בלאט 1 פון 2

קוק אויב ס'איז יענעם אויך אינטערעסאנט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:59 pm
דורך אברהם דוד
די ערציילונג אין דעם ארטיקל איז באזירט אויף א מעשה וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן, די נעמען זענען געווארן פארטוישט און זענען געהיטן אין רעדאקציע, און געוויסע איינצעלהייטן זענען געווארן צוגעלייגט אדער פארענדערט פאר די ציל פון דראמאטיזאציע.


קאפיטל א.
אוי שמואליק (מיט א ליטווישע מלואפים), איר קענט נישט מיין חבר שמואליק? דער אינגערמאן וואס דרייט זיך ביי אונז אין ביהמ''ד, נישט צי קלוג און נישט צי נאריש, גאנץ פריינטליך און אויפגעלייגט, און פון צייט צו צייט זאגט ער אויך א גוטס, איר ווייסט פון וועם איך רעד? יא?

אט הערט וואס האט פאסירט צו אים, ויהי היום, אין א געווענליכע דינסטאג אינדערפרי, איך קום אריין אין קאווע שטיבל, און איך זעה ווי ער הייבט אן קומען אין מיין ריכטונג, מיט כמעט טאנצעדיגע טריט, און מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, 'וואס מאכט אים אזוי פרייליך?, האט ער ענדליך געוואונען אין דעם קולי שמע סקרעטש-אף לאטא..?', טראכט איך צו מיר מיט וואונדער, "וואס גייט פאר שמואליק??" פרעג איך אים מיט עקסטאז..

"גיעעט מארגן, אברהם דוד!!"
"גוט מארגן," ענטפער איך אים מיט א צומישטע שמייכל, "וואס גייט פאר..?"
"ככככ.. מיין ווייב זאגט מיר אז איך מאך עס זייער גוט.."
"דיין ווייב וואס..??" פרעג איך, "איך כאפ נישט וואס דו מיינסט.." לייג איך צו מיט א שאקל מיטן קאפ.
"מיין ווייב.." זאגט ער איבער, דרוקענדיג אויף די בית פון ווייב..
"יא.. וואס איז מיט דיין ווייב..?"
"כאפסט נישט?!" זאגט ער, געבנדיג א קלאפ מיט צוויי פינגער אויפן שטערן, "כ'מאך נאך רוסיעש..!!"
"יא... די פרויען..." שטאמל איך ארויס צומישט מיט א האלב פארשעמטע שמייכל, נישט כאפענדיג פונקטליך וואס ער מיינט..
"נו?! איך מאך עס גוט! הא..?!" זאגט/פרעגט ער.
"וואס??" באשעפער אין הימל..
"רוסיש..!!!" זאגט ער איבער.
אה.. יעצט כאפ איך.. די עקסטערע דגוש אויף די מלואפים האט געדארפט צו זיין רוסיש.. "יא.. האהא.. רוסיש.." זאג איך, פראבירנדיג ארויפצוברענגן די גרעסטע שמייכל וואס איך קען אויף מיין האלב רויטע געזיכט..
"דו ווייסט שמואליק," זאג איך אים, "ווען מען מאכט נאך רוסיש דארף מען אויך לייגן א שטערקערע געוויכט אויף די רררר.., אזוי ווי די בני ברק'ע ריש."
און אויסשיסענדיג אין נאך א גרעסערע געלעכטער זאגט ער, "גיעעעעט... כא כא... אברררררהם דאוויעד.."
אוי.. נישט דאס האב איך געמיינט..
"שמואליק, איך מיין זאלסט גיין א טראפ שוואכער אויף די ריש..." און נעמענדיג שנעלע טריט אוועק פון דארט, לייג איך צו, "עניוועי, איך מיין אז איך דארף כאפן מיין מנין.. זיי געזונט.."

'ווארשיינליך א פיר און צוואנציג שטונדע וויירוס' טראכט איר?.. ניין.. בכלל נישט.. אט הערט, והנה ויהי ממחרת, מיטוואך צופרי, איך גליטש זיך אדורך דעם דרייענדיגן מקוה צוים, און איך גלייב נישט מיינע אויגן, עס שטייען אפאר אידן ארום שמואליק מיט קענטליכע צומישטע פענימער, און שמואליק שטייט אינדערמיט, קוילערט זיך פאר געלעכטער, און באמערקט אפילו נישט אז קיינער נעמט נישט אנטייל אין זיין שמחה...
צוגייענדיג נענטער, הער איך טאקע דאס וואס איך האב זיך פארגעשטעלט אז איך וועל הערן, שמואליק איז מגלה דעם סוד מיט א פרייד, "איך האב נאכגעמאכט רוסיש...!!!" פארציילט ער צו די פארלוירענע פארזאמעלטע, און באמערקענדיג מיר פונדערווייטענס שרייט ער אויס "אה... קיעקטס... אברררררררררר........וגומר" און די טשולענט פון שבת האט מיר אנגעהויבן צוריק ארויפקומען...

שווערע צייטן האבן זיך דעמאלס אנגעהויבן, מיינע פריינט, און פון דער רואיגער און געלאסענער אברהם דוד בין איך געווארן א דערשראקענער און אנגעצויגענער האזל, דאס גיין אין מקוה איז מיר געווארן א קאשמאר, מיינע קאוועס האב איך אנגעהויבן אויסטרונקען אין א אויגן בליק, און ווי שטארק איך האב פראבירט אויסצומיידן דעם שמואליקן, האט ער אייביג געהאט זיינע וועגן מיר צו טרעפן, און אלעמאל ווידער אויפגעלעבט דעם קליינעם און באהאלטענעם פאראנויד מענטשעלע וואס באהאלט זיך אין מיר, וואס איך האב ביז היינט אזוי שטארק פראבירט צו דערשטיקן.

דאן האט ער אנגעהויבן קומען אין מיינע חלומות, טאג איין טאג אויס איז שמואליק געווען דער צענטער פון מיינע נאכט קאשמארן, ווי איך פלעג זיך טרעפן אין א טונקעלע וואלד אליינס, און איינע פון די ביימער פלעגט זיך טראנספארמירן אין שמואליק, און אנהייבן 'שררררררייען' מיט פארטויבענדע קולות, העכער און העכער, שטערקער און שטערקער, ביז איך פלעג זיך געבן א דערוועק אין א קורצע אפגעהאקטע אטעם, צו זעהן אז דער רררר.. איז געווען די קלונג פון מיין וועקער זייגעררררר.

מיט די צייט האב איך אויסגעפונען אז עס איז נישט מיין פערזענליכע צרה, און דער גאנצער ציבור בעהט און האפט, און קען קוים אויסווארטן אז איינער זאל טאן דאס נויטיגע, און מגלה זיין פאר שמואליק אז אפילו א זאך וואס איז באמת לאכעדיג, איז אויך נאר גוט פאר איינמאל, אבער ביים זעהן די שמחה אויף שמואליקס פנים בשעת'ן רררעדן, איז פאר יעדן אוועק דעם אפעטיט צו אוועקנעמען פון א איד אזא פרייד.


קאפיטל ב.
איז אריבער אביסל מער ווי א חודש, דער מצב מיט שמואליק איז נאר געווארן ערגער און ערגער, ער האט אנגעהויבן רעדן מער און מעררר, און העכער און העכעררר...
געווען איז עס ארום עלעף אזייגער ביינאכט, איך האב זיך געפונען ביי א משפחה שמחה, און באגעגענט דעם עלטער פעטער פון אויסלאנד, פעטער מענדל, א איד אין די הויעכע יארן, געוועזן א תלמיד מובהק פונעם רעבע'ן כעזקעלייני, און אפילו נאך געדענקט דעם רעבע'ן פונדערהיים, דער קאפ ארבעט אים נאך גאנץ גוט, אבער האט פארט פארלוירן דעם טאקט ערגעץ אינעם דייטשע וואגאן צווישן באלישע-דזשארמעט און טרעבלינקע.

איך בין געווען גאנץ אויפגעלייגט ביי יענע שמחה, איך האב נארוואס געהאט געקויפט א נייע בעקישע וואס איך האב ארומגעטראגן מיט שטאלץ, זייענדיג זיכער אז דער עולם פארשטייט צו איר שיינקייט און באוואונדערט מיין געלונגענעם אויסוואהל.
אבער ווען איך האב געגעבן דעם פרייליכן מזל טוב פאר פעטער מענדל'ן, האט ער מיר געגעבן א קוק אן מיט דעם אזוי באקאנטע שפאטישע בליק.. "זאג נאר אברהם דאוועד.. האלטסטע טאקע אז דיין בעקישע איז זוי שיין..??"
איך בין געשטאנען אזוי האלב באליידיגט, און דאס האט פאר פעטער מענדל'ן געגעבן דעם הסכמה אנצוהייבן זיין שיינע פארציילונג איבער דעם סטאפ וואס זיין פליגער האט געמאכט אין... רוסלאנד! אבער אנדערש ווי אייביג וואס דער ווארט רוסלאד האט געמאכט מיין הארץ זאל פארפעלן א קלאפ, האט דאס גאר פארשנעלערט מיין הארץ ריטעם.. און דער געדאנק האט געגעבן א בליץ אויף אין מיין קאפ...
נישט געבנדיג אים דעם געלעגענהייט צו ענדיגן ערקלערן דעם שרעקליכן פליגער דילעי, בין איך געגעבן א טאנץ אויף אין א קעדאטשקע.. אז איך האב קוים געהערט פעטער מענדל'ס טענה אז "אברהם דוד.. טאנצן ברויך נאר איינער וואס קען גאר טאנצן.."

"דו ביזט דאך דער בעסטער קאנדידאט, פעטער מענדל!" האב איך אויסגעשריגן..
"איך קום שוין צוריק, איך מוז מאכן זייער א וויכטיגע טעלעפאן רוף.." איז געווען מיין ענטפער צו זיין פארוואונדערטע בליק..


קאפיטל ג.
איך בין ארויס צו די זאל פארצימער, און מיט ציטערדיגע הענט האב איך אנגעדרייט שמואליקס טעלעפאון נומבער.
"העלאו? שמואליק? איך בין דא ביי א חתונה, דו מוזזזט אהערקומען..!!"
"וואס..? פארוואס..? איך בין שוין אין בעט.. וואס איז דא דארט..?"
"דו מוזט קומען זעהן די מוזיק דא, דו מוזט זעהן די דזשאב וואס די זינגער מאכט דא..!"
"אבער איך האב בכלל נישט ליב קיין מוזיק.."
"יא.. איך מיין צו זאגן די עסן, עס איז דא צו בריקענען דא..!"
ווען די עסן האט אים אויך נישט איבערגערעדט האב איך פראבירט נאך אפאר זאכן, איך געדענק נישט וועלכע זאך עס האט אים למעשה איבער גערעדט, אבער מיט פרייד האב איך אפגעאטעמט ווען ער האט ענדליך געזאגט,
"אקעי, איך טו מיך אן און איך קום אריבער.."

גיי איך אזוי צוריק צום זאל, און א שרעק באפאלט מיר ווען אויפן וועג אריין באמערק איך פעטער מענדל'ן שטיין קאמפס גרייט מיטן מאנטל און שאל, אוי באשעפער.. נאר נישט דאס.. ער גרייט זיך שוין אוועקצוגיין.
"פעטער מענדל," שריי איך אויס, "דו קענסט נאכנישט גיין, איך האב גרויסע פלענער פאר דיר היינט נאכט, דו גייסט היינט ראטעווען א וועלט!"

און נאר ווען ער האט מיר אנגעקוקט מיט דעם מאדנעם אומפארשטענדליכן בליק האב איך זיך געכאפט אז איך טאר אים נישט פארציילן אז איך פלאניר פאר אים אז ער זאל איינעם באוואשן מיטן אמת אין פנים אריין, איך ווייס אז אויב וועט ער וויסן אז דאס איז וואס איך וויל וועט ער עס קיינמאל נישט טאן, ער גלייכט נישט אז איינער זאל אוועקגיין צופרידן נאך א באגעגניש מיט אים, אפילו ווען זיינע ווערטער זענען דירעקטירט צו א צווייטן.

"קום אביסל שמועסן," זאג איך אים, "איך ווייס נאכנישט ווי לאנג די פליגער אפשטעל האט למעשה גענומען.."
"דאס וועט שוין מוזן זיין א צווייט מאל," זאגט ער מיט א קענטיגע צופרידנהייט, "בינעך שוין מיד, ווילעך שוין גיין שלאפן."
און קעגן יעדע אינסטינקט אין מיר, און אנדערש ווי אלע ווארענונגען וואס מען האט מיר אנגעזאגט, האב איך באשלאסן צו פרעגן דאס פאלגענדע,
"זאג מיר פעטער מענדל, ווי לאנג פלעגט די רעבע בלייבן ביי חתונות?..."
און פונקט ווי איך האב זיך פארגעשטעלט, און אזוי ווי אלע האבן מיר פארגעזאגט, האט זיך אויסגעצויגן אויף פעטער מענדל'ס געזיכט א ברייטע שמייכל, ער האט זיך באקוועם אנגעלאנט אויפן וואנט, און אנגעהויבן רעדן מיט די רואיגקייט פון א רויט לייט, און די געדולד פון א ניסל שאלאכץ..

"אהההה, דעם רעבע'ן..." האט ער ארויסגעזינגען אין דעם באקאנטן טאן, און איך האב געוואוסט אז ער פארבלייבט מיט מיר אזוי לאנג, און נאך לענגער ווי איך וויל..

און ווען איך האב געהאלטן אינמיטן ערקלערן אז דער רבי איז גענוג גרויס אין מיינע אויגן, און עס פעלט בכלל נישט אויס אז ער זאל האבן געקענט סיי גראמען און סיי מאלן, און זיכער נישט אז עס זאל האבן געוואקסן בלומען פון זיין קאפ, האב איך מיט פרייד באמערקט ווי שמואליק דערנענטערט זיך צו אונז מיט שנעלע טריט..
"וואו זענען די פינקע עלעפאנטן..?" פרעגט ער אין איין אטעם..
פינקע עלעפאנטן?? וואו איז אים בייגעפאלן פינקע עלעפאנטן?? אה יא.. דאס האב איך אים געזאגט ווען ער האט מיר נישט געגעלייבט איבער די מענטש מיט די צוויי קעפ וואס טאנצט אין די רינג...

"יא, זיכער, זיי זענען דארט ביי די אנדערע זייט, איך וועל די שוין ווייזן, אבער קודם קום געבן שלום פאר פעטער מענדל'ן.. א איד פון אויסלאנד."
און מיט א שמייכל האט איך אים פארגעשטעלט צו פעטער מענדל "פעטער, דאס איז שמוליק, מיין חבר פון ביהמ''ד." אבער ווען פעטער מענדל האט זיך אויסגעדרייט צו שמואליק מיט די פראגע "זאג נאר, דו האסט שוין נישט געקענט דעם רעבע'ן?! הא?.." האב איך געמיינט אז איך ווער שוואך..
"פעטער מענדל," זאג איך אים מיט א בעטנדיגן טאן, "טרעפסט א פרעמעדע מענטש, געב אים קודם שלום, פרעג אים אויב ער האט עפעס ספעציעלע טאלאנטען." אבער פעטער מענדל איז בכלל נישט געווען מיט אונז, ער איז געשטאנען אוועקגעשוועבט ביי דעם פרייטאג צונאכט טיש ערגעץ אין די ניינטיען טוואנטיעס, ער געדענקט שוין נישט פונקטליך...

אבער אפילו ווען דאס האט נישט געארבעט בין איך געווען זיכער אז די אנדערע מהלך וועט גיין, און וועט זיכער טריגערן ביידע פון זיי,
"די רעבע איז געווען אמאל אין רוסלאנד..?" האב איך געוואנדען מיין פראגע צו פעטער מענדל'ן...

איך קען זאגן אז מיין פרייד האט נישט געקענט זיין מער ווען איך האב באמערקט ווי שמואליק ציעט אויס א שמייכל און גרייט זיך אן די צינג צווישן די ציינער..
"זיכעררררר.." האט שמואליק ארויסגעזאגט אין זיין זעלבסט באליבטע און שרעקליך נערווירנדע - אלעס חוץ רוסישע אקצענט, ווען דערביי שיסט ער אויס אין א געלעכטער..

איך וועל ווארשיינליך אונטערשאצן מיטן זאגן אז אין אלע הימלען איז די שפאנונג געווען ריזיג אין יענעם אויסגעווארטעטן מאמענט, און מיט נייגער און אומבאשרייבליכע האפענונג זענען מיינע אויגן געווען געוואנדן צו פעטער מענדל'ס שארפע בליק און פארפרוירענע געזיכט.. איך האב דאס ערשטע מאל אין לעבן געשפירט וואס דאס מיינט אז דער הארץ קען אויפרייסן פון שפאנונג.. און דאן איז עס געקומען..

"כא.. כא.. כא.. כא.." האט פעטער מענדל אויסגעכליפעט אין א הילכיגע שטימע.. א שטימע וואס איך האב אפילו נישט געוואוסט אז א מענטשליכע שטימע-קאסטן קען ארויסגעבן.. און א שטימע וואס האט מיר געלעכערט דעם הארץ און די אויערן אויף איינמאל.. און כדי אויסצוקלארן סיי וועלכע ספק האט ער צוגעלייגט מיט קענטליכע הנאה, "שמואליק הייסטע..? איך מוז דיר זאגן, האבעך שוין אסאך געהערט וויזוי מענטשן מאכן זוי גוט נאך דעם רוסישן אקצענט, אבער נע.." האט ער געגעבן א מאך מיט די האנט, "אקעגן דיר טויגן זיי אלע אויף קאפארעס..!"

אין איין רגע איז מיין גאנצע האפענונג אויסגערונען ווי א זאלץ מעסטל, און מיין פלאן איז צוגאנגען ווי א טישו אין וואסער.. "פעטער מענדל.." האב איך אויסגעבראכן אין א ביטערע געוויין, "דאס אז דו האסט הנאה פון עפעס וואס קיין איינער האט נאך נישט הנאה געהאט ביז היינט, וואלט איך נאך געקענט אראפשלינגען.. אבער פארוואס די קאמפלימענט..? פארוואס..? דו האסט דאך קיין גוט ווארט נישט געגעבן פאר א מענטש אין די לעצטע פופציג יאר..?! פארוואס האט דאס אויסגעפעלט..?" האב איך געפרעגט אין מיין יאמערליך געוויין, "פארוואס..? פארוואס..? פארוואס..?"

און אזוי, מיינע ליבע פריינד, מיט די הארציגע קאמפלימענט ביי די זייט, איז שמואליק ווייטער אנגעגאנגען, און פאר מיין לעצט פארבליבענע נערוו בענדל האב איך צובאקומען פעטער מענדל'ס טעלעפאן רופן צוויי מאל א וואך, און דאס איז געווארן מיין נייע לעבן פון דעמאלס און ווייטער. דער מצב גייט שוין אזוי אן פאר איבער דריי יאר, און איך האב זיך שוין אפילו צוגעוואוינט אביסל דערצו, איך האב זיך אויך אויסגעלערנט וויאזוי בעסער אויסצומיידן דעם שמואליק, און די טאבלעטן פאר די נאכט קאשמארן העלפן רוב מאל, אז איך קען זיך נישט אפרעדן.

כדאי איר זאלט בעסער פארשטיין וויאזוי עס זעהט אויס למעשה, וועל איך פארציילן וויאזוי א געווענליכע צופרי גייט צו ביי מיר.

נאכן דאווענען קומט שמואליק מיר פארציילן איבער די טראמפ- רוסלאנד סקאנדאל, ווען פארשטייט זיך אז יעדע צווייטע זאץ איז אויף יענע נערווירנדע אקצענט,
מיט פרייד הייב איך אויף דעם טעלעפאן ווען פעטער מענדל רופט אריין, און איך אנטשולדיג זיך פאר שמואליק אז איך מוז אויפהייבן,
ווען פעטער מענדל הייבט אן ערקלערן אז די מעשה איז זיכער געווען אין ניינטיען טוירטי סעווען פרשת ווייסעכוואס, אבער ער קען זיך נישט דערמאנען אויב ס'איז געווען מאנטאג ביים ליינען אדער דאנערשטאג ביים ליינען, זאג איך אים, "ווייסטו וואס.. איך מיין אז איך האלט אינמיטן א וויכטיגע שמועס דא, און אונז וועלן רעדן א צווייטע מאל.." און איך גיי צוריק צו שמואליק..
און אזוי חוזר חלילה.

צום שלוס:
א ווארט צו שמואליק: איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק, און נאך ערגער ווען אנדערע ווערן קראנק דערפון.
צו פעטער מענדל: איך ווייס אז דער רבי איז געווען א גרויסע מענטש און איך האלט פון אים וועלטן.
און צו ביידע פון ענק:
! GET THE HELL OUT OF MY LIFE

לעגאלע דיסקלעימער:
אלע עהנליכקייטן צו עכטע מענטשן, לעבעדיגע אדער טויטע, אדער צו אקטועלע געשעהנישן זענען בלויז א צופאל.
קיין שום אידענטיפיקאציע מיט עכטע מענטשן, אינצידענטן, אדער פלעצער זאל געמאכט ווערן.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:53 am
דורך שפיגליצקי
:lol: :lol: :lol:

ווען ס'וואלט געווען דו אליינס דער געליטענער וואלט איך מער רחמנות געהאט אויף דיר ווי געלאכט, היות ס'איז נאר געבויעט אויף א מעשה שהי', איז שוין...

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 1:15 am
דורך Graphic24
מיינסט טאקע אז דיין פעדער איז פון גאלד...? אבער נאך ווי! ;l;p-

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 9:04 am
דורך שדופות קדים
שרייבן טאלאנט בתפארתו !!
אברהם דוד, איר זיינט (מיט א ליטווישע ציר״י) גוט..
האמיר זייער הנאה געהאט.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 11:06 am
דורך חאדאראם
ר' אברהם דוד, איר ווילט מיר זאגן איר זענט א מתפלל באנינז אין ביהמ"ד און כא גארניש געוואוסט?

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:49 pm
דורך איש האשכולות
איי איי שפראך, ווי נעמט מען אזא פליסיגע זאפטיגע שפראך?!

פיין געשריבן, הנאה געהאט צו ליינען.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 1:34 pm
דורך ממה נפשך
א פיינעם ארטיקל און פיין געלאכט. נישט פון דיינע צרות נאר פון די אינהאלט...

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 1:09 am
דורך שטומפיג
אברהם דוד האט געשריבן:לעגאלע דיסקלעימער:
אלע עהנליכקייטן צו עכטע מענטשן, לעבעדיגע אדער טויטע, אדער צו אקטועלע געשעהנישן זענען בלויז א צופאל.
קיין שום אידענטיפיקאציע מיט עכטע מענטשן, אינצידענטן, אדער פלעצער זאל געמאכט ווערן.

אויסער צו רוסלאנד.
זאפטיג.... שכח.

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 1:51 am
דורך געריבענער סוחר
ממה נפשך האט געשריבן:א פיינעם ארטיקל און פיין געלאכט. נישט פון דיינע צרות נאר פון די אינהאלט...

איך לאך דווקא יא פון זיינע צרות... פיין געשריבן.

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 4:51 am
דורך שמארטיקל
ממה נפשך האט געשריבן:א פיינעם ארטיקל און פיין געלאכט. נישט פון דיינע צרות נאר פון די אינהאלט...

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 5:19 am
דורך זעקס און ניינציגער
אויך מיר "צרות" ווענצעך וויאזוי מען נעמט עס אן

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 3:27 pm
דורך נו גוט נו שוין
זעקס און ניינציגער האט געשריבן:אויך מיר "צרות" ווענצעך וויאזוי מען נעמט עס אן


קוק אויב ס'איז יענעם אויך "נישט" צרות.....

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 7:46 pm
דורך ?אפשרטאקע
איש האשכולות האט געשריבן:איי איי שפראך, ווי נעמט מען אזא פליסיגע זאפטיגע שפראך?!

פיין געשריבן, הנאה געהאט צו ליינען.

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 7:56 pm
דורך אונגארישער
אברהם דוד.......אין מילים! גאר גאר טיף אין גאר א גיטע פעדער

ביטע שרייב אפט

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 9:14 pm
דורך גיט
:lol: פיינע נייעס :lol:

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 9:27 pm
דורך וויכטיג מאכער
יויש האט דער מליצעלעך אז מ'קען אראפגיין פון וויסויהייסטעס... אברהם דוד, וועלקאם אבאורד! כאניש קיין שום פראבלעם דיר צו זאגן שכח און די קאמפלימענט! ס'ריזיג!

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 7:59 pm
דורך אברהם דוד
Wow, נאך אזעלכע קאמפלימענטן האט זיך שוין געלוינט אלע שוועריקייטן..
א דאנק אייך אלע, איך האב שוין די נויטיגע ברען-שטאף צו דערציילן איבער די אנדערע זאכן וואס פאסירן אין מיין לעבן, אבער פארט דארף איך נאך טרעפן ערגעץ אביסלע מער צייט אין מיין טאג..

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 12:20 am
דורך שרייזשע
אונגארישער האט געשריבן:אברהם דוד.......אין מילים! גאר גאר טיף אין גאר א גיטע פעדער

ביטע שרייב אפט

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 12:22 am
דורך שרייזשע
אברהם דוד You are very welcome here גאר גאר גאר א גיטע פעדער!
ביטע שרייב אפט!!

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 11:27 pm
דורך גרויסע-גדולה
מורינו ר' אברהם דוד איז זייער מולטי-קולורד, א בר דעת , א ידען, און האט דעם קאפ אויפן פלאץ. די פעדער האט ער אויך פיין אריינגעשטעקט צווישן די ריכטיגע פינגערס. און ווען די מחשבות אין זיין מוח, שפרייזן דורך זיינע מוסקלען אין ארויף אויף פאפיר זענען מיר אלע נהנה. עס זעט מיר אויס ווי כ'וואלט איהם געוואלט קענען לייוו!

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:43 am
דורך דערבארומדיג'ער
פיינע ווארע... :lol: :lol: :lol:

בס"ד

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 4:39 am
דורך טובי' מאיר ניימאנן
איז טאקע רוסלאנד שולדיג אין אלע צרות אויף די וועלט?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:33 pm
דורך אברהם דוד
איך שטיי דא באין מילה,
אזא אינדארסירונג פון גרויסע גדולה,
און דער וויכטיג מאכער אפילו,
האט גענומען די פעולה,
צו באדאנקן מיין מגילה,
שדופת קדים איז געגענגען לקולא,
און נאך יארן פילע,
געבראכן דעם צוגאנג דעם שטילע,
פאר זיין פעדער געגעבן א גאולה,
און קוקט נאר ווי דער שפיג'לע,
האט געשאנקען מיר א שמייכ'לע,
און ממה נפשך לכתחילה,
ערקלערט בלשון קלה,
וויאזוי דער געלעכטער איז ארויף למעלה,
און אויף דעם דיסקלעימער דעם לעגאלע,
זאגט שטומפיג אז ס'איז נישט פאר אלע,
דאן דער וואס קוקט אן די ליבעראלע,
אלס ליידענדע מענטאלע,
מיט א אונגארישע שטראלע,
ברויכסט אפטער שרייבן איז זיין שטעלע,
דער סוחר איז פון די עמאציאנאלע,
לאכן פון יענעם'ס צרות איז קיין שאלה,
אבער שמארטיקל איז פון די נארמאלע,
און זעהט דאס אלס אן עוולה,
ר' טובי' מאיר'ל ערגעץ בין יום ולילה,
בעהט מנוחה פון דעם רוס כאטש פאר א וויילע,
ווען תשעים ושש זאגט דברי יהא מרוצה כעולה,
צרות ווערט אפגעטיילט לפי איש על דגלו,
שטעלט זיך נו גוט נו שוין על רגלו,
ביי ווייטאגן איז דער כלל זה לנו וזה לו,
און אז ער זאגט ס'איז אים שווער תהא מקבלו,
דער דערבארומדיגער ברוב רחמו וחמלו,
וואס רופט זיך אויפן נאמען פון צור ישראל וגואלו,
איז איינשטומיג מיט גיט בתהילו,
פיינע ווארע און פיינע נייעס איז אייניג בשיקולו,
א לויב אויפן שרייבעריי בנועם קולו,
און פאר שרייזשע איז בלויז ציטירן נישט במסילו,
נאר אליינס צוגעשריבן כאיש לפי אכלו,
איר זענט דא אנגענומען שרייט ער בקולו,
אפשר טאקע נעמט אן ווי איש באשכולו,
און פארשריבן אז די הנאה איז געווען גם בהיכלו,
אז דער שפראך איז זעלטן בין כותלו,
פליסיג און זאפטיג אין בכפלו,
גרעפיק קלערט אויף למולו,
פון גאלד איז דיין פעדער ואין לחללו,
אבער נאך ווי, לייגט ער צו להללו,
לספר הודו ולגדלו,
און חאדאראם וואס באנינז איז מבקש תפילו,
זאל אינאיינוועגס דאנקן במיללו,
אז ער איז כאטש נישט מיין קרוב בכלו,
אבי ער פארמאגט נישט אזא פעטער בגבילו.

איך שעם זיך אבער האמת להאמר ניתן,
איך שפיר זיך אזוי ביים גוטן,
ווי ביי א חתונה דער מחותן,
אויף גאווה זענען מיינע צרות געווארן פארביטן,
נישט געוואוסט וויפיל שטאלץ טוט אין מיר פיטן,
איך וויל נישט באקומען פון די גיהנום ריטן,
ארבעטן איך האלט אינדערמיטן,
עס מעביר זיין פון מיין הארץ לחלוטין.

(ארויפלייגן..? שיהיה..)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:05 am
דורך אדער יא
אייוועלט איז געשטיגן אפאר מדריגות מיט דיר א"ד, אזאנס אהערצושטעלן!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:17 am
דורך שרייזשע
WOW!!! :lol: