וואס האט פארמאגן א דירה מיט חתונה מאכן די קינדער?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

וואס האט פארמאגן א דירה מיט חתונה מאכן די קינדער?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יולי 30, 2019 12:06 pm

איך וויל דא שרייבן לתעלות הציבור א פשוט׳ע זאך אבער אפי׳ ס׳איז גאר פשוט, היות אני הקטן בין נאר צו געקומען צו דעם קלארקייט ממש לעצטענס ע״כ קלער איך אז אפשר טראכטן אנדערע נישט פון דעם, ע״כ וועל איך עס דא מיט אייך מיטיילן

קודם די געדאנק: די געדאנק איז פשוט, אז מחובת השתדלות כדי צו טוהן די ריכטיגע השתדלות צו פראבירן צו קענען חתונה מאכן די קינדער רואיגעהייט און בהיתר ולא באיסור (יותר מתרתי משמע וד״ל) איז מורא׳דיג וויכטיג פארשטייצעך ״אויב מעגליך״ צו ווי פריער פארמאגן א אייגענע דירה, ואסביר, און פאר דעם איז אויך כדי זיך צו שפארן א יעדען דאלער וואס ס׳איז נאר שייך זיך צאם צו קראצען, ווען אימער מען קען נאר, צו צוזאם שפארן אפי׳ פאר א מאגערע down payment, און כידוע זענען משפחה מיט גוטע פריינד גרייט ארויס צו העלפן ווען מען האלט ביים קויפן א הויז, מיט הלוואות און מיט ערבות וכדו׳ ווייל יעדער איינער ווייסט און פארשטייט די וויכטיקייט פון פארמאגן א הויז.

יעצט, די הויז פון וואס מיר רעדן פון, איז אוודאי געוויס בעסער אויך צו האבן א טענענט פאר נאך אן אינקאם און פאר הילף צו קענען צאלן די מארגעדזש, און א הויז איז בעסער ווי א קאנדא צוליב די הרחבת הדעת, אבער די נושא פון וואס איך וויל דא יעצט רעדן איז וועגן חתונה מאכן די קינדער בבא העת, און פאר דעם איז אפי׳ גענוג א קאנדא, ואסביר:

נאכאמאל, איך שרייב דא ממש דברים פשוטים אבער איך פיהל דאך אז ס׳איז כדי ארויס צו ברענגען לתעולת הרבים. יעצט לאמיר זאגן אז פאר א פרישע יונגערמאן קאסט בערך 1500 א חודש אבער שפעטער מיט א משפחה ווען דארף מען זיך שוין אריבער ציען צו א גרעסערע דירה קאסט עס שוין 2 צו 3 אלפים א חודש, יעצט על כן וואס איך וויל דא פארדינען, איז לאמיר זאגן אז די ״לעבענסליכע״ עוורעדזש רענט פאר א יונגערמאן איז צווישען צוויי און צוויי א האלב אלפים א חודש, רעדט מען פון כאטש 25 אלפים א יאר קומט אויס כאטש 250 אלפים אין צען יאר, דאס איז געלט צו חתונה מאכן 5 קינדער עטוואס ברייט לויט די יעצטיגע סטאנדארטן, קומט אויס אז ווען יעדער האט ווען חתונה מיט א דירה האט מען ווען ביז 20 יאר, ווען מען הייבט (בערך) אן חתונה צו מאכן, א וועליא וואס ליגט אין די מארגעדזש צו קענען ארויס נעמען בערך 500 אלפים! וואס איז דאס בערך גענוג חתונה צו מאכן 10 קינדער, פארשטייצעך אויב די אייבערשטער העלפט אז מען קען צאלן די מארגעדזש חודש׳ליך און מען נעמט נישט ארויס קיין געלט דערפון ביז די זמן ווען מען הייבט אן חתונה צו מאכן די קינדער

ארויס צו נעמען געלט פון א מארגעדזש קען מען אן א ריפיינענס און אן קיין קלאזינג קאסט דורך ארויס נעמען א ליין אף קרעדיט מ׳רופט זס אויך אן א הי לאק, וכבר דברים ידועים.

אגב ,לפי דברינו שטעלט זיך אויף די האר פון קאפ ווי אזוי אונזער סאסייעטי לאזט צו, דאס ספענדען אויף א צידרייטע אופן ביים חתונה מאכן, ווען ליבערשט זאל מען ווען בלויז חתונה מאכן פאר 30 אלפים וכדו׳ און געבן די פאר פאלק די אנדערע 20 אלפים פאר אויף אן התחלה צו האבן א down payment! אז די נייע פאר פאלק זאל קענען חתונה מאכן זייער קינדער! אדער זאלן עלטערן אוועק לייגן די 20 אלפים פאר א יעדען קינד, פאר ווען זיי וועלן האבן נאך אביסל צוזאם געשפארט צו קויפן א הויז, זאלן עס די עלטערן האבן אוועק געלייגט פאר זיי, אז די קינדער זאלן נישט אוועק פאטשקענען די געלט (אזוי ווי מען זעהט ליידער ווי ס׳איז אונטער געוואקסען א דור פון געלט אויסגעבעריי די אייבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל בטל ווערן במהרה), ווייל ווי פריער די קינדער וועלן האבן א הויז וועט זייערע מארגעדזש פעמענטס ״אנשטאטס פון רענט״ אוועק געלייגט ווערן פאר שפעטער צו חתונה מאכן זייערע קינדער אזוי ווי מיר האבן מסביר געווען.

און איך האף אז נאך מיינע ווערטער - כאטש די וואס זעהען דא מיינע ארימע רייד, זאלן אויפהערן מיט די געלט אויסברענעריי! און איך האף אז זאכן אין אונזער סאסייעטי גייען זיך טוישן, אז איך זאל מיך קענען אויפהערן רעגן און בייזערען א יעדעס מאל וואס איך זעה ווי מענטשען פאטשקענען זייערע געלט מיט מאכן מער ווי פשוט׳ע וואך-נאכט׳ס און קידושים, פארן אין קאנטרי, גייען אויף טייערע וועקעשענס (אנשטאטס פשוט׳ע, ווען ס׳פעלט אויס) נעמען ארויס א טייערע קאר ליעס (מער ווי א פשוט׳ע ווען ס׳פעלט בכלל אויס.. צו האבן א קאר!) וכו׳ וכדו׳ בעת וואס די יונגעלייט געלט אויסגעבערס פארמאגן נאך נישט קיין אייגענע דירה! שומו שמים על זאת! דאס הייסט פארפאטשקעט די באשעפערקס שפע און געגאנגען אנקעגן די חובות השתדלות כפי דברינו און כפי המבואר בתשובות הרב וואזנער או״ח חלק ג׳ סימן א׳.

און אגב, דאס איז די מהלך ווי אזוי א גרויסע חלק מאחינו בני ישראל מאכן חתונה די קינדער כמבואר לעיל ארויס פון דעם מארגעדזש, נאר מיר האבן עס געוואלט דא ארויס ברענגען מער בהרחבה, נאר א שאד מענטשן שפארן זיך נישט דאס געלט צו פארמאגן ווי פריער די אייגענע דירה! א יעדע דאלער פאר רענט אנשטאטס פון גיין אויף צו חתונה מאכן איז חבל חבל! און יעדער ווייסט אז ס׳איז וויכטיג צו האבן א הויז, איך מיין אבער אז יעצט פארשטייט מען עס שוין קלארער און בעסער, ס׳איז נישט נאר ווי די וועלט איז געוואוינט צו זאגן, אז פארוואס זאל איך צאלן רענט ווען די רענט גייט אין מיסט אנדערש זאל איך צאלן פאר מיין אייגענע הויז, נאר די כונה איז כפי דברינו צו קענען חתונה מאכן די קינדער!

נאך איין מעשה און מיט דעם בין איך מסיים, א מעשה שהיה - און די סארט מעשה׳ס הערט מען נישט דערציילן, און קיינער וויל נישט רעדן וועגן דעם, אבער איך וועל יא דערציילן, מעשה שהיה מיט א משפחה וואס האט געוואוינט לעבן מיר בשכנות, ברוך השם זיי האבן אנגעפאנגען צו חתונה מאכן די קינדער, האבן זיי כסדר ארויס גענומען געלט פון די מארגעדזש און נאכן חתונה מאכן די לעצטע קינד למזל טוב, האט די באנק זיי נעבעך צו גענומען און פארקלאזשערט זייערע הויז, און די (עלטערע) פאר פאלק האט גענומען א רענטל ווי צו וואוינען, די מעשה האט פאסירט דעם ווינטער! און איך ווייס די פרטים ממקור ראשון! אוודאי איז א רחמנות אז די פאר פאלק האט שוין נישט לעת אתה זייערע הויז, וימלא השם חסרונם במהרה, אבער זיי האבן אבער יא ברוך השם חתונה געמאכט אלע קינדער, און ברוך השם בהיתר ולא באיסור און אן פון דארפען צו קומען לבריות\לבריאות (תרתי משמע..)
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דינסטאג יולי 30, 2019 3:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג יולי 30, 2019 12:48 pm

ייש"כ פאר די שיינע קלארע אויפקלערונג!

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » דינסטאג יולי 30, 2019 12:57 pm

קויפען א אינװעסטמענט Property האט גרעסערע ריוח יעצט,פּלאס אלע מעלות װאס די רעכסט אויס,אזױי מײן איך

א גולם
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג יולי 30, 2019 1:05 pm

סאיז נישט קיין חילוק פאר זיך צו פאר אינוועסטמענט, די איידיע איז פין ווי צו ארויס נעמען שפעטער געלט (השי"ת זאל העלפן מזאל נישט דארפן צו קימען צו דעים אויך נישט)

זייער שיין באשריבן!

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג יולי 30, 2019 1:25 pm

איך האב שוין גערעדט צו אסאך פון מיינע חבירים איבער די נושא אבער אסאך פארשטייעו נישט די וויכטיגקייט פון האבן עקוועטי

למעשה איז די רענט ביליגער ווי א מארגעידש פעימענט פארוואס זאל איך מיר איבערארבעטען צו האבן א אייגענע הויז
אז עס שטימט איז דאך גוט, אז נישט וועט מען עס מאכן שטימען

אוועטאר
לייטער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג יולי 30, 2019 1:27 pm

ווי אויך קען מען טיען פארקערט סעיוון געלט ביפאר חתונה מאכן פון תיכף נאכן חתונה האבן און א אחרית'דיגע פלאטץ ווי די געלט וואקסט( באקומען א אקעי פון 3 באזעסענע עלטערע מענטשן ביפאר משקיע זיין וואס מיינען דיין טובה און האבן נישט גיין נגיעה און די עסק )

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 30, 2019 1:27 pm

א דאנק פאר אייערע שורות.

דער געדאנק איז א ריכטיגער און איך האב דאס שוין איינמאל געלייענט ערגעץ, איך מיין אין א בריוו צו די מעלות, אז מ'קען ארויסנעמען א מארגעדזש אויף די דירה ווען מ'מאכט חתונה אויב די ערשטע מארגעדזש איז שוין אויסגעצאלט.

אבער דאס זעלבסט, אז די מעגליכקייט ארויסצונעמען א מארגעדזש ווערט באצייכנט אלס גליק און רחבות הנפש, דאס איז אונזער גרעסטער אומגליק.

שטעלט אייך פאר, איינער וואס מאכט חתונה און מוז באין ברירה צוקומען צו א מארגעדזש נישט האבנדיג קיין געלט, פון ווי זאל ער נעמען געלט צו באצאלן דעם מארגעדזש?

און דאס מיינט אויך, אז א חתונה וואס קאסט 50 אלפים, וועט יעצט מיט די צינזן אפקאסטן כמעט דאפלט! שיין דערלעבט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21594
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 30, 2019 1:51 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן: נעמען ארויס א טייערע קאר ליעס (מער ווי א פשוט׳ע ווען ס׳פעלט בכלל אויס.. צו האבן א קאר!) וכו׳ וכדו׳

ס'געהערט נישט עכט אין די אשכול.

זעענדיג לעצטנס אינגעלייט זיך ארום דרייען מיט קארס וואס קאסטן צו ליעסן איבער אן אלף פער חודש, זאלן זיי וויסן איך קוק זיי כלל נישט ארויף, ואדרבה, איבערהויפט ווען זיי זענען כלל נישט אזעלכע גרויסע עשירים, אפילו נישט אזוי גרויס ווי זייערע עס, יו, ווי'ס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג יולי 30, 2019 2:10 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:א דאנק פאר אייערע שורות.

דער געדאנק איז א ריכטיגער און איך האב דאס שוין איינמאל געלייענט ערגעץ, איך מיין אין א בריוו צו די מעלות, אז מ'קען ארויסנעמען א מארגעדזש אויף די דירה ווען מ'מאכט חתונה אויב די ערשטע מארגעדזש איז שוין אויסגעצאלט.

אבער דאס זעלבסט, אז די מעגליכקייט ארויסצונעמען א מארגעדזש ווערט באצייכנט אלס גליק און רחבות הנפש, דאס איז אונזער גרעסטער אומגליק.

שטעלט אייך פאר, איינער וואס מאכט חתונה און מוז באין ברירה צוקומען צו א מארגעדזש נישט האבנדיג קיין געלט, פון ווי זאל ער נעמען געלט צו באצאלן דעם מארגעדזש?

און דאס מיינט אויך, אז א חתונה וואס קאסט 50 אלפים, וועט יעצט מיט די צינזן אפקאסטן כמעט דאפלט! שיין דערלעבט.

גענאגלט
אגב קויפן און גלילות קרית יואל פאר עקוועטי נאך 20 יאר האסטו געצאלט ארום 250 אלפים טעקס און גארבידזש

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יולי 30, 2019 2:51 pm

ערשטענס רוב מענטשן צאלן אויס די מארדיגזש הערשט נאך 30 יאר נישט 20 (און מען קויפט נישט ע"פ רוב פאר די 30)
צווייטענס ווי איינער האט שוין ערווענט קומט צו אסאך ריבית לוינט זיך שוין צו ענדערש בארגן פון א איד אדער גמ"ח
דריטענס אפילו מען האט שוין אויסגעצאלט די מרגידזש קאסט נאך מעינטענענס און ריפעירס און טעקסעס וכדו'
און פערטענס אחרי ככלות הכל קומט אויס אז מען האט במשך די לעבן געצאלט אסאך מער א"כ מה הועיל

אבער כ'שטים איין מיט די געלט אויסברענגעריי וואס איז א אמעריקאנער מכת מדינה\קולטור

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דינסטאג יולי 30, 2019 3:41 pm

לדעתי וואלט מען געדארפט אריינפראגאמירן אין די קעפ פון די פרישע חתונה געהאטע יונגעלייט אז סעיווען איז א מאסט און אוועקלייגן יעדע חודש א סכום איז אזוי וויכטיג ווי באצאלן לעקטער, און אנדערע ווערטער סעיווינגס איז א חודשליכע הוצאה ווי איידער א באנוס. פארשטייט זיך הכל כפי שידו מגעת אבער עפעס לכה''פ.
דאס לערנט אויך אויס צו לעבן מער מיט א חשבון און א אחריות אויף די געלט און אויף די עתיד.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג יולי 30, 2019 3:58 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
למעשה איז די רענט ביליגער ווי א מארגעידש פעימענט פארוואס זאל איך מיר איבערארבעטען צו האבן א אייגענע הויז

דאס איז א זאך וואס דארף שטארק אויסגעשמועסט ווערען, בין איך אבער נישט גרייט יעצט צו שרייבן לאנגע דרשות, וועל איך נאר שרייבן כפי מסת הפנאי.

רענט איז נאר ביליגער פון מארטגעידש היינט.
נאכאמאל, היינט איז ביליגער צו באצאלען חודש'ליכע רענט, ווי באצאלן חודש'ליכע מארגעידש.

אבער וואס איז ביליגער מארגען?

די ווערט פון געלט פאלט יערליך, עכ"פ אזוי איז געווען די לעצטע צענדליגע יאהרן, ווען דו נעמסט ווען א מארטגעדש הייבט זיך נישט די פרייז כמעט חודש'ליך, אבער רענט, אפילו מיט די נייע ניו יארק'ער געזעצן, וועסטו באצאלן אין 20 יאהר ארום כמעט דאפעלט, אפילו ווען געשעהט א קראך, אזוי ווי עס האט פאסירט אין דאס פארגאנגענהייט, וועט נאך אלס זיין די פרייז בערך דאפעלט.

איך קען אנווייזען אויף א שיינע פאר חברים, איינער האט געקויפט א קאנדא, פאר 450k בערך 15 יאהר צוריק, און באצאלט טייערע חודש'ליך ווי דער צווייטער וואס האט געקארגט אין געדינגען.
היינט צאלט דער דינגער כמעט דאפעלט פון דער קויפער.

אויך איז געווען קויפער'ס וואס האבן פארקויפט זייערע דירה אדער הויז, אין געקויפט גרעסערע און שענערע, און די חודש'ליכע צאלונגען, ווערט אינגאנצען באצאלט דורך די טענענט.

אויך קען איך מיינס א נאנטער שוין קרוב צו זיבעציג, וואס האט געהאט דאס געלט בשעתו, (נישט ממש געהאט, אבער נישט געהאט ווייניגער פון זיין שוואגער און ברידער), ער איז בשעתו געווען קליגער, און נישט געקויפט, היינט נאכ'ן ווערען ארויסגעווארפן פון זיין דירה, דארף ער צוקומען צו זיינע קינדער זאלן באצאלן זיין רענט, זיין ברידער און שוואגער האבן אן אויסגעצאלטער הויז, שוין נאך ארויסנעמען מער ווי איינמאל געלט פאר חתונה מאכן, און זיי לעבן פון זייערע טענענטס.

קוק זיך אום אויף משפחה און באקאנטע, וועסטו זעהן די זעלבע זאך.

איך געדענק בשעתו פאר 15 יאהר ווען די צוויי אויבן דערמאנטע חברים האבן זיך גע'טענה'ט אין בית מדרש ווער טראכט נישט גלייך.....

עס איז ריכטיג אז צום ערשט מוטשעט זיך מער ווער עס קויפט, אבער אז מ'קען עס באווייזען, איז קלאר אז עס לוינט זיך.

עס איז נאך דא אסאך מאריך צו זיין בדבר זה, פאלט מיר יעצט איין פון נאך א חבר וואס האט שוין געקויפט איבער 20 יאהר צוריק, ווי אזוי ער קוקט יעצט אויס , לעומת דער אנדערע, וואס האט אויך געקוקט אויף די זעלבע הייזקעל, אבער האט פארשטאנען אז עס איז צו טייער......

עפען ענקערע אויגען און קוקט אליין.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג יולי 30, 2019 4:18 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:

זייער גוט ארויסגעברענגט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דינסטאג יולי 30, 2019 4:23 pm

די וויכטיגסטע זאך אין מיי האמבל אפיניען איז צי עקווייערן עססעטס וואס פראדוצירט פרי קעש פלוס. נאכדעם איז סאך גרינגער צי בויען עקוויטי

אן אייגענע דירה/הויז איז אן עססעט וואס קאסט געלט

איי סגייט נישט ארויף אזויווי רענט. די ריטורן פין אינוועסטן די דאון איז געווענליך סאך מער ווי די רענט אינקריעס

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דינסטאג יולי 30, 2019 4:30 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
למעשה איז די רענט ביליגער ווי א מארגעידש פעימענט פארוואס זאל איך מיר איבערארבעטען צו האבן א אייגענע הויז

דאס איז א זאך וואס דארף שטארק אויסגעשמועסט ווערען, בין איך אבער נישט גרייט יעצט צו שרייבן לאנגע דרשות, וועל איך נאר שרייבן כפי מסת הפנאי.

רענט איז נאר ביליגער פון מארטגעידש היינט.
נאכאמאל, היינט איז ביליגער צו באצאלען חודש'ליכע רענט, ווי באצאלן חודש'ליכע מארגעידש.

אבער וואס איז ביליגער מארגען?

די ווערט פון געלט פאלט יערליך, עכ"פ אזוי איז געווען די לעצטע צענדליגע יאהרן, ווען דו נעמסט ווען א מארטגעדש הייבט זיך נישט די פרייז כמעט חודש'ליך, אבער רענט, אפילו מיט די נייע ניו יארק'ער געזעצן, וועסטו באצאלן אין 20 יאהר ארום כמעט דאפעלט, אפילו ווען געשעהט א קראך, אזוי ווי עס האט פאסירט אין דאס פארגאנגענהייט, וועט נאך אלס זיין די פרייז בערך דאפעלט.

איך קען אנווייזען אויף א שיינע פאר חברים, איינער האט געקויפט א קאנדא, פאר 450k בערך 15 יאהר צוריק, און באצאלט טייערע חודש'ליך ווי דער צווייטער וואס האט געקארגט אין געדינגען.
היינט צאלט דער דינגער כמעט דאפעלט פון דער קויפער.

אויך איז געווען קויפער'ס וואס האבן פארקויפט זייערע דירה אדער הויז, אין געקויפט גרעסערע און שענערע, און די חודש'ליכע צאלונגען, ווערט אינגאנצען באצאלט דורך די טענענט.

אויך קען איך מיינס א נאנטער שוין קרוב צו זיבעציג, וואס האט געהאט דאס געלט בשעתו, (נישט ממש געהאט, אבער נישט געהאט ווייניגער פון זיין שוואגער און ברידער), ער איז בשעתו געווען קליגער, און נישט געקויפט, היינט נאכ'ן ווערען ארויסגעווארפן פון זיין דירה, דארף ער צוקומען צו זיינע קינדער זאלן באצאלן זיין רענט, זיין ברידער און שוואגער האבן אן אויסגעצאלטער הויז, שוין נאך ארויסנעמען מער ווי איינמאל געלט פאר חתונה מאכן, און זיי לעבן פון זייערע טענענטס.

קוק זיך אום אויף משפחה און באקאנטע, וועסטו זעהן די זעלבע זאך.

איך געדענק בשעתו פאר 15 יאהר ווען די צוויי אויבן דערמאנטע חברים האבן זיך גע'טענה'ט אין בית מדרש ווער טראכט נישט גלייך.....

עס איז ריכטיג אז צום ערשט מוטשעט זיך מער ווער עס קויפט, אבער אז מ'קען עס באווייזען, איז קלאר אז עס לוינט זיך.

עס איז נאך דא אסאך מאריך צו זיין בדבר זה, פאלט מיר יעצט איין פון נאך א חבר וואס האט שוין געקויפט איבער 20 יאהר צוריק, ווי אזוי ער קוקט יעצט אויס , לעומת דער אנדערע, וואס האט אויך געקוקט אויף די זעלבע הייזקעל, אבער האט פארשטאנען אז עס איז צו טייער......

עפען ענקערע אויגען און קוקט אליין.

חוץ מזה יעדע חודש וואס די צאלסט מארגעטש האסטו פארדינט נאך א חלק אין 'דיין' הויז וואס גייט בלייבן דיינס, משא''כ מיטן צאלן רענט האסטו באצאלט יענעמס און ס'בלייבט דיר גארנישט.
מיט מארגעטש לייגסטו אריין אין דער עתיד מיט רענט באצאלסטו דעם עבר.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דינסטאג יולי 30, 2019 4:34 pm

הארמאניע האט געשריבן:די וויכטיגסטע זאך אין מיי האמבל אפיניען איז צי עקווייערן עססעטס וואס פראדוצירט פרי קעש פלוס. נאכדעם איז סאך גרינגער צי בויען עקוויטי

אן אייגענע דירה/הויז איז אן עססעט וואס קאסט געלט

איי סגייט נישט ארויף אזויווי רענט. די ריטורן פין אינוועסטן די דאון איז געווענליך סאך מער ווי די רענט אינקריעס

כעגרי אז איינער וואס פארלאזט זיך נאר אויף זיין 9 טא 5 קען אן אייגענע דירה זיין אביסל א הילף אין די לאנג ראן

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דינסטאג יולי 30, 2019 4:37 pm

מי כעמך האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
למעשה איז די רענט ביליגער ווי א מארגעידש פעימענט פארוואס זאל איך מיר איבערארבעטען צו האבן א אייגענע הויז

דאס איז א זאך וואס דארף שטארק אויסגעשמועסט ווערען, בין איך אבער נישט גרייט יעצט צו שרייבן לאנגע דרשות, וועל איך נאר שרייבן כפי מסת הפנאי.

רענט איז נאר ביליגער פון מארטגעידש היינט.
נאכאמאל, היינט איז ביליגער צו באצאלען חודש'ליכע רענט, ווי באצאלן חודש'ליכע מארגעידש.

אבער וואס איז ביליגער מארגען?

די ווערט פון געלט פאלט יערליך, עכ"פ אזוי איז געווען די לעצטע צענדליגע יאהרן, ווען דו נעמסט ווען א מארטגעדש הייבט זיך נישט די פרייז כמעט חודש'ליך, אבער רענט, אפילו מיט די נייע ניו יארק'ער געזעצן, וועסטו באצאלן אין 20 יאהר ארום כמעט דאפעלט, אפילו ווען געשעהט א קראך, אזוי ווי עס האט פאסירט אין דאס פארגאנגענהייט, וועט נאך אלס זיין די פרייז בערך דאפעלט.

איך קען אנווייזען אויף א שיינע פאר חברים, איינער האט געקויפט א קאנדא, פאר 450k בערך 15 יאהר צוריק, און באצאלט טייערע חודש'ליך ווי דער צווייטער וואס האט געקארגט אין געדינגען.
היינט צאלט דער דינגער כמעט דאפעלט פון דער קויפער.

אויך איז געווען קויפער'ס וואס האבן פארקויפט זייערע דירה אדער הויז, אין געקויפט גרעסערע און שענערע, און די חודש'ליכע צאלונגען, ווערט אינגאנצען באצאלט דורך די טענענט.

אויך קען איך מיינס א נאנטער שוין קרוב צו זיבעציג, וואס האט געהאט דאס געלט בשעתו, (נישט ממש געהאט, אבער נישט געהאט ווייניגער פון זיין שוואגער און ברידער), ער איז בשעתו געווען קליגער, און נישט געקויפט, היינט נאכ'ן ווערען ארויסגעווארפן פון זיין דירה, דארף ער צוקומען צו זיינע קינדער זאלן באצאלן זיין רענט, זיין ברידער און שוואגער האבן אן אויסגעצאלטער הויז, שוין נאך ארויסנעמען מער ווי איינמאל געלט פאר חתונה מאכן, און זיי לעבן פון זייערע טענענטס.

קוק זיך אום אויף משפחה און באקאנטע, וועסטו זעהן די זעלבע זאך.

איך געדענק בשעתו פאר 15 יאהר ווען די צוויי אויבן דערמאנטע חברים האבן זיך גע'טענה'ט אין בית מדרש ווער טראכט נישט גלייך.....

עס איז ריכטיג אז צום ערשט מוטשעט זיך מער ווער עס קויפט, אבער אז מ'קען עס באווייזען, איז קלאר אז עס לוינט זיך.

עס איז נאך דא אסאך מאריך צו זיין בדבר זה, פאלט מיר יעצט איין פון נאך א חבר וואס האט שוין געקויפט איבער 20 יאהר צוריק, ווי אזוי ער קוקט יעצט אויס , לעומת דער אנדערע, וואס האט אויך געקוקט אויף די זעלבע הייזקעל, אבער האט פארשטאנען אז עס איז צו טייער......

עפען ענקערע אויגען און קוקט אליין.

חוץ מזה יעדע חודש וואס די צאלסט מארגעטש האסטו פארדינט נאך א חלק אין 'דיין' הויז וואס גייט בלייבן דיינס, משא''כ מיטן צאלן רענט האסטו באצאלט יענעמס און ס'בלייבט דיר גארנישט.
מיט מארגעטש לייגסטו אריין אין דער עתיד מיט רענט באצאלסטו דעם עבר.

די עדוונטעדש פאלט אוועק ווען מפארגלייכט עס צו אן אינקאם פראדוסינג עססעט וואס מעקוויערט מיט דעבט

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דינסטאג יולי 30, 2019 4:41 pm

דברים אלו האט געשריבן:גענאגלט
אגב קויפן און גלילות קרית יואל פאר עקוועטי נאך 20 יאר האסטו געצאלט ארום 250 אלפים טעקס און גארבידזש

קום ביטע אריין קלארער

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דינסטאג יולי 30, 2019 4:41 pm

הארמאניע האט געשריבן:

גערעכט, כ'האב מיך נאר באצויגן צו די ווערטער פון אחת ואחת ''למעשה איז די רענט ביליגער ווי א מארגעידש פעימענט פארוואס זאל איך מיר איבערארבעטען צו האבן א אייגענע הויז''

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דינסטאג יולי 30, 2019 4:47 pm

מיין מעין קאונטערפוינט צום פותח האשכול

מעלקן א קעש פראדוסינג עססעט איז סאך גרינגער ווי מעלקן די אייגענע דירה

אזויווי מ'האט שוין ארויסגעברענגט. סקען זיין זייער דעינדשערעס צו מעלקן די אייגענע דירה אין ס'זייער שרעקעדיג אז אזויפיל יונגעלייט האלטן דאס אלס אפשען עי

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג יולי 30, 2019 4:56 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:גענאגלט
אגב קויפן און גלילות קרית יואל פאר עקוועטי נאך 20 יאר האסטו געצאלט ארום 250 אלפים טעקס און גארבידזש

קום ביטע אריין קלארער

עוורידזש קאלאניעל ארום קרית יואל קאסט טעקס ארום 15 אלפים א יאר 15000×20 יאר איז 300000 ארויסגעווארפן און מיסט

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דינסטאג יולי 30, 2019 5:04 pm

דברים אלו האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:גענאגלט
אגב קויפן און גלילות קרית יואל פאר עקוועטי נאך 20 יאר האסטו געצאלט ארום 250 אלפים טעקס און גארבידזש

קום ביטע אריין קלארער

עוורידזש קאלאניעל ארום קרית יואל קאסט טעקס ארום 15 אלפים א יאר 15000×20 יאר איז 300000 ארויסגעווארפן און מיסט

און וואו איז יא ווייניגער? אין סיטי?

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יולי 30, 2019 5:13 pm

הארמאניע האט געשריבן:מיין מעין קאונטערפוינט צום פותח האשכול

מעלקן א קעש פראדוסינג עססעט איז סאך גרינגער ווי מעלקן די אייגענע דירה

אזויווי מ'האט שוין ארויסגעברענגט. סקען זיין זייער דעינדשערעס צו מעלקן די אייגענע דירה אין ס'זייער שרעקעדיג אז אזויפיל יונגעלייט האלטן דאס אלס אפשען עי

אנטשאלדיגט מיר במחילות כבודכם איר רעדט נישט צו די זאך, קיינער מעלקט נישט

וואס איך זאג איז איין זאך די חסרון פון לעבן מיט א רענטעל איז אז די געלט גייט אין מיסט, משא״כ א מארגעדזש ווערט די געלט אוועק געלייגט, א יעדע איינציגסטע פרוטה, פונקט ווי איר זאלט ווען האבן א סי.די בענק account.

ווען א מענטש קופט א הויז און נעמט ארויס די מעקס מארגעדזש איז די הויז נישט זיינס, איך ריף עס די באנק׳ס הויז, ווייל די באנק האט 80 פערצענט שותפות און דער יונגערמאן האט נישט מער ווי 20 פערצענט שותפות

יעצט לאמיר זאגן אז ער צאלט מארגעדזש פון 2600 א חודש פאר 20 יאר ביז ער הייבט אן חתונה מאכן האט ער בערך 500 טויזענט דאלער וועליא אין זיין מארגעדזש וואס ער קען ארויס נעמען מיט א ליין אף קרעדיט, (און שרייבן טשעקס) קומט אויס אזוי אז ווען ער מאכט חתונה מיט אונזער משל 10 קינדער מיט די 500 אלפים איז מפטירין כדאתמול אום ער הייבט נאכאמאל אן, זיין 30 יאר פון פעהמענטס צו די באנק, כדי צו באצאלן פאר די באנק די 80 פערצענט וואס איז זייערעס אין דעם הויז, אבער דער יוד מיט די מארגעדזש מאכט חתונה די קינדער ברוך השם!

משא״כ דער וואס רענט אפי׳ ער האט נאר געצאלט אין עוורעדזש בערך 2 אלפים חודש׳לעך קען אבער מיט די פארלוירענע ארום 400 אלפים נישט חתונה מאכן די קינדער ווייל די געלט איז שוין נישט דא מער.

(א חוץ פון דעם ווי איינער דא האט שוין פריער געשריבען ווערט די רענט אלטס טייערער מיט די יארן און דער וואס קענט וואט סיי ווי דורך אויס די יארן צאלן די זעלבע ווי דער וואס האט די מארגעדזש אויב נישט מער)

עכ״פ אין כאן לא קיען מעלקן ולא סכנה והכל שריר וקיים
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 30, 2019 5:21 pm

איך ווייס א אינגערמאן וואס האט געהאט אפאר טאלער און זיך געלאזט בויען דערמיט א קאסטום מעיד היים. ער האט אפשר געדארפט ארויסנעמען א קליינע קאנסטראקשן לאון ביים ענדיגען, וזה הא.

איינמאל די הויז איז געווען פערטיג, האט ער ארויסגענומען א מארגעדזש דערויף פון 700 אלפים. אויף די פראגע צו וואס ער דארף די געלט, איז געווען די תירוץ אז ער ווייסט נאכנישט פונקטליך, אבער זיינע פרענד'ס האבן אים געזאגט אז ער איז משוגע אויב נוצט ער נישט אויס די עקוויטי פון די הויז.....
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג יולי 30, 2019 5:26 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך ווייס א אינגערמאן וואס האט געהאט אפאר טאלער און זיך געלאזט בויען דערמיט א קאסטום מעיד היים. ער האט אפשר געדארפט ארויסנעמען א קליינע קאנסטראקשן לאון ביים ענדיגען, וזה הא.

איינמאל די הויז איז געווען פערטיג, האט ער ארויסגענומען א מארגעדזש דערויף פון 700 אלפים. אויף די פראגע צו וואס ער דארף די געלט, איז געווען די תירוץ אז ער ווייסט נאכנישט פונקטליך, אבער זיינע פרענד'ס האבן אים געזאגט אז ער איז משוגע אויב נוצט ער נישט אויס די עקוויטי פון די הויז.....

ווען איינער נעמט ארויס א מארטגידזש פון 700 אלפים פארשטיי איך אים זייער גוט ווען ער וויל נישט אויספויקן פאר די גאס צו וואס ער דארף די געלט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], אהרן הלוי, איך און איך און 7 געסט