רירענדע אינטערוויו: דער פויגל וואס האט געווארט צו הערן "איך בין דיר מוחל"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:18 am

כ'ווייס נישט צו די מעשה איז יא אמת אדער נישט
אבער אגב, קען מען אויך ארויסלערנען פון די מעשה
קיינמאל נישט צו בלייבן אנגעווייטאגט אויף א צווייטן מענטש...
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

פיינעלי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:02 pm

תגובהדורך פיינעלי » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:20 am

זאלץוואסער האט געשריבן:קוקנדיג דעם קליפ פון דעם פייגל, זעהט עפעס אויס ווי ס'איז לכתחילה א קראנק פייגל. אזוי וואלט איך עס אנגעקוקט.

אבער אז איך רעד שוין יא, דאס איז אמאל זיכער אז ס'איז דא אזוינע מעשיות וואס זענען אמת, און די מעשה קען זיין אמת ויציב, נאר עפעס האט מיר נישט זייער געצויגן צו גלייבן אין דעם פאל צוליב די וועג פון זיין רעדן און די קליפ, אלעס אינאיינעם שטעלט מיר אריין אין ספיקות (אויף די מעשה דא) עס זעהט ענדערש אויס ווי א קראנק דערשראקענע פייגל וואס קען זיך נישט געהעריג באוועגן, האט זיך דערשראקן צו זיין אויף א שאוול און פרובירט מיט די לעצטע כוחות צו אנטלויפן, און נאכדעם געשטארבן.

בכלל נישט נוגע צו איך גלייב אדער נישט, איך זאג נאר פון א פערספעקטיוו אז אויב די מעשה וואלט געדארפט טוישן איינעם'ס אמונה וואלט עס געווען א שוואכער אנעקדאט.


אויב אלע פאקטן איז אקוראט וויאזוי ער פארציילט עס, איז 'קראנקע פייגל' אויסגעשלאסן.

ער דערציילט דאך ווי ער האט עס דריי מאל ארויפגעטראגן מיטן שאוול אויבן פון די טרעפ, וואס דאן האבן די פליגלען פלוצים אנגעהויבן ארבעטן און עס איז צוריק אראפגעפלויגן אונטן נעבן די טיר פון זיין הויז.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:27 am

נעבעך, עס איז דא מענטשן פלאגן זיך צי אוועק שטיפן מיט אלע כוחות אביסל התעוררות נישט צי וויי טהון א צווייטן איד.

אגב אין די ענינים האלט און איין געשען אפענע זאכן ווי לעבעדיגע מענטשן בעטן זיך איבער נאך יארן, און ווערן געהאלפן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:01 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אבער אגב, קען מען אויך ארויסלערנען פון די מעשה
קיינמאל נישט צו בלייבן אנגעווייטאגט אויף א צווייטן מענטש...

:roll:
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:30 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:קוקנדיג דעם קליפ פון דעם פייגל, זעהט עפעס אויס ווי ס'איז לכתחילה א קראנק פייגל. אזוי וואלט איך עס אנגעקוקט.

אבער אז איך רעד שוין יא, דאס איז אמאל זיכער אז ס'איז דא אזוינע מעשיות וואס זענען אמת, און די מעשה קען זיין אמת ויציב, נאר עפעס האט מיר נישט זייער געצויגן צו גלייבן אין דעם פאל צוליב די וועג פון זיין רעדן און די קליפ, אלעס אינאיינעם שטעלט מיר אריין אין ספיקות (אויף די מעשה דא) עס זעהט ענדערש אויס ווי א קראנק דערשראקענע פייגל וואס קען זיך נישט געהעריג באוועגן, האט זיך דערשראקן צו זיין אויף א שאוול און פרובירט מיט די לעצטע כוחות צו אנטלויפן, און נאכדעם געשטארבן.

בכלל נישט נוגע צו איך גלייב אדער נישט, איך זאג נאר פון א פערספעקטיוו אז אויב די מעשה וואלט געדארפט טוישן איינעם'ס אמונה וואלט עס געווען א שוואכער אנעקדאט.

דער יעניגער וואס זוכט די סיבה נישט צו גלייבן וועט טרעפן די סיבה אפילו ווען די פייגל באווייזט זיך מיט אירע שטארקע מוסקולן...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יולי 25, 2019 2:10 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:קוקנדיג דעם קליפ פון דעם פייגל, זעהט עפעס אויס ווי ס'איז לכתחילה א קראנק פייגל. אזוי וואלט איך עס אנגעקוקט.

אבער אז איך רעד שוין יא, דאס איז אמאל זיכער אז ס'איז דא אזוינע מעשיות וואס זענען אמת, און די מעשה קען זיין אמת ויציב, נאר עפעס האט מיר נישט זייער געצויגן צו גלייבן אין דעם פאל צוליב די וועג פון זיין רעדן און די קליפ, אלעס אינאיינעם שטעלט מיר אריין אין ספיקות (אויף די מעשה דא) עס זעהט ענדערש אויס ווי א קראנק דערשראקענע פייגל וואס קען זיך נישט געהעריג באוועגן, האט זיך דערשראקן צו זיין אויף א שאוול און פרובירט מיט די לעצטע כוחות צו אנטלויפן, און נאכדעם געשטארבן.

בכלל נישט נוגע צו איך גלייב אדער נישט, איך זאג נאר פון א פערספעקטיוו אז אויב די מעשה וואלט געדארפט טוישן איינעם'ס אמונה וואלט עס געווען א שוואכער אנעקדאט.

זאכן קענען זיין גאר שטארק מלובש אין די טבע. נאך אלץ קען אן ערשיינונג ווייזן אז עפעס העכערס האט זיך דא אפגעשפיהלט. מ'קען זאגן: פארוואס איז ער נישט ארויף אויפן שאוועל? ווייל די טבע. פארוואס האט ער געוואלט קומען נענטער צום טיר? ווייל די טבע. פארוואס איז ער פונקט דארט אראפגעקומען? ווייל די טבע. פארוואס פונקט ווען ער האט געזאגט א קאפיטל תהלים האט ער זיך דערמאנט צו זאגן "איך בין דיר מוחל" ? טבע. א יוד זאגט: אלעס, אבער יעדע ריר אין די פאסירונג פארוואס זאל מען נישט זאגן אז ס'איז געווען העכערס. השי"ת האט געוואוסט אז ער גייט זאגן: איך בין דיר מוחל. און דער אייבערשטער האט עס אזוי אויסגערעכנט. דאס איז א אויסגערעכנט אקציע. אפילו אויב ס'איז מלובש אין די טבע, איז דאס אויסגערעכנט. און דער אייבערשטער האט אויך געוואוסט אז ער גייט כאפן א קליפ. און אז ער גייט נעמען א שאוועל, און די פייגל גייט נישט וועלן ארויפגיין... הכל בכל מכל כל איז געווען אויסגעשטעלט, און עס איז נאך אלץ אויסגעשטעלט... אלעס אז ער זאל זאגן: איך בין דיר מוחל.

און אפילו איך גיי מיך איבערצייגן אז די מעשה איז נישט אמת, גיי איך נישט ווערן שוואכער אין אמונה. אבער ביזדערווייל קוקט עס מיר אויס אז עפעס העכערס איז דא געווען. מ'דארף זיין א "סייענטיסט" צו זאגן אז אלעס איז געווען טבע.

אויב דאס איז מדחה פון יודישן וועג, קען דאס אויך זיין א נסיון. כי מנסה ה' אלקיכם אתכם...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יולי 25, 2019 2:34 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:נעבעך, עס איז דא מענטשן פלאגן זיך צי אוועק שטיפן מיט אלע כוחות אביסל התעוררות נישט צי וויי טהון א צווייטן איד.

אגב אין די ענינים האלט און איין געשען אפענע זאכן ווי לעבעדיגע מענטשן בעטן זיך איבער נאך יארן, און ווערן געהאלפן.

טשעפען א יוד איז פון די הארבסטע זאכן. א גוטע זאך איז אויסצולערנען די קינדער ווען זיי זענען נאך גאר יונג אז מ'זאל זייער אכטונג געבן פון טשעפענען א צווייטן. איך האב עס טאקע געזאגט פאר מיינע קינדער ב"ה, די הארבקייט פון טשעפען, אז אפילו יארן שפעטער פלאגט מען זיך, סתם פון א גלייך ווערטעל אויף יענעמ'ס חשבון. און אויך אויסלערנען די גוטע זאך פון מוחל זיין יענעם.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אדם הראשון
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » דאנארשטאג יולי 25, 2019 2:47 pm

געהערט אמאל פון א גדול בישראל אז נאך א מזל ס'איז נישט דא קיין קליפ'ס פון משה רבינו און אהרן הכהן יעקב אבינו וכ"ו ווייל אויב מענטשען וואלטן עס געזעהן וואלטן מענטשען אנגעהויבען צו קרימען "ער איז עס געווען..?" פשט איז ווייל נישט אלעמאל ווערט דער מענטש גיט ארויסגעברענגט דורך זיין צורה און דיבור דער עיקר איז דאך די "פנימיות"
אויב וואלט נישט געווען א קליפ פונעם פייגעל וואס מאכט טראכטען אז ס'איז אפשער קראנק וואלט נישט געווען קיין מקום מהרהר צו זיין אין די מעשה.
אזוי קיינער האט נישט געפרעגט קשיות אויף די מעשה פון ר' דוד קלעצין שליט"א וויל ס'איז נישטא קיין קליפ וויאזוי יענער האט געשטאלפערט און שפעטער ווי ער רעדט נערמאל.
"

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יולי 25, 2019 2:53 pm

אדם הראשון האט געשריבן:געהערט אמאל פון א גדול בישראל אז נאך א מזל ס'איז נישט דא קיין קליפ'ס פון משה רבינו און אהרן הכהן יעקב אבינו וכ"ו ווייל אויב מענטשען וואלטן עס געזעהן וואלטן מענטשען אנגעהויבען צו קרימען "ער איז עס געווען..?" פשט איז ווייל נישט אלעמאל ווערט דער מענטש גיט ארויסגעברענגט דורך זיין צורה און דיבור דער עיקר איז דאך די "פנימיות"
אויב וואלט נישט געווען א קליפ פונעם פייגעל וואס מאכט טראכטען אז ס'איז אפשער קראנק וואלט נישט געווען קיין מקום מהרהר צו זיין אין די מעשה.
אזוי קיינער האט נישט געפרעגט קשיות אויף די מעשה פון ר' דוד קלעצין שליט"א וויל ס'איז נישטא קיין קליפ וויאזוי יענער האט געשטאלפערט און שפעטער ווי ער רעדט נערמאל.
"

קיינמאל נישט געהערט די געדאנק. טאקע גוט. אינטערעסאנט פארוואס טשעפענען איז אזוי הארב. אזוי ווייט אז מ'זאגט יעדע נאכט פאר'ן גיין שלאפן הרינו מוחל לכל מי שהכעיס והקניט אותי, בין בגלגול זה, בין בגלגולים אחרים, ושלא יענש שום אדם בסיבתי. בין אדם למקום איז נאך סך גרינגער. איך טראכט אלעמאל וועכע זאכן איך וואלט אלץ אויסגעלערנט קינדער. איינע פון די עיקר זאכן איז דעס, זיי נישט קיין בעל חוב אפילו נישט א פרוטה. גזל נישט פון קיינעם. און טשעפע נישט קיינעם.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 25, 2019 3:10 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:נעבעך, עס איז דא מענטשן פלאגן זיך צי אוועק שטיפן מיט אלע כוחות אביסל התעוררות נישט צי וויי טהון א צווייטן איד.

אגב אין די ענינים האלט און איין געשען אפענע זאכן ווי לעבעדיגע מענטשן בעטן זיך איבער נאך יארן, און ווערן געהאלפן.

אין ריעל לייף בין איך זייער שטארק מקפיד קיינעם נישט וויי צו טון, (הגם דא אויף אייוועלט בין איך צומאל ווייניגער מקפיד ווי אין ריעל לייף), און איך האב נישט קיין שווער הארץ אויף קיינעם, אבער דאך איז מיר זייער שווער צו גלייבן די מעשה. טו מיר עפעס.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

50 בערן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 5:41 pm

תגובהדורך 50 בערן » דאנארשטאג יולי 25, 2019 3:26 pm

חלקים פון זיין speech איז זיכער אמת,

ווי למשל live is not a joke
מען דארף תשובה טון

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג יולי 25, 2019 3:51 pm

וואס איך האב מיך געמוטשעט צו פארשטיין ער זאגט קיינער זאל נישט טיייטלן אויף יענעם נאר זוך אליינס קוקן אין שפיגעל אין תוף כדי דיבור טייטלט ער 5 מינוט אויף אנדערע
שוין זאל ער זיין א גוטע בעטער

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:02 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:נעבעך, עס איז דא מענטשן פלאגן זיך צי אוועק שטיפן מיט אלע כוחות אביסל התעוררות נישט צי וויי טהון א צווייטן איד.

אגב אין די ענינים האלט און איין געשען אפענע זאכן ווי לעבעדיגע מענטשן בעטן זיך איבער נאך יארן, און ווערן געהאלפן.

אין ריעל לייף בין איך זייער שטארק מקפיד קיינעם נישט וויי צו טון, (הגם דא אויף אייוועלט בין איך צומאל ווייניגער מקפיד ווי אין ריעל לייף), און איך האב נישט קיין שווער הארץ אויף קיינעם, אבער דאך איז מיר זייער שווער צו גלייבן די מעשה. טו מיר עפעס.

איך טוה דיר גארנישט, ביסט נישט מחיוב צי גלייבן. ליין נאר איבער זאלצוואסער'ס תגובה ווי ער מיטשעט זיך צי לייקענען די מעשה וועסטו פארשטיין וואס איך האב געוואלט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אדם הראשון
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:23 pm

רבותי ס'איז קאמיש צו זעהן ווי מען האט געעפענט אן אשכול איבער די מעשה וואס האט פאסירט איבער "וויי טוען א צווייטען"
און ס'איז גאנץ מעגליך אז דער בעל המעשה ליינט אויך די גאנצע אשכול ווי מען שרייבט און מען צולייגט אים ער מיר טוען "אים וויי"

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:40 pm

ס'זייער פארשטענדליך אז מענטשן צווייפלען אין די ווארהייט פון די מעשה, ווייל ס'שווער צוגלייבן אז אין אין אזא וועלט
ווי ס'מאכט זיך כמעט נישט אזעליכע אפענע רמזים פון הימל אז פונקט פלוני אלמוני האט יא געזעהן עפעס העכערס, איז שטייצעך די ערשטע רעאקציע צו אזא מעשה, שטותים.. דמיונות... ס'מיינט אבער נישט אז אזעליכע מעשיות קענען נישט געשעהן אפי' אין אונזער עולם הסושי... אה.. אנטשולדיגט.. התוהו.
צו ס'אמת צו נישט יעדער קען נאך נוצן א תיקון אין דעם נושא אין אזעלעכע מעשיות איז א שטיקל וועק אפ קאל.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:45 pm

יעדער פון אונז גלייבט אז ס'איז דא אזא זאך ווי גלגולים (כ'האף אזוי עכ''פ) און מן הסתם האט שוין יעדער דא געהערט אלס קינד פארשידענע מעשיות פון גלגולים, וואס האט זיך אפגעשפילט פארצייטענס, האט עס דען א עקספיירעישען דעיט אז און תשע''ט איז שוין קיין גלגולים נישטא אדער אזא מעשה קען נישט געשעהן? די גלייבסט אז ס'איז דא אבער נאר באמונה נישט אין ריאליטעט?
כ'קען נישט פארגעסן א מעשה פלא ווען כ'בין געווען אלס קינד איין יאר זומער אין שווייץ, אהיימגייענדיג פון שוהל מוצאי שבת מיט מיין פאטער און משפחה האט זיך א קאץ צוגעטשעפט צו אונז און איז אונז נאכגעגאנגען ביז אונזער אכסניא א מהלך פון 10 צו 15 מינוט צו גיין, אונז האמיר געוואוינט אויף א בארג, דער קאץ איז אונז נאכגעקומען ביז ארויף, זעהנדיג אז ס'טשעפעט זיך נישט אפ האט מען זיך אריינגעזעצט אין קאר און אנגעהויבן ווארטען ער זאל אוועקגיין, למעשה האט עס נישט געהאלפן דאס קעצל האלט נישט ביים אוועקגיין, האט מיין פאטער אנגעהויבן שטאטעליך אוועקפארן און איינער פון אונז איז געגאנגען צופיס,די קאץ איז ווייטער נאכגעגאנגען נעבן אונז, איינער פון אונז האט אנגעהויבן פאר צו זאגן פרקי משניות כ'געדענק נישט צו מ'האט געזאגט מחול לך צו נישט אבער אינמיטען וועג דורכגייענדיג א גרויסע ליידיגע שטח איז דער קאץ דארט אריינגעלאפן והיה לפלא.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג יולי 25, 2019 6:02 pm

פרידן האט געשריבן:וואס איך האב מיך געמוטשעט צו פארשטיין ער זאגט קיינער זאל נישט טיייטלן אויף יענעם נאר זוך אליינס קוקן אין שפיגעל אין תוף כדי דיבור טייטלט ער 5 מינוט אויף אנדערע
שוין זאל ער זיין א גוטע בעטער


אויך געטראכט דערוועגן....
. . . . . . .

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג יולי 25, 2019 6:19 pm

אנדעקט אמעריקא!!! Wow!! רבותי אין תש19 איז אראפ געקומען א אור נורא! א התגלות אלוקית וואס ווערט גערופן ״גלגול״! וואס? גלגול? וואס איז דאס? עע סאיז נאר אין די צייטן פון בעש״ט אדער חוני המעגל! אפילו דעמאלטס אויך א געלעכטער!! אבער היינט רבותי סאיז צייט זיך צו נעמען אין די הענט!! יאפ! סאיז דא גלגול!!

סיריעסלי?! זעמיר אונז ממש משוגע געווארן?! בכל הכבוד פארן בעל המעשה, קיין נפקעמינע צו די מעשה איז אמת אדער נישט, האלו! סאיז ב״ה דא צענדליגע טויזענטער ערליכע אידן מאמינים בה׳ ובתורתו וואס גלייבן אין גלגל נשמות! איר זענט נישט קאלאמבוס וואס האט אנדעקט אמעריקא!!

פריי דיך אז די רבוש״ע האט ״דיך״ געעפענט די אויגן ווי לאנג די לעבסט נאך איר האט זיכער געהאט א זכות, און זאלט טאקע גיין צו אלע אייערע וואטעפפ-לאלא-לענד פרננדס און זיי אויפקלערן אז יש דין בישראל. אבער צו [ערליכע] כלל ישראל קענט איר קומען פארציילן דברים כהווייתן ותו לא והבוחר יבחר! קומט מיר נישט דא אנדעקט אמעריטשקע און נעמען די שטעקן און די הענט צו פיקסן ממש אלע רבנים און עסקנים כו׳ אמער מען האט אייך אין טווענטי ניינטין פארטרויעט די גרעסטע סוד פון יאר הונדערט...!! ודי בזה

מחשב
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 25, 2019 6:26 pm

אופס...דברים כדרבונות!

האסט א פוינט.
הוי מחשב...

ביללער
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » דאנארשטאג יולי 25, 2019 7:21 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:וואס איך האב מיך געמוטשעט צו פארשטיין ער זאגט קיינער זאל נישט טיייטלן אויף יענעם נאר זוך אליינס קוקן אין שפיגעל אין תוף כדי דיבור טייטלט ער 5 מינוט אויף אנדערע
שוין זאל ער זיין א גוטע בעטער


אויך געטראכט דערוועגן....

יאפ.. אויך געכאפט במה דברים אמורים.

נעבעך אויפן דור, מ'זוכט רוחניות, מ' ווייסט עס נישט וואו צו טרעפן, מ'הערט אלעס. נאר נישט די אמת וואס געפינט זיך נאר ביי די תורה ולומדיה לשמה

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג יולי 25, 2019 7:49 pm

פאר מען שרייבט עפעס, לאמיר זיך מתבונן זיין א מינוט, און זעהן די מציאות פון 'ארום און ארום'.
לויט ווי דער מספר פארציילט, האט ער געהאט שווערע יארן, און ווי מען זעהט פון די מעשה, האט איהם איינער שטארק וויי געטוהן פאר גארנישט און פאר נישט. ס'איז גאנץ מסתבר אז דאס איז נישט געווען קיין קליינע טשעפע, נאר עפעס וואס האט איהם אפעקטירט זיין גאנצע יוגנט יארן. עכ"פ, ווי ס'איז שטארק משמע פון זיינע ווערטער, האט דאס אלעס האט גורם געווען אז ער איז לכאורה אויפגעוואקסן 'אביסל אנדערש' ווי א נארמאלע בחור, מיט אנדערע השגות, און אין אן אנדערע ענווייראמענט.
אצינד האט ער זוכה געווען צו א שטיקל התגלות, א שטיקל נחמה צו זיינע פארגאנגענע יארן, פארשטייט זיך אז ער איז שטארק עקסיידעט דערמיט, האט ער דאס ארויסגעברענגט אויף אזא אופן. לאז איהם זיך אויסגעבן, דו ווייסט דען וואס ער האט אלס מיטגעמאכט?! לאז איהם ארויסנעמען דאס מאקסימום חיות פון דעם געשיכטע וואס קומט נאך אזויפיל ווייטאגליכע יארן. ער הייבט אהן צו קומען צו זיך, לאז איהם צוריק קומען.
דו גלייכסט נישט וויאזוי ער רעדט? נו, ער רעדט נאר צו זיינס גלייכן, און צו דער וואס וויל איהם הערן.

אוועטאר
אלני ממרא
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:29 am

תגובהדורך אלני ממרא » דאנארשטאג יולי 25, 2019 8:15 pm

פ' לך לך האט געשריבן:פאר מען שרייבט עפעס, לאמיר זיך מתבונן זיין א מינוט, און זעהן די מציאות פון 'ארום און ארום'.
לויט ווי דער מספר פארציילט, האט ער געהאט שווערע יארן, און ווי מען זעהט פון די מעשה, האט איהם איינער שטארק וויי געטוהן פאר גארנישט און פאר נישט. ס'איז גאנץ מסתבר אז דאס איז נישט געווען קיין קליינע טשעפע, נאר עפעס וואס האט איהם אפעקטירט זיין גאנצע יוגנט יארן. עכ"פ, ווי ס'איז שטארק משמע פון זיינע ווערטער, האט דאס אלעס האט גורם געווען אז ער איז לכאורה אויפגעוואקסן 'אביסל אנדערש' ווי א נארמאלע בחור, מיט אנדערע השגות, און אין אן אנדערע ענווייראמענט.
אצינד האט ער זוכה געווען צו א שטיקל התגלות, א שטיקל נחמה צו זיינע פארגאנגענע יארן, פארשטייט זיך אז ער איז שטארק עקסיידעט דערמיט, האט ער דאס ארויסגעברענגט אויף אזא אופן. לאז איהם זיך אויסגעבן, דו ווייסט דען וואס ער האט אלס מיטגעמאכט?! לאז איהם ארויסנעמען דאס מאקסימום חיות פון דעם געשיכטע וואס קומט נאך אזויפיל ווייטאגליכע יארן. ער הייבט אהן צו קומען צו זיך, לאז איהם צוריק קומען.
דו גלייכסט נישט וויאזוי ער רעדט? נו, ער רעדט נאר צו זיינס גלייכן, און צו דער וואס וויל איהם הערן.


קענעדיג דעם אינגערמאן פון די נאנט, קען איך דיר זאגן אז טאקע דאס איז די פרשה מיט עם.
די פלוין פון ממרא.

רעבע, וואס מיינט פלוין?

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג יולי 25, 2019 8:30 pm

איך וויל נאר צולייגן, אז יעדער איינער, אויף יעדע מצב וואס מען איז, פון גרויס ביז קליין, שעפט חיזוק פון אזא געשיכטע. אויב ביסטו איינער וואס האט אלס געגלייבט אין אזעלכע מעשיות, געגלייבט אין גלגול, געגלייבט אז אית דין ואית דיין, איז כ"ש אז אזא פאסירונג גיבט חיזוק און מאנט א מענטש אכטונג צו געבן אויף זיינע מעשים. תוכו אכל וכו'.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יולי 25, 2019 9:38 pm

טעם וריח האט געשריבן:אנדעקט אמעריקא!!! Wow!! רבותי אין תש19 איז אראפ געקומען א אור נורא! א התגלות אלוקית וואס ווערט גערופן ״גלגול״! וואס? גלגול? וואס איז דאס? עע סאיז נאר אין די צייטן פון בעש״ט אדער חוני המעגל! אפילו דעמאלטס אויך א געלעכטער!! אבער היינט רבותי סאיז צייט זיך צו נעמען אין די הענט!! יאפ! סאיז דא גלגול!!

סיריעסלי?! זעמיר אונז ממש משוגע געווארן?! בכל הכבוד פארן בעל המעשה, קיין נפקעמינע צו די מעשה איז אמת אדער נישט, האלו! סאיז ב״ה דא צענדליגע טויזענטער ערליכע אידן מאמינים בה׳ ובתורתו וואס גלייבן אין גלגל נשמות! איר זענט נישט קאלאמבוס וואס האט אנדעקט אמעריקא!!

פריי דיך אז די רבוש״ע האט ״דיך״ געעפענט די אויגן ווי לאנג די לעבסט נאך איר האט זיכער געהאט א זכות, און זאלט טאקע גיין צו אלע אייערע וואטעפפ-לאלא-לענד פרננדס און זיי אויפקלערן אז יש דין בישראל. אבער צו [ערליכע] כלל ישראל קענט איר קומען פארציילן דברים כהווייתן ותו לא והבוחר יבחר! קומט מיר נישט דא אנדעקט אמעריטשקע און נעמען די שטעקן און די הענט צו פיקסן ממש אלע רבנים און עסקנים כו׳ אמער מען האט אייך אין טווענטי ניינטין פארטרויעט די גרעסטע סוד פון יאר הונדערט...!! ודי בזה

פון די אנדערע זייט מטבע קען מען צולייגן אז אין הימעל רעכנט מען זיך מיט יעדעם, האדם יראה לעיניים, וה' יראה ללבב. מ'געט קיינעם נישט אזא שטופ אונטער'ן סידור ווי א טישו.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג יולי 28, 2019 2:56 am

איך גלייב די מעשה. מען האט פריער געברענגט צוויי קליפס פון דעם פייגל, איז אויך דא א קליפ ווי ער הערט די מחול לך און שטארבט?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א פרייליך אידל און 16 געסט