צייט פאר בר מצווה תקנות?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מקבל
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 9:36 pm

פעיק ניוז בתפארתו, פרייזן האבן זיך נישט געטוישט, און עס קומט נישט אויס קיין סאך ביליגער ווי אין קרן ויואל משה.
צוגעלייגטע
New Ateres Faiga Menu.jpg
New Ateres Faiga Menu.jpg (76.64 KiB) געזעהן 1066 מאל

שיעלע בהמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:23 pm

בעל דעת האט געשריבן:שני כתובים המכחישים....
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז מזאל צאלן ווען מהאט נישט.

@לעבעדיגע בערל, אנטשולדיגט טייערער, אבער איך גלייב אינעם היחיד און נישט אין קיין קאמוניזעם, אם אין אני לי מי לי איז א פאקט וואס שטעלט זיך ארויס איינמאל און נאכאמאל קליפ אין קלאר..
אינסטיטוציעס העלפט טאקע א קליין ביסל, אבער ברענגט מיט זיך אסאך סייד אפעקטס א גרויס ביסל..

#אודך, ס'בלויז מיינע צוויי צענט
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום פרייטאג פאברואר 07, 2020 8:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:33 pm

מקבל האט געשריבן:פעיק ניוז בתפארתו, פרייזן האבן זיך נישט געטוישט, און עס קומט נישט אויס קיין סאך ביליגער ווי אין קרן ויואל משה.

איר קענט בר מצווה מאכן פאר א נישטיגע 1710, אינקלאד שיינע בלימען פאר די פרויען, חדר טיש, קינדער אדער לחיים טיש, מוזיק מייק סיסטעם, אין דעלישעס עסן וואס מיר האבן שוין טועם געווען, אין א שיינע פרישע הערליכע זאל אן קיין ציגעקומענע עקספינסיוו'ס, ווי דער גאנצע אנטענשן איז דא פאר אייך.

איר באקומט עס אין קרן?

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:40 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
מקבל האט געשריבן:פעיק ניוז בתפארתו, פרייזן האבן זיך נישט געטוישט, און עס קומט נישט אויס קיין סאך ביליגער ווי אין קרן ויואל משה.

איר קענט בר מצווה מאכן פאר א נישטיגע 1710, אינקלאד שיינע בלימען פאר די פרויען, חדר טיש, קינדער אדער לחיים טיש, מוזיק מייק סיסטעם, אין דעלישעס עסן וואס מיר האבן שוין טועם געווען, אין א שיינע פרישע הערליכע זאל אן קיין ציגעקומענע עקספינסיוו'ס, ווי דער גאנצע אנטענשן איז דא פאר אייך.

איר באקומט עס אין קרן?

די עיקר פראבלעם איז ביי די upgrades דארט ליגט די הונט באגראבן איה"נ איינער וואס האלט זיך ביי די פלענע פעקעדזש איז נישט קיין גרויסע חילוק צווישן KVM אין אנדרע.
איך האב געטשעקט פרייזן ביי אלע זאלן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג פאברואר 07, 2020 9:14 am

מקבל האט געשריבן:פעיק ניוז בתפארתו, פרייזן האבן זיך נישט געטוישט, און עס קומט נישט אויס קיין סאך ביליגער ווי אין קרן ויואל משה.

פון וואו קומט די צעטל? פון קרן? אדער בר מצוה תקנות?
לויט די פרייזן קוקט אויס ווי תקנות, האב איך רעכט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג פאברואר 07, 2020 9:27 am

איז דאס ביליגער ווי א בר מצוה אין שאפינג סענטער זאל? אדער טייערער?
פארוואס איך פרעג, ווייל איך האב פלאנירט צו בר מצוה מאכן אין שאפינג צענטער, און כמדומה איז דאס ביליגער. (נישט אז איך האב געטשעקט, איך דענק נאר אזוי פון מיינע קרובים)
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג פאברואר 07, 2020 9:33 am

לאמיר זאגן דער פשוטער בעל שמחה האט 30 קאפל, גייט יעצט ווערן ארויפגעלייגט א כמו התחייבות אויף יעדן צו צאלן $2,225??
אז עס איז דא אן אפציע פאר בלומען, גייט די בני בית גיין דערפאר.

----
אונז געדענק מיר נאך שוש תשיש ע"ה, דארט האט געקאסט הכל בכל $500 - און אפגרעיטעט $535.....
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 07, 2020 9:51 am

בלומען ביי פרויען ביי א בר מצוה? ווען איז דאס געווארן די נארם?

האב מיר קיינמאל געצאלט פאר אזא זאך.

אגב, 45 קאפעלס ביי א בר מצוה איז זייער אסאך, ניין, אין א תקנות זאל וואלט עס נישט געטארט זיין.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אחד הרבנים
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג פאברואר 07, 2020 11:26 am

farshlufen האט געשריבן:בלומען ביי פרויען ביי א בר מצוה? ווען איז דאס געווארן די נארם?

האב מיר קיינמאל געצאלט פאר אזא זאך.

אגב, 45 קאפעלס ביי א בר מצוה איז זייער אסאך, ניין, אין א תקנות זאל וואלט עס נישט געטארט זיין.

גא״ם

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג פאברואר 07, 2020 3:08 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:לאמיר זאגן דער פשוטער בעל שמחה האט 30 קאפל, גייט יעצט ווערן ארויפגעלייגט א כמו התחייבות אויף יעדן צו צאלן $2,225??
אז עס איז דא אן אפציע פאר בלומען, גייט די בני בית גיין דערפאר.

----
אונז געדענק מיר נאך שוש תשיש ע"ה, דארט האט געקאסט הכל בכל $500 - און אפגרעיטעט $535.....

ר' יאנטל, איך זעה דו האסט נאכנישט בר מצוה געמאכט, א בר מצוה אין שאפינג סענטער פאר 25 קאפל איז א פאר יאר צוריק שוין געווען טייערער, ווען די זאל האט געקאסט נאר 400, היינט קאסט שוין די זאל 500, און דער קעיטערער איז שוין אויך ארויף, ממילא אויב קען מען בלייבן ביי 1710 הכל בכל מכל איז עס א מציאה

די קלאסיק פעקעזש מיט די אפגרעיד פעקעזש איז סתם אזא כסות עינים, א לחיים טיש דארף יעדער האבן, קומט אויס לא מצאנו ידינו ורגלינו פאר א קלאסיק
אבער 1935 פאר 25 קאפעלס איז אויך נישט אוועקצומאכן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מקבל
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:32 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
מקבל האט געשריבן:פעיק ניוז בתפארתו, פרייזן האבן זיך נישט געטוישט, און עס קומט נישט אויס קיין סאך ביליגער ווי אין קרן ויואל משה.

איר קענט בר מצווה מאכן פאר א נישטיגע 1710, אינקלאד שיינע בלימען פאר די פרויען, חדר טיש, קינדער אדער לחיים טיש, מוזיק מייק סיסטעם, אין דעלישעס עסן וואס מיר האבן שוין טועם געווען, אין א שיינע פרישע הערליכע זאל אן קיין ציגעקומענע עקספינסיוו'ס, ווי דער גאנצע אנטענשן איז דא פאר אייך.

איר באקומט עס אין קרן?

זעה דא די פרייזן אין קרן, וואס איך זאג איז אז עס האט זיך גארנישט געטוישט יעצט, חוץ אז עס איז צוגעקומען די זאלן, און אז עס איז נישט קיין סאך ביליגער.
צוגעלייגטע
Keren.png
Keren.png (79.41 KiB) געזעהן 498 מאל

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג פאברואר 10, 2020 8:25 pm

העלאו האט געשריבן:אזוי ווי איך האב לעצטענס בר מצוה געמאכט ב''ה וועל איך געבן מיין חשבון הכל בכל מכל האט נישט געקאסט מער ווי זעקס טויזענט דולער בכלל נישט געקארגט
קודם כל תפילין די עולם רעדט דא פון דריי טויזענט דולער ביך איך אייך מודיע איינער האט געמאכט אויף אייך א גוטע 2000 דולר ריוח
איך האב באשטעלט מיין תפילין ביי א היימישע סופר ביי מיר אין ביהמ''ד וואס האט א הערליכע כתב איך האב מיט געהאלטען ווי ער שרייבט עס און געזעהן אלע פרשיות דאס האט געקאסט 750 דולער שפעטער האט ער מיר צוגעגעבן די בתים און רצועות מיט די גרעסטע חומרות פאר נאך 500 דולער סך הכל 1250 די מהודרדיגסטע תפילין אויב איר ווילט קענט איר מיר שיקען אין אישי און איך קען אייך באשטעלן די תפילין
שפעטער די קליידער - א בעקיטשע 3 פיס רעקל און א מאנטעל מיט צויי שבתדיגע הויזן 600 דולר צויי היטן 500 דולר און דרייגוד נאך 700 איז צוזאמען 1800 די גאנצע קליידער
און די נאכט פון די בר מצוה האב איך געהאט 50 קאפלס האט עס געקאסט הכל בכל מכל 3 טויזענט דולר
ממילא איז די טאטעל 6 טויזענט דולער איך וייס נישט ווי די עולם קומט אהן צו 12 טויזענט

1250$ תפילין מיט די גרעסטע חומרות???

ווער פון אונז חלומען?.....
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג פאברואר 10, 2020 8:53 pm

1250? מיין סופר, דא אין אמעריקא האט גענומען דאס פאר פרשיות, און בתים, אויך פון אמעריקא איז נאכאמאל בערך אזויפיל.
ביי טוביה'ס אין געשעפט איז דא פאר די פרייז און נאך ביליגער אויכעט
בוי זיך זעלבסט

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:43 pm

א קלעסיק פעקעדזש אין עטרת פ"ז פאר 35 קאפעלס איז $2250

אין קרן קומט אויס 36x35 = 1260
3 וועטערעס איז $300
קינדער טיש $115
לחיים טיש $135
די זאל $525
ס"ה $2335

און אויב האט מען א גרעסערע משפחה ווען מען מוז שוין רופען 45 קאפעלס דאן איז די פרייז אין עטרת פ"ז $2570

אין קרן קומט אויס 36x45 = 1620
4 וועטערעס איז $400
קינדער טיש $115
לחיים טיש $135
די זאל $525
ס"ה $2795
ECCO Men's New Jersey Lace Oxfords $86
https://amzn.to/38FseYE

ECCO Men's New Jersey Slip-On Loafer $86.21
https://amzn.to/37pPoSB

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אחד הרבנים
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:28 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:אזוי ווי איך האב לעצטענס בר מצוה געמאכט ב''ה וועל איך געבן מיין חשבון הכל בכל מכל האט נישט געקאסט מער ווי זעקס טויזענט דולער בכלל נישט געקארגט
קודם כל תפילין די עולם רעדט דא פון דריי טויזענט דולער ביך איך אייך מודיע איינער האט געמאכט אויף אייך א גוטע 2000 דולר ריוח
איך האב באשטעלט מיין תפילין ביי א היימישע סופר ביי מיר אין ביהמ''ד וואס האט א הערליכע כתב איך האב מיט געהאלטען ווי ער שרייבט עס און געזעהן אלע פרשיות דאס האט געקאסט 750 דולער שפעטער האט ער מיר צוגעגעבן די בתים און רצועות מיט די גרעסטע חומרות פאר נאך 500 דולער סך הכל 1250 די מהודרדיגסטע תפילין אויב איר ווילט קענט איר מיר שיקען אין אישי און איך קען אייך באשטעלן די תפילין
שפעטער די קליידער - א בעקיטשע 3 פיס רעקל און א מאנטעל מיט צויי שבתדיגע הויזן 600 דולר צויי היטן 500 דולר און דרייגוד נאך 700 איז צוזאמען 1800 די גאנצע קליידער
און די נאכט פון די בר מצוה האב איך געהאט 50 קאפלס האט עס געקאסט הכל בכל מכל 3 טויזענט דולר
ממילא איז די טאטעל 6 טויזענט דולער איך וייס נישט ווי די עולם קומט אהן צו 12 טויזענט

1250$ תפילין מיט די גרעסטע חומרות???

ווער פון אונז חלומען?.....

האלאו, תפילין דאהי פון א היימישען סופר מיט חשובע בתים אפי׳ פון א״י קאסט אן ערך פון 2.5K - $3K$ , פינטל. דוק ותשכח. יא, מען קען טרעפן פאר ביליגער, הרב קליינמאן פון למען אחי זאגט אז עס קאסט אים $400 ביז $650 א פאר תפילין. פאר אונז אידן וואס לאזן זיך קאסטן פאר יעדן דבר מצוה וו.צ.ב. מצות, פלייש, אתרוג וכד׳ ״קאסט דאס מער״...

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:48 am

אחד הרבנים האט געשריבן:

וויל איך אויסזאגן א סוד, אין אנדערע ווערטער א גוטע בר מצוה תקנה טיפ... אז מ'קען האבן תפילין פון גאר חשוב'ע סופרים מיט מהודר'דיגע בתים פאר ביליגער, וויאזוי ווייס איך דאס? ווייל כ'האב אזוי אליינס געטוהן...

כ'האב מיך נאכגעפרעגט ביי עטליכע נאנטע אין ארצינו הקדושה ווער עס איז א גוטע חשוב'ע סופר, און איך בין געגאנגען דירעקט צום סופר אליינס און געבעטן צו שרייבן תפילין, און אויך אז ער זאל מיר שאפן די בתים דירעקט פונעם בתים מאכער.

אין מיין פאל איז דער סופר געווען א חשוב'ע אינגערמאן מקהילת דושינסקיא, און כולם פה אחד האבן מיר מעיד געווען אויף יענעמס חשיבות ביראת שמים און שיינע שריפט, און ס'האט מיר געקאסט אינגאנצן 15 מאות שוין מיט גאר מהודר'דיגע בתים און רצועות.

(אפשר עפען איך אויף א can of worms ווייל אסאך אידן מאכן דאך געלט פון פארקויפן אנדערנס תפילין, און זיי קענען דערלייגן אויב יעדער וועט אזוי טוהן, אבער נישט פאר יעדעם וועט דאס ארבעטן צו גיין זוכן א סופר און זיך אליינס פארענען דערמיט, אפילו פאר מיר איז עס געווען זייער גרינג צו טוהן. אבער אויב קען זיך איין איד שפארן געלט וואס ער האט נישט און קויפן תפילין אויף אזא וועג איז עס ווערט)

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:08 am

Screenshot_20200206-135349_Drive.jpg
Screenshot_20200206-135349_Drive.jpg (185.02 KiB) געזעהן 252 מאל

עטרת פז זאל אין בנין גאלדבערער פון בית רחל וויאמ''ש אויף yd גאלדבערער דרייוו
$1,500 א בר מצוה

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:19 am

וואס איז למעשה די פרייז אין די עטרת קאזניץ זאל?

15 מאות אין נישט נארמאל ביליג פאר יארא "20
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » זונטאג פאברואר 16, 2020 11:56 am

אחד הרבנים האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:אזוי ווי איך האב לעצטענס בר מצוה געמאכט ב''ה וועל איך געבן מיין חשבון הכל בכל מכל האט נישט געקאסט מער ווי זעקס טויזענט דולער בכלל נישט געקארגט
קודם כל תפילין די עולם רעדט דא פון דריי טויזענט דולער ביך איך אייך מודיע איינער האט געמאכט אויף אייך א גוטע 2000 דולר ריוח
איך האב באשטעלט מיין תפילין ביי א היימישע סופר ביי מיר אין ביהמ''ד וואס האט א הערליכע כתב איך האב מיט געהאלטען ווי ער שרייבט עס און געזעהן אלע פרשיות דאס האט געקאסט 750 דולער שפעטער האט ער מיר צוגעגעבן די בתים און רצועות מיט די גרעסטע חומרות פאר נאך 500 דולער סך הכל 1250 די מהודרדיגסטע תפילין אויב איר ווילט קענט איר מיר שיקען אין אישי און איך קען אייך באשטעלן די תפילין
שפעטער די קליידער - א בעקיטשע 3 פיס רעקל און א מאנטעל מיט צויי שבתדיגע הויזן 600 דולר צויי היטן 500 דולר און דרייגוד נאך 700 איז צוזאמען 1800 די גאנצע קליידער
און די נאכט פון די בר מצוה האב איך געהאט 50 קאפלס האט עס געקאסט הכל בכל מכל 3 טויזענט דולר
ממילא איז די טאטעל 6 טויזענט דולער איך וייס נישט ווי די עולם קומט אהן צו 12 טויזענט

1250$ תפילין מיט די גרעסטע חומרות???

ווער פון אונז חלומען?.....

האלאו, תפילין דאהי פון א היימישען סופר מיט חשובע בתים אפי׳ פון א״י קאסט אן ערך פון 2.5K - $3K$ , פינטל. דוק ותשכח. יא, מען קען טרעפן פאר ביליגער, הרב קליינמאן פון למען אחי זאגט אז עס קאסט אים $400 ביז $650 א פאר תפילין. פאר אונז אידן וואס לאזן זיך קאסטן פאר יעדן דבר מצוה וו.צ.ב. מצות, פלייש, אתרוג וכד׳ ״קאסט דאס מער״...

במחילת כבודת תורתכם אחד הרבנים די תפילין וואס איך רעד קען איך פערזענליך די סופר איך האב מיטגעהאלטען ווי ער שרייבט די פרשיות ער האט מיר אפילו געפרעגט פארן שרייבן די פרשיות אזוי ווי ער גייט יעצט אין מקוה פארן שרייבן וועלכע כוונות ער זאל האבן בשעתן טובלען... ער האט א הערליכע כתב ממש איינס אין די וועלט אין מיט דעם אלעם האבן די פרשיות נישט געקאסט מער ווי 750 דולר און די רצועות אין בתים די שענסטע און די בעסטע מיט די גרעסטע חומרות האט נישט געקאסט מער ווי נאך 500 דולר עס קומט פון ארץ ישראל בהשגחת היימישע רבנים און האט געקאסט נאך 500 דולר אז דו ווילסט זיך בארועגען אז דו האסט איבער געצאלט מיט 1500 דולר נאו פראבלעם פיל זיך גוט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג פאברואר 16, 2020 12:24 pm

לייטער האט געשריבן:
Screenshot_20200206-135349_Drive.jpg

עטרת פז זאל אין בנין גאלדבערער פון בית רחל וויאמ''ש אויף yd גאלדבערער דרייוו
$1,500 א בר מצוה

$150 פארן זאל
$1350 פארן קעיטערער

די פרייז איז פאר 25 קאפל
(אריינגערעכענט קינדער טיש, לחיים טיש)

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג פאברואר 16, 2020 2:33 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
Screenshot_20200206-135349_Drive.jpg

עטרת פז זאל אין בנין גאלדבערער פון בית רחל וויאמ''ש אויף yd גאלדבערער דרייוו
$1,500 א בר מצוה

$150 פארן זאל
$1350 פארן קעיטערער

די פרייז איז פאר 25 קאפל
(אריינגערעכענט קינדער טיש, לחיים טיש)

Delicious food, beautiful setting, only it’s in small hall, classroom.
שויתי ה' לנגדי תמיד

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לאנדאנער, פעטער שמואל און 33 געסט