א ברכה פארנט פון קידנעפער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

א ברכה פארנט פון קידנעפער

תגובהדורך ברעטל » מאנטאג יולי 15, 2019 12:04 am

פון היינט און ווייטער איז אלעס געטוישט - אט דאס איז געווען די באשלוס ביי א געוויסע החלטה פון די משפחה אין ארגענטינע נישט לאנג צוריק, נאכדעם וואס מאן און ווייב האבן אויסגעהערט א דרשה איבער די כח פון זאגן א ברכה און ענטפערן אמן, און זענען געווארן זייער אינספירירט דערפון. זיי האבן איינגעפירט ביי די שבת טיש זיצנדיג מיט אלע קינדער, אז יעדער און שטוב פון טאטי ביזן צוויי יעריגס, וועלן זאגן הויך א ברכה, און מען דארף זיכער מאכן אז איינער ענטפערט אמן בקול רם.

פון אנהייב איז דאס נישט געווען לייכט. מ'איז צוגעוואוינט צו שפאצירן צום פריזשידער און געבן עפעס א נאש - אבער אופס, מ'דארף זאגן הויך א ברכה. צוביסלעך האט מען זיך צוגעוואוינט, און די גאנצע אטמאספערע אין שטוב איז געווארן גענצליך געטוישט, ס'איז געווארן א ברכה'דיגע שטוב. מען האט געשפירט אן ערנסטקייט אין שטוב, און יעדער איינער האט לויט זיין יארגאנג אנגעהויבן זיך צו פארבעסערן שוין אין אנדערע זאכן אויך...

ווי באקאנט איז יעצט אין ארגענטינע זייער אנגעזעצט דער פינאנציעלע מצב. ב"ה אז אידעלעך געבן זיך אייביג אן עצה, און אסאך אידן האבן ווייטער געפירט זייערע ברייטפארצווייגטע געשעפטן אינדערויסן פון די נאציאנאלע אנזעץ. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין מוציא מיט האניג, די אידן זענען אין שטענדיגע געפאר פון אטאקעס, רויבערייען, כאפן שלעק, קידנעפינגס און שאר ירקות וואס די שונא-ליעקב'ס האבן צו פארשלאגן סתם אזוי, און זיכער אין אזעלכע סיטואציעס.

די פרוי איז איין טאג געזעסן אינדערהיים, איר מאן איז געווען אין דער ארבעט, און פלוצים האט זיך דער טיר אויפגעריסן. צוויי הויכע ברייטביינערדיגע ארגענטינישע באנידטן האבן דארט אריינמארשירט מיט פארמאסקירטע געזיכטער און הייס געווער אין זייערע הענט. מען האט איר באפוילן אז זי זאל זאפארט אהינגעבן אלעס, זילבערווארג, צירינגען, געלט, קרעדיט קארטלעך, אבער די רגע, שנעל!

זי, מיט די קינדער ארום איר, האבן זיך געווארפן ווי וואש מאשינען. מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווי אזוי די מטורפים וועלן ענדיגן דעם מעשה. ס'קען גיין צו משכונות, צו אויסלייז געלטער, און חלילה וחס פיל ארגער. די פרוי האט גענומען א גלאז וואסער, און פארנט פון די אויגן פון די שאקירטע רויבער און די צעשראקענע קינדער און געזאגט "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שההככלל נהיה בדברו".

"ווען כ'האב געזאגט "שהכל נהיה בדברו" - אלעס ווערט געטוען לויטן רייד פון באשעפער, האב איך אינזינען געהאט אלעס, און אלעס מיינט אלעס". פארציילט זי. "הכל מיינט אלעס, אפילו די שרעקעדיגע בריונים וואס שטייען דא פון ארום און ארום. יעדע זאך קומט פון באשעפער, נישטא אזא זאך עפעס איז גוט אדער נישט, שהכל נהיה בדברו".

א "אמן" האט אפגעהילכעט אין דעם שטוב, פון אלע קינדער אינאיינעם. ווי נאר דאס האט פאסירט, האבן די רויבער געכאפט הענט און פיס, און זיך אפגעטראגן פון דארט מיט די נשמה אין די הענט. וואס האט פאסירט? אזוי שרעקעדיג? זי האט נישט געדרוקט קיין עמערדזשענסי קנעפל וואס רופט פאליציי, זי האט נישט געהאט מער ווי א גלעזל וואסער אין די הענט, סך הכל געזאגט א ברכה. אבער די רויבער זענען פון דארט אנטלאפן ווי דער רוח וואלט זיי נאכגעיאגט.

דער רבוש"ע זאגט בכל מקום אשר אזכיר שמי אבוא אליך וברכתיך. וואו מען דערמאנט דעם באשעפער'ס נאמען קומט דער באשעפער אהין, ער קומט דיר באזוכן! יא, דו זאגסט א ברכה, די קנעפל ארבעט, דער באשעפער קומט דארט זאגן א ברכה, און די אלע נידעריגע ברואים קענען דאס נישט דערליידן, זיי פליען אוועק פון דארט ווי אש און פארע, יפול מצדך אלף ורבבה מימינך אליך לא יגש.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג יולי 15, 2019 1:08 am

כאפט א פחד!!!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג יולי 15, 2019 9:08 am

דאס עצם זאך מאכן א שהכל מיט כוונה, און אינזין האבן די טייטש, אז אלעס קומט פונעם אויבערשטן און אויך די יעצטיגע מצב וואו מ'געפונט זיך, ווי שלעכט ס'זעט אויס, איז א סגולה צו ווערן געראטעוועט, פון יעדן מצב.
. . . . . . .

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » מאנטאג יולי 15, 2019 9:25 am

wow
א היינטיגע מעשה!
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יולי 15, 2019 10:47 am

א מעשה נורא!

אגב, עס דערמאנט מיר פון די באקאנטע מעשה מיטן מיידלע וואס האט זיך געחלומט אז איר חבר'טע האט געקריגן א רפואה שלימה. יהונתן שווארץ זינגט עס אויפן אלבום אמן ואמן ח"א (טרעק 7).

https://jewishmusic.fm/album/%D7%90%D7% ... %97%D7%90/
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג יולי 15, 2019 3:46 pm

וואס איז די מקור צו די מעשה?

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » מאנטאג יולי 15, 2019 4:15 pm

הרב אליהו עמאר האט עס פארציילט ביי א שיעור וואס ער האט עס געהערט מפי בעלת המעשה.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג יולי 15, 2019 5:44 pm

ייש"כ פארן ברענגען און אזוי שיין אראפלייגן, אן ענליכע מעשה איז באוויסט מיט א רב וואס האט אזוי זיך געראטעוועט פון אראבער.

יענקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

תגובהדורך יענקל אלצווייסער » דינסטאג יולי 16, 2019 8:56 pm

אדער יא האט געשריבן:ייש"כ פארן ברענגען און אזוי שיין אראפלייגן, אן ענליכע מעשה איז באוויסט מיט א רב וואס האט אזוי זיך געראטעוועט פון אראבער.


?

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג יולי 16, 2019 10:40 pm

איז וואס טוט מען מיט זיך בייגן לייגן

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג יולי 16, 2019 11:04 pm

שהכל נהיה בדברו!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיינע רב און 14 געסט