[align=center]
טבריה
[/align]
שטייען מיר דא אקעגן איבער די נייע מגדל. אויף די אנדערע זייט ראוד האבן מיר דא דעם אלטן מגדל, ווי מיר גייען יעצט באזוכן.
מגדל איז א שטאט מזמן הבית שני. אסאך היסטאריע איז דא פארגעקומען ביים זמן החורבן. ווי יוסיפון דערציילט איז די בלוט פון די דערנעבנדיגע כנרת, געווארן רויט פון בלוט, פון די אידן וואס זענען דאן געהארגעט געווארן דא דורך די רומיים, ה' ינקום דמם.
פאר עטליכע יאר צוריק האבן די קריסטן באשלאסן דא צו בויען א קלויסטער, וויבאלד זיי האלטן אז דא ארם די כנרת איז זייער א וויכטיגע היסטארישע פונקט פאר זיי, ווי שוין פריער ערווענט.
למעשה האבן זיי, גראבנדיג פאר זייער קלויסטער, דא געפינען גרויסע אידישע איבערבלייבענישן. און איבערהויפט א וויכטיגע אידישע געפינס – די עלטסטע בית הכנסת וואס מען האט נאר געטראפן אין גאנצן גליל געגענט, עס שטייט נאך מזמן בית שני. אנדערש ווי רוב אנדערע וואס זענען פון די זמן התנאים און נאך שפעטער מזמן האמוראים והגאונים.
אויך האט מען געפינען די בימה וואס האט זיך געפינען אינמיטן בית המדרש, אויף וואס מען האט געליינט די תורה.
אויף די בימה איז געווען שיין אויסגעקריצט א גרויסן מנורה מיט צוויי גרויסע אויל קריגלעך אין די זייט.
אין די זייט האבן זיי געפינען א קליינעם שטיבל וואס זיי שאצן צו זיין די 'מגילות שטיבל', אזא אוצר הספרים ווי מען האט געהאלטן מגילות צו לערנען און ליינען קריאת התורה.
למעשה קען מען טאקע באזוכן דעם אלטן מגדל, אבער עס איז א שטארק קריסטישע ארט.
פארן מיר ווייטער אויפן 90.
מיר קומען נענטער און נענטער צום אלטן בארימטן שטאט 'טבריא',
א שטאט וואס איז דורכגעווייקט מיט תורה ועבודה פון צדיקים וקדושים פון אסאך דורות: תנאים, אמוראים, גאונים, תלמידי הגר''א, תלמידי הבעש''ט הראשונים, וחסידים ואנשי מעשה, און נאך. און ביז היינט ליגן נאך פילע פון זיי אין דער שטאט.
מיר וועלן אביסעלע מאריך זיין אין די היסטאריע פון דעם שטאט:
טבריא איז א שטאט וואס איז אסאך יארן געווען א צענטער פאר כלל ישראל. די גמרא רעדט גאר אסאך דערפון, מער ווי רוב אנדערע שטעט. אזוי ווייט אז די גמרא איז אפילו דן איבער די עמקות פון די נאמען 'טבריא' פארוואס עס הייסט אזוי 'שאפילו ריקנין בה מלאים מצות כרימון' (רקת), 'שטובה ראייתה' און נאך.
די גמרא דערמאנט 'טבריא זו רקת', אז טבריא איז א שטאט וואס איז שוין געשטאנען אין די צייטן פון יהושע בן נון, און דערפאר קען זיין אז מען דארף האלטן פורים אזוי ווי די שטעט וואס זענען מוקפי חומה. היינט איז דאס 'תל רקת' וואס מען פארט אריבער אויפן 90.
שפעטער האט הורדוס בן הורדוס הגדול דא אויפגעבויט דא א גרויסע שיינע שטאט און עס געמאכט פאר א צענטער. אידן אבער האבן נישט געקענט קומען דא וואוינען, צוליב דעם וואס עס זענען דא געווען אסאך מתים אויסגעשפרייט איבערן שטאט. ביז ר' שמעון בר יוחאי איז אהערגעקומען און מטהר געווען די שטאט בדרך נס ווי די גמרא אין שבת זאגט. טיהר את עיר טבריא.
דאן איז דא געווארן א גרויסע צענטער. בפרט ווען די סנהדרין האבן זיך אהער געצויגן פון ציפורי, און דא געבליבן פאר אסאך יארן. דעמאלטס איז דא געווארן די צענטער פון די גאנצע אידישקייט אין ארץ ישראל.
דאן האבן זיך דא אויך געפינען די חכמי ארץ ישראל וואס האבן מחבר געווען די ירושלמי, און ווערן אויך גאר אסאך דערמאנט אין בבלי, ובראשם ר' יוחנן און ריש לקיש, און די תלמידים רב אמי און רב אסי און ר' ירמיה.
נאך זיי האבן דא געוואוינט די רבנן סבוראי. און שפעטער האבן דא געוואוינט די דייקנים וואס האבן אראפגעשטעלט די יסודות פון נקודות און דקדוק פון די ווערטער, און טאקע פון דא קומט די באקאנטע ספר תורה, די 'כתר ארם צובא' פון וואס די רמב''ם רעדט שוין כידוע.
[א פלאר פון א אלטע שול אין טבריה]
דערנאך איז די ישוב צופאלן, און עס איז שוין נישט געווען קיין צענטער בכלל, נאר די צענטער איז דאן צוביסלעך אריבער צו נישט ווייטן צפת, ווי עס האבן געוואוינט די אר''י הקדוש, די רמ''ק, די בית יוסף און אלע אנדערע מנהיגי הדור. דא האט דאן געוואוינט נאר די של''ה הקדוש און נאך געציילטע אידן.
יארן שפעטער, איז אהער געקומען א גרויסע אראבישע מושל וואס האט ליב געהאט די אידן און זיי געלאזט קומען דא וואוינען מיט פרייהייט. ער האט אויך דאן אהערגערופן די צדיק ר' חיים אבואלעפיא פון איזמיר טערקיי, אז ער זאל דא זיין רב פאר די היזיגע קהילה.
נישט לאנג דערנאך איז פארגעקומען די ערשטע עליה פון תלמידי בעש''ט, וואס האבן זיך דא באזעצט, ובראשם די צדיקים ר' נחמן האראדענקער און ר' מאיר הגדול מפרעמישלאן (די זיידע פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער).
און נישט לאנג נאכדעם איז פארגעקומען א גרויסע עליה פון דריי הונדערט אידן, ובראשם ר' מענדעלע וויטעפסקער. שפעטער זענען די אידן טאקע געבליבן דא וואוינען און בעיקר זענען זיי געווען קארלינ'ע און סלאנימ'ע חסידים, וואס פאר זיי האט בעיקר געהערט דעם שטאט, און אסאך מעשיות זענען באקאנט ארום זיי.
שפעטער איז אויך אהערגעקומען די צדיק ר' וועלוועלע פון טשארני - אוסטראה, וואס איז זייער באקאנט אין ווזניץ צוליב זיין הבטחה פארן אהבת שלום אז עס וועט זיך קיינמאל נישט אפהאקן זיין שושלת הקודש. און אין יענע צייט האט ר' נחמן מברסלב דא באזוכט, און איינגעשטאנען איבער שבת ביי ר' וועלוועלע, און באזוכט ביים קאליסקער, און זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז א אדם השלם
דורכאויס די צוויי הונדערט יאר ביז די גרינדונג פון מדינת ישראל, איז שטענדיג דא געווען א מערהייט פון אידן איבער די אראבער, און די אידישע קהילה דא האט געשפרידעלט און זיך געמערט על מי מנוחות. מען האט אלע יארן געוואוינט אין א ספעציעל אידיש דעזיגנירטע געגענט אין די אלט שטאט, וואס מען קען זען טיילן דערפון אינטען נעבן די כנרת.
נאך די גרינדונג פונעם מדינה, זענען די אראבער'ס אנטלאפן פון דא, און קיינמאל נישט צוריקגעקומען. היינט וואוינען דא כמעט נאר אידן, און קיין שום אראבער.
אבער עס איז ליידער געווארן, אנשטאט א הייליגע שטאט, א ריזיגע טוריסטן צענטער, ליגענדיג אויפן פרעכטיגן כנרת, און אין די זוממער איז כמעט אן איסור אהינצוגיין.
אבער ביז היינט וואוינען דארט אויך אסאך פרומע אידן, סיי אין צענטער פון שטאט, ווי עס ווירבעלט א גרויסע מנינים צענטער טאג טעגליך. און סיי די נייע היימישע געגענטער אויבן אויפן בארג, וואס דאס איז גאר ווייט פון די צענטער פון שטאט, און איז כמעט א שטאט פאר זיך.
אלע יארן איז דער שטאט געווען פארהייליגט אין די אויגן פון די אידן, סיי צוליב דעם וואס אזויפיל תנאים און אמוראים, גאונים און צדיקים האבן דא געוואוינט און ליגן דא.
און אויך צוליב די מימרא פון רבי יוחנן וואס זאגט אויף טבריא 'ומשם עתידין ליגאל שנאמר התנערי מעפר (טבריא איז טיף אינטער די ערד פלאך) קומי', דאס הייסט אז פון דא גייט מען ווערן אויסגעלייזט, און משיח וועט דא קומען די ערשטע.
אויך שרייבט די ראשון ר' אשתורי הפרחי, אז די וואס ליגן אין טבריא וועלן אויפשטיין צו תחיית המתים פערציג יאר פאר די גאנצע וועלט!
מיט דעם קען מען מסביר זיין פארוואס די רמב''ם האט געוואלט דוקא ליגן דא אין טבריא פון גאנץ ארץ ישראל, בדרך אפשר.
ליגן טאקע גאר אסאך צדיקים אין טבריא:
אנגעהויבן מיט ר' מאיר בעל הנס. די מערסט באקאנטע קבר דא אין טבריא, און בכלל פון די מערסט באקאנטע און באזוכטע איבערן לאנד. עס געפינט זיך גלייך אויפן הויפט שאסיי, די ניינציגער, וואס לויפט דורך די גאנצע לאנד, און אויך אינמיטן טבריא.
עס זענען דא צוויי בנינים, איינס פאר די אשכנזים, וואס האבן עס איינגענומען שוין פאר יארן צוריק, ווען די ארטיגע חסידים האבן דא געבויט א ישיבה דערנעבן, ווי מען קען זען. יא, דארט העכער די שירו...
360 דיגריאון די צווייטע איז אינטער דעם, דאס איז די ספרדישע.
למעשה זענען ביידע אויפן זעלבן פלאץ, נאר דער פון דעם זייט און דער פון די אנדערע זייט. עס איז א גוטע זאך, עס איז רוהיגער אזוי....
אינטען ביי די ספרדים קען מען קויפן אלע סארטן ספרדישע פאטשיילעס און שאלן, סידורים און תחינות ובקשות און פיוטים, און נאך אסאך זאכן, און פארשטייט זיך, אויך אביסל אייז קרעם... צו זיך אפקילן אין די קאכעדיגע טבריא.
ארום די שטיינער פונעם ציון איז דא אינטערעסאנטע מעשיות, וואס קוקן אויס צו זיין קראנט און אמת, וויאזוי די שטיינער זענען פון זיך אליינס צוריק אויפן פלאץ איינער העכער דעם צווייטן, און נאך מעשיות ארום דעם מקום.
אלע יארן איז געווען שטארק פארנומען דא ארום און עס האט זיך געטון א שטארקע פארקער אהער. אינטערעסאנט, בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, האט ר' משה מרדכי לעלובער זיך אויפגעהאלטן דא אליין פאר פערציג טעג צו אויספועל'ן ישועות וכו'!
די יארצייט פון פסח שני האט נישט קיין שום מקור, און איז לכאורה פשוט א באשטימטע טאג פאר די צדקת ר' מאיר בעל הנס און אלעס ארום, האט מען שוין געמיינט אז עס איז אויך די יארצייט.
[כולל רמבעה"נ גייט שוין צריק א היבש שטיקל אין אונזער היסטאריע, פארדעם איז דא א באזונדערע
אשכולדי כוללי רבי מאיר בעל הנס האבן דעם ציון אויף זייערע לאגאס
שומרי החומות ניצט דעם אשכנזישן ציון
חיבת ירושלים ניצט די ספרדישע ציון
אזוי אויך זיבינבירגן כולל
נעבן דעם [אין בנין פון רבי מאיר בעל הנס, גייט מען אראפ] איז היינט אנגעצייכנט די קברים פון סומכוס
און רבי שמעון בן אלעזר.
סומכוס האט א שטיקל מקור, אבער ר' שמעון בן אלעזר איז לכאורה א טעות.
גייען מיר ווייטער, האבן מיר דא נישט ווייט אויך אויף די ניינציגער, די קבר פון רבי ירמיה.
א קליינעם אפענעם בנין אויפן שטח פון א האטעל. עס האט זיך אסאך געטון פאר עטליכע יאר צוריק (שוין איבש לאנג צוריק], ארום דעם האטעל וואס האט געבויט זייער בנין אויסרייסנדיג פריעדיגע קברים.
אינטער דעם האטעל, אביסל שווערער צו טרעפן, איז די קברים פון רב כהנא אין א שיינעם מערה מיט עטליכע כוכים.
און לויט גבאי – רבי אמי ורב אסי.
[און רב כהנא נישט דארט, נאר ביים בית הקברות נעבן רמב"ם]
דערנעבן איז אנגעצייכנט אלץ די קבר פון רבי יוחנן בן נורי.
ווייטער ארויף אויפן ניינציגער קעגן איבער די כנרת, איז די גרויסן חסידישן בית החיים.
עס איז בעיקר צוטיילט אין צוויי, די פריעדיגע צדיקים, און די שפעטערע.
חוץ פון די נייע בית החיים ווי מען באערדיגט נאך היינט.
דא ליגן צענדליגע צדיקים,
תלמידי בעש''ט,
תלמידי הגר''א,
און שפעטערע צדיקים, וואס ביי יעדע איינס פון זיי קען מען זיך אפשטעלן עקסטער און דאווענען און בעטן וואס מען דארף.
א טיילווייזע ליסטע:
ר' מענדל מפרעמישלאן,
ר' מענדעלע וויטעפסקער,
ר' אברהם קאליסקער,
ר' חיים אבואלעפיא,
ר' ישראל משקלאוו,
ר' נחמן הורודענקער,
ר' שמחה בונם מאטוואצק,
ר' שמעון שלום מאמשינוב,
ר' יוחנן מסטולין,
ר' מרדכי בולגרייער,
ר' ישכר בער מזאסלוב, בן התולדות יעקב יוסף, דעם רבינ'ס (מסאטמאר) טאכטער און איידעם און נאך אסאך.
אויך איז דא דארט א שטיין אויף וואס עס איז מקובל די מעשה מיטן אפטער רב אז מען האט אים דארט ארויפגעברענגט, כידוע.
דא קען מען גיין אויך אין די זומער ווען די זון באקט, און אין די רעגן, וויבאלד זיי האבן געלייגט אזא גרויסן דאך איבער די קברי צדיקים פון די תלמידי הבעש''ט. בכלל איז גרינג צוצוקומען איבעראל, דורך א שיינעם וועג וואס זיי האבן אויפגעבויט וואס גייט אין די הייעך איבער אלע קברים.
נאכן וויילן א לאנגע צייט אויפן גרויסן בית החיים בכמות ובאיכות, האבן מיר נישט ווייט דערפון א קבר וואס איז פון רחל אשת ר' עקיבא.
360 דיגריעס האט א גרויסע אלטע אראבישע בנין דערויף, און געפינט זיך טאקע אין אן אראבישע בית הקברות (גלייך העכער די אידישע בית החיים), וואס כידוע פלעגן די אראבער באערדיגן זייערע מתים נעבן אידישע קברי צדיקים.
360 דיגרי[אינעוויניג ליגט א ספר תורה וואס דארף צו זיין עפעס גאר גאר ... גאר א אלטע ספר תורה]
[און א כסא של אליהו עתיק יומין]
[און וועסט נישט גלייבן וואס נאך.. די שטיין מיט די לאך פון רבי עקיבא.. עה, סתם א ווערטל, אבער סליגט דארט א שטיין מיט א לאך וואס העכער דעם טראפט וואסער לזכרון די מעשה פון רבי עקיבא]
[אזוי זיכנדיג די בילדער זעה איך אז פון ווען איך בין געעוען איז שוין אויסגעוואקסן נאך עפעס דארט: בארה של מרים]
[למעשה אלעס וואס מפארקויפט דארט איז נישט עפעס מקובל מדורי דורות, כולל די עצם ליגן פון רחל אשת רבי עקיבא]
עס זענען דא מקורות וואס זאגן אז די ווייב פון ר' עקיבא ליגט נעבן אים אויבן די בארג. קען מען זאגן אז דא ליגט טאקע רחל אשת ר' עקיבא, און אויבן ליגט די אנדערע ווייב פון ר' עקיבא וואס ווערט דערציילט אין די ר''ן אין נדרים נ: (גבאי).
פון דא וועלן מיר צופארן צו די קבר פון ר' חייא ובניו, און ר' המנונא סבא, און רב הונא ריש גלותא.
רב הונא ווערט שוין דערמאנט אין מדרש אז ער ליגט נעבן ר' חייא ע''פ זיין צוואה.
למעשה איז די ריכטיגע פלאץ פון דעם קבר היפש נישט קלאר. גבאי שטעלט עס אויף א צווייטע פלאץ, און ר' שמ''ח מאכט דאס אויך אוועק. למעשה איז מען אויף דעם ארט געגאנגען אלע יארן, האט עס זיכער א קדושה און שטארקע סמך.
אנצוקומען אהין דארף מען גיין צענדליגע טרעפ, כידוע.
און אויבן האט מען א שטיקל בנין איבערן קבר, להיות מחסה וצל מזרם וממטר.
פון דא וועלן מיר צופארן צום קבר הרמב''ם,
מיט די באקאנטע טורעם דערויף, וואס ממש לעצטנס האט מען עס איבערגעפארבט מיט ווייס, אנשטאט רויט. און ווערט געזען פון די גאנצע שטאט.
די טרעפ ארויף איז געבויעט פון ביידע זייטן 14 עמודים און אויף יעדע איז אויגעקריצט א ספר מספרי הי"ד
און די איבערגעפרישטע
למעשה געפינען זיך דארט מערערע צדיקים פון עטליכע דורות.
תנא הקדוש ר' יוחנן בן זכאי, ר' אמי ורב אסי אדער רב כהנא כנ''ל, און נעבן זיי דער של"ה הקדוש
די רמב''ם,
אויף די ערשטע מציבה פון רמב"ם איז געשטאנען מבחר המין האנושי
זעה
דא מער וועגן דעם
און די איבערגעפרישטע
און אין הגהות מנחם ציון [על שם הגדולים מ, קט] ברענגט ער אז סאיז געשטאנען: 'אדם ולא אדם, ואם אדם היית מלאכי רום הרת, או אומרה לאל בלא אשה ואיש, מלאך בלא אשה ואיש בראת'."
אויף די מחיצות האט מען ארויף געלייגט די דרייצן אני מאמין' וואס איז נוסד על פי דברי הרמב"ם (חאטש וואס ווער סקוקט אריין בדברי ברמב"ם וועט זעהן אז זייער אסאך פרטים איז נישט ריכטיג אויסגעטייטשט, אבער דאס פארלאנגט א אשכול פאר זיך)
און נאך פארשידענע מאמרים וענינים פון רמב"ם
זיין טאטע ר' מיימון, און זיין אייניקל ר' דוד הנגיד (די בלויע געיט).
לויט גבאי ליגט דא אויך ר' יוחנן און רב ברונא.
היינט האבן זיי ארויפגעשריבן אז עס ליגן דארט אלע תלמידים פון ר' יוחנן בן זכאי וואס ווערן דערמאנט אין די משנה. אבער למעשה זענען אונז שוין געווען ביי זיי אין עלמה, פאר א חודש צוריק... יא! א חודש צוריק בערך... ווער האט עס געגלייבט אז מעגיימיר פארן אזוי לאנג...!! ה' יעזור הלאה.
א אינטערעסאנטע זאך האט מען דא געפינען פאר פופציג יאר צוריק בערך, די אריגינעלע מצבה פון קבר ר' דוד הנגיד! אויף דעם שטייט אויפגעשריבן "זה קבר רבינו דוד נכדו של רבינו הגאון משה בן רבנו מימון מאור הגולה זצוק''ל".
די ציונים האבן דא געמאכט א גרויסע מצב ארום די רמב''ם, נאך אין די יארן וואס זיי האבן נאך געוואלט ווייזן זיי זענען די אידן פארטרעטער, און דעריבער האבן זיי דא געבויט אזא גרויסן טורעם, און געמאכט דערנעבן א צענטער פארן רמב''ם. נעבעך.
[און ווער סשוין געווען דארט פארדעם און נאכדעם, ווייסט אז דא האבן די ציונים (ימ"ש) געמאט א פיינעם דזשאב]
למעשה איז נישט דא קיין פארמאכטן בנין, נאר אזא דעכל איבער די קברים פון די תנאים, און א באזינדערע צימער פארן רמב''ם און זיין טאטע און אייניקל, אויך נאר א דעכל.
פון דא וועלן מיר צופארן צו נאך א קבר, ארויף אויף דער גאס. דארט ליגט לויט געוויסע: ר' יוחנן און רב ברונא און רב חננאל, תלמידי רב.
אבער לויט גבאי ליגן דא די רבנן סבוראי וואס האבן געוואוינט אין טבריא.
[און דא האבן מיר א בילד מיטן רבי'ן אליין... איך מיין דער גבאי.]
יעצט וועלן מיר פארן צו א אנדערע קבר וואס איז נישט אזוי באקאנט, און מעגליך אז איר וועט אפילו שמייכלען ווען איר וועט הערן די נעמען, אבער אזוי איז עס.
מיר האבן דא די קברים פון בלהה און זלפה... יא, בלהה און זלפה פון פרשת ויצא... זיי זענען עכטע מענטשן געווען...! און זיי האבן אפילו א קבר...
און עס ענדיגט זיך נישט מיט דעם, מיר האבן דא אויך די קברים פון יוכבד, און צפורה אשת משה און מרים די שוועסטער פון משה און אלישבע בת עמינדב אחות נחשון בן עמינדב!
למעשה איז בלהה און זלפה נישט אזוי קלאר, און איז א שפעטערע מקור. די פריעדיגע דערמאנען נאר יוכבד און מרים און א טייל אויך צפורה און אלישבע.
א אינטערעסאנטע מעשה האב איך געזען פונעם ריבניצער, אז ווען ער איז געווען אין טבריא, האט ער געזאגט פאר זיינע באגלייטער אז ער וויל גיין צו די קבר פון די אמהות וואס איז דא אין טבריא. האבן זיי אים געזאגט אז עס איז נישט דא אזא זאך, זיי ליגן דאך אין די מערת המכפלה?! האט ער געזאגט אז מען זאל זיך נאכפרעגן, ווייל די אמהות זענען געקומען צו אים אין חלום בעטן אז ער זאל קומען צו זיי....
וכך הוה, מען האט זיך נאכגעפרעגט און געוואר געווארן פון דעם מקום, און אהער געקומען!! פון דער מעשה קוקט לכאורה אויס אז בלהה און זלפה ליגן טאקע יא דא. הגם מען קען זאגן אז יוכבד און די אנדערע ווערן גערופן אמהות. עמיר ווארטן אויף ביאת משיח צדקינו צו וויסן די אמת. אבער ביז דערווייל ליגן דא זיכער גרויסע נשים צדקניות און מיר קענען דא ניצן אפאר קאפיטלעך תהלים. בפרט פאר די נשים צדקניות וואס ווערן מער נתעורר ביי אזא ארט ווי עס ליגן טאקע פון זייערס גלייכן, מ'פארשטייט זיך בעסער... אזוי איז טאקע אויך אין קבר רחל כידוע.
מיר וועלן דא בלייבן אין טבריא אביסל. און בקרוב וועלן מיר אי''ה גיין ווייטער זען וואס נאך איז דא אין טבריא צו זען.
----
הערות והארות
דאקרעדיט:
טוב ה' לכל!