בלאט 1 פון 3

רירענדע אינטערוויו: דער פויגל וואס האט געווארט צו הערן "איך בין דיר מוחל"

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 3:43 am
דורך yid
א גוטן
א רירענדע אינטערוויו: דער פויגל וואס האט געווארט צו הערן "איך בין דיר מוחל"

https://www.yiddish24.com/cat/12

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 3:54 am
דורך בראשית ברא
מאדנע. אן נעמען א שטעלונג צי ס'ליגט עפעס אין דעם סיפור. אבער א אינגערמאן ווערט שוין יא נתעורר און ס'פאלט אים נישט ביי צו פרעגן א דעת תורה א ערליכע אידן וואס צו טאן.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 9:49 am
דורך סארקאזי
זייער א מאדנע מעשה

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 9:50 am
דורך זעקס און ניינציגער
בראשית ברא האט געשריבן:מאדנע. אן נעמען א שטעלונג צי ס'ליגט עפעס אין דעם סיפור. אבער א אינגערמאן ווערט שוין יא נתעורר און ס'פאלט אים נישט ביי צו פרעגן א דעת תורה א ערליכע אידן וואס צו טאן.

גא"מ

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 9:57 am
דורך גיב א שמייכל
בראשית ברא האט געשריבן:מאדנע. אן נעמען א שטעלונג צי ס'ליגט עפעס אין דעם סיפור. אבער א אינגערמאן ווערט שוין יא נתעורר און ס'פאלט אים נישט ביי צו פרעגן א דעת תורה א ערליכע אידן וואס צו טאן.

דעת תורה אויף וואס, צו ער זאל זאגן מחול לך?

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:01 am
דורך קאזאבלאנקא
בראשית ברא האט געשריבן:מאדנע. אן נעמען א שטעלונג צי ס'ליגט עפעס אין דעם סיפור. אבער א אינגערמאן ווערט שוין יא נתעורר און ס'פאלט אים נישט ביי צו פרעגן א דעת תורה א ערליכע אידן וואס צו טאן.


זייער מאדנע דיין פליאה

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:08 am
דורך טרעוולער
סארקאזי האט געשריבן:זייער א מאדנע מעשה

ער זאגט צום סוף ברמיזה אז ער האט געהאט א שווערע יוגענט.

און מסתם ווייסט ער ווער פון זיינע חברים לעבן שוין נישט, און ווער ס'האט אים גע'רודפ'ט.

ס'מאכט שוין סענס?

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:12 am
דורך ב שולם
דרעזדנער הייבט אן די אינטערוויא "א געשיכטע וואס וועקט אויף אלטע קעשמארן פון די יונגע יארן ווען ער האט זיך געפונען און ארץ ישראל..." אבער נאכן הערן די גאנצע אינטערוויא זע איך נישט אז יענער זאל דערמאנען א ווארט דערוועגן..

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:53 am
דורך עקבי הצאן
מסתם איז היבשט געשניטן געווארן דערנאך

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 1:07 pm
דורך כמים שאין להם סוף

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 2:43 pm
דורך נשמה
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:ווידיא פון די פויגל
https://www.dropbox.com/s/zmc2dmkr69575 ... 0.mp4?dl=0
https://www.dropbox.com/s/j3vghom5pwtcv ... 8.mp4?dl=0

אינטערעסאנט צו האבן שכל צו כאפן א ווידעאו. א מענטש קען שפירן אז א זאך קען זיך אפשפילן עפעס מער ווי סתם א געווענליכע ערשיינונג. ווי אויך קען מען זעהן ווי ווייט איין קאפיטל תהלים טוט אויף. ער זאגט: איך מיין איך בין נישט אזא מענטש, איך פלעג לאכן פון אזאכע מינע מעשיות, ס'אינטערעסירט מיך עכט נישט די זאכן, איך לאך פון אזאכע זאכן. מ'לאכט ווילאנג מ'עקספיריענסד אז יא, "פאני" זאכן געשעהן יא. ווייל דו ווייסט; האסט עס געזעהן; האסט דיך איבערצייגט. אזוי איז עס מיט נאך אסאך זאכן.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 2:52 pm
דורך מחשב
מענטשן האבן א פחד צו ווערן איבערגענומען, ווייל אפשר וועט זיך ארויסשטעלן אז זיי זענען געווארן אפגענארט.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 3:40 pm
דורך אדם הראשון
ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי די לעצטע תקופה איז שוין געווען עטליכע פאסירונגען פון נשמות....
1) הרה"ח ר' אלימלך גליק ז"ל וועלכע איז געקומען צו זיין חבר. און האט געגעבן א סימן וועלכע האט זין ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.
2) די לעצטיגע מעשה מיט די משגחי כשרות ווי א נשמה איז געקומען צו זיין בעטן מ'זאל גיין צו זיין קבר. און אויך דארט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די סימנים זענען געווען ריכטיג.
#לייפ איז ניט קיין וויץ

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 3:45 pm
דורך יין ישן
זעה איך נישט וואס איז נישט דא צו גלייבן, ווילאנג ער עפנט נישט קיין גאו פאנד מי און בעט נישט קיין געלט, צו וואס עפעס חושד זיין אז עס איז נישט אמת.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 4:05 pm
דורך yid
יין ישן האט געשריבן:זעה איך נישט וואס איז נישט דא צו גלייבן, ווילאנג ער עפנט נישט קיין גאו פאנד מי און בעט נישט קיין געלט, צו וואס עפעס חושד זיין אז עס איז נישט אמת.


And if he opens a go fund me and asks for money then it’s not true?

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 4:21 pm
דורך COVERUS
?you are waiting it should hit you home to become a believer

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 7:18 pm
דורך נו גוט נו שוין

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:43 pm
דורך HelpMe
יין ישן האט געשריבן:זעה איך נישט וואס איז נישט דא צו גלייבן, ווילאנג ער עפנט נישט קיין גאו פאנד מי און בעט נישט קיין געלט, צו וואס עפעס חושד זיין אז עס איז נישט אמת.

וואס עפעס זאל איך גלייבן יעדעמס דמיון און האלטן אז עס איז אמת?

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 11:48 pm
דורך חושב מחשבות...
HelpMe האט געשריבן:
יין ישן האט געשריבן:זעה איך נישט וואס איז נישט דא צו גלייבן, ווילאנג ער עפנט נישט קיין גאו פאנד מי און בעט נישט קיין געלט, צו וואס עפעס חושד זיין אז עס איז נישט אמת.

וואס עפעס זאל איך גלייבן יעדעמס דמיון און האלטן אז עס איז אמת?

פארוואס זאלסטו נישט גלייבן?

ווען א איד קומט פארציילן ברבים בתמימות א אמונה'דיגע מעשה, נאטירלעך - אן אריינמישן דעם המה בקשו חשבונות רבים - קען מען עס אננעמען פאר אמת.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 11:52 pm
דורך חושב מחשבות...
בראשית ברא האט געשריבן:מאדנע. אן נעמען א שטעלונג צי ס'ליגט עפעס אין דעם סיפור. אבער א אינגערמאן ווערט שוין יא נתעורר און ס'פאלט אים נישט ביי צו פרעגן א דעת תורה א ערליכע אידן וואס צו טאן.

אוודאי איז גוט צו פרעגן א ערליכע איד צו אויסברייטערן די הסתכלות.

אבער מתחילה האט א מענטש א רעכט צו טראכטן אליינס, און טוען ווי די נאטירלעכע אינסטינקט פון א איד.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 11:53 pm
דורך Graphic24
חושב מחשבות... האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
יין ישן האט געשריבן:זעה איך נישט וואס איז נישט דא צו גלייבן, ווילאנג ער עפנט נישט קיין גאו פאנד מי און בעט נישט קיין געלט, צו וואס עפעס חושד זיין אז עס איז נישט אמת.

וואס עפעס זאל איך גלייבן יעדעמס דמיון און האלטן אז עס איז אמת?

פארוואס זאלסטו נישט גלייבן?

ווען א איד קומט פארציילן ברבים בתמימות א אמונה'דיגע מעשה, נאטירלעך - אן אריינמישן דעם המה בקשו חשבונות רבים - קען מען עס אננעמען פאר אמת.

צו יא, צו נישט... למאי נפקא מינה? מיר גלייבן דאך סיי-ווי אז ׳ס׳קען׳ זיין אמת...
דיסקלעימער: כ׳האב עס נאך נישט אויסגעהערט...

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 11:55 pm
דורך אסדר לסעודתא
ב שולם האט געשריבן:דרעזדנער הייבט אן די אינטערוויא "א געשיכטע וואס וועקט אויף אלטע קעשמארן פון די יונגע יארן ווען ער האט זיך געפונען און ארץ ישראל..." אבער נאכן הערן די גאנצע אינטערוויא זע איך נישט אז יענער זאל דערמאנען א ווארט דערוועגן..

כפי השמועה איז דער בחור געווארפן געווארן פון ישיבה דורך א ראש ישיבה וואס לעבט שוין נישט...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 25, 2019 9:54 am
דורך גיב א שמייכל
HelpMe האט געשריבן:
יין ישן האט געשריבן:זעה איך נישט וואס איז נישט דא צו גלייבן, ווילאנג ער עפנט נישט קיין גאו פאנד מי און בעט נישט קיין געלט, צו וואס עפעס חושד זיין אז עס איז נישט אמת.

וואס עפעס זאל איך גלייבן יעדעמס דמיון און האלטן אז עס איז אמת?

דו ביסט נישט מחיוב צו גלייבן, טאמער ווילסטו קענסטו גלייבן.
דאס איז זיכער, אז סוואלט געקענט זיין אמת. און אז אידן זענען נתעורר געווארן

גלייב יא גלייב נישט, נישט דאס איז די מדובר דא.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:49 am
דורך זאלץוואסער
קוקנדיג דעם קליפ פון דעם פייגל, זעהט עפעס אויס ווי ס'איז לכתחילה א קראנק פייגל. אזוי וואלט איך עס אנגעקוקט.

אבער אז איך רעד שוין יא, דאס איז אמאל זיכער אז ס'איז דא אזוינע מעשיות וואס זענען אמת, און די מעשה קען זיין אמת ויציב, נאר עפעס האט מיר נישט זייער געצויגן צו גלייבן אין דעם פאל צוליב די וועג פון זיין רעדן און די קליפ, אלעס אינאיינעם שטעלט מיר אריין אין ספיקות (אויף די מעשה דא) עס זעהט ענדערש אויס ווי א קראנק דערשראקענע פייגל וואס קען זיך נישט געהעריג באוועגן, האט זיך דערשראקן צו זיין אויף א שאוול און פרובירט מיט די לעצטע כוחות צו אנטלויפן, און נאכדעם געשטארבן.

בכלל נישט נוגע צו איך גלייב אדער נישט, איך זאג נאר פון א פערספעקטיוו אז אויב די מעשה וואלט געדארפט טוישן איינעם'ס אמונה וואלט עס געווען א שוואכער אנעקדאט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:12 am
דורך אור
קול ציבור