געאגראפיע און נאך פון די וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ב

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:15 pm

4) סאן מארינו -
א לאנד אויף א בארג, ארומגענומען פון אלע פיר זייטן מיט די לאנד איטאליע. פון די איינציגסטע לענדער אין די וועלט אזוי, אויסער וואטיקאן און לאסעטו.

5) 5) טובאלו -
אויך א לאנד אין די געגענט פון די מארשאלן.

6) נאוראו
אויך דארטן.

7) מאנאקא -
א קליין לענדל ארומגענומען פון דריי זייטן מיט פראנקרייך און ביים מיטעלענדישן ים אויף די פערטע זייט.

8) די וואטיקאן -
אפיציעל איז דאס א לאנד פאר זיך, אויך ארומגענומען פון פיר זייטן און אויך דורך איטאליע. אין פאקט איז עס א טייל פון איטאליע, נאר לכבודו פונעם שמייליגן פויפסט האט מען עס גערופן א לאנד פאר זיך.

(די צוויי קומען צו זיין די ערשטע צוויי, די וואטיקאן איז די קלענסטע)
9) מאלטא -
א פיצקל אינזל לענדל אין מיטעלענדישן ים. נישט ווייט פון איטאליע.

10) מאלדיווס -
אויך א אינזל לענדל אין די אינדישן אקעאן נישט ווייט פון אינדיע.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ג

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:23 pm

די צען לענדער מיט די מערסטע מענטשן

1) טשיינע -
פארשטייט זיך... מיט א ביליאן און דריי הונדערט מיליאן. זיי נוצן עס כאטש אויס מיט פראדוצירן זאכן פאר אונז.

2) אינדיע -
נישט צופיל אינטערשטעליג, סה''כ מיט אכציג מיליאן ווייניגער.

3) אמעריקע -
יא, אמעריקע איז די דריטע מיט דריי הונדערט מיליאן און ארויף. א חילוק פון א ביליאן מיט די צוויי פריעדיגע!!

4) אינדאניזיע
מיט 'נאר' צוויי הונדערט מיליאן בערך.

5) 6) 7) פאקיסטאן, ניגעריע און בראזיל מיט בערך די זעלבע ווי אינדאניזיע.

8) 9) באנגלעדעזש און רוסלאנד -
בערך די זעלבע, ארום א הונדערט מיליאן און א האלב. די חילוק איז נאר אז רוסלאנד איז די גרעסטע לאנד אין די וועלט און האט פלאץ פאר נאך א ביליאן מענטשן, און בענגלאדעזש איז פון די קלענערע לענדער און האט נישט פלאץ פאר אפילו האלב וואס זי האט, די גאנצע מצב איז דארט טאקע כאאס.

10) מעקסיקא
זיי האבן אויך אריבער א הונדערט מיליאן, גענוג אפילו אריבער צו שיקן מענטשן צו אונז...

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ד

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:29 pm

די צען מערסט באזוכטע לענדער איבער די וועלט

1) די שטאלצע אמעריקע -
76 מיליאן מענטשן א יאר. רוב דערפון קיין ניו יארק צו זען די הארץ פון די מערב וועלט עקאנאמיע, און די ריזן וואלקן קראצערס אין מאנהעטן, און נאך.

2) טשיינע
60 מיליאן. יא, מיט אלעס פרובירן זיי צו גיין קאמפעטישן מיט אמעריקע. נאר אין די לעצטע פאר יאר האבן זיי זיך אויפגעבויעט אין די טוריזעם און זיי האבן געגרייכט צום צווייטן אויפן ליסטע. למעשה זענען א גרויס טייל דערפון אויך פאר ביזנעס.

3) איטאליע -
58 מיליאן. צוליב די אלטע אינטערעסאנטע באזוך ערטער, ווי וועניציע, רוים און נאך.

4) מעקסיקא -
39 מיליאן. פארוואס ווייס איך נישט. לכאורה ע''פ רוב פון די דערנעבניגע אמעריקא ביי די טראפישע אפרי ערטער.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ה

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:38 pm

5) ענגלאנד -
37 מיליאן. אויך טוריזעם, לאנדאן, און אויך ביזנעס.

6) טערקיי -
37 מיליאן. אסאך טוריזעם איז דא דארט, אין איסטאנבול און נאך.

7) דייטשלאנד -
37 מיליאן. בערלין איז היינט גאר א גרויסע טוריזעם ארט.

8) טיילאנד -
34 מיליאן. אין די לעצטע יארן האט עס זיך אסאך ארויפגעארבעט אין טוריזעם, בפרט צוליב איר טראפישע וועטער און הערליכע ים ברעגעס מיט ווארעמע לויטערע וואסערן וואס ציען צו זיך מיליאנען מענטשן פאר אפרוה און צו באזוכען די ארטיגע זשונגעלס.

(דאס זענען די ערשטע צוויי)
9) שפאניע -
83 מיליאן. צוליב אלטע שטעט און פארווויילונגס ערטער אין בארצעלאנא און נאך.

10)פראנקרייך -
89 מיליאן!! פאריז איז אלץ געווען די גרעסטע באזוך ארט אין די וועלט. ווער וויל דען נישט א בילד ווי ער שטייט אינטערן אייפעל טורעם?! (איך...).

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ה

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:46 pm

די מערסט באזוכטע טוריסט ערטער איבער די וועלט זענען:

1) די גרוסע פיראמידן אין גיזא -
לויט געוויסע פארשער זענען די אידן די וואס האבן עס געבויט. עס איז ממש א מעכטיגע סטרוקטור וואס אפילו היינט וואלט דאס געווען א מעכטיגע בנין, ווער רעדט שוין דאן פאר אריבער 3000 יאר צוריק ווען מען האט נאך קוים געבויט צוויי שטאקיגע בנינים. פון די גאנצע וועלט קומט מען דאס קוקן און זען מיט די אייגענע אויגן.

2) די גרויסע וואנט אין טשיינע -
דאס איז אויך א מעכטיגע געבוי פון מיילן מיילן לאנג, 13,000 מייל!! וואנט איבער בערג און טאלן. מען קען שפאצירן אויף עס.

3) אייפעל טייער אין פאריז -
נישט אזוי ווייט שיין און אינטערעסאנט ווי סימבאליש, די שטאלץ און סימבאל פון פראנקרייך און בכלל די מערב וועלט.

4) די אלטע בנינים אין אתונא -
אין גריכנלאנד, די אלטע יוון וואס מיר קענען גאר גוט און מיר האבן געהאט אסאך צוטון מיט זיי, האבן געבויט גאר שיינע בנינים אין אתונא, און א גרויס טייל איז געבליבן ביז היינט.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ו

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:52 pm

5) סטאונהעזש אין ענגלאנד -
דאס זענען גאר מאדנע געבויטע שטיינער אין צפון ענגלאנד, פון טויזנטער יארן צוריק. די פארשער האבן נישט די מינדעסטע השגה וואס די ציל דערפון איז, צו א לוח, צו א עבו''ז, אדער עפעס אנדערש. אויך ווי אלט דאס איז ווייסט מען נישט. בקיצור, מיסטעריעז, נו, דאס ציט דאך אוודאי מענטשן.

6) מאצו פיצו -
א אלטע גאר שיינע שטאט פון זעקס הונדערט יאר צוריק, טיף אין די אנדעס בערג אין פערו. געבויט דורך די אינדיאנער. גאר שיין די הייזער און די בערג ארום. די בילד דערפון קען מן הסתם יעדער איינער.

7) די נייאגרא פאלס -
יא, דא אין ניו יארק, איז פון די מערסט באזוכטע ערטער איבער די וועלט. ווער עס איז שוין דארט געווען קען פארשטיין פארוואס (איך נאכנישט...).

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:42 am

@איינס, בילדער קומען?
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ז

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:59 am

די גרעסטע לענדער איבער די וועלט:

1) רוסלאנד -
יעדער וואס נעמט נאר מאפע אין די הענט קען דאס גלייך זען, דעם ריזיגן גיגאנטישן לאנד אויפן צפון זייט פונעם וועלט. רוב שטחים דערפון זענען אבער אומנוצבאר צו וואוינען צוליב קעלט און זומפן.

2) קאנאדע -
אויף די אנדערע טייל פונעם צפון שפיץ פונעם וועלט. אויך רוב טייל קאלט און פארפרוירן. רוב איינוואוינער געפונען זיך טאקע אינעם דרום טייל ווי עס גרעניצט זיך מיט אמעריקע, ווי מאנטריאל און טאראנטא, דארט איז אויך גענוג קאלט.

3)אמעריקע -
אויך א גרויס טייל דערפון איז אומבאוואוינט צוליב די גרויסע פוסטע מדבריות אין צענטער פון לאנד. גאנצע שטאטן זענען מדבר, ווי נעוואדא, אריזאנא, יוטא, ניו מעקסיקא, רוב קאליפארניע. דארט געפינען זיך טאקע בעיקר מיליטערישע באזעס. בעיקר וואוינט מען ביי די צוויי ים ברעגעס.

4) טשיינע -
דארף דאך האבן פלאץ פאר אזויפיל מענטשן...

5) בראזיל -
אויך רוב דערפון אומנוצבאר צו וואוינען צוליב די געדעכט באוואקסענע זשונגעלס. בעיקר וואוינט מען דרום מזרח ביים וואסער.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ח

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:07 am

6) אסטראליע -
מעכטיג גרויס, אבער גאר אומבאוואוינט לויט די גרויס. אין די צענטער איז כמעט נאר מדבריות.

7) אינדיע -
האלב פון אסטראליע, וואס איז ווייניגער ווי האלב פון רוסלאנד, אבער נאך אלץ גאר גרויס.

8) 9) ארגענטינע - קאזאקסטאן
בערך די זעלבע גרויס, נאר ווייט נישט די זעלבע באוואוינט. קאזאקאסטאן איז דער ריזיגער לאנד וואס שטארט ארויס צווישן די צענטער אזיע לענדער.

10) אלגיריע -
א ריזיגע לאנד מיט ריזיגע מדבריות פונעם סהרא מדבר. גאר שוואך באוואוינט.

דערנאך: קאנגא אין אפריקע. סאודאי אראביע.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אמטשולדיגונגס

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:09 am

אמטשולדונג פארן שרייבן אזוי סאך אויף איין מאל. איך האב יעצט פשוט גאר אסאך צייט, ממילא שרייב איך יעצט וואס אן אנדערע צייט וואלט איך עס סייווי נישט געקענט שרייבן. מיט פארשטענדעניש.

נ.ב. מען מוז עס נישט ליינען אויף איין מאל, מען קען גיין צוביסלעך.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן ט

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:24 am

די ארעמסטע לענדער איבער די וועלט:

אלע אין אפריקע... די קללה אויף בני חם איז נאך שטארק אקטיוו...

1) לייבעריע - 710 דאללער א יאר איז די געווענטליכע סומע פארן אלגעמיינע פארדינער...
2) די צענטרעל אפריקען רעפובליק
3)בורונדי
4)קאנגא
5)נייגער
6)מאלאווי
7)מוזאמביק
8) סייערא ליאון
9)מאדאגאסקאר
10) קאמארוס - 1,570 דאללער א יאר איז די געווענטליכע סומע פארן אלגעמיינע פארדינער...

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן י

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:31 am

די מערסט פארזיכערטע ערטער צו וואוינען אין די וועלט:

כמעט אלע אין אייראפע

1)אייסלאנד, א פארווארפענעם אינזל ווייט אוועק פון יעדע געפאר.
2)ניו זילאנד, כנ''ל. די קאנספיראציע טעאריקער וואס ציטערן פון נוקלעארע געפארן או פארניכטיגונג, ציען זיך אהין אין די מאסן האלטנדיג אז דאס איז די מערסט פארזיכערט ארט דערפאר.
3) פארטוגאל.
4) עסטרייך.
5) דענמארק.
6) קאנאדא.
7) סינגאפאר. מיט אזעלכע געזעצן, נו אוודאי...
8) סלאוואניע.
9) יאפאן.
10)טשעכיי.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן יא

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:46 am

די מערסט מסוכנ'דיגע לענדער איבער די וועלט:

1) סיריע. בעיקר יעצט ביי די בירגער קריג.
2) אפגאניסטאן. הער די נייעס וועסטו וויסן פארוואס...
3) סאוט סודאן. צוליב אנגייענדע בירגער קריג. נוסח אפריקע.
4)איראק. ווייס איך נישט פארוואס...
5) סאמאליע. שוין יארן וואס מען רצח'נט זיך דארט ארום און עס איז נישט דא קיין מנוחה.

6) תימן. ווייס איך אויך נישט פארוואס...
7) ליביע. נאך די צוזאמפאל פונעם קאדאפי רעגירונג, הרג'ט מען זיך ארום איבער די מלוכה. אראפ מיט איין קאדאפי, האבן מיר צען אנדערע. וואס מיינען זיי וועט זיין אין א אפריקאנער מוסלעמענער לאנד?...
8) קאנגא. אויך בירגער קריגן.
9) צענטרעל אפריקען רעפובליק.
10) רוסלאנד.

דערנאך איז דא נאך א סארט ליסטע פון סכנה צוליב כל מיני סיבות, דארט ווערן אריינגערעכנט:
סודאן.
אוקריינא.
פאקיסטאן.
צפון קאריע.
טערקיי.
ניגעריע.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן יב

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:55 am

די צען שענסטע לענדער צו באזוכן:

שווייץ. אלע ווייסן, די הערליכע אלפן בערג און פאנאראמישע רוהיגקייט.
ניו זילאנד. אויך הערליכע פראכטפולע בערג, כמעט ווי אין שווייץ.
סאוט אפריקע. הערליכע בערג און גאר אינטערעסאנטע סאפאריס.
טשיינע. הערליכע בערג, חוץ פון שמוציגע געדעכטע שטעט.
בראזיל. הערליכע בערג און וועלדער.

איטאליע. בערג און לאנדשאפט.
איירלאנד. אלטע פאלאצן און הערליכע לאנדשאפט.
אינדיע. פראכטפולע מעכטיגע בערג, און שיינע טראפישע וועלדער.
אמעריקע. יא, אמעריקע האט אויך הערליכע בערג, מיט גאר וואונדערליכע פאנאראמעס וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש. ווער רעדט שוין פונעם גרענד קעניאן. עס איז נאר גאר ווייט פון אונזער געגענט, ווייט אין מערב זייט.
קאנאדא. הערליכע ראקי בערג, מיט שפיגעלדיגע לויטערע וואסערן און וויס און שווארצע בערן און נאך.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן יג

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:13 am

די אכט שטערקסטע לענדער איבער די וועלט:

אמעריקע.
טשיינע.
יאפאן.
רוסלאנד.
דייטשלאנד.
אינדיע.
איראן.
מדינת ישראל.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:21 am

די צען רייכסטע לענדער איבער די וועלט:

עס מיינט נישט אז די עולם איז דארט רייך, נאר בעיקר וויאזוי עס ווערט צוטיילט לויט די געלט וואס קומט אריין און לויט וויפיל מענטשן אין לאנד. למעשה קען זיין אז די גאנצע געלט ליגט ביי איינעם. לויפטס נאכנישט אהין...

סאן מארינו.
יונייטעד אראב אימערעיטס.
נארוועגן.
איירלאנד.
קאוועיט.
ברוניי.
סינגאפאר.
לוקסעמבורג.
קאטאר.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן יד

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:29 am

און אז מען רעדט שוין, די מערסט געזונטע עסן אין די וועלט:

ספינעטש.
וואלנאטס.
אוואקאדאו.
שווארצע טשאקאלאדע.
קנאבל. נישט צופיל, רעכן דיך מיט די ארומיגע...
סעלמאן פיש.
לעבער.
פאטעטע. נישט פרענטש פרייס און פאטעטע טשיפ, די פרייען און פרעגלען מאכט עס נאר נישט געזונט.
אייער.
בראקאלי.
אלמאנד ניסלעך.
און בעצם אלע גרינצייג וויפיל מען קען, און פרוכט מיט א מאס.

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:50 am

טוב ה' לכל האט געשריבן:די מערסט פארזיכערטע ערטער צו וואוינען אין די וועלט:

כמעט אלע אין אייראפע

1)אייסלאנד, א פארווארפענעם אינזל ווייט אוועק פון יעדע געפאר.
2)ניו זילאנד, כנ''ל. די קאנספיראציע טעאריקער וואס ציטערן פון נוקלעארע געפארן או פארניכטיגונג, ציען זיך אהין אין די מאסן האלטנדיג אז דאס איז די מערסט פארזיכערט ארט דערפאר.
3) פארטוגאל.
4) עסטרייך.
5) דענמארק.
6) קאנאדא.
7) סינגאפאר. מיט אזעלכע געזעצן, נו אוודאי...
8) סלאוואניע.
9) יאפאן.
10)טשעכיי.

כ'גלייב אז אנהייב וואך וואלט אמעריקא נאך געווען אין די ליסטע

עני וועי, אינטערסאנט אז עס איז נאך דא פארזיכערטע לענדער אין אייראפע

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן יד

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 2:08 pm

די נייעסטע לענדער איבער די וועלט:

דרום סודאן - תשע''א. אפגעריסן פון סודאן.

קאסאווא - תשס''ח. נאכנישט אנערקענט דורך אלע לענדער.

מאנטערנעגרא און סערביע - תשס''ו.
די צוויי אויבנדערמאנטע זענען אפגעטיילט פון די יוגאסלאוויע פעדעראציע וואס האט זיך געגרינדעט נאכן סוויעטשן פאראיין צוזאמפאל, און איז אויך צופאלן נאך עטליכע יאר און געווארן זיבן באזינדערע לענדער. אסאך היסטאריע און בלוט פארגיסונגען איז דארט פארגעקומען.

מזרח טימור - תשס''ב.
אפגעטיילט פון אינדאניזיע נאך שרעקליכע רציחות און פארלוסטן פאר זעלבסטשטענדיקייט, ווען א דריטל איינוואוינער האבן פארלוירן זייערע לעבנס דערפאר! קוקט אויס עס איז ווערט...

יעצט ממש האלט ביים ווערן א נייע לאנד אין פאפאע ניו גינואה, מיטן נאמען בורגנוויל. די וואך האבן זיי געשטימט פאר זעלבסטשטענדיגקייט. 98 פראצענט האבן געשטימט דערפאר!!
ווען עס וועט ווערן באשטעטיגט אינעם פארלאמענט פון פ. נ. גנואה וועט עס ווערן די אינגסטע לאנד אין די וועלט, איבערנעמענדיג די ניין יעריג טיטל פון דרום סודאן.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 2:09 pm

עס איז אינטערעסאנט די זאכן וואס איך שרייב? אויב יא וועל איך בל''נ ממשיך זיין.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן טו

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 2:29 pm

די מערסט רעדנדע שפראכן איבער די וועלט:

ספאניש - 480 מיליאן. אין 22 לענדער איז עס פון די אפיציעלע שפראכן.

ענגליש.

אראביש - 295 מיליאן.

פארטוגעזיש.

רוסיש - 155 מיליאן.

פראנצוזיש. 129.

יאפאנעזיש - 124 אגב, איז עס די שנעלסט רעדנדע שפראך. חוץ פון די עצם מאדנע שפראך רעדן זיי נאך שנעל אויך... גיי פארשטיי וואס זיי רעדן...

בענגלי - א אינדיער שפראך.

כינעזיש מענדערין.

אינטערעסאנט אידיש איז נישט צווישן זיי, ווי איך גיי נאר, הער איך רעדן אידיש...

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן טז

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 2:33 pm

די גרעסטע שטעט איבער די וועלט:

טאקיא, יאפאן.
דעלהי, אינדיע. 30 מיליאן! דריי מאל אזויפיל ווי אין די ריזיגע ניו יארק סיטי.
שאנכיי, כינע.
סאו פאלא, בראזיל. 22 מיליאן.
מעקסיקא סיטי, מעקסיקא.
קאירא, מצרים.
דאקא, בענגלאדעזש.
מומביי, אינדיע.
בייזשינג, כינע.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מוצ"ש דעצמבער 14, 2019 9:06 pm

זייער אינטערעסאנט, גיי אָן.

נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » מוצ"ש דעצמבער 14, 2019 9:15 pm

שכוח גאנץ אינפארמאטיוו.
אבער דיע ליסטע מיין איך איז עפעס אביסל פאררוקט.
טוב ה' לכל האט געשריבן:די אכט שטערקסטע לענדער איבער די וועלט:

אמעריקע.
טשיינע.
יאפאן.
רוסלאנד.
דייטשלאנד.
אינדיע.
איראן.
מדינת ישראל.


די ערשטע פיר שאצן רוב אזוי אפ
אמעריקע
רוסלאנד
טשיינע
אינדיע

און איראן און מדנ"י איז נישט פון די צען שטערקסטע,
לייג אריין ענגלאנד מיט פראנקרייך.
לעצט פאראכטן דורך נאר_דאס_נישט אום מוצ"ש דעצמבער 14, 2019 9:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.

נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » מוצ"ש דעצמבער 14, 2019 9:17 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:די מערסט פארזיכערטע ערטער צו וואוינען אין די וועלט:

כמעט אלע אין אייראפע

1)אייסלאנד, א פארווארפענעם אינזל ווייט אוועק פון יעדע געפאר.
2)ניו זילאנד, כנ''ל. די קאנספיראציע טעאריקער וואס ציטערן פון נוקלעארע געפארן או פארניכטיגונג, ציען זיך אהין אין די מאסן האלטנדיג אז דאס איז די מערסט פארזיכערט ארט דערפאר.
3) פארטוגאל.
4) עסטרייך.
5) דענמארק.
6) קאנאדא.
7) סינגאפאר. מיט אזעלכע געזעצן, נו אוודאי...
8) סלאוואניע.
9) יאפאן.
10)טשעכיי.

כ'גלייב אז אנהייב וואך וואלט אמעריקא נאך געווען אין די ליסטע

עני וועי, אינטערסאנט אז עס איז נאך דא פארזיכערטע לענדער אין אייראפע

(אויב איר האט עס געמיינט ערנסט) ס'האט גארנישט צוטוען.

אגב, איז נישט שווייץ אין די ליסטע?
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט