויב עפעס איז: ער דערלייגט פון נישט אהינגיין
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:22 pm

הארמאניע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:העי העי דו פארפארסט (דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אדער האב איך נישט פארשטאנען דיין תשובה)

איך זאג אז זייער אסאך פון אונזערע עלעטרן ווען זיי ענדיגן צאלן זייער מארגעדזש, זעצן זיי זיך אויפן קאוטש רילעקסן, אוןח״ו נישט ארויס נעמען נאך א מארגעדזש און טוען עפעס מיט די געלט
פארוואס נישט אריילייגן די געלט אין עני איוועמענט וו י קליין די פראפיט איז לוינט זיך דאס נאכאלטס

דו טענהסט מזאל נישט ווייל ער קען נישט די סודות פון אינוועסמענט, זאג איך טוה יא טאקע נישט די מוצלחדיגסטע השקעה אבער א קליינע פשוטע השקה וואס דו קענסט זעהן ווי אזוי סארבט זיך אויס, און נאר נאכדעם גיי רילעקסן אויפן קאוטש

איר האט אפשר פארפאסט די "60" (זעכציג יארע)

וואסערע אינקאם גייט באצאלן די מארטגעדזש פעימענטס ביי די 83 (דריי און אכציג יארע)?
ווי קליין די פראפיט

שנעלע חשבון...די באנק בעהט 4% (איצטערט) קומט אויס מבאצאלט נאנט צו 6% (אזוי ארבעט א מארטגעדזש)...אױף 10% ריטורן פאר איינער וואס פארשטייט וויאזוי צו אינוועסטן האט איר געזאגט הלוואי


רבי לאמיר רעדן נאמבערס מיר גייט נישט אן צו צאלן 100% ווען למעשה 30 יאר ארום זעה איך זיך אין טאש מיט $500,000 ווי איידער צאלן 1% און זיך זעהן מיט רוח פון $499,000
וואס איז מיר א חילוק וויפל די באנק האט געמאכט , מיר מאכט אויס וויפל איך האב געמאכט

און ווען איך שרייב ווי קליין ד יפראפיט איז רעד איך אז סזאל זיין א פראפיט נאכן צאלן מארטגעדזש
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:34 pm

איינס האט געשריבן:און ווען איך שרייב ווי קליין ד יפראפיט איז רעד איך אז סזאל זיין א פראפיט נאכן צאלן מארטגעדזש

נאך א מזל כאניש אריינגעלייגט די ארגומענט (אין די תירוץ דערויף) אין מיין תגובה

ווי לאנג איר קענט מיר נישט מסביר זיין וואס איז ווראנג מיט אייער ארגומענט איז א שאד יעדע רגע זיך צו טענה'ן מיט אייך איבער די נושא (פליז דאונט טעיק איט פערסאנעל)
לעצט פאראכטן דורך הארמאניע אום דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:35 pm

איינס האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ליין איבער מיין לעצטע תגובה מער בעיון.

איך בין שוין צימישט

אבער אויב עפעס איז: ער דערלייגט פון נישט אהינגיין


איך בין מיט דיר, אבער מיין פוינט איז געווען אז פארדינען פארדינט ער זיכער נישט, אנדערש ווי אנדערע וואס ווילן טענה'ען אז יא.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:41 pm

הארמאניע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:און ווען איך שרייב ווי קליין ד יפראפיט איז רעד איך אז סזאל זיין א פראפיט נאכן צאלן מארטגעדזש

נאך א מזל כאניש אריינגעלייגט די ארגומענט (אין די תירוץ דערויף) אין מיין תגובה

ווי לאנג איר זענט מיר נישט מסביר וואס איז ווראנג מיט אייער ארגומענט איז א שאד יעדע רגע זיך צו טענה'ן מיט אייך איבער די נושא (פליז דאונט טעיק איט פערסאנעל)

צו הויכע ווערטער נישט פארשטאנען

נ.ב.
קיינער טענה׳ט זיך נישט, בסך הכל שמועסט מען דא אויס וואס סלוינט זיך מער, אויב האסטו א פוינט ברענג דאס ארוס קלאר אז מזאל פארשטיין, אויב רעדסטו אויף א וועג וואס דו ווייזט דאס נישט אויף, קענסטו בלייבן גערעכט אבער דו טוהסט נישט אויף וואס דו ווילסט אויפטוהן: צו פראוון דיין מיינונג (עכ״פ ביי מיר)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:55 pm

כ'האב געבעטן נישט עס צו נעמען פערסאנעל...קיינער האט נישט דא קיין טענות אויף קיין מענטשן...מען טענה'ט זיך דא וועגן פיינענס

כ'האב אייך געפרעגט א שאלה און איר געענטפערט א תירוץ וואס איז פונדאמענטעלי נישט גערעכט... טשולדיגט אבער ס'יז אוממעגליך אזוי צו אויסשמועסן נארמאל די נושא

פאר אייער טובה...ביטע גייט צוריק און טוהטס דורך די שקלא וטריא


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נאר נייעס און 23 געסט