שאהן הענניטי האט געשריבן:הערליך הערליך
Wow
גאר שיין און תוכן'דיג
יישר כח
טוב ה' לכל האט געשריבן:צו נארמאליזעם, למעשה זעה איך יעצט אז דו האסט שוין פאראכטען צוזאמען מיט מיר, יישר כח.
לגבי די פונקטליכע דאטום וויל איך באטאנען אז די אלע דאטומען זענען גאר אומפונקטליך! יעדע דאטום מער ווי צוויי און א האלב טויזענט יאר צוריק איז נאר געשאצט און השערות און סברות אבער נישט קראנט. ואכמ''ל פארוואס, דאס האט מיט די גאנצע ארכיאלאגישע נושא און גאר א גרויסע אריכות.
דאס איז אויך זייער וויכטיג צו וויסן זעהענדיג מערערע מאל ווי זיי ברענגען אז דער שטאט איז שוין געווען פאר פינף טויזענט יאר צוריק און שטייט זינט דעמאלטס, וואס דאס איז נאך פאר די מבול (וואס האט אויסגעריסן די גאנצע ערד, אויב אזוי קען דאך עס נישט זיין), נאר דאס איז זייערע השערות און עס איז שוין פון לאנד געווארן אפגעפרעגט.
צום ביישפיל, אין אייראפע טאקע, איז כמעט גארנישט געווארן געהעריג געשריבן ביז די גריכישע צייטן, זיכער נישט געהעריג אראפגעשריבענע היסטאריע. נו, דאס איז לאמיר זאגן פינף הונדערט יאר בעפאר דעם צווייטן חורבן, איז פון ווי וויסט מען סיי וואס פון בעפאר דעם? נאר מיט השערות און הנחות דורך די ארכיאלאגישע געפינסן, וואס זענען שוין לאנג געווארן אפגעפרעגט, והרבה יש להאריך בזה.
נארמאליזעם האט געשריבן:זיי האבן עפעס א גאנצע חשבון פון מענטשן וויאזוי זיי רעכענען טשעכיי סהייבט זיך אן גלייך נאך די IRAN AGE וואס דעס איז א גוטע 1200 יאר פאר מספרם סהייסט 1200 BC
סוא לכאורה איז עס נישט פון כלים וואס מהאט געטראפן אזוי איז משמע פון זייער היסטארי ביכל
טוב ה' לכל האט געשריבן:נאר ערשט בעפאר די גרויסע מלחמה האט זיך דארט פארמערט די אנטיסעמעטיזם אזוי ווי אין גאנץ אייראפע, און ביי די מלחמה האט מען געהארגעט גאר אסאך פון די ארטיגע אידן.
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט