געאגראפיע און נאך פון די וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » מוצ"ש דעצמבער 14, 2019 9:29 pm

Wowow קוק איך יעצט דורך די גאנצע אשכול.
איר קענט אסאך!

אלץ א ליבהאבער פון דיע זאכן גלייך איך עס זייער, א דאנק.
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן יח

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

די שטערקסטע לענדער איבער די וועלט:
געוואנדן אין עטליכע פאקטארן. נישט אין נוקלעארע וואפן.

1. אמעריקע –
בעיקר איז זייער שטארקייט אין די עיר פארס, און אין זייערע מיליטערישע מעכטיגע שיפן וואס זענען ווי גאנצע מיליטערן פאר זיך. זיי פארמאגן דערפון פיר און צוואנציג שטיק וואס דרייען זיך ארום איבער די וועלט און פאטראלירן און האלטן אינטער קאנטראל היציגע פירער אז זיי זאלן זיך האלטן רוהיג און זיין וואויל...
2. רוסלאנד.
דריי מיליאן סאלדאטן, און כמעט צוויי און צוואנציג טויזענט טאנקן, די מערסטע פון אלע אנדערע.
3. טשיינע.
4. אינדיע.
5. פראנקרייך.
6. יאפאן.
7. דרום קאריע.
פינף מיליאן סאלדאטן און גאר א שטארקע עיר קרעפט.
8. ענגלאנד.
9. טערקיי.
10. דייטשלאנד.
לעצט פאראכטן דורך טוב ה' לכל אום מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:48 pm

המשך

11. איטאליע.
12. מצרים.
13. בראזיל.
14. איראן.
15. פאקיסטאן.
16. אינדאניזיע.
17. מדינת ישראל.
18. צפון קאריע -
זיבן מיליאן סאלדאטן! די מערסטע פון סיי וועלכע לאנד, צוליב אן אלגעמיינע דרעפט אויפן פאלק. בכלל טוען דארט סאלדאטן אסאך אנדערע ארבעט ווי רייניגן די גאסן, סאלוטירן פארן הויכגעשעצטן פירער, און נאך.
19. אסטראליע.
20. שפאניע.
21. קאנאדע –
שטייען אויס גרויסע געפארן פון ארום, למשל אמעריקע און די ווייסע בערן פון די נארט פאול און נאך און נאך...
22. טייוואן.
23. ווייטנאם.
24. פוילן.
25. סאודי אראביע.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:50 pm

יישר כח פאר נאר דאס נישט און צוקער וואסער פארן מיר באדאנקען.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:51 pm

נאר_דאס_נישט האט געשריבן:שכוח גאנץ אינפארמאטיוו.
אבער דיע ליסטע מיין איך איז עפעס אביסל פאררוקט.
טוב ה' לכל האט געשריבן:די אכט שטערקסטע לענדער איבער די וועלט:

אמעריקע.
טשיינע.
יאפאן.
רוסלאנד.
דייטשלאנד.
אינדיע.
איראן.
מדינת ישראל.


די ערשטע פיר שאצן רוב אזוי אפ
אמעריקע
רוסלאנד
טשיינע
אינדיע

און איראן און מדנ"י איז נישט פון די צען שטערקסטע,
לייג אריין ענגלאנד מיט פראנקרייך.



גערעכט. מען רעדט דא פון די מערסט איינפלוסרייכע לענדער איבער די וועלט. יעדע מיט זיינע סיבות.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן יט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:57 pm

י נידריגסטע שטאט אין די וועלט:
יריחו –
יא, די באקאנטע יריחו אין ארץ ישראל איז די נידריגסטע שטאט אין די וועלט, זיך געפינענדיג נעבן די ים המלח וואס איז די נידריגסטע ארט אין די וועלט, איבער טויזענט פיס אינטערן ים פלאך.
ישובים – שטעטלעך, זענען פארהאן נידריגער, ווי מען זעט ממש נעבן די ים המלח עטליכע אידישע ישובים, אבער דאס איז די נידריגסטע שטאט.
בכלל איז יריחו פון דע עלטסטע שטעט אין די וועלט. אין די צייטן פון יהושע בן נון איז עס שוין געווען גאר א גרויסע שטאט, ווי מען געפינט אויך אין די ארכיאלאגישע גרובינגען. דערנאך איז עס געווארן איינגענומען און פארברענט דורך די אידן, און יארן שפעטער האט מען אויפגעבויט א שטאט על שמו פונעם אלטן שטאט, אבער נישט אויפן זעלבן ארט נאר דערנעבן.
כהיום איז עס א פאלעסטינער שטאט ווי א מדינת ישראל בירגער מעג געזעצליך נישט אריינפארן. עס וואוינען דארט בערך צוואנציג טויזענט אראבער, צווישן זיי גאר רייכע.
הייס איז דארט ווי הייס קען נאר זיין, און אין די זוממער איז אריבער הונדערט דעגרי, גאר אן אפטע ערשיינונג, טאקע צוליב די נידריגקייט. עס איז טאקע געווען דארט די ווינטער וואוין ארט פון הורדוס, צוליב די ווארעמקייט אפילו אין די ווינטער.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן כ

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:57 pm

די גרעסטע אימפעריעס אין די היסטאריע:

1. די בריטישע אימפעריע –
רעגירט איבער דרייצן מיליאן סקווער מייל. די בריטישע אימפעריע אין יאר תר''פ האט זיך אויסגעשפרייט איבער פיר און צוואנציג פראצענט פון די וועלט! קיינמאל איז נישט געווען א לאנד וואס זאל באהערשן אזויפיל.
נאך די צווייטע וועלט מלחמה זענען צוביסלעך געווארן פרישע לענדער אין די אלע טעריטאריעס, אויסער דריי ערטער: בערמודא אין די אטלאנטיק, גיבראלטער נעבן שפאניע, פאלקלאנד אינזלען נעבן ארגענטינע.

2. מאנגאלן –
אויך כמעט ווי די בריטישע. אין יאר 1200 למספרם איז אפירגעקומען א ווייטע פאריקטע פאלק, די מאנגאלען, וואס האבן באשלאסן איינצונעמען די וועלט על לא דבר. ביים שפיץ האט עס געהערשט אויף כמעט גאנץ אזיע און אסאך פון אייראפע: פון נעבן יאפאן ביז צענטרעל אייראפע, פון סיביר ביז איראן און סאודי אראביע. דאס איז גאר אסאך.
די גאנצע מעשה האט אנגעהאלטן א קורצע צייט, דערנאך איז אלעס צוריק צום אלטן. היינט ווייסן ניטאמאל רוב מענטשן ווי דאס לאנד 'מאנגאליע' געפינט זיך, כאטש עס איז גאר גרויס אין שטח. עס איז צווישן טשיינע און רוסלאנד. תפסת מרובה לא תפסת.

3. רוסלאנד –
אין די יארן פונעם צארישן הערשאפט, אין יאר תר''כ, האט רוסלאנד געהערשט איבער כמעט ניין מיליאן סקווער מייל.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן כא

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:58 pm

די גרעסטע אלטע שטאט אין די וועלט:
פאס, מאראקא –
סה''כ א טויזענט דריי הונדערט יאר אלט. אבער גאר גרויס. עס פארמאגט איבער ניין טויזענט גאסן, אבער מען קען דארט בכלל נישט אריינפארן מיט א קאר, נאר מיט אן אייזל! דעריבער איז עס גאר א גרויסע טוריזעם צענטער.
פאר אונז אידן איז עס באקאנט אלץ די וואוין ארט פונעם הייליגן רי''ף, ווי ער האט געהאט זיין ישיבה. ווי אויך האט דארט די רמב''ם געוואוינט, און ביז היינט וויסט מען ווי זיין הויז האט זיך געפינען, און אייגענטליך שטייט נאך דעם זעלבן הויז לכאורה, היינט צוטאגס באוואוינט דורך אן מוסלעמענע משפחה.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אינטערעסאנטע פאקטן כב

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:59 pm

די טייך מיט די מערסטע סארט פיש דערינען...... (ענדליך וועסטו געוואר ווערן וואס דו פלאגסט דיך שוין צו דערגיין פילע יארן...):
איז די 'מלאווי' טייך, נעבן די לענדל מלאווי אין אפריקע.

עס פארמאגט איבער טויזענט אנדערע סארטן, וואס ניינציג פראצענט דערפון זענען נאר פארהאן אין דער טייך פון איבער די וועלט.
בכלל איז עס איז די ניינט גרעסטע טייך אין די וועלט. און מען קען עס זייער קלאר זען אויף יעדע מאפע און סעטעלייט בילד, אין צענטער אפריקע, עיי''ש.
עס האט אפילו צוויי גרויסע אינזלען אינדערמיט, וואס זענען באוואוינט מיט טויזנטער מענטשן.
עס טוט זיך גרויסע קריגערייען און אמפערייען ארום די נאמען פון דעם טייך, געוויסע לענדער רופן עס 'מלאווי' טייך, און אנדערע רופן עס דוקא 'ניאס' טייך. עס זאל נאר נישט אויסברעכן א וועלט מלחמה איבער דעם....

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 10:48 pm

שכח טוב ה לכל. אויסטעליש הנאה געהאט פון די געאגראפיע באשרייבונגען פון אפריקע. איך קוק ארויס אויף די אנדערע קאנטינענטן (פאקטן גלייך איך צו ליינען אויף וויקיפידיע)
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 11:22 pm

זייער אינטערעסאנט ר'טובי' יישר כח!!
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 6:38 am

זייער שיין און אינטערעסאנט.

תודה רבה

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:40 am

הרב "טוב" שליט"א, האסט דוכט זיך פארגעסן פון דעם לענדל "מיקראנעזיע"

זיי אמתדיג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

הויכע בערג

תגובהדורך זיי אמתדיג » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 9:17 am

ישר כח פארן אינז מהנאה זיין, אויב מעגליך ביטע שרייבן איבער mountain chains איבער די וועלט.
Himalayes
Adnes
Atlas
Rocky
Yural
Alps
ישר כח למפרע
די וועג אנצוקמן צום תכלית, איז "נאר" מיטן אמת.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

טשעכיי

תגובהדורך טוב ה' לכל » מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 9:28 pm

עמער אנהייבן צו דורכטון אביסעלע אייראפעישע לענדער, מער ציען צו אינטערעסאנטע איינגארטיגע פאקטארן ארום דעם לאנד, און נאך און נאך.

~ טשעכיי

טשעכיי איז א לאנד וואס איז צושטאנד געקומען ערשט אין יאר תשנ''ג. ביז דאן איז עס געווען אינטער די קאמעניסטישע רעזשים, און דערנאך אביסעל מיט סלאוואקיי אזויווי בעפאר, און דאן האט זיך עס אפגעטיילט (בשלום אן קיין קריגערייען און בלוט פארגיסונגען, אנדערש ווי די געוועזענע יוגאסלאוויע ועוד חזון למועד) און געווארן א זעלבסטשטענדיגע לאנד.
די שכנים ארום זענען פוילן און דייטשלאנד פון צפון, און סלאוואקיי און עסטרייך פון דרום. דאס לאנד פארמאגט צען מיליאן בירגער.

די הויפט פארמעגן פון דעם קליין לענדל איז: די הויפט שטאט פראג. איינס פון די מערסט באקאנטע און היסטארישע שטעט איבער די וועלט. צוואנציג מיליאן באזוכער א יאר דערגרייכן דעם שטאט איר צו זען! (אין פארגלייך, נאר אכט מיליאן באזוכער קומען א יאר צו מדינת ישראל, וואס איז אויך גאר א טוריסטישע לאנד).
פאר אונז אידן איז עס גאר באקאנט אלץ די וואוין ארט פון עטליכע ריזן אין כלל ישראל: די הייליגע מהר''ל פון פראג און די הייליגע נודע ביהודה און נאך. שפעטער אבער איז עס געווארן גאר פריי און מאדערנעזירט, אזויווי דעם דערנעבנדיגן דייטשלאנד.
די גויים קומען בעיקר צוליב די אלטע קלויסטער'ס וואס געפינען זיך דארט. פאר די אידן, להבדיל, איז דא דארט די אלטע שולן, די אלטע בית החיים.
אגב, פראג איז נישט די הויפטשטאט, אבער בפועל געפינט זיך דארט די גאנצע רעגירונג.

חוץ פון דעם פארמאגט נישט טשעכיי עפעס ספעציעל. עס איז א טיפישע אייראפעישע לאנד.
זייער עקאנאמיע איז גאנץ גוט, אבער קעגן די אנדערע רייכע אייראפעישע לענדער איז עס היבש נידריג. בערג איז נישט דא דארט צו הויעך, הגם רוב לאנד איז בערגיג.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אייסלאנד

תגובהדורך טוב ה' לכל » מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 9:28 pm

אייסלאנד
אייסלאנד איז פון די מערסט איזאלירטע מערב וועלט לענדער. עס געפינט זיך ביים צפון ארקטיק ראיאן פונעם וועלט גאר גאר הויעך ארויף.

בעצם וואלט מען בכלל נישט געקענט וואוינען אויף אזעלכע הויכע ערטער אזוי נאנט צום נארט פאול. אבער באמת איז די קשיא נישט נאר אויף אייסלאנד, נאר אויך בעצם אויף לאנדאן און נאך פילע אייראפעישע שטעט. דארף מען דא טאקע אויסשמועסן א וויכטיגע יסוד אויפן שפיץ גאפל וואס איז זייער שטארק נוגע בכלליות פאר אייראפע.
אז מען קוקט אויף די מאפע זעט מען אז לאנדאן איז פיל העכער ווי ניו יארק, פיל נענטער צום נארט פאול, און דאס ווייסן דאך אלע אז ווי העכער מען גייט אלץ קעלטער ווערט.
למשל: אין ניו יארק סיטי געגענט איז דרייסיג דעגרי אין די ווינטער א נארמאלע ערשיינונג. מער צפון, לאמיר זאגן באפעללא, אדער אפילו נאר אלבאני, איז פינף און צוואנציג דעגרי א נארמאלע ערשיינונג, און עס שנייט דארט פיל מער ווי ביי אונז. און ווער רעדט שוין פון מאנטריאל, און נאך העכער און קאנאדא ווי מען וואוינט שוין ניטאמאל.
יעצט, קוק אויפן מאפע וועסטו זען אז לאנדאן איז אפילו העכער ווי מאנטריאל! און ווער רעדט שוין מאנטשעסטער וואס איז דריי שעה מער צפון, און נאך העכער. וואלסטו געטראכט אז אין לאנדאן איז געפרוירן קאלט אין די ווינטער און עס שנייט א גאנץ ווינטער. אבער יעדער ווייסט אז כמעט עס איז נישט דא אזא זאך ווי שניי אין לאנדאן, און פערציג דעגרי בערך איז כמעט די נידריגסטע דעגרי אין די ווינטער (אלעס איז בערך, איך האב יעצט נישט די אינפארמאציע פאר מיר).
און אפילו נאר אביסל נידריגער, ווי פאריז אין פראנקרייך, אנטווערפן אין בעלגיע, אמסטערדאם אין האלאנד, , וואס זענען היבש העכער ווי ניו יארק אדער עכ''פ די זעלבע, אבער זענען ווארעמער און כמעט עס שנייט נישט דארט. און אפילו גאנץ דענמארק און נארוועגן און שוועדן ווי עס איז יא קאלט, איז עס אבער בכלל נישט לויט וויפיל עס וואלט געדארפט דארט צו זיין.

נאר בקיצור ממש איז די מעשה דא, אז די אייבערשטער האט געמאכט א פלא'דיגע זאך, אז א ווארעמע מאסע פון לופט לויפט ארויף אין צענטער פון אנטלאנטיק אין א ברייט פון בערך זעכציג מייל, פון די קאריביען ים אינטער פלארידע, ביז ארויף צום ארקטיק!
דאס שניידט אזוי אדורך אז עס איז ווי א וואנט אז די פראסטיגע קעלט פונעם ארקטיק זאל נישט קענען גרייכן אינטער דעם, וואס דארט זענען די אלע אויבנדערמאנטע לענדער. משא''כ אונז וואס זענען אנטבלויזט און אפן צום ארקטיק פראסט וואס שניידט טאקע אריין אין אלע אונזערע ביינער מיט גאנצן מאכט.
מען קען טאקע אויך זען אז אין לאנדאן ווערט אויך נישט צו הייס אין די זומער, וויבאלד עס מאכט נישט ווארעמער, נאר עס האלט אפ די קעלט.

קומען מיר צוריק צו אייסלאנד.
אייסלאנד איז דאך נאך פיל פיל העכער פון גאנץ ענגלאנד און בעצם וואלט מען דארט בכלל נישט געקענט וואוינען, אזוי ווי די צפון שפיצן פון קאנאדע און נארוועגן. נאר וויבאלד עס איז גאר נאנט צום ווארעמען שטראם, דאס ווארעמט עס אן, און ערמעגליכט פאר מענטשן צו וואוינען דארט. כאטש אז אזוי איז דארט אויך גענוג קאלט, בפרט אין די ווינטער.

עס וואוינען דארט טאקע נישט צופיל מענטשן, סה''כ בערך פיר הונדערט טויזענט מענטשן, זייער ווייניג פאר אזא גרויסע לאנד אין שטח.
בעצם איז עס פון די ווייניגסט באוואוינטע לענדער אין פארגלייך צו שטח. סה''כ דריי מענטשן פאר א סרווער קילאמעטער! אין פארגלייך צו 135 מענטשן א סקווער קילאמעטער אין טשעכיי.
די אנדערע לענדער וואס זענען אזוי זענען: נאמיביע אין אפריקע און מאנגאליע אין אזיע און נאך.
און האלב פון די מענטשן וואוינען אין די הויפט שטאט...

אייסלאנד פארמאגט פון די בעסטע לעבנס סטאנדארטן אין די וועלט. אין זיכערקייט, ריינקייט, רייכקייט און נאך.
די לעצטע יארן שטראמען טאקע אהין גאר אסאך אימיגראנטן פון אנדערע אייראפעישע ארעמערע לענדער וואס זוכן א בעסערע לעבן אויף דער וועלט און האלטן אז אייסלאנד וועט זיי עס צושטעלן, איך וואונטש זיי עס פון טיפעניש פון הארצן...

עלף פראצענט פון אייסלאנד באשטייט פון פרעכטיגע אייז בערג וואס ציען אהין גאר אסאך טוריסטן. די העכסטע בארג ווערט גערופן קאוואנדאסאלניוקור, עפעס אזוי, עס איז הויעך אריבער זיבן טויזענט פיס.
און אז מען רעדט שוין פון מאדנע נעמען, איז די נאמען פון די הויפט שטאט אויך נישט אזוי פשוט צו ארויסזאגן פאר אונז קליינע מענטשעלעך, עס ווערט גערופן 'רייקויאוויק'.
א טייל פון די בערג זענען אקטיווע וואלקאנישע בערג, פון וואס די ארטיגע רעגירונג ציט ארויס ביליגע ענערגיע פארן ארטיגן באניץ.
אין יאר תש''ע איז איסלאנד געווען אין די נייעס ווען א וואלקענא בארג מיט א לאנגע קאמפלעצירטע פארפלאנטערטע נאמען האט שטארק אויפגעריסן, און די געדעכטע רויעך וואס איז אריסגעקומען דערפון און זיך פארשפרייט גאר ווייט, האט פאראלעזירט רוב אייראפע'ס לופט רוימען פאר עטליכע טעג.
ווי אויך פארמאגט די לאנד נאטורליכע ווארעמע וואסערן מיט פרעכטיגע גייזער'ס וואס ציען אויך אסאך טוריסטן.
ווי אויך די זעלטענע ערשיינונג פון די צפון ליכט, קען גאר גוט געזען ווערן פון דארט זייענדיג גאר נאנט צום נארט פאול.
דאס איז אייסלאנד'ס וויכטיגע פארמעגן, די אלע אינטערעסאנטע נאטורליכע ערשיינונגען, און סה''כ קומען אריין א מיליאן טוריסטן א יאר, דאס איז מער ווי דריי מאל מער וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט, דאס ברענגט אריין אסאך געלט אין די ארטיגע איזאלירטע עקאנאמיע.

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג דעצמבער 29, 2019 3:23 pm

באמת א גרויסן יישר כח!! איך ווער געוואר זייער אסאך ידיעות, עס קוקט אוס ווי איר האט א סעטערלייט פון אויבן און האלט מיט וואס טוט און יעדע פארווארפענע דערפעל (און אפשר טאקע..)

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

פארטוגאל

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 9:59 pm

~ פארטוגאל
דאס קליין לענדל ביים מערב שפיץ פון אייראפע אויפן איברישן האלב אינזל, איז היינט צוטאגס היבש אומבאקאנט און כמעט מען הערט נישט פון זיי. צווישן די אייראפעישע לענדער איז עס טאקע היבש צוריקגעשטאנען און דארפיש געשטימט.
אבער פאר נישט לאנג צוריק איז פארטוגאל געווען פון די גרעסטע אימפעריעס איבער די וועלט און אלע האבן געהערט פון זיי. בפרט מיט דעם וואס זיי האבן געהערשט איבער די ווייטע גיגאנטישע 'בראזיל' אין דרום אמעריקע און די ריזיגע לענדער אין אפריקע 'אנגולא' און 'מוזאמביק', וואס זענען צענדליגע מאל גרעסער פון זייער מוטער לאנד, און מיט דעם זיי געמאכט אלץ איינס פון די גרעסטע אימפעריעס.

פארטוגאל האט אנגעהאלטן די לענגסטע פון אלע אנדערע זייער בעלות איבער זייערע קאלאניעס, און מיט א גרויס תקיפות און ברוטאליטעט עס אויסגעפירט נישט ווילנדיג הערן פון אזא געדאנק ווי עס צוריקגעבן. למשל אין אנגולא זענען געהארגעט געווארן אריבער פופציג טויזענט אנגאלע בירגער אין א אומשולדיגע פרואוו פאר זעלבסטשטענדיגקייט.
דאס אלעס איז אויך געווען צו פארדאנקען דאס אז פארטוגאל איז געווען אינטערגעווארפן אינטער א דיקטאטורישע הערשאפט.
אין תשל''ד איז פארגעקומען א שטילע אויפשטאנד, וואס האט אומגעווארפן דעם דיקטאטורישע רעגירונג, און דאן האבן אלע קאלאניעס זיינע, ענדליך ערקלערט זעלבסטשטענדיגקייט און זיך ענדגילטיג אפגעריסן פון זייערע אמוגעבעטענע פרעמדע הערשער, און דאן איז געקומען צו אן ענדע די גלאררייכע פארטוגאלישע אימפעריע און פארטוגאל איז געווארן א שטילע אומבאקאנטע לענדל ביים דרום ווינקל פון אייראפע.
ערשט אין תשנ''ט האבנדיג זיי אינגאנצן אויפגעגעבן זייערע לעצטיגע קאלאניע: 'מאקאו' אין טשיינע.

פארטוגאל האט טאקע גארנישט עפעס ספעציעל צו פארקויפן. א גרויסע טייל בירגער ארבעטן מיט פעלד ארבעט און עס איז היבש א ארימע לאנד.

אבער פאר אונז אידן שפילט פארטוגאל אינאיינעם מיטן נאנטן שכן 'שפאניע', א גרויסע ראלע אין אונזער רייכע היסטאריע.
אין יאר רנ''ב, ווען שפאניע האט ארויסגעטריבן אלע אירע אידן פון לאנד, זענען זיבעציג טויזענט אידן אריבער צום דערנעבנדיגן פארטוגאל.
פארטוגאל האט זיי נישט אויפגענומען מיט שמחה. די גאנצע לאנד איז באשטאנען סך הכל פון מיליאן מענטשן, און מיט די פריעדיגע דרייסיג טויזענט האט עס יעצט געהאלטן אז זיי ווערן א צענטל פון די פארטוגאלע איינוואוינער, בכלל נישט קיין אנגענעמע זאך. דעריבער זענען די אידן געווארן באשטימט אלץ קנעכט פונעם מלך, און די מלך האט געקענט טון וואס ער וויל מיט זיי.
נאך פיר יאר פון אזא מצב, איז דאס אויך געקומען צו א ענדע ווען די קעניג פון פארטוגאל האט זיך משדך געווען מיט די קעניג פון שפאניע, און אלץ א טייל פונעם שידוך האט זיך די קעניג פארפליכטעט צו פארטרייבן אלע אידן פונעם לאנד.
אבער היות די קעניג האט למעשה געדארפט די אידן, וויסנדיג אז זיי זענען געניטע סוחרים און גוטע געלט אריינברענגער, האט ער זיי געלאזט גאר גרינג זיך טויפן צום קריסטישן גלויבן, און אפילו צוגעזאגט נישט זיי נאכצוקוקן צו זיי זענען אמת'דיג מיט זייער טויש.
אסאך אידן זענען אנטלאפן פון דארט, אבער מערערע האבן זיך טאקע אויסערליך געטויפט, און געווארן די באקאנטע אנוסים, פרובירנדיג צו האלטן אידישקייט אויף וויפיל מעגליך.
דאס האט אויך נישט אנגעהאלטן צו לאנג, ווייל די אמת'ע קריסטן האבן דאס נישט אויסגעהאלטן, און טאקע שפעטער, אין יאר ש''ו, אויסגעפירט א שחיטה אויף די פאלשע קריסטן, דאן זענען רוב אידן גענצליך אנטלאפן פון דארט קיין האלאנד און נאך.

ערשט אין יאר תקפ''א האט זיך אפיציעל גענדיגט די אינקאוויזיציע און אידן זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען. נאך עטליכע יאר האבן טאקע אידן זיך אנגעהויבן באזעצן דארט, בפרט ספרדישע אידן פון צפון אפריקע.
ווי אויך זענען ניין טויזענט אנוסים דאן צוריקגעקומען צו אידישקייט בגלוי, נאך דריי הונדערט יאר!! פירן אידישקייט אינטערן טיש. נצח ישראל לא ישקר!
היינט צוטאגס וואוינען דארט בערך טויזענט אידן וואס ערקלערן זיך אפיציעל אלץ אידן, רוב דערפון אין די הויפט שטאט 'ליסבון'.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

איטאליע

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:00 pm

~ איטאליע ~
איטאליע איז גאר א באקאנטע לאנד אלץ היסטאריע אויס, דארט האט זיך דאך געפינען די צענטער פון די רוימישע אימפעריע, און די הויפט שטאט הייסט נאך היינט 'רוים'.
די מעכטיגע רוימישע וועלט'ס אימפעריע האט געהערשט איבער רוב מערב און מיטל מזרח וועלט און געווען פון די גרעסטע אימפעריעס אין די היסטאריע.
אויך שפעטער, בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, ווילנדיג אביסל צוריקברענגן זייער רייכע היסטאריע, האבן זיי רעגירט איבער גרויסע שטחים אין מזרח אפריקע ווי סאמאליע און עטיאפיע און נאך.
היינט צוטאגס זענען זיי א לאנד ווי אלע לענדער אן קיין ספעציעלע אייגנשאפטן, אבער זייער גאר רייכע היסטאריע העלפט זיי נאך ביז היינט ארויס אין זייער גוטע עקאנאמיע. די אלע ארכיאלאגישע איבערבלייבענישן פונעם אמאל, ציען צו זיך טויזענטער טוריסטן פון אלע עקן וועלט וואס ווילן דאס זען מיט די אייגענע אויגן.
ווי אויך איז איטאליע באקאנט מיט דעם אינטערעסאנטן אויסזען ווי א שטיוול, עס ווערט טאקע גערופן 'די שטיוול לאנד'. אמאל האט עס טאקע געהערשט איבער די גאנצע וועלט מיטן גרויסן שטיוול, אבער היינט... דור הולך ודור בא.

איטאליע איז טאקע די פיפט מערסט באזוכטע לאנד איבער די וועלט, מיט א צוויי און פופציג מיליאן טוריסטן א יאר!
די הויפט באזוכטע ערטער זענען:
רוים, ווי עס געפינט זיך די באקאנטע אלטע קאלאסיום, און מערערע קריסטישע היסטארישע איבערבלייבענישן, וויבאלד די רוימישע – ביזאנטישע אימפעריע איז געווען די ערשטע און גרעסטע פארשפרייטער פון די קריסטישע גלויבן.
ווי אויך באזוכט מען גאר אסאך די אלטע צוויי טויזענט יעריגע שטאט אין פאמפיי. דארט איז ווי באקאנט פלוצלינג געווארן איבערגעדעקט א גאנצע שטאט אזויווי עס שטייט און גייט דורך לאווע פון א וואלקענא. דאס איז גאר היסטאריש און זעלטן צו קענען זען מיט די אייגענע אויגן א גאנצע שטאט פון צוויי טויזענט יאר צוריק ממש ווי דעמאלטס מיטן גאנצן טאג טעגליכן לעבן.
ווי אויך שטראמט מען צו זען 'די שיפע געביידע אין פיזא', פון די מערסט באקאנטע בנינים איבער די וועלט, אינאיינעם מיטן אייפעל טורעם און די עמפייער סטעיט בילדונג. יעדער קומט אהין זיכער מאכן אויף די אייגענע ביינער אז עס איז טאקע שיף, און נישט סתם אן איינרעדעניש און קאנספיראציע, מיך וועסטו נישט אויסנארן... דערנאך כאפט מען א בילד וויאזוי מען האלט אינטער דעם שיפן טורעם עס זאל חלילה נישט אינטער פאלן.
דערנאך קומען אלע אוודאי באזוכן די וואונדערליכע שטאט אויפן וואסער: 'ווענעציע', פון די מערסט באקאנטע שטעט איבער די וועלט. צו קענען אביסל שיפלען צווישן הייזער און גאסן, אינאיינעם מיט נאך טויזנטער און טויזנטער טוריסטן. די גאנצע שטאט קוקט אויס ווי איין גרויסע מוזעאום, אז מען ווייסט שוין נישט צו איינער וואוינט דארט בכלל.

ווי אויך קען מען נישט אויסלאזן די נאטורליכע אוצרות פונעם לאנד, דאס זענען די הערליכע בערג, וואס זענען אויך צוטיילט אין צוויי: די אלפן בערג אין צפון, און די אפנינישע בערג אין די גאנצע צענטער פונעם לאנד. ביידע זענען פרעכטיגע בערג וואס ציען צו זיך פילע בערג וואקציאנערן און שניי סקיער'ס.
ווי אויך פארמאגט איטאליע גאר אסאך פרעכטיגע ים ברעגעס פון אלע זייטן, וואס זענען אויך א וויכטיגע ארט פאר די וואקציאנערן וואס גלייכן מער די ים.

איטאליע איז היבש א רייכע לאנד. אבער עס איז זייער צוטיילט ווען די צפון טייל איז מער רייך, און די דרום טייל איז מער ארים.
עס זענען טאקע פארהאן טיילן פון צפון איטאליע וואס וויל זיך גענצליך אפטיילן פון די איבריגע איטאליע און גרינדן אן אייגן רייכן לאנד מיטן נאמען 'פאדאניע'.

די אידן אין איטאליע האבן כידוע גאר א רייכע היסטאריע אין לאנד, נאך פון די חורבן בית המקדש השני ווען אסאך אידן זענען אהין פארטריבן געווארן. ווי אויך שפעטער האבן דארט געוואוינט מערערע גדולים ווי די בינה לעתים, די מסילת ישרים, די חיד''א און נאך.
היינט צוטאגס וואוינען דארט 38,000 אידן.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:02 pm

יישר כח נתן בן וופסי פארן זיך באדאנקן. דאכצעך איר האט אויך דער געוואלדיגע סעטעלייט טעכענאלאגיע... ב''ה איך האב עס היבש אין מיין קאפ אויך. די מאפע פון די וועלט, און פון ארץ ישראל נאך פי אלף, האב איך אויסגעמאלן אין מיין קאפ ווי מיין אייגענע הויז.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:27 pm

איך ליין מיט דארשט, ביטע שרייב נאך.

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 11:29 pm

גיימער עס ארויספרינטן הצלחה
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אונגארן

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך ינואר 01, 2020 6:51 pm

~ אונגארן ~
יא, יעצט וועלן מיר זיך אריבערציען קיין אונגארן.
די ווארט 'אונגארישער' איז היינט צוטאגס ליידער געווארן א שפאט ווארט. 'ער איז דאך א אונגארישער' איז צום באדויערן געווארן א נידריגע פארשעמטע לאזונג... אבער מיר וועלן זיך נישט לאזן פון די לצים און זיך נישט שעמען נאר גיין טאקע קיין אונגארן אויף א באזוך, און זען וואס דארט קומט פאר. למעשה, ווען עס קומט צו עסן און געלט קומען אלע צו אונז... קערעסטיר איז דאך היינט די מקור הפרנסה, איז לאמיר גיין צום מוטער לאנד און הערן אביסל איבער איר.

די אונגארישע זענען טאקע פון גענצליך א אנדערע פאלק ווי די איבריגע אייראפעער. די אונגארישע רופן זיך די 'מאדיארן', און האלטן זיך העכער ווי די אלגעמיינע אייראפעער. יא, מיר ווייסן אפילו נישט ווי שטאלץ מיר דארפן זיין מיט דעם וואס מיר זענען אונגארישע... אדער אפשר דערפאר גאר זענען די אונגארישע טאקע אזוי פארשעמט, אז זיי האלטן זיך נאך שטאלץ מיט זייער אונגארישקייט, טאקע א אונגארישער נער...
די מאדיארן קומען פון גאר ווייט אוועק. זייערע אור עלטערן האבן געוואוינט אריבער די 'ארעל' בערג, אויבן אין סיביר. פאר בערך טויזענט און דריי הונדערט יאר צוריק האבן זיי אנגעהויבן צו וואנדערן צו דרום און מערב, ביז פאר טויזענט יאר צוריק בערך ווען זיי האבן דערגרייכט דעם היינטיגן אונגארן און דארט מייסד געווען א אייגענע מלוכה, פארטרייבענדיג די פריערע איינוואוינער פון דארט.
פון דאן וואוינען זיי טאקע אין אונגארן. און עס זענען אויך פארהאן אריבער א מיליאן פון זיי אין די דערנעבנדיגע ראמעניע און אוקריינע.
זיי זענען גאר שטאלץ מיט זייער אייגנארטיגע ייחוס. עס איז אפילו געווען א רעדע אז יעדע מאדיאר אפשטאמיגער ווערט אטאמאטיש פאררעכענט ווי אן אונגארישע בירגער זייענדיג א טייל פון די הויכגעשעצטע מאדיארישע פאלק.
זייער שפראך איז אויך גאר אייגנארטיג, נישט ווי די ארומיגע שפראכן. גולאש און בונדאש, פרעג איך דיר...

אונגארן איז היבש א דארפישע לאנד. א גרויס טייל פון זייער עקאנאמיע שטייט אויף אגריקולטור. דאס איז א דאנק זייער געאגראפישע אויסשטעל, וואס רוב לאנד איז פלאך און גאר געאייגענט צו פלאנצן. עס איז דאך באקאנט די טאקייע וויין, אונגארישע וויין...
אונגארן איז טאקע אין גרויס טייל פלאך, נאר ביים צפון זייט ביים גרעניץ מיט סלאוואקיי הייבן זיך אביסל בערג. אין דעם איז טאקע אריינגערעכנט די אידישע חסידישע אינטערלאנד געגענט.

די היימישע אידישע קהילות פון וואו מיר קומען ע''פ רוב, איז פון צפון מזרח אונגארן.
די גרויסע שטעט דארט זענען אונזערע היימיש באקאנטע: מישקאלץ, דעברעצין און נירעדהאז. קענבאר?...
דארט געפינען זיך די חסידישע באקאנטע געגענטער ווי: קערעסטיר, ליסקא, אוהעל, טאהש, ראצפערט און נאך אסאך.
דערנאך איז דא די בודאפעסטע געגענט, וואס איז אויך צפון פון לאנד, אבער מער אין צענטער. דארט האבן ע''פ רוב געוואוינט די נעאלאגן און רעפארמער.

אידישקייט אין אונגארן גייט צוריק צו די צייטן פון די רומיים, און כמעט אלע יארן איז עס געווען געשעצט און ערלויבט ביי די ארטיגע רעגירונג, א זעלטענהייט אין אייראפע. מעגליך עס האט א שייכות מיט די מאדיארן וואס זענען אנדערש ווי די ארומיגע.
אידישקייט האט דארט טאקע געבליט גאר שיין. חסידות איז דארט געווארן אויפגענומען בסבר פנים יפות אן קיין ספעציעלע התנגדות און גאר אסאך אידן האבן אנגעהויבן צו פארן צו רבי'ס אויף צו פראווען, און מיט דעם נאך מער אויפגעהויבן זייער אידישקייט.
שפעטער, ווען גרויסע חלקים האבן אנגעהויבן צו פאלן פון אידישקייט, האט די רעגירונג אפילו ערלויבט א אפיציעלע טיילונג אין לאנד. דאן נאך די ערשטע וועלט מלחמה זענען דארט אנגעקומען נאך אסאך אידן און זיך דארט באזעצט.
ערשט בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך אנגעהויבן א גרויסע פיינטשאפט צו די אידן, וואס איז ארויסגעקומען גאר שטארק ווען די דייטשן זענען דארט אריינגעקומען, וואס דאן האבן די ארטיגע 'נילאשעס' ימ''ש געמארדעט אידן אויף די אייגענע האנט רעכטס און לינקס.
ביי די מלחמה זענען רוב אידן אויסגעהארגעט געווארן. נאך די מלחמה איז אונגארן געווארן א קאמוניסטישע לאנד און כדרכם איז 'אין יוצא ואין בא' און אסאך אידן זענען דארט געבליבן אויף דערווייל בלית ברירה.
ערשט אין יאר תשט''ז ווען איז פארגעקומען א גרויסע אויפשטאנד קעגן די קאמוניסטן, האבן רוב אידן געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארט בעפאר די טויערן האבן זיך צוריק הערמאטיש פארשלאסן.
אזוי איז עס שוין געבליבן, ביז ווען די אייזערנע פארהאנג איז געפאלן. דאן האבן אסאך אידן אנגעהויבן זיך צוריק קערן צו אידישקייט. בפרט אינטער די חב''ד רב הרב אבערלענדער.

היינט צוטאגס וואוינען דארט בערך צען טויזענט אפיציעל ערקלערטע אידן, אבער רוב דערפון פריי אדער רעפארמירט.
אין די לעצטע יארן קומט דארט פאר א אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אויף גאר א גרויסע פארנעם. אין א אנקעטע איבער אלע אייראפעישע לנענדער האט אונגארן פארנומען די אויבן אן אין דעם הינזיכט. די סיבה פארוואס מען הערט נישט אזויפיל דערפון איז וויבאלד זיי טוען נישט צופיל למעשה אין אטאקירן און טשעפען, אבער עס איז א לאנד וואס איז גאר שטארק פארפעסטיגט מיט אנטיסעמיטיזם, גיי פארשטיי וואס פונקטליך זיי האבן קעגן מיר... נו, הלכה בידוע אן קיין חכמות, חוק בלי טעם.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך ינואר 01, 2020 6:52 pm

יישר כח א גוטע ניק און צוקער וואסער פארן באדאנקן!!!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך ינואר 01, 2020 7:15 pm

הערליך הערליך


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סארקאזי, שיעלע בהמה און 27 געסט