ויתורו את הארץ לאורכה ולרוחבה (אן תגובות)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:16 am

פארק המשפחה כרמיאל


[און די צוויטע פארק ״פארק המשפחה״ וואס כשמו כן הוא צו שפילן, פאברענגען, רילעקסן און ארוצבורדענען מיט די קינדער (אדער מיט די חברים...)
זעהט אוי סצו זיין העכט אינטערסאנט, נעקסט טיים וועלן מיר אהין גיין מיט די קינדער זעהט אויס מקען דארט פאברענגען א גאנצן טאג]















































מיר וועלן זיך דא אפשטעלן נאך אונזער קורצע רייזע, און מארגן וועלן מיר אי''ה פארזעצן ווייטער.




----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 9:20 pm

עכו


גייען מיר ווייטער בעזהשי''ת פון כרמיאל. מיר פארן ארויס אויפן 85 און מיר דרייען זיך לינקס.

צום ערשט פארט מען אדורך אויף די רעכטע זייט עטליכע אראבישע דערפער,

דיר אל אסאד, [אויפן בארג]



בענה,



מאזשאד אל כרום.



דערנאך האבן מיר לינקס עטליכע אידישע ישובים,

צורית



גילון.



דערנאך דערגרייכן מיר דער פארנומענע אינטערסעקציע פונעם 85 און די דרום טייל פונעם 70.

גלייך דערנאך האבן מיר די אינטערסעקציע מיט די צפון טייל פונעם 70,

דא וועלן מיר אביסל ארויף פארן צו די ישוב 'ירכא' און ארום.



דא ארום זענען פארהאן מערערע גאר גרעסערע דרוזישע שטעט און צענטערן.

ג'ודיידה מכר,



זשוליס ווי עס וואוינט זייער הויפט גייסטליכער,



[על חרבך תחיה אין צענטער פון שטאט]



כפר יסיף,



אבו סנאן



און ירכא וואס איז די גרעסטע פון אלע.

אין ירכא האבן מיר, אין צענטער פון שטאט, די קבר פונעם צדיק 'חושי הארכי', וואס ווערט דערמאנט אין שמואל אלץ די גוטע עצה געבער פון דוד המלך. קוקט אויס אז ער האט דא געוואוינט און אויף דעם שטאט ווערט ער גערופן 'ירכ''א - הארכ''י'.



די קבר איז א דרוזישע פארהייליגטע ארט. עס געפינט זיך אויף א שמאלן זייטיגן געסל, אין א קליינעם דרוזישן געביידע צווישן גרעסערע הייזער, היבש שווער צו טרעפן פאר ווער עס וויל דארט צוקומען.



אויך איז דא נישט ווייט פון דארט (צווישן ירכא און כפר יסיף) א גרויסן חרוב'ן אידישן בית החיים פון אפאר הונדערט יאר צוריק.



לויט געוויסע ליגט דארט די מסילת ישרים, און נישט אין טבריא נעבן ר' עקיבא.



בעיקר ליגן דארט אידן וואס האבן געוואוינט אין די דערנעבנדיגן עכו, וואס איז כידוע א ספק ארץ ישראל, און האבן געוואלט ליגן נאך די הונדערט און צוואנציג אין א ארט וואס איז זיכער ארץ ישראל, האבן זיי געלאזט דא זיך באערדיגן.



אויב פארט מען ווייטער ארויף דעם 70, וועט מען צוריק קומען צום ניין און אכציגער פון וואו מיר האבן אנגעהויבן פאר עטליכע וואכן צוריק אונזער געוואלדיגע היסטארישע זעלטענע נארהאפטיגע קרעפטיגע זאפטיגע נסיעה. ב''ה מיר האלטן שוין דא ביים צוריקקומען נאכן גרינטליך דעקן אין די פאר וואכן רוב צפון - צפון טייל פון לאנד, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען ווייטער פארזעצן מיט די הפלא'דיגע נסיעה און זיך איינהאנדלען נאך אסאך שיינע ידיעות איבער ארצינו הקדושה, איבער אונזערע צדיקים און קדושים און איבער אונזער שיינע רייכע אידישע היסטאריע!!

פארן מיר צוריק צום 89, און מיר ווענדן זיך רעכטס צום שטאט עכו.



עטליכע ווערטער איבער עכו:
די שטאט עכו איז איינס פון די עלטסטע שטעט אינעם לאנד, בעיקר וויבאלד עס געפינט זיך אויפן וואסער, און איז אלע יארן געווען א וויכטיגע פארט שטאט, פון וואו מען פלעגט קומען און גיין פון אלע ארומיגע לענדער. עס פארמאגט גאר א רייכע אידישע און להבדיל נישט אידישע היסטאריע.



עס האט א באקאנטע אלט – שטאט וואס איז אנערקענט ביי די יו. ען. אונסק''ו ארגאנאזאציע אלץ אינטערנאציאנאלע וויכטיגע היסטארישע ארט וואס מען דארף זען צו באשיצן און פרעזערווירן לדורות.



אין די פסוקים ווערט עס נאר דערמאנט איין מאל, אין די צייטן פון יהושע בן נון. אבער אין גמרא ווערט עס דערמאנט צענדליגע מאל, און איין אמורא ווערט אפילו גערופן אויפן שטאט 'ר' אבא דמן עכו'. און מען זעט מערערע מאל ווי תנאים און אמוראים האבן דארט באזוכט.

ווי אויך ווערט עס דערמאנט אלץ די ארט וואו עס איז ארויפגעשווימען די טויער פון נקנור פון די וואסער אויף די טריקעניש. היינט רופן זיי איינע פון די שערים פון עכו 'שער ניקנור' לזכר פון דעם נס, אבער איז נישט דאס טויער, דער טויער האט מען געטראגן קיין ירושלים כידוע.



אין די שפעטערע יארן האט דארט געוואוינט דער אור החיים הקדוש, און די מסילת ישרים האט דארט געוואוינט פאר דריי יאר, און ביז היינט געפינט זיך דארט זיין בית המדרש וואו ער האט געדאוונט, און מען קען עס גיין באזוכן.



עכו איז פון די איינציגסטע שטעט וואו עס וואוינען אינאיינעם אידן מיט אראבער, אזוי ווי אין חיפה, ירושלים, באר שבע, יפו, נצרת און נאך געציילטע. דריי פערטל זענען אידן און די איבריגע זענען אראבער.

עס איז זייער רוהיג מיט די ארטיגע אראבער און מען האט נישט וואס מורא צו האבן פון זיי. הגם אנכי הקטן פרוביר שטענדיג צו האלטן א מרחק צווישן מיר און זיי... איך ווייס נישט פארוואס, אבער זייער שרעקעדיגע אויסקוק מיט דעם גרויסן שנויץ און די בייזע אומפריינדליכע אויגן בארוהיגן מיר נישט איבריג... אבער דאס זענען שוין מיינע פרייוואטע פחדים, שטעקטס ענק נישט אן דערמיט, נאר ענק זאלן רוהיג הנאה האבן דארט.

די עיקר ארט וואו מען גייט באזוכן, איז די אלט שטאט. למעשה איז די אור אלטע היסטארישע שטאט מזמן תנ''ך, דוקא אין א הויכן בארג – תל, וואס שטארט ארויס פונעם ארומיגן ערד פלאך גלייך ביים אריינגאנג צום שטאט, דארט געפינט זיך די גאר אלטע איבערבלייבענישן.

אבער די עיקר גייט מען צו די אלט שטאט וואס איז ארומגענומען מיט א שיינעם חומה, דער שטאט איז מזמן חז''ל און ווייטער.



טויזנטער טוריסטן קומען דארט יאר יערליך, בעיקר קריסטן, וויבאלד דארט איז דא מערערע היסטארישע ערטער פאר די קריסטן, נאך פונעם מיטל אלטער, אין די צייטן פון די טרויעריג בארימטע קרייץ ציגלער, וואס האבן איבערגעלאזט אסאך פינגער אפדריקן כמעט איבערן גאנצן לאנד.



און בכלל איז עס אינטערעסאנט צו זען די לעבן אין א אלט שטאט, אויפן גרויסן ים.

360 דיגרי

אנכי הקטן האט דארט נאכנישט באזוכט, וועל איך נישט זאגן צו עס איז אינטערעסאנט צו נישט און צו עס איז כדאי אהינצוגיין. פרובירט עס אויס און קומטס צוריק מיטטיילן דא ענקער עקספיריענס.


צוויי קברי צדיקים געפינען זיך דא אויך, איינע פון אמנון די זון פון דוד המלך. די צווייטע, פון אלעזר החשמונאי.
ביידע זענען נישט קלאר וואו פונקטליך זיי געפינען זיך, דעריבער איז שווער אהינצוגיין, עי' בספרו של גבאי.

ענדיגן מיר דא מיט עכו און בכלל מיטן גליל העליון. מיר האבן שוין ב''ה באזוכט כמעט אלעס וואס איז דא צו זען, אין א גלייכע ליניע: פון דעם 85 אין דרום און דעם 90 אין מזרח, און פון צפון- דער גרעניץ מיט לבנון, און מערב – דעם ים, און אלעס אינדערמיט.

יעצט וועלן מיר אביסעלע טוישן די בערגיגע גליל סינער''י, און מיר וועלן אוועקגיין פאר א קורצע צייט פונעם גליל.

צום ערשט וועלן מיר פארן אויף די פלאך פונעם ברעג, ווי עס געפינען זיך די 'קריות' שטעט, און די עיקר איז צו דערגרייכן די באקאנטע שטאט 'חיפה' וואו עס איז דא אסאך וואס צו זען. און דערנאך וועלן מיר זיך צוריקקערן קיין גליל התחתון בעזהשי''ת. בשם ה' נעשה ונצליח!!



----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:21 pm

חיפה


יעצט וועלן מיר פארן קיין חיפה. צום ערשט פארן מיר ארויף אויפן פירער – 4.

די פירער איז פון די לענגסטע שאסייען אינעם קליין לענדל. ער שניידט דורך פונעם מערב צפון שפיץ ביי לבנון און ראש הנקרה, ביזן מערב דרום שפיץ ביים גרעניץ מיט עזה. עזה, לבנון, ארומגענומען מיט גוטע שכנים, אסאך הצלחה...



די 'פירער' דעקט רוב גרויסע שטעט אינעם לאנד, און איז גאר א פארנומענע שאסיי. ער פארט דורך נהריה, עכו, חיפה, חדרה, נתניה, גוש דן (תל אביב און די ארום, אריינגערעכנט בני ברק, ביי די באקאנטע קאקא קאלא פאבריק), אשדוד, אשקלון און דערנאך אין עזה אריין פאר ווער עס וויל...

רוב צייט לויפט ער פאראלעל מיטן צווייער - 2, די חילוק צווישן די צוויי איז, אז די צווייער איז א שנעלער ראוד, דאס הייסט אז מען דארף זיך נישט אפשטעלן אינדערמיט פאר רויט לייטס און סטאפ סיינס און ראונדעביינד'ס – כיכרים, נאר ער פארט גלייך צום דעסטינאציע.



אבער די 'פירער' איז אזוי ווי רוב שאסייען אינעם לאנד, אזוי ווי אלע ביז אהער ווי מיר זענען געפארן (געדענקסט נישט?... מיין שולד, איך האב פארגעסן צו זאגן...), ווי ביי יעדע שטאט ווי עס פארט אדורך, ווערט די שאסיי צאמגעשמאלצן מיט די ארומיגע גאסן, און יעדע סוף גאס דארף מען זיך אפשטעלן ביים רויט לייט וכיוצא בו, ביז מען פארט ארויס פון שטאט וואס דאן פארט עס ווייטער גלייך, מער ווייניגער.

אזוי ווי די צווייער זענען נאר פארהאן עטליכע, אנגעצייכנט בלוי אויף די מאפעס. אזוי ווי די איינסער פון ירושלים קיין תל אביב, די צוואנציגער אין תל אביב, די זעקסער וואס איז שוין א נושא פאר זיך, און נאך געציילטע.

פארן מיר קיין חיפה אויפן 'פירער'.

אויפן וועג פארן מיר אדורך די קריות שטעט,

קרית ים



קרית מוצקין



קרית חיים



און נישט ווייט פון קרית אתא,



וואס האט א שטיקל היימישע קהילה, און אפילו א רבי, די באקאנטע מאקאווע רבי



(נאר ווי דען זאל ער וואוינען אויב נישט אין קרית אתא...) וואס מען זעט אלץ אויף די בילדער אין מירון און אין מעזיבוז.

פארן מיר אריין אין חיפה.



עטליכע ווארעמע ווערטער איבער חיפה:

חיפה איז די דריט מערסט באוואוינטע שטאט אין ארץ ישראל. צען פראצענט פונעם שטאט זענען אראבער. עס הערשט דארט א גרויס געמיש, פון גענצליך פרייע, האלב פרייע, האלב פרומע, גענצליך פרומע, און חסידישע.

סערט וויזניץ פארמאגט דארט זייער הויפט קווארטיר ווי באקאנט

[רמת ויזניץ]



ווי זייער רבי וואוינט. און אויך מערערע חסידים זייערע.



עס איז גאר א בערגיגע שטאט, און נאר א קליינע טייל איז ביים ים פלאך וואס איז גראד.



ווי אויך איז די מערסט פארפעסטיגטע שטאט אינעם לאנד, וואס דאס פארטרייבט מערערע איינוואוינער פון דארט, צו די מער צענטראלע שטעט.



מיר האבן דא עטליכע ערטער צו באזוכן:

דאס ערשטע איז די קבר פון ר' אבדימי דמן 'חיפה', וואס ליגט טאקע ווי ער האט געוואוינט.





זיין קבר געפינט זיך אינעם אלטן בית החיים אין צענטער פון שטאט.



360 דיגרי

נעבן אים ליגט א קאסובע אייניקל, די ראדאוויציער, מחבר ספר 'ויקח משה'.



דערנאך גייען מיר צום מערת אליהו הנביא!

360 דיגרי







דער מערה געפינט זיך אויפן כרמל בארג, וואס נעמט ארום די שטאט פון אלע זייטן. אנצוקומען אהין דארף מען דורכפארן רוב חיפה.



די מערה איז שוין גאר א פריעדיגע פארהייליגטע ארט. די חוקרים האבן זאגאר געפינען אויף די ווענט פונעם מערה, גאר פריעדיגע אויפשריפטן פון עולי רגל, נאך מזמן האמוראים.
די שאלה איז נאר, וואס איז דא געווען? ווי שטייט אז אליהו הנביא האט געהאט א מערה אויפן כרמל?



דאס ווייסן אוודאי אלע, די מעשה מיט אליהו הנביא אויפן כרמל, מיט די נביאי הבעל, און אויב נישט קענט איר עס לערנען אין ספר מלכים, אדער הערן די טעיפ פון לייבוש לאנגער דערויף...

יעצט, מעגליך אז דא האט ער זיך אויפגעהאלטן יענע יארן, דא געוואוינט און דא געדינט דעם אייבערשטן, דעריבער האט ער טאקע דא פאררופן די גרויסע מעמד פון התגלות כבוד מלכותו יתברך, אקעגן די נביאי הבעל, וויבאלד דא האט ער זיך געפינען יענע צייט. און אגב, זעט מען טאקע דערמאנט אין מלכים ביי די מעשה פון די שונמית, אז אלישע הנביא, זיין תלמיד, האט זיך דא געדרייט אסאך אויפן כרמל.

עכ''פ, דאס איז שוין גאר אן אלטע מסורה וואס איז מייחס דער מערה צו אליהו הנביא, און דאס איז זיכער אז דער בארג איז די כרמל ווי עס איז פארגעקומען די מעשה ווי מען האט אויסגעשריגן 'ה' הוא האלקים'!! און ממליך געווען דעם אייבערשטן כראוי, נאך אזויפיל יארן פון כפירות און עבודה זרה.

אלע יארן פלעגט מען דא באזוכן ביים ארומגיין אויף קברי צדיקים. דער אור החיים הקדוש האט דא געוויילט אין דעם מערה איבער יום הכיפורים. און ר' נחמן מברסלב האט דא געוויילט זיין ראש השנה אין ארץ ישראל. ער איז אנגעקומען צו דעם חיפה פארט ערב ראש השנה, און דא פארבליבן אין דעם מערה איבער ראש השנה. ער האט דאן טאקע שטארק משבח געווען דעם מקום, זאגנדיג מיט א התרגשות 'דא אויף דעם ארט איז אליהו הנביא געגאנגען און געמאכט התבודדות'. אונז קענען שוין היינט זאגן אז 'דא אויף דעם ארט איז געגאנגען אליהו הנביא, דער אור החיים הקדוש, און ר' נחמן מברסלב'!!

די מערה איז גאר גרויס, און צוטיילט צווישן די אנשים און נשים מיט א מחיצה.



עס איז היינט א בית המדרש מיט אן ארון הקודש אין פארנט.



אנצוקומען דערצו דארף מען ארויפגיין אביסעלע טרעפ פון אינטען ביים שאסיי.



360 דיגרי

עס איז גאר נאנט צום ים ברעג, צו ווי מען קען צוגיין צופיס, אויב מען וויל.



360 דיגרי

דערנאך האבן מיר דא די קבר פון זיין הייליגע תלמיד 'אלישע הנביא', טאקע אויפן כרמל, ווי ער האט געוואוינט, אויבן אויפן שפיץ בארג. אבער צוגיין אהין קען מען נישט, וויבאלד עס געפינט זיך אין א קירכע, ימח שמם זאגט מען ביי אונז....



[בילדער איז נישט דא צו סאך, ווייל זיי מאכן זיכער צו אנלייגן צלמים ...]

ווי אויך האבן מיר דא ערגעץ וואו די קבר פון די הייליגע רמב''ן.

פונקטליך ווי איז נישט קלאר, אבער גבאי האט א מערה וואס זיי שאצן צו זיין די קבר. עיין שם ובכתבי ר' שמ''ח.



[און זיין קבר אין חברון]



כידוע האט די רמב''ן געאווינט עטליכע יאר אין עכו און דארט געהאט א ישיבה. לכאורה האט ער פשוט געוואלט ליגן אין ארץ ישראל, ווי שוין גערעדט, דעריבער ליגט ער דא אין חיפה ווי עס איז זיכער ארץ ישראל.

אינטערעסאנט, אז פאר עטליכע יאר צוריק האט מען געפינען אויף די ערד אין א פעלד, א זיגל פונעם רמב''ן! לכאורה גייענדיג און קומענדיג פון ירושלים. היינט ליגט עס אין מוזיאון ישראל וכו'.



מיט אים ליגן נאך עטליכע הייליגע ראשונים, ווי רבינו שמשון משאנץ, בעל פירוש המשניות 'הר''ש משאנץ'. און רבינו יחיאל מפריז, די שווער און רבי'ן פונעם סמ''ק, און בעל הוויכוח הנודע, וואס אלע זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און דא געוואוינט דערנעבן אין עכו און דא נפטר געווארן און באערדיגט געווארן אין די דערנעבנדיגע חיפה.



האבן מיר באזוכט צוויי קברים, א דריטע האבן מיר נאר געהערט דערפון און נישט געקענט צוגיין, און אויך א מערה פיל מיט עבודת ה'. דאס איז בערך וואס עס איז דא צוטון אין דעם מעכטיג גרויסן שטאט. יעצט וועלן מיר פארן ווייטער.

מיר פארן צוריק ארויס אויפן פיר, ביז מיר גרייכן דעם 75, און מיר פארן דערויף צו דרום.

אויפן וועג פארן מיר דורך די גרויסע שטאט 'נשר'.



און דערנאך גרייכן מיר די זיבעציג.



----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:27 am

כפר חסידים



דא מאכן מיר א לינקס און מיר פארן צוריק ארויף צפון.

גלייך ביים ווינקעל האבן מיר צוויי שטעט, 'כפר חסידים' און 'רכסים'.





דא איז פארגעקומען אסאך היסטאריע.



דא האט זיך אויפגעשטעלט פון די ערשטע ליטווישע ישיבות אין לאנד נאכן קריג, ישיבת כנסת יחזקיהו, ווי די באקאנטע צדיק ר' אליהו לאפיאן האט געדינט אלץ משגיח, און נאך.



דא האט זיך אויך געטון ווען עטליכע אדמורי''ם פון פוילן האבן געוואלט דא אויפשטעלן א ישוב זייערע אין יאר תרפ''ד, אבער למעשה איז עס גענצליך צופאלן.
צווישן זיי רעכנט זיך:

ר׳ יחזקאל טויב פון די מודזיצע גזע (ליידער נישט געהאט אזא ערליכע ענדע אין זיין היסטאריע),



[ר׳ יחזקאל (לינקס) מיט זיינע חסידים אין די ערשטע יארן אין כפר חסידים]





[זיין קבר אין בית החיים אין כפר חסידים]



ר' ישראל אלעזר האפשטיין פון די קאזניצע גזע,



[זיין קבר אין בית החייים סנהדריה אין ירושלים]



ר' ישעיהו שפירא א ברודער פונעם חובת התלמידים, און נאך.





[זיין קבר אויפן הר הזיתים אין ירושלים]



ביז יאר תשנ''ה איז רכסים געווען רוב פריי. יענע יאר האט זיך עס געטוישט און עס האט אגעהויבן ווערן באזעצט מיט חרדים וואס האט אטאמאטיש פארטריבן די פרייע. היינט איז עס כמעט גענצליך חרדי'ש, ליטוויש געשטימט. עס וואוינען דארט איבער צען טויזענט מענטשן.

עפעס א מוזעאום געפינט זיך דארט איבער די אמאליגע לעבן אינדערהיים, גערופן 'יענקל'ס שטעטל', בין איך נאכנישט דארט געווען, וועל איך נישט רעדן וואס איך ווייס נישט.





א גוטס פאר זיך..















360 דיגרי

אינדרויסן

כפר חסידים איז אפגעטיילט פון רכסים, כפר חסידים איז א מושב און רכסים איז א שטאט.


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:51 pm

כביש 70


שטייען מיר דא נעבן שפרעם.



שפרעם איז גאר א גרויסע שטאט, ווי עס וואוינען אראבער מיט דרוזן אויסגעמישט.

שפרעם ווערט דערמאנט אין די גמרא אלץ איינע פון די סטאנציעס ווי די סנהדרין האט זיך געפינען, אין אירע צען מסעות ווי עס האט אלץ געוואנדערט. וואס דאס באדייט אז אין זמן חז''ל איז דא געווען א גרויסע אידישע ישוב. היינט איז דא אן אלטע בית המדרש אינמיטן שטאט, פון בערך דריי הונדערט יאר צוריק, ווען אידן האבן נאך דא געוואוינט.







360 דיגרי



דא דערנעבן איז אויך די אלטע שטאט אושא, וואס איז אויך גאר באקאנט אין חז''ל, בפרט מיט 'תקנת אושא'.





דארט איז אויך געווען איינע פון די צען ערטער ווי די סנהדרין האבן זיך געפונען, און דארט האט מען געמאכט גאר גרויסע און וויכטיגע תקנות אין כלל ישראל וואס פירן אונז ביז היינט. די חוקרים ווילן אפילו זאגן אז זיי האבן געפינען די מקום ווי די סנהדרין האבן זיך געפונען, אין די דערנעבנדיגע 'חורבות הושא', ווי זיי האבן געפונען א גרויסן צענטראלן בנין פון יענע צייטן, וואס שיינט צו זיין דעם מקום. ווייז אויף אז נישט...



היינט איז דא נישט ווייט, א נייעם אידישן ישוב מיטן נאמען 'אושא', נאך דעם אלטן אושא.



די גאר אינטערסאנטע זאך וואס מיר האבן דא און צו ווי מיר גייען יעצט, איז די קבר פון ר' יהודה בן בבא, וואס דאס איז ממש א פלא!

פארוואס?
ווייל די גמרא דערציילט א מורא'דיגע מעשה. די רשעות'דיגע רומאיים האבן גוזר גזירה געווען און געזאגט אז ווער עס וועט מסמיך זיין א צווייטן מיט 'סמיכה', וועט מען אים הארגענען, און די שטאט אין די תחום שבת ארום ווי מען וועט עס טוען, וועט מען אויסרייסן וכו'.

איז ר' יהודה בן בבא געגאנגען צווישן שפרעם און אושא, אינדרויסן פון די תחום שבת פון ביידע, צווישן צוויי בערג, און דארט מסמיך געווען פינף אדער זעקס תנאים. האבן די רומאיים זיי באמערקט, זענען די מוסמכים אנטלאפן, און ר' יהודה בן בבא איז דארט געבליבן, האבן די רומאיים אים געהארגעט דארט אויפן פלאץ. עיין שם עוד.

יעצט איז ממש הפלא'דיג. דא געפונען מיר זיך יעצט צווישן די אלטע שפרעם און די אלטע אושא, אין א טאל צווישן צוויי קלענערע בערג, וואס דא ממש האט ער לכאורה מסמיך געווען די תלמידים, און דא האט מען אים נעבעך געהארגעט!

און לויט ווי עס קוקט אויס, האט מען אים דא טאקע אויפן פלאץ באערדיגט!! מעגליך צוליב די רומאיים וואס האבן נישט געלאזט אים אוועקפירן און באערדיגן בכבוד'יג, און אפשר לזכותו צו ליגן דארט ווי ער האט זיך אזוי מוסר נפםש געווען פארן אייבערשטנס כבוד.



א אינטערעסאנטע הוספה, אז ממש נישט ווייט פון דא האט מען געטראפן א שטיין פון יענע צייטן, אויפגעשריבן דערויף 'שבת', וואס לכאורה האט מען דאס ארומגעלייגט די שטאט צו קענען וויסן ווי עס ענדיגט זיך די תחום שבת פון אלע זייטן, א זאך וואס מען האט שוין געטראפן אין עטליכע אנדערע שטעט. מעגליך אז דאס איז געווען די סימן פאר ר' יהודה בן בבא ווי צו גיין און ווי צו שטיין אז עס זאל זיין אינדרויסן פונעם תחום!



און דא האבן מיר טאקע זיין קבר.



עס איז א שיינע גרעסערע מערה





אין א שיינעם טאל, גלייך אינדרויסן פונעם היינטיגן שפרעם.



הגם די הייזער פונעם דארף ריקן זיך שוין נענטער און נענטער, און לכאורה בקרוב וועלן זיי שוין ארומנעמען די קבר פון אלע זייטן.

אנצוקומען דערצו, דארף מען אביסל אריינפארן אין שטאט, און דערנאך ארויספארן, און דאן דערגרייכט מען דא.

פארן מיר ווייטער אויפן 70 צו צפון, פארן מיר אריבער א גרויסע אראבישע שטאט 'טמרה'. גלייך דערנעבן האבן מיר נאך א גרעסערע אראבישע שטאט 'כאבול'.



דאס איז נישט די כאבול פון אפגאניסטאן... הגם עס האט מערערע ענליכקייטן, ווייל איך האב שוין דא עטליכע מאל געכאפט שטיינער און געהאט צוטון מיט די ארטיגע אראבער... אבער ב''ה איך לעב, נישט ווי קאבול אין אפגאניסטאן ווי מען באצאלט מיטן לעבן ביי יעדע אטאקע...

איל וואלט טאקע נישט גע'עצה'ט פאר קיינעם דא אריינצופארן אן וויסן פונקטליך וואו צו גיין, און אפילו אזוי, אויך נאר אויב מען איז נישט קיין פחדן... בכלל גייען מיר יעצט פארן צו מערערע אראבישע שטעט, וואס בפועל וואלט איך קיינעם נישט אהינגענומען, נאר דא אויפן פאפיר (ווער שרייבט נאך היינט אויף פאפיר?... איך מיין צוזאגן, אויפן סקרין...) קען איך אייך נעמען, און עס איז כדאי זיך צו באגענוגן מיט דעם... נאכדערצו אז מיר באקומען דא שיינע בילדער פון יעדע פלאץ דורך (הרב) איינס...!!

דער שטאט ווערט שוין דערמאנט אין חז''ל. און היינט צוטאגס ליגן דא אין דער שטאט עטליכע ראשונים, און יש אומרים אז אויך איינע פון די נביאים.

צוערשט וועלן מיר צופארן צו די קבר פון מיכה הנביא.



יש מפקפקים אויף דעם, אבער לכאורה ליגט דא זיכער א אידישע צדיק, ווי די אראבער האבן מקובל, יש אומרים אז שמואל הקטן. עס איז א פארבויעטע מערה מיט א בנין דערויף, האלב איינגעפאלן און שווער צו אריינגיין.

דערנאך האבן מיר אביסל ארויפציר אויף דער גאס, א אלטן שיינעם בנין, אין א אראבישן בית הקברות, וואס דא איז מקובל צו ליגן די הייליגע אבן עזרא, וואס כנראה, חוץ פון זיין קבר, איז בכלל נישט באקאנט אז ער זאל האבן ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל! אבער די פריעדיגע ברענגן שוין אז ער ליגט דא.

ווי אויך איז מקובל אז דא ליגט ר' יהודה הלוי, דער גרויסער פייטן און מחבר הספר 'כוזרי'. די 'לבלר' פונעם פאריגן חודש האט אים שיין באשריבן, און טאקע דורכגעטון דאס אז ער איז בכלל אנגעקומען קיין ארץ ישראל און אז ער ליגט דא. לכאורה איז עס קראנט און אמת.

אינטערעסאנט נאר אז מען האט אים דא באערדיגט, נאכדעם וואס די מעשה גייט אז מען האט אים געהארגעט אין ירושלים. מעגליך, אים צו באערדיגן נעבן זיין חבר די 'אבן עזרא'.
עס זענען דא וואס לייגן אויך צו דעם פייטן ר' שלמה בן גבירול.

אין די פריעדיגע ספרים ברענגן זיי אז שוין יארן לאנג וואס מען קען דא הערן יעדע תשעה באב נאכט, א וויינענדיגע קול וואס קומט ארויס פון דארט!! כהיום ווייס איך נישט צו די אייבערשטער גיבט אונז נאך אזא גילוי און מען קען עס נאך הערן. הסתרה שבתוך הסתרה. אבל בודאי גם שם נמצא השי''ת, ואדרבה, ירידה והסתרה תכלית העליה והגילוי, והכל יתהפך לטובה!!





ביז יעצט זענען מיר געפארן מיטן זיבעציג, מער ווייניגער אויף די פלאך פונעם ים אין א געגענט ווי עס ווערט גערופן 'עמק זבולון'.



כאטש די שטאט כאבול איז שוין יא טיילווייז אויף די בערג. יעצט וועלן מיר זיך דרייען רעכטס אויפן אכט - נול - פינף, און אנהייבן צוריק אריינפארן אין די נידריגערע בערג פונעם גליל התחתון. אויב פארט מען ווייטער גראד אויפן זיבעציג, גרייכט מען צוריק די 85 פון ווי מיר קומען.

פארן מיר אויפן 805 א לענגערע שטרעקע, מיר פארן דורך די אידישע ישובים

יעד



עצמון – שגב



און דערנאך גרייכן מיר די אינטערסעקציע, ווי עס קרייצט זיך מיטן 784.

די 784 פארט ארויף קיין כרמיאל, אביסל שפעטער, און דא פארט עס אראפ צוריק צום 70.

ווער עס איז שטארק אין די גיסטע פון מאנקי'ס, קען מאכן א רעכטס אויפן 784 און צופארן צום יער הקופים,

אינעם ישוב יודפת, וואס געפינט זיך עטליכע מינוט פון דא.

[יודפת איז א אלטע שטאט וואס דא איז פארגעקומען איינע פון די שווערע מלחמות פון יוסיפון מיט די רומיים







דארט איז דא א קלענערע טיר – גארטן, ווי מען קען אריינגיין אינטער די גראטעס ווי די מאנקיס ווערן געהאלטן, און זיך שטארק באפריינדען מיט זיי. זיי האבן עטליכע סארט פריינדליכע מאנקיס, אויך האבן זיי נאך עטליכע חיות,

אריינגערעכנט אונזער גוט באקאנטע 'ראקון', וואס איז נישט דא אין ארץ ישראל אויף די פריי. איך קען זיי שיקן בחינם מיינע פילע שכנים ראקונען פון וועם איך זוך פטור צו ווערן, איך האב גענוג פאר אלע...

מיר פארן ווייטער אויפן 805 ביז מיר גרייכן די גרויסע אראבישע שטאט 'סכנין'.



----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:12 pm

כנרת וסביבה


מיר פארן אריין אין די צענטראלע שטאט 'סכנין', פון די גרעסטע אראבישע שטעט אינעם גליל.



דער ישוב ווערט שוין דערמאנט אין חז''ל. רבי חנניה בן תרדיון האט דארט געוואוינט, און פארשטייט זיך רבי יהושע ד'סכנין, וואס ווערט אסאך דערמאנט אין מדרש, האט דארט געוואוינט.
חז''ל דערציילן אויך אז סכנין איז געווען פון די בעסטע ערטער אין ארץ ישראל וואו צו פלאנצן, און די פירות וואס האבן דארט געוואקסן זענען געווען גאר געוואלדיג.

דא ליגט טאקע רבי יהושע דסכנין. [ואשתו]





ער ליגט אין צענטער פון שטאט, נישט ווייט פון די הויפט שאסיי אויף וואס מיר פארן יעצט, אין א גרויסן שיינעם בנין וואס איז לכאורה געבויט געווארן תיכף נאך זיין פטירה איבער זיין קבר, און שטייט נאך זינט דאן!

ארום די קבר איז פארהאן אן ארומגעצוימט שטיקל פעלדל, מיט א ריזיגן אלטן פערזשן בוים (פלא''ם בלע''ז) דערין.

דאס איז מיט סכנין. יעצט פארן מיר ווייטער צו די קומענדיגע דערנעבנדיגע אראבישע דארף, דאס איז 'עראבה'.



בימי חז''ל איז דאס געווארן גערופן 'ערב', און רבי חנינא בן דוסא און נאך תנאים האבן דא געוואוינט. עס איז געווען א גרויסע צענטער, און פון די גרעסטע שטעט אין גליל. היינט איז עס א גרויסע אראבישע דארף, וואס די ארטיגע איינוואוינער ליבן נישט ספעציעל קיין אידן, על בשרי אחזה...

דא האבן מיר טאקע די קבר פונעם באקאנטן תנא הקדוש רבי חנינא בן דוסא.



ער ליגט אין א קליינעם אלטן בנין, ווי עס געפינען זיך צוויי ארונות, איינס פון ר' חנינא און די צווייטע פון זיין ווייב, וואס ווערט אויך דערמאנט אין חז''ל לשבח.

נישט ווייט פון דארט איז דא אן אלטן אראבישן בית הקברות, און אין די צענטער איז דא א גרויסע רינדעכיגע שטיין וואס יש אומרים אז דארט ליגט רבי ראובן איצטרובלי, וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל אלץ דער וואס האט גע'שתדל'ט פאר כלל ישראל צום גוטן.



גבאי טענה'ט אז ער ליגט ערגעץ אנדערש אין דעם דארף, אבער זיי ווייסן אויך נישט פונקטליך וואו.

[אמאל (פארוואס היינט נישט ווייס איך נישט) איז דא געווען א קליינע אמעריקאנער לעידי]



ענדליך פארן מיר ארויס פון דעם פיינטליכן דארף, וואו אלע אראבער קוקן דיר אן מיט אויגן פיל מיט האס און שנאה.

מיר גייען צוריק צום הויפט שטראז, וואס איז די 805, און מיר פארן ווייטער אין ריכטונג פון מזרח. אויב מיר פארן מיטן 804, קומען מיר צוריק צום 85 פון וואו מיר קומען, אדער צו כרמיאל וואו מיר האבן שוין באזוכט.

מיר פארן ווייטער אויפן 805, פארן מיר דורך נעבן א גרויסע אראבישע קריסטישע דארף 'דיר חנא'.



דערנאך ענדיגט זיך די 805 און מיר גרייכן דעם 806.

לינקס קענען מיר גיין אדער צוריק צום 85 דורך די אראבישע שטאט מעזשאר,



אדער ארויף אויפן 65 דורכן 807, צו וואו מיר וועלן טאקע בקרוב אנקומען,

אבער מיר וועלן צום ערשט מאכן א טיילווייזע אומוועג, וויבאלד מיר ווילן זיין ביי נאך א קבר פון א צדיק, דא ממש דערנעבן. איר האט צייט, יא?...

מאכן מיר טאקע א רעכטס אויפן 806 צו דרום. ביז מיר גרייכן די אריינגאנג צום שטאט עילבון.



דא קעגן איבער דעם אריינגאנג איז דא א וועג ארויף, וואו מען קומט אן צום קבר פונעם תנא הקדוש רבי מתיא בן חרש.



צו דער מקום קומען רעלאטיוו אסאך מענטשן, און עס זענען דא מעשיות פון ישועות דא. איך ווייס אפילו פון מענטשן וואס האבן צוגעזאגט א 'מתיא' פאר א קינד... יא יא, לאכטס נישט, זיי זענען געווארן געהאלפן, און איך קען טאקע א מתיא'לע... זייער א פיינעם אינגערמאן, עס האט אים גארנישט געשאדט...

דעם קבר, איז א קליינער נייעם בנין, און אינטער דעם א מערה ווי מען קען אריינקריכען.



די קבר איז נישט אינעם דארף, און מען קען רוהיג אהינגיין. צומאל איז פארשפארט די צוים אינטען, און מען דארף ארויפגיין צופיס, דעמאלטס, ווייס איך שוין נישט צו עס איז כדאי צו לאזן די קאר אינטען קעגן די אריינגאנג צום אראבישן דארף.



פון דא, פארן מיר ווייטער ביזן 65, די שאסיי פון וועמען מיר האבן שוין גערעדט פריער איבער די העפטיגע בוי ארבעט וואס גייט דא אריין די לעצטע יארן עס אויסצוברייטערן. איך פארדין נישט צופיל דערפון, ווייל איך קען דא פיין פארן אויך אן דעם, אויפן סקרין...

מיר דרייען זיך לינקס און פארן אויפן 65 א היבשע שטרעקע. רעכטס זעהען מיר שוין ווי די בערג נידערן שארף אראפ ביזן כנרת וואס זעט זיך שוין ארויס פונדערווייטנס, און איז ווי באקאנט טיף אינטערן ים פלאך, און מען דארף אסאך אראפנידערן עס צו דערגרייכן.

מיר פארן צו צפון, אינדערמיט פארן מיר אריבער די ישוב 'רביד'.



דערנאך די 807, וואס פירט אראפ קיין טבריא. מיר פארן ווייטער ביז מיר דערגרייכן די קברים פון חבקוק הנביא און רבינו בחיי.



היינט איז שוין געבויט א שיינעם וועג אריין וואס פירט צו די קברים. און אויך צו די ישוב קדרים, וואס מיר ווייסן שוין פארוואס עס הייסט קדרים, ווער געדענקט?...

די היינטיג אנגעצייכנטע קבר פון חבקוק איז א זיכערע טעות, גם ר' שמ''ח זאגט אזוי (מפי השמועה). ממש דערנעבן, אריבער די צוים, געפינט זיך די ריכטיגע קבר וואס גבאי שרייבט אין זיין ספר.



אויף די נישט ריכטיגע איז דא א שיינעם גרויסן בנין,



מיט ספרים דערינען, און אויף די וואנט א גרויסע טאוועל מיט די 'תפלה לחבקוק'.



[אויך דא א מסורה אז ער ליגט אין איראן]



אביסל ווייטער איז דא א קבר וואס איז געבויט דערויף א שטיקל בנין, און אנגעצייכנט אלס די קבר פון רבינו בחיי.





גבאי טענה'ט אז עס איז ערגעץ אנדערש, נענטער צו חבקוק.



נישט ווייט פון דא, אין חורבת חוקוק,



ווערט אין די לעצטע יארן, אויפגעגראבן א שיינעם אלטן בית הכנסת מזמן האמוראים,



מיט הערליכע מאלערייען אויף די ערד (דורך טיילס), וואס איז פארהאן אין אסאך אלטע בתי כנסיות אינעם לאנד.

עטליכע מאלערייען זענען פון שמשון הגיבור, פון די מעשיות וואס ווערן דערמאנט אין שופטים. עפעס א קשר האבן זיי געהאט ספעציעל מיט שמשון. ווי אויך מאלערייען פון יונה אין די בויך פונעם פיש, און די מעשה פון דור הפלגה, די מרגלים, קריעת ים סוף, און נאך.







בכלל ווערט שוין די ישוב חקוק דערמאנט אין נ''ך עטליכע מאל. אין אויך אין חז''ל אלץ א וואוין ארט פאר עטליכע אמוראים. אינטערסאנט די צוזאמשטעל מיט די נאמען פונעם נביא וואס ליגט דא 'חבקוק', צו די שטאט וואס איז דא געווען 'חוקוק', וואס ווערט שוין דערמאנט הונדערטע יארן פריער ווען יהושע האט עס איינגענומען.

היינט איז דא דערנעבן א אידישע ישוב 'חוקוק'.



פון דא פארן מיר ווייטער אויפן 65, מיר וועלן איבערפארן די 85 צו רעכטס, ווי מיר זענען שוין געפארן. ווילנדיג דערגרייכן די ניינציג וואס טראגט אונז אראפ קיין טבריא, וואו מיר האבן פאריגע מאל זיך אוועקגעדרייט, און אויפן וועג באזוכן נאך עטליכע ערטער וואס קענען זיין אינטערעסאנט.

גרייכן מיר די ניינציג, און מיר מאכן א רעכטס, און מיר הייבן אן שארף אראפצופארן צום טיפן טאל ווי די כנרת ליגט אויסגעשפרייט.

אבער גלייך בעפאר מיר הייבן אן זיך אראפצוקייקלען די בארג מיט געדרייטע וועגן, האבן מיר א ארט צו באזוכן, דאס איז 'כורזים'.

מיר פארן ארויף אויפן זייטיגן 6277, און נאך אביסל האבן מיר די נאציאנאלע פארק 'כורזים'.

כורזים איז א שטאט פון די צייטן פון די אמוראים, וואס רוב פון די שטאט איז געווארן ארויסגעגראבן און מען קען עס זען היינט אויפן שטח. דער געגענט ווערט דערמאנט אין חז''ל אלץ א פלאץ פון וואו עס איז גוט צו ברענגען תבואה פארן בית המקדש, וויבאלד עס וואקסט דא גאר גוטע תבואה.

די עיקר דערפון איז די אלטע בית המדרש פון יענע צייטן וואס מען האט דארט געפונען. א געפינס וואס מען האט געפינען אויף מערערע ערטער אין גליל און אין דרום, אזוי ווי מיר האבן שוין געהאט אין מירון, אין חורבת שמע נעבן קבר שמאי, און אין ברעם, און ווי מיר וועלן נאך האבן אי''ה.



עס איז א גרויסע בית המדרש געבויט מיט הערליכע שטיין,





אריינגעקריצט דערין גאר שיינע באצירונגען ווי עס פאסט פארן אייבערשטנ'ס היים, מקדש מעט.







360 דיגרי

לויט ווי די חוקרים זאגן, איז דאס איינקריצען אין די סארט שטיינער גאר א גרויסע חכמה, וואס האט געדארפט אסאך מומחיות און כוחות און געלט, וואס זיי זענען געווען גרייט צו אינוועסטירן פארן אייבערשטנס כבוד.

אויף איין שטיין האט מען געטראפן אויפגעשריבן ''זכור לטוב יודן בר ישמעאל שעשה את העמודים והמדריגות מכספו''.

[די שטיין איז א בענקל און זיי רופן דאס קתדרא דמשה, טוב וועט אפשר וויסן מער]



דאס איז א שקויעך פאר די חשובע נדבן 'יודן (יהודה) בר ישמעאל' וואס האט מנדב געווען די הויכע שיינע זוילן וואס די בית המדרש פארמאגט פון אלע זייטן, און די טרעפ פונעם בית המדרש. ער איז טאקע זכור לטוב ביז אריבער טויזענט יאר שפעטער!....

ווי אויך האט מען דא געפינען א ריזיגן בית הבד, א ארט ווי מען האט אויסגעקוועטשט זיתים פאר אויל.



אריינצוגיין דא, קאסט אפאר שקל. דאס איז, וויבאלד זיי האלטן אויף דעם ארט שיין און מסודר עס זאל זיין ראוי צו באזוכן, פארלאנגען זיי זיך צו משתתף זיין אין די הוצאות. דאס זעלבע האבן מיר געהאט אין ברעם ווי זיי האלטן אויך אויך דעם פלאץ כראוי, דעריבער ווילן זיי מען זאל צאלן. אנדערש טאקע אין מירון און אין חורבת שמע וואס איז נישט מסודר און אויפגעהאלטן, און קאסט טאקע נישט קיין געלט. בחינם באקומט מען כינים...

דערנעבן איז דא א אידישע ישוב 'כורזים', על שם די אלטע ישוב.



מיר ענדיגן אין כורזים, מיר פארן צוריק צום 90, און מיר הייבן אן אראפצופארן צום כנרת. פאר אונז שפרייט זיך שוין אויס דעם גאנצן טאל, און פונדערווייטנס קען מען שוין אויך זען די שטאט טבריא אין צענטער פונעם כנרת.

[א בליק אויפן כינרת פון כוזרים]

https://my.weekend.co.il/Templates/cust ... quality=70

מיר פארן אראפ מיט די גאר געדרייטע ראוד, אראפ די בארג צו גרייכן די נידריגע טאל ווי די כנרת איז, וואס איז בערך 700 פיס אינטערן ים פלאך.

ענדליך גרייכן מיר די פלאך פונעם שמאלן ערד פלאך, צווישן די בערג ארום, וואס נעמען ארום די כנרת פון אלע זייטן, און די ים אליין. דא רעכטס פארן מיר קיין טבריא.

אבער מיר וועלן צום ערשט מאכן א לינקס אויפן 87 וואס נעמט ארום די כנרת פון צפון זייט, דא האבן מיר צו באזוכן 'כפר נחום'.

אין כפר נחום געפינט זיך די גרעסטע פריעדיגע בית הכנסת אין ארץ ישראל. די פראבלעם דערמיט איז נאר אז די גמרא דערציילט אונז די סוד אז די אידן אין כפר נחום זענען גאר געווען מינים. דעריבער איז נישט קלאר צו עס איז אויסגעהאלטן אריינצוגיין אין דער בית הכנסת אלץ א כנסת המינים.... און עס קען אפשר זיין אז דאס איז פון אנדערע אידן.

דא, אין דער צפון טייל פונעם כנרת, איז גאר א וויכטיגע ארט פאר די קריסטן. לויט זייערע לעגענדעס איז דא פארגעקומען גאר אסאך מופתים פונעם אותו האיש, און דא האט ער זיך געדרייט און געוואוינט. דעריבער, האבן זיי דא מערערע קלויסטערס, געבויט אויף קלויסטערס פון איבער טויזענט יאר צוריק, אלץ זכר פאר זייער מנהיג, זכר לחורבן... זכור 'אותו האיש' לרע.... זכר עמלק...

דעריבער, איז לכאורה כפר נחום געווען אזעלכע האלבע קריסטן, וואס זענען געווארן נשפע פון די געגענט. אין מדרש ווערט דערציילט איבער רבי חנינא, די נעפיו פון רבי יהושע בן חנניה, וואס איז געקומען דא זיך טענה'ן מיט די ארטיגע מינים, און דערנאך געדארפט אנטלויפן פון זיי מיט א חמור אין שבת.

א גרויס טייל פונעם בית הכנסת איז געווארן צוריק געבויט, שיין און מסודר, כמעט ווי ווען עס איז געשטאנען פאר טויזענט פינף הונדערט יאר צוריק.



אויף איינע פון די שיינע עמודים האט מען געטראפן געשריבן "חלפו בר זבידה בר יוחנן עבד הדן עמודה (האט געמאכט דער עמוד), תי לא ברכתא (תבא עליו ברכה)".



אויך האבן מיר דא א קבר. דער קבר איז היבש נישט קלאר ווער עס ליגט דא. לכאורה איז עס נחום הנביא, ווי עס איז משמע פונעם אר''י הקדוש, וואס לכאורה נאך זיין ארטיגע קבר איז די שטאט גערופן געווארן אלע יארן 'כפר נחום' - די דארף ווי נחום הנביא ליגט.

זיין קבר האט גבאי געטראפן אין די לעצטע יארן. עס מוז נישט זיין אז ער האט גוט געטראפן און מען קען זיך קריגן דערויף.



עכ''פ, געפינט זיך דער קבר אין א באנאנע פעלד, צווישן די ביימער. א קליינעם טיפן מערה אינטער די ערד.



האבן מיר גענדיגט מיט כפר נחום, פארן מיר צוריק צום 90, און מיר פארן צו דרום ריכטונג.

אויף די לינקע זייט האבן מיר יעצט די גאנצע כנרת הארט נעבן אונז. און אויף די רעכטע זייט הייבן זיך נעבן אונז די בערג פון גליל התחתון.

מיר זענען יעצט אפאר הונדערט פיס אינטערן ים פלאך, דעריבער איז דא זייער שטיקעדיג הייס און גאר נאס רוב יאר, ווער רעדט שוין אין סאמע זומער, ווי עס ווייסט יעדער וואס איז שוין געווען אין טבריא אין די זומער און אז עס איז כמעט נישט דא קיין לופט צו אטעמען. און בנוסף צו דעם, איז עיר קאנדישאן אין ארץ ישראל א לוקסעס, און ווילאנג מען וועט נישט האלטן פארן אויסגיין פון די גרויסע היץ, וועט מען עס נישט אנצינדן...

דערפאר טאקע, ניצט מען אויס די היצן צום גוטן, און מען פלאנצט דא מערערע טראפישע סארט געוויקסן, וויבאלד די וועטער איז דא טראפיש, כמעט ווי אינטערן עקוועטאר. ווי למשל, אוואקאדא, באנאנעס, פאפאע, ליצ'י, פיינעפל און נאך. ווי מען קען זען אויף די זייטן פונעם ראוד, אויב מען ווייסט וואס מען זעט.

פארט מען דורך דעם 7177 וואס פירט צו צוויי אידישע ישובים, חוקוק און ליבנים.



דערנאך פארט מען אריבער דעם גרעסערן אידישן ישוב 'מגדל'.



דא זעט מען העכער אונז דעם מעכטיגן 'צוק ארבל', וואס קוקט אראפ אויף דעם טאל וואו מיר געפינען זיך. באלד וועלן מיר אי''ה זיין דארט אויבן.



דערנאך פארן מיר אריבער די 807 וואס פירט צוריק פון ווי מיר קומען, צום 65.

און גלייך דערנאך אויף די רעכטע זייט האבן מיר א אלטע ישוב 'מגדלא', וואס מיר וועלן אט אט באזוכן אי''ה.

האבן מיר אריינגעכאפט אין איין טאג, לכבוד ר''ח אלול... אסאך אסאך. קבר רבי יהושע דסכנין אין סכנין, צוויי קברים אין עראבה, רבי מתיא בן חרש אין עילבון, און א היינטיגע מתיא'לע... חבקוק הנביא און רבינו בחיי, און דערנעבן א אלטע אינטערעסאנטע בית המדרש. דערנאך א אלטע בית המדרש אין כורזים, און דערנאך א אלטע בית המדרש אין כפר נחום, און דערנעבן די קבר פון נחום הנביא, און אויך אריינגעכאפט אפאר געשמאקע פרישע זאפטיגע פיינעפל און ליצ'יס פון די ארומיגע פעלדער... בקיצור, קבר, בית הכנסת, קבר, בית הכנסת, קבר, בית הכנסת.... און פאפאע און ליצ'י, עפעס עולם הזה אויך....


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט