בלאט 1 פון 3

תחל תש"פ וברכותיה!

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 2:59 pm
דורך חוח בין השושנים
לקראת שנת תש"פ לכו ונלכה
מיט געמישטע געפילן קוקן אונז זיך צו ווי די וועלט קוילערט זיך אריין אין א נייע צענערל. די תש"ע יארן בלייבן אט אט הינטער אונז און תש"פ רוקט זיך אן אויפן האריזאנט און דערנענטערט זיך מיט גאלאפירנדע שנעלקייט.
איי וואס איז דער ציטער? גאנץ פשוט. קיינער ווייסט נישט וואס צו ערווארטן.
וויפיל מענטשן זענען אריין בשלום אין די ע' יארן, און אונז געדענקען היינט קוים אז זיי זענען געווען צווישן אונז אינעם נישט ווייטן פארגאנגענהייט.
וויפיל גדולי ישראל עמודי העולם האבן מיר פארלוירן אין די ע' יארן.
ווי ענג איז אונז געווארן אין גלות, אין מערערע הינזיכטן, אין די לעצטערע יארן.
נאך א צענער כמעט אריבער, ליידער ליידער בעוה"ר, אן ביאת המשיח.

זאל שוין זיין תחל תש"פ וברכותיה!

אלע וואס זענען יעצט דא מיט אונז – זאלן פארבלייבן. ס'זאלן נאר צוקומען נאך און נאך, כן ירבה וכן יפרוץ. מ'זאל דורכלעבן די פ' יארן לחיים ולשמחה ולשלום, און פארשטייט זיך די ווייטערע יארן אויך.
אלע זקנים וזקנות וואס זענען נאך דא מיט אונז, די וועלכע דער מלאך המות שלינגט ליידער איין יערליך מאסן פון זיי, זאלן בעזר השם ממשיך זיין צו לעבן לאנגע געזונטע יארן, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים מתוך בריאות הגוף והנפש.
מען זאל קענען דינען השי"ת מתוך שמחה וטוב לבב מרוב כל.
דער הייליגער רמב"ן שרייבט אין פרשת בהעלותך "כי כל אדם נותן לבו בעשרותיו, כי ישתנו בהן הטבעים וידע בהגיעו לעשרים או לשלשים". יעדע 10 יאר פון א מענטש'ס עלטער, איז א ווענדפונקט אין זיין לעבן און אין זיינע נאטורן.
אזוי בעטן מיר אז השי"ת זאל זיך מרחם זיין, און ווען די גאנצע וועלט גייט ארויף מיט א צענער, זאל ער טוישן די טבע פונעם וועלט צום גוטן: קיינער זאל מער נישט וויסן פון קיין שום צער, יעדער זאל זיין געזונט און שטארק.

און דער עיקר:
הלוואי הלוואי הלוואי זאלן די תש"פ יארן פארצייכנט ווערן מיט גאלדענע אותיות אין אונזער היסטאריע, אלס די ערשטע יארן פון א נייע וועלט, א רוחניות'דיגע וועלט מיט א בית המקדש השלישי, א תורה'דיגע וועלט מיט א משיח צדקינו, א וועלט וואס איז ענדליך אויפגעראכטן געווארן "לתקן עולם במלכות ש-די"! עס זאל נישט זיין מער די מגושמ'דיגע תש19 אדער תש20 יארן, נאר הערליכע ה' אלפים תש"פ יארן, יארן פון לויטער התגלות כבוד שמים.
אנשטאט וואס מיר גייען ארויס פון די עי"ן יארן בשן ועי"ן, זאל אין די פ"א יארן זיין כי כל פ"ה לך יודה, דורך ביאת המשיח.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 3:07 pm
דורך גיב א שמייכל
ת'הא ש'נת פ'רייליכקייט

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 3:08 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
אמן! פון מיין זייט קען משיח קומען נאך אין תשע"ט!

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 3:30 pm
דורך פיצי
וואס די יאגעניש דא? תשעה באב וועט נאך אי''ה דאס יאר זיין א יו''ט!!

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 4:32 pm
דורך חוח בין השושנים
פיצי האט געשריבן:וואס די יאגעניש דא? תשעה באב וועט נאך אי''ה דאס יאר זיין א יו''ט!!

מען גרייט זיך שוין פון יעצט צום דערהויבענע גאלדענע תקופה וואס קומט!!
ביי וויי-טו-קעי האט זיך דער גוי'אישע וועלט להבדיל געגרייט יארן...

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 10:58 pm
דורך ישתבח שמו לעד
זהר פרשת וירא דף קטז
וכד ייתי אלף שתיתאה דאיהו רזא דוא"ו, כדין וא"ו יוקים לה"א, בזמנא שית זמנין עשר, כדין שלימו שתין נפש וא"ו, עשר זמנין וא"ו, שי"ת זמנין עשר (דוא"ו) וא"ו סלקא (בעשר) בי', וא"ו נחתא בה"א, אשתלים וא"ו גו עשר שית זמנין, כדין הוו שתין לאקמא מעפרא, ובכל שתין ושתין מההוא אלף שתיתאה, אתתקף ה"א וסלקא בדרגוי לאתתקפא.וכו

כד יתער וא"ו לגבי ה"א, כדין אתין עלאין יתערון בעלמא, ובנוי דראובן זמינין דיתערון קרבין בכל עלמא, וכנסת ישראל יוקים לה מעפרא וידכר לה קב"ה, וישתכח קב"ה לגבה גו גלותא,
כחושבן וא"ו שית זמנין י' (עשר), עשר זמנין שית שנין, וכדין תיקום ויתפקד עלמא למעבד נוקמין, ומאן דאיהו מאיך יתרמי.

די מפרשים זאגן פשט אז פין אלף הששי איז יעדער 60 יאר א שנת פקידה
תשפ איז די 13 מאל 60

ויש לומר אז די 13 טע איז נאך מער מסוגל ווייל די זוהר ארבעט דארט ארים מיטן ואו וואס איז גימ׳ 13()
יראו עינינו וישמח לבינו במהרה אמן

תהא שנת פדיה

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:06 pm
דורך מים חיים
ישתבח שמו לעד האט געשריבן:זהר פרשת וירא דף קטז
וכד ייתי אלף שתיתאה דאיהו רזא דוא"ו, כדין וא"ו יוקים לה"א, בזמנא שית זמנין עשר, כדין שלימו שתין נפש וא"ו, עשר זמנין וא"ו, שי"ת זמנין עשר (דוא"ו) וא"ו סלקא (בעשר) בי', וא"ו נחתא בה"א, אשתלים וא"ו גו עשר שית זמנין, כדין הוו שתין לאקמא מעפרא, ובכל שתין ושתין מההוא אלף שתיתאה, אתתקף ה"א וסלקא בדרגוי לאתתקפא.וכו

כד יתער וא"ו לגבי ה"א, כדין אתין עלאין יתערון בעלמא, ובנוי דראובן זמינין דיתערון קרבין בכל עלמא, וכנסת ישראל יוקים לה מעפרא וידכר לה קב"ה, וישתכח קב"ה לגבה גו גלותא,
כחושבן וא"ו שית זמנין י' (עשר), עשר זמנין שית שנין, וכדין תיקום ויתפקד עלמא למעבד נוקמין, ומאן דאיהו מאיך יתרמי.

די מפרשים זאגן פשט אז פין אלף הששי איז יעדער 60 יאר א שנת פקידה
תשפ איז די 13 מאל 60

ויש לומר אז די 13 טע איז נאך מער מסוגל ווייל די זוהר ארבעט דארט ארים מיטן ואו וואס איז גימ׳ 13()
יראו עינינו וישמח לבינו במהרה אמן

תהא שנת פדיה


אמן כן יהי רצון !

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:29 pm
דורך טראמבאן
אמן ואמן! די אלע גוטע ברכות און וואונטשן זאלן שוין מקוים ווערן אויף כלל ישראל, אונז, און אויף מיר.
אוי! יתגדל ויתקדש שמיה רבה!

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:40 pm
דורך אוראייניקל
טראמבאן האט געשריבן:אמן ואמן! די אלע גוטע ברכות און וואונטשן זאלן שוין מקוים ווערן אויף כלל ישראל, אונז, און אויף מיר.
אוי! יתגדל ויתקדש שמיה רבה!

זאגסט קדיש אויף תשע"ט? ער לעבט דאך נאך!

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:45 pm
דורך יידישע קהילות
פ'ריע ת'חל ש'נה'ס

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:50 pm
דורך אילו זכינו
תש"פ = 780

בגימטריא:

ארמון למלך המשיח [780]
יגאלנו גאולה שלימה מהרה [780]
יבא ויגל לבינו מלכינו גואלינו משיח [780]

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 6:58 pm
דורך טראמבאן
אוראייניקל האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:אמן ואמן! די אלע גוטע ברכות און וואונטשן זאלן שוין מקוים ווערן אויף כלל ישראל, אונז, און אויף מיר.
אוי! יתגדל ויתקדש שמיה רבה!

זאגסט קדיש אויף תשע"ט? ער לעבט דאך נאך!

איך שריי יתגדל אויפן נאמען פון השי"ת! דער איירבישטענס נאמען זאל שוין גרויס ווערן!
ענטפערט אלע מיט: יהא שמיה רבה מברך לעלם ולעלמי עלמיא יתברך!

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 9:05 am
דורך סאדאם חוסעין
תש"פ בגימטריה:
"לא תסגיר עבד" שכלל ישראל לא תמכר לצמיתות
ויבאנו אל המקום הזה ויתן לנו את הארץ הזאת ארץ זבת חלב ודבש:
וילחמו בני יהודה בירושלם וילכדו אותה
ויזעקו בני ישראל אל י-ה-ו-ה ויקם י-ה-ו-ה להם מושיע
ויאמר שמואל אל העם לכו ונלכה הגלגל ונחדש שם המלוכה: (תחילת מלכות בית דוד)
לא ייגעו לריק ולא ילדו לבהלה כי זרע ברוכי י-ה-ו-ה המה
מי שמע כזאת מי ראה כאלה היוחל ארץ ביום אחד אם יולד גוי פעם אחת כי חלה גם ילדה ציון את בניה:
ריב ליהוה בגוים נשפט הוא לכל בשר הרשעים נתנם לחרב נאם ד'
והיה ביום ההוא אתן לגוג מקום שם קבר בישראל גי העברים
הלוא ביום ההוא נאם י-ה-ו-ה והאבדתי חכמים מאדום ותבונה מהר עשו:

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 9:09 am
דורך סאדאם חוסעין
כי לכל חפץ יש עת
וישלח יהוה מלאך ויכחד כל גבור חיל ונגיד ושר במחנה מלך אשור

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 10:40 am
דורך סגל
שפת אמת תכון לעד

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 10:15 pm
דורך סיפורי צדיקים
אביסל גשמיות אויך: ת'הי' ש'נת פ'רעזידענט קאמפיין

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:28 am
דורך גיב א שמייכל
ת'הא ש'נת פ'רעזידענט טראמפפפ'

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 10, 2019 11:57 pm
דורך חוח בין השושנים
זאגט מיר היינט מיין יונגעלע: תשעה באב באטרעפט תש"פ. נאך אזוי פיל תשעה באב'ס אין גלות קומט ענדליך א תש"פ וואס'עט זיין א שנת גאולה וישועה.

הלואי נאך פריער!!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 3:33 am
דורך חנוך
תהא שנת פדות

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 3:21 pm
דורך עסקן הדגול
תהא שנת פאן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:03 am
דורך maybeeynot
עסקן הדגול האט געשריבן:תהא שנת פאן

פארשטיי איך שוין פארוואס מהאט אלץ טענות אויף די עסקנים. זיי מיינען נאר פאן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:30 pm
דורך גליון
שיינע פורים תורות

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:13 pm
דורך ab frid
ת'הא ש'נת פ'עטיציע לטובה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 4:27 pm
דורך שמו
השנ"ה גאול"ה שלמ"ה (תש"פ)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 4:45 pm
דורך עפל קאמפאוט
ת'הא ש'נת פ'יערלס