געאגראפיע און נאך פון די וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג ינואר 26, 2020 8:12 pm

אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג ינואר 27, 2020 6:50 am

Thanks

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

תגובהדורך נארמאליזעם » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:08 pm

פאקטן איבער קראאטיע:
סאיז גרויס 35165.8 סקווער מייל
זיי האבן גרעניצן מיט פינף לענדער Bosnia and Herzegovina, Hungary, Montenegro, Serbia, and Slovenia און א ים גרעניץ צו איטליע
זיי האבן ארום 1165 אינזלען
זיי האבן 4,270,480 איינוואוינער
די העכסטע פלאץ איז 6007.2 פיס
די נידריגסטע איז אייניג מיטן ים שטאפל
זיי האבן געהרגעט צווישן 70,000 און 100,00 מענטשן ביים צווייטען וועלט מלחמה
זיי פארמאגן הערליכע ביטשעס און איינע פון זיי איז געקרוינט אלטס די שענסטע פון גאנץ אייראפע
זיי האבן היילן מיט א טיפקייט פון איבער 3000 פיס
זיי פארמאגן הערליכע טייכן מיט אינטערסאנטע קאלירס
זיי זענען פון די 40 מערסטע באזוכסטע פלעצער
סאיז דא א געלויף ביי די סלעברטיס צו האבן דארט קרקע צוליב די שיינקייט פון די פלאץ
זיי געבן אויס ארים 8 פארצענט פון זייער עקנאמיע פאר העלט אינשורנס
זיי שטייען בעסער פון אמעריקע אין זיכערקייט
זיי פארמאגן די קלענסטע שטאט אין די וועלט מיט נאר 21 איינוואוינער
זיי פארמאגן די לענגסטע פעסטונג פון די וועלט
זיי זענען די צווייט גרעסטע און אומגרעישען
זיי האבן אויסגעטראפן די זאך נעקטיי
די באקאנטע אויסטרעפער פון אסאך זאכן אין עלקטעריסיטי Nikola Tesla קומט פון דארט
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

פעניאק
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

תגובהדורך פעניאק » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:51 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:ארמעניע איז געאגראפיש אין אזיע, אבער היסטאריש און פאליטיש ווערט עס פאררעכנט א טייל פון אייראפע.
ארמעניע איז גאר א בערגיגע לאנד, די נידריגסטע ארט איז העכער ווי טויזענט דריי הונדערט פיס! דאס איז העכער ווי די געווענטליכע הייעך אין די קעטסקילס און פיל העכער ווי קרית יואל וואס איז אויף די העכסטע פלאץ בערך 900 הונדערט פיס, און 1300 פיס איז די נידריגסטע ארט אין לאנד, דאס איז זייער הויעך.
די העכסטע בארג איז הויעך איבער דרייצן טויזענט פיס. די העכסטע בארג למשל אין ניו יארק איז בערך פינף טויזענט פיס.

ארמעניע האט גאר א רייכע לאנגע היסטאריע. אין פאקט, אויב איז אמת אז דארט געפינט זיך די הרי אררט, איז דארט די ערשטע באוואוינטע פלאץ אין די וועלט.
אינטערעסאנט, אז ארכיאלאגישע גרובינגען האבן דארט געפינען די עלטסטע וויין פאבריק אין די וועלט! דאס שטימט גאר שיין מיט דעם אז נח האט תיכף זיך גענומען ארבעטן איבער טרויבן און וויין ווי נאר ער איז ארויס פון די תיבה, אויב אזוי איז דארט די ערשטע יקב אין די וועלט!
פאר אפאר הונדערט יאר, אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש, איז דא געווען א גרויסע שטארקע מלוכה מיטן נאמען 'אררט', טאקע אויפן נאמען פונעם בארג, און עס ווערט דערמאנט אין ירמיהו הנביא איבער א נבואה פאר 'ממלכות אררט מני ואשכנז'.
מערערע ארכיאלאגישע איבערבלייבענישן פון יענע מלוכה זענען געפינען געווארן אין די לעצטע יארן, און די הויפט שטאט 'יראווען' איז דאן געגרינדעט געווארן און שטייט נאך ביז היינט.

שפעטער איז ארמעניע געווארן אינטערגעווארפן אינטער רוים, דערנאך די ביזאנטישע, דערנאך די אטמאנישע אימפעריע.
ביז אין יאר תרע''ה ווען די ארמעניער האבן רעוואלטירט אקעגן די אטמאנישע הערשאפט, דאן האט טערקיי אדורכגעפירט א שרעקליכע בלוט פארגיסונג צו אינטערדריקן די אויפשטאנד, אומברענגענדיג צווישן זעקס הונדערט טויזענט און א מיליאן צוויי הונדערט טויזענט ארמענער.
דערנאך איז ארמעניע געווארן איינגעשלינגען אינטער די ברייטע לאפעס פונעם רוסישן בער, איר נאנטער שכן, און אזוי שוין געבליבן אזוי ביז ווען די מעכטיגע שרעק אנווארפנדע קאמוניסטישע רעזשים איז צופאלן ווי א פאפירענעם טיגער - בער, דאן איז עס געווארן א זעלבסטשטענדיגע לאנד, אין יאר תשנ''א.

ביי די קריסטן פארמאגט ארמעניע גאר א גרויסע חשיבות זייענדיג די ערשטע לאנד אין די וועלט וואס האט אפיציעל אנגענומען די קריסטישע גלויבן, דאס איז פאר בערך טויזענט און אכט הונדערט יאר צוריק, נעבעך...
דעריבער פארמאגן די ארמענער א פערטל אין אלט שטאט ירושלים, 'רובע הארמני' – די ארמענישע פערטל. וויבאלד ביי די קריסטן איז ירושלים גאר א חשובע שטאט, נאכדערצו אז לשיטתם ליגט דא זייער יאשקע.
יעדער וואס איז געווען אין אלט שטאט ירושלים איז שוין לכאורה געווען דארט אין דעם פערטל. דאס קומט אויס ווי מען קומט אריין פון שער ציון ביי קבר דוד המלך, און אביסל נאך שער יפו פון די אנדערע זייט.
עס וואוינען דארט נאר בערך צוויי טויזענט מענטשן, די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פערטלעך אין שטאט, דאס איז וויבאלד אז רוב שטח דערפון איז א קלויסטער און מאנאסטיר ארומגענומען מיט א חומה, ווי מען קען זען גייענדיג פון שער יפו צו שער ציון.

ארמעניע פארמאגט נישט קיין איבריגע רוהיגקייט סיי אין די לאנד זעלבסט און סיי מיט די שכנים ארום. די רעגירונג איז היבש קארופטירט, און צוויי יאר צוריק האט א פרעזידענט געדארפט רעזיגנירן פון אמט צוליב פראטעסטן.
ווי אויך זענען זיי איזולירט פון די שכנים טערקיי און אזערבעזשאן צוליב רייבערייען איבער שטחים.


עס איז אנגענומען אז די ארמענער זענען די ריכטיגע עמלקים

פעניאק
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

תגובהדורך פעניאק » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:57 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:פאקטן פון נארוועגן:
זיי האבן די לענגסטע טאנעל פון 15 מייל
זיי האבן א גרענץ מיט רוסלאנד פון 120 מייל
זיי האבן א שטאט מיטן נאמען גיהנום
זיי האלטן די רעקארדס פון די פארמעגנס אין פאבליק
די ערשטע סקרעטערי פון די UN איז געווען אן נארוועגן
זיי זענען די בעסטע אין סקיען אויף שניי סגייט שוין צוריק בערך 4000 יאר וואס זיי טוען עס
די מערסטע געווינערס אין די ווינטער אלימפיקס
זיי האבן א וואלקענא בארג נעבן די הויפט שטאט
98 פארצענט פון אלע הייזער ניצן עלעקטאריק פון היידרא מאשינען ווי וואסער פאלן וכדומה נישט פון אויל אדער געז
זיי זענען געווען נייטראל ביים ערשטן וועלט מלחמה
זיי שיקן יעדע יאר א בוים פאר ענגלאנד אלטס הכרת הטוב פארן העלפן ביים צווייטן וועלט מלחמה
זיי זענען געווען די ערשטע צו מאכן סעמאן סושי
זיי זענען די פריילעכסטע מענטשן
זיי זענען די גרעסטע ליינערס
האבן די גרעסטע וואסערפאל פון אייראפע 2821 פיס
ווינטער איז אייביג טינקל און זימער איז אייביג לעכטיג
זיי האבן 25 נעשנעל פארקס
זיי האבן מער ווי 5000 אינזעלן
די קעלטסטע פלאץ איז -50 C
נאר 10 פאליציי מעמבערס זענען געווארן דערשאסן זייט די צווייטע וועלט מלחמה
און זייט 2006 איז קיין איין מענטש געשאסן געווארן דורך די פאליציי
די לענגסטע צייט וואס איינער קען זיצן אין תפיסה איז 21 יאר
זיי האבן די בעסטע דימאקראטיע אין די וועלט
א נארמאלע מענטש לעבט דארט 82 יאר


זיי זענען די העכסטע מענטשן

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ אנדורע ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג ינואר 27, 2020 6:33 pm

אנדורע איז א קליין לענדל אריינגעשטיפט צווישן שפאניע און פראנקרייך.
פאר מערערע יארן איז עס געווען א אומבאקאנטע לאנד וואס צייכנט זיך נישט אויס מיט סיי וואס ספעציעל, אבער די לעצטערע יארן ווען טוריזם איז געווארן א גרויסע פאקטאר אין די וועלט, איז אנדורע געווארן א שטארקע ציל פאר טוריסטן.
און דאס איז סיי צוליב די שטייער לאזע געזעצן, און סיי צוליב די פראכטפולע בערג צו ווי מען קומט סקיען און סתם הנאה האבן פון די הערליכן אויסקוק.
די עקאנאמיע פונעם לאנד שטייט כמעט אינגאנצן אויף די טוריזם אינדוסטריע. עס קומען אריין אהין יאר יערליך בערך ניין מיליאן טוריסטן, אין די צייט וואס עס וואוינען דארט א נישטיגע אכציג טויזענט מענטשן!

אנדורע האט נישט קיין אייגענע מיליטער, נאר עס פארלאזט זיך אויף די פראנצויזישע און שפאנישע מיליטער.
ווי אויך האבן זיי נישט קיין אייגענע וואלוטע נאר זיי באנוצן זיך מיט די יורא, כאטש זיי זענען נישט אנגעשלאסן אין די אי. יו.
אויך פארמאגן זיי נישט קיין אייגענע אינטערנאציאנאלע לופטפעלד, נאר זיי פארלאזן זיך אויף די דערנעבנדיגע לופטפעלדער אין די צוויי שכנות'דיגע לענדער.

אנדורע איז גאר א בערגיגע לאנד. די נידריגסטע ארט אינעם לאנד איז 2,700 פיס! און די העכסטע ארט איז כמעט צען טויזענט פיס.
די בערג אויף וואס זיי געפינען זיך זענען א טייל פון די פירנואישע בערג. דאס איז א בערג קייט וואס טיילט אפ די שפאנישע – פארטוגאלע האלב אינזל פון די איבריגע אייראפע. אינמיטן די בערג געפינט זיך די לאנד אנדורע.
נאר דריי און דרייסיג פראצענט איינוואוינער אין לאנד זענען אנדורע בירגער, די איבריגע זענען ע''פ רוב שפאניער און פראנצויזן וואס זענען דא געקומען פון דערנעבן.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג ינואר 27, 2020 6:36 pm



קודם יישר כח פארן באדאנקן.
לגבי שדה לבן האב איך מער געמיינט די געגענט, דער שטאט ווערט אסאך דערמאנט אין די סיפורי צדיקים פון יענע צייטן און איז געווען, און נאך אלץ, א צענטראלע גרויסע שטאט, אבער שפעטער האבן טאקע דארט צדיקים אויך געוואוינט ווי מען האט דא נאכגעברענגט.
אגב, עס הייסט נישט שדה לבן, עס האט אן אוקריינישע נאמען אויפן נאמען פון א עבודה זרה, דעריבער האט מען געטוישט די נאמען.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג ינואר 27, 2020 7:19 pm

פעניאק האט געשריבן:עס איז אנגענומען אז די ארמענער זענען די ריכטיגע עמלקים

וואס עפעס?

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ עסטאניע ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך ינואר 29, 2020 8:29 pm

עסטאניע איז א קליין באלטישע לענדל, אין צפון אייראפע, נעבן רוסלאנד און לאטביע און פינלאנד. ווי אויך פארמאגן זיי א גרויסע ברעג ארויס צום באלטישן ים, ווי זיי הערשן איבער טויזנט אינזלען אינעם ים.
עס וואוינען דארט א נישטיגע מיליאן מענטשן, פון די ווייניגסטע אין גאנץ אייראפע.

פאר לאנגע יארן, אריבער זעקס הונדערט יאר, האט אסטאניע נישט פארמאגט קיין זעלבטשטענדיגקייט, נאר געווען אינטערגעווארפן אינטער פרעמדע לענדער.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען פאר בערך ניין הונדערט יאר צוריק איז עסטאניע געווען די איינציגסטע לאנד אין אייראפע וואס איז נישט געווען קריסטליך. האבן די קריסטן אין שפיץ פון זייער פויפסט באשלאסן אז מען גייט ארויפצווינגען די קריסטליכע גלויבן אויף די עסטאניער.
זיי האבן טאקע אינגענומען עסטאניע און זיי באצווינגען מיט זייער 'רעליגיע פון פרידן'... און פון דאן איז עסטאניע פארבליבן אין די הענט פון די דייטשע מלוכה פון וואו רוב לוחמים זענען געקומען.
דערנאך איז עס אריבער צו די שוועדישע הענט פאר לאנגע יארן. און דערנאך איז רוסלאנד, פארשטייט זיך, אריינגעקומען אין בילד און איבערגענומען די הערשאפט איבער עסטאניע.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן עס די דייטשן איינגענומען גרייכנדיג ביז אזוי הויעך ארויף, און בשעת די אויסטוישן צווישן די דייטשן און די סאוויעטן, איז א פיפטל פונעם לאנד'ס באפעלקערונג געווארן אויסגעהארגעט, און וויכטיגע סטרוקטורן פונעם לאנד זענען געווארן גענצליך פארניכטעט, די לאנד איז געווארן ממש חרוב פון די נאכאנאנדע באמבאדירונגען.
שפעטער איז עס געבליבן א קאמוניסטישע לאנד, אזויווי אלע אנדערע לענדער ארום. און ערשט אין יאר תשנ''ד איז עס געווארן גענצליך א זעלבסטשטענדיגע לאנד.

אסטאניע האט גאר א גוטע עקאנאמיע, און די ראטע פון ארבעטסלאזע מענטשן אין לאנד איז פון די נידריגסטע אין גאנץ אייראפע.
זיי ארבעטן גאר שטארק זיך צו אויפבויען אין אלע הינזיכטן, נאכן ארויסגיין פונעם סוויעטישן פארבאנד, און זיי זענען גאר שטארק מצליח דערין.

עסטאניע איז גאר א פלאכע לאנד, און איז באוואקסן מיט אסאך וועלדער. די העכסטע ארט אינעם לאנד איז א נישטיגע טויזענט פיס.
עסטאניע איז גאר א קאלטע לאנד, אין די ווינטער איז די אלגעמיינע וועטער כמעט שטענדיג אינטערן פרירונגס פונקט (32 פערנהייט, זערא צעלסיוס) און נאך נידריגער, און אפילו אין די זומער איז עס נישט צופיל העכער ווי פופציג – זעכציג, דאס איז צוליב די הייעך אויפן ערד קוגל צו צפון און די ווייטקייט פונעם ווארעמען גאלף שטראם.

אין עסטאניע האבן געוואוינט ווייניג אידן פאר די צווייטע וועלט מלחמה. רוב דערפון זענען אנטלאפן טיפער אין רוסלאנד, און די איבריגע וואס זענען פארבליבן, בערך טויזענט אידן, זענען געהארגעט געווארן דורך די דייטשן, הי''ד.
אין די צייטן פון די קאמוניסטישע רעזשים האט אין עסטאניע געהערשט א רעלאטיוו היבשע פרייהייט פון רעליגיע און אסאך אידן זענען אהערגעקומען וואוינען, עס איז געווען ווי א אינזל פון פרייהייט קעגן די איבריגע טייל פונעם פארבאנד - תפיסה. אבער קיין בתי מדרשים האט מען פארשטייט זיך נישט געקענט עפענען.
ערשט אין יאר תשס''ו איז געהעריג נתייסד געווארן א בית המדרש אינעם הויפט שטאט 'טאלין', דורך די חב''ד רב ר' שמואל קאוט. דאס איז די ערשטע בית המדרש וואס מען האט דארט געפענט זינט די צווייטע וועלט מלחמה. דערנעבן איז אויך פארהאן א מוזעאום איבער אידישקייט אין עסטאניע.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:59 pm

עס קומט נישט דא אריין, אבער היות עס איז מיין אשכול וויל איך דא דערציילן א אינטערעסאנטע מעשה (מפי בעל המעשה):
אפאר יאר צוריק איז געקומען א איד קיין ארץ ישראל, א היימישע פרומע אינגערמאן געווען, אבער יעצט פיל מיט אפיקורסות און כפירות, און שוין גאר ווייט פונעם אייבערשטן.
א איד וואס האט רחמנות געהאט אויף אים האט אים ארומגענומען צו אסאך גדולי ישראל איבעראל מיט וועמען ער האט אסאך פארברענגט, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, דער איז געבליבן מיט זיינע קשיות און זיך נישט געקענט ארויסזען דערפון.
ביז ער איז אנגעקומען צו א איד הרב בזנסון פון תל אביב, 'שיר חדש', און ער האט אים אריינגענומען אין א צימער און געזעצן מיט אים פאר אכט שעה, ווען ער איז ארויס פון דארט איז ער געווען א נייע מענטש, און א מאמין בה' עד הסוף.

שפעטער האט אים דער איד געפרעגט וואס דארט איז געווען?
האט אים יענער מסביר געווען, אז די אלע אנדערע האבן פרובירט אים צו אויפווייזן אז עס איז דא א באשעפער מיט הוכחות, מופתים, ראיות, אבער ער האט געהאט שטערקערע קשיות ווי דעם.
אבער דער הרב בזנסון האט געלערנט מיט אים בעיון תורה ס''ד אין ליקוטי מוהר''ן, תורה 'בא אל פרעה', און דאס האט אים אינגאנצן איבערגעדרייט.

וואס שטייט דארט? בערך ברענגט דארט ר' נחמן ארויס, אז קשיות אויפן אייבערשטן און אויף זיין תורה איז א חלק פון די בריאה, און איז א הכרח פאר די קיום הבריאה. און ער איז דארט מסביר וואס איז די שורש דערפון און פארוואס טאקע איז דאס אזוי. עיין שם ותמצא נחת (וגם עיין תורה נא תנינא).
און למעשה קומט דארט אויס אז עס זענען דא קשיות וואס מען קען פארענטפערן, אבער זענען באמת דא קשיות וואס איז נישט מעגליך צו פארענטפערן אויף דער וועלט, און מען קען דאס נישט פארענטפערן, נאר מען דארף דאס איבערשפרינגען מיט אמונה, עיין שם די הסבר.

דאס האט אים אלעס פארענפערט און קלאר געמאכט! דאס איז די גרעסטע השגה און הבנה, אז מען ווייסט אז מען פארשטייט נישט דרכי ה'!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 11:17 pm

און אז מען קוקט דארט גוט אריין קען מען זען אז באמת איז דאס נישט נאר אויף קשיות אין אמונה, נאר אויף יעדע פלאץ ווי א מענטש געפינט זיך און ער קען נישט דארט טרעפן דעם אייבערשטן, עס איז טינקל, עס גייט אים נישט. אדער עס גייט אים יא, אבער ער שפירט יעצט נישט די תורה און די אמונה.
דאס אלעס ווערט אנגערופן א מקום פון 'חלל הפנוי' וואס ר''נ רעדט דארט, און דארט איז די עיקר די אמונה צו גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער איז בודאי דא אויך, און דא קען מען אויך אים דינען לפי המצב והמקום, מיט קלייניגקייטן, מיט א רצון וכו'.

בפרט יעצט בעקבתא דמשיחא וואס אונז זענען בכלליות אין א מצב פון חלל הפנוי - פיסט און ליידיג. וואס יעדער וואס קוקט גוט זעט אז בחיצוניות שטייען מיר סאך בעסער ווי אמאל, אבער די עיקר איז די פנימיות, די געפיל פון ליידיגקייט און פוסטקייט, חשכות און התרחקות.
אפילו מען וויל שוין יא טון א מצוה מיט א שמחה און יראה ואהבה כראוי, שפירט מען קוים עפעס א פנימיות און אור, אלעס איז חושך. דאס איז די עיקר נסיון הדור.
און ממילא אוודאי ווערט שוין נשתלשל פון דעם אלעם, אז א מענטש פילט נישט קיין לעכטיגקייט און ווארעמקייט און קשר צום אייבערשטן און זיין תורה, זוכט ער דאן אור און חיות ערגעץ אנדערש, און דאן טרעפט מען זיך ליגן אין שטותים, סמארטפאונ'ס (אין טאש אדער אין הארץ), ראיות אסורות וכו', שטופן די צייט, זיך ארומדרייען בעצבות און אנגעזעצט מה שקורין 'פלעי''ן'... אן קיין געדולד פאר גארנישט. בקיצור, ידער ווייסט גוט וואס מען רעדט... לב יודע מרת נפשו וכל אחד יודע נפש בהמתו...

דערפאר איז היינט די עיקר צו געדענקן פונעם אייבערשטן אין יעדע מצב מרחוק, און אייביג בענקן צו אים, און טון די קלייניגקייטן וואס מען קען יא, און מיט די ביסעלע שמחה וואס מען קען.
און די עיקר וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז אין דער דור, איז 'נישט אויפגעבן', כאטשיג טון וואס מען קען נאך יא! כאטשיג ווילן און אנהאלטן די רצון צום אייברעשטן און זיין תורה!
היינט, ווער עס וויל נאך און רעדט נאך פונעם אייבערשטן מיט כאטש עפעס הארץ, עפעס א ווארעמקייט, עפעס א רצון צו פשוט טון די רצון ה', דער איז ווי די בעל שם טוב בדורו!

די נסיון פון דער דור איז גאר עפעס אנדערש, עס איז היינט גאר א פנימיות'דיגע מלחמה, הסתרה שבתוך הסתרה, אינדרויסן זעט מען נישט עפעס פעלט, אבער אין הארץ שפירט יעדע מענטש אזא ליידיגקייט, אזא ייאוש, וואס עס פאסט נישט צו זאגן פאר קיינעם, און צומאל וויסט עס די מענטש אלייס אויך נישט קלאר, אבער ער שפירט ווייט, קאלט, ער ווייסט אליינס נישט וואס ער וויל, רעכטס אדער לינקס, דעם אייבערשטן אדער דער נארישער וועלט, תורה אדער תאוות, געלט אדער תכלית הנצחי. די מענטש ווארפט און זיך און איז פוסח על שתי הסעיפים, און נישט מחמת שלעכטס אדער מרידה בה' ח''ו, נאר פשוט אלץ ייאוש און אכזבות און נישט גוטע זכרונות פון אידישקייט!
אידישקייט איז ביי אים א טריקענע זאך, ער איז כמעט מיאוש פון נאך שפרין דעם אייבערשטן באמת ובתמימות, קיין ר''ר אלימלך און קאזניצער מגיד וועט ער שוין סייווי נישט אויסוואקסן, און די חזון איש און ר' ברוך בער וועט ער שוין נישט זיין, און קיין דיין זעט ער נישט פאר זיך ער קען נאך ווערן, און קיין באקאנטע שומר עיינים און מתמיד און עובד איז ער אויך נישט, איז וואס יא?!
דערפאר לאזט ער אלעס אפ און ווערט א פארפרוירענע שטיקל אייז, וואס לייגט תפלין, דאווענט דריי מאל א טאג, קביעות עתים לתורה, שמירת שבת און שוין. ער מאכט א טשעק דערויף, ער האט עס שוין מקיים געווען, און שוין. פטור.
אמאל אמאל כאפט אים נאך גוטע מינוטן, ער זעט עפעס א ניע חידוש, א נייע עבודה, א נייע ענין, ער וועקט זיך עפעס אויף, אבער דערנאך פאלט ער פון דעם אראפ, און דאן ווערט עס נאך ערגער, שוין, דאס שוין אויך נישט... עס איז גארנישט דא היינט - שרייט אים זיין הארץ, וואס זוכט און זוכט ווייטער חיות יעדע רגע, זיין אידישע נשמה גארט נאך עפעס פנימיות, נאך א נקודה של אמת פון אמונה בה'.

און אזוי קען זיך די מענטש טרעפן אין יאוש שביאוש, הסתרה שבתוך הסתרה, און פארשטייט זיך ער וועט פאר קיינעם נישט זאגן און דערציילן, נע, ער איז דאך א נארמאלע אינגערמאן, א פיינע ניין טו פייף זשאב, ווייב און קינדער, אלעס איז פיין און וואויל, די טעג לויפן דורך, און די מענטש האט גארנישט, אבער זיינע אויגן שיסן פינקען פון חיפוש וביקוש, ער זוכט און זוכט, אמאל אויף די אינטערנעט, סירטש בלע''ז, אמאל אויפן גאס, אמאל אין א גוטע עסן, און אמאל אפילו אין א ספר אדער א מצוה.
אבער א אידישע הארץ קען מען נישט אויסלעשן, ניין! דיין הארץ גייט אייביג אייביג בלייבן זוכן! ער גייט קיינמאל נישט ווערן צופרידן, זיכער נישט פון קיין עולם הזה, און אפילו פון תורה ותפלה, אויב איז עס נישט מיט נשמה און הארץ, וועט דיין הארץ און נשמה אויך קיינמאל נישט זיין צופרידן דערפון!! מען קען זיי נישט איינשטילן, לב איש הישראלי בוער עד לב השמים!!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ג'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 11:41 pm

נאר וואס דען? איז וואס יא?!
נאר די עיקר עצה היינט, איז טאקע טרעפן די מערסט באהאלטענע זאך אין די בריאה, דאס איז דעם אייבערשטן אליינס!

היינט, אויב ווילסטו זאט מאכן א איד, דאן דארפסטו אין אים אריינשיינעם די אור ה' אליינס, אנדערש גייט ער קיינמאל נישט זיין באפרידיגט!
און וויאזוי מען שיינט אריין דער אור און מען איז זוכה דערצו, דאס איז נישט מעגליך צו מבאר זיין בכתב אדער בעל פה, אבער מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער האט נישט באנקראטירט און מען קען אים נאך היינט באמת טרעפן! בודאי גם שם נמצא השי''ת!
און אין א געוויסע בחינה קען מען אים היינט טרעפן נאך מער ווי אמאל, טאקע וויבאלד מען האלט שוין אזוי נאנט צו די גאולה, און ווי די בעש''ט האט שוין מגלה אז פאר די גאולה קומט שוין אראפ מער און מער די אור הגאולה, וואס דעמאלטס וועט זיין 'שכל אחד ואחד מראה באצבעו זה ה' קוינו לו', עין בעין יראו בשוב ה' ציון, מען וועט זען דעם אייבערשטן אליינס יעדער איינער לויט זיין השגה, דעריבער קומט שוין יעצט אראפ דער אור און מען גרייט שוין אן די באדן צו דעם גרויסן אור פון השגת אלוקות עין בעין, נאר פארשטייט זיך אויף א גלות'דיגן וועג פון אמונה, און א אמונה וואס איז העכער פון יעדע דעץ, 'תבואי תשורי מראש אמנה', עיין בתורה ס''ד הנ''ל.

די עבודה פון דער דור איז דקה מן הדקה, עס איז ממש כחוט השערה די חילוק צווישן רעכטס און לינקס, צווישן עולם הזה און עבודת ה'. ביידע ארבעטן, אויף ביידע גייט אריבער נסיונות, ביידע עסן, אבער דער איז ביים אייבערשטן, און דער איז אין דער נארישער וועלט החולף ועובד כהרף עין. דאס איז ממש נאר א קליינע סוויטש אין הארץ וואס מען צינד אן, אפילו אויף א לאו פלאם, אבער עס ברענט א רצון, עס ברענט א תקוה, עפעס שטופט אים צו גיין ווייטער, ער האט א חיות אין א מצוה.
טאקע נישט דער גרויסער עובד, טאקע נישט דער גרויסער תלמיד חכם, אבער ער איז אן אנדערע מענטש, ער איז ביים אייבערשטן! ער וויל דעם אייבערשטן! ער שלאגט זיך נאך מיט זיינע נסיונות אפילו אויב ער פאלט טויזענט מאל דורך, אבער דער טויזענט און איין מאל וואס ער געווינט דאס איז ער! דאס וויל ער און דאס איז זיין חיות!
ער ווייסט אז דער וועלט איז נאר עצבות און מרה שחורה, תאוות עולם הזה מאכט משוגע דער מענטש און נעמט אים צו יעדע מנוחה און יישוב הדעת און שמחה, ווי קען נאך זיין עולם הזה ווען עס איז נאך דא דער תאוה אויף די וועלט (מוהרנ''ת), נישט דא קיין גרעסערע עצבות ווי נאכלויפן געלט. ער וויל נישט דאס אלעס, איז וואס יא? ער איז נאכנישט דער גרויסער פרוש פון תאוות עולם הזה, ער עסט נאך אויך צו דער זעט, ער ארבעט נאך אויך צומאל מער ווי ער דארף, איז וואס איז די חילוק?!

עס איז אבער באמת צוויי אנדערע וועלטן, ער איז אויף דער וועלט און דער איז אויף יענע וועלט, דער איז ביי זיך און דער איז ביים אייבערשטן! רחמנא לבא בעים, די באשעפער בעט אונז 'תנו לי את לבכם', געב מיר דיין הארץ, רעד צו מיך! קום מיך זאגן אז באמת ווילסטו יא זיין גוט, איך ווייס אז דו ווילסט באמת, איך ווייס אז דו ביסט נישט שולדיג אויף דיינע התרחקות און ירידות, דו שפירסט נישט גארנישט, דו זעסט נישט קיין אור אין עבודת ה', איז אוודאי פאלסטו דורך, אבער וואס קענסטו יא? קום צו מיך און זאג מיך אז באמת וואלסטו געוואלט טון מיין רצון! רעד דיך אויס, הייב אויף דיינע אויגן צו מיך, עיני תמיד אל ה' כי הוא יוציא מרשת רגלי, טוה וואס דוד המלך האט געטון, ער האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פארן אייברעשטן און געשריגן צו אים מיט א תמימות, טו דאס אויך, איך האב דיך ליב, איך האלט מיט אלע דיינע שוועריקייטן, איך בין נישט אנטלאפן, איך האב מיך נאר באהאלטן אינטער דיקע מחיצה של ברזל, אבער דו קענסט עס דורכברעכן, מיט דמעות, מיט אן אמת'ע קרעכץ, מיט א אמת'ע בליק ארויף צו מיך אין דיינע שווערע ווייטע מצבים, איך בין איבעראל, נאר איך באהאלט מיך, זיך מיך, ובקשתם משם את ה' אלקיך ומצאת, דו קענסט מיך טרעפן, קחו עמכם דברים ושובו אל ה', איני מבקש מכם אלא דברים, אביסעלע הארץ, אביסעלע אמת'ע דיבורים.
נאר נישט אויפגעבן, טון וואס מען קען נאך יא, ווייזן אז מען וויל נאך דעם אייבערשטן, דוקא נאכדעם וואס מען איז שוין דורכגעפאלן, יעצט געב דיך א צי צום אייבערשטן, בעשיה בדיבור או עכ''פ במחשבה, טראכט פון מיר, גייסט אויפן גאס, זאג מיך אז דו ווילסט מיך, זאג מיך אז דו וואסלט געוואלט טון מיין רצון, איך קען דיך עס געבן, ועשיתי את אשר בחוקי תלכו, איך קען דיך מאכן פאר אן ערליכער איד באמת, אבער איך וויל דיין הארץ איך וויל דיין מויל, אין דבר העומד בפני הרצון, גארנישט קען נישט צוריקהאלטן דיין רצון,אויסער יאוש, יאוש איז די ערגסטע עבירה, דאס מיינט מען געט אויף די פינטעלע רצון, די ביסל וואס מען קען נאך, די ביסעלע קשר צום אייבערשטן, נאר נישט דאס!
יהיה מה שיהיה נאר נישט אויפגעבן!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ד'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 11:51 pm

צומאל שפירט די מענטש אז דער אייבערשטער ווייסט נישט באמת זיין מצב ח''ו, ער כאפט נישט באמת זיינע נסיונות, די תורה איז חלילה נישט רעאליסטיש, אזא מחשבה און געדאנק דרייען זיך ארום ביי אסאך מענטשן אין הארץ.
אבער דאס איז די אוודאי שקר וכזב, דער אייבערשטער ווייסט פונקטליך דיין מצב, ער ווייסט אלעס, און איך וועל דיר דערציילן א סוד, ער שטייט אינטער אלעס...!
נאר וואס דען? דער אייבערשטער וויל דאס, יא! פונקטליך דער מצב, דער מענטש וואס דו ביסט יעצט מיט אלע דיינע משוגעת'ן און יסורים, מיט אלע דיינע ירידות און בלבולים און צומישטקייטן, דאס איז אלעס בהשגחה פרטית ווייל דוקא אזוי וויל דיך דער אייבערשטער. דאס איז די נחת רוח פונעם אייבערשטן אז אזא מענטש ווי דיך קומט צו אים און דינט אים, אין דער מצב אין דער פארדרייענישן, דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל.
גארנישט איז נישט קיין טעות און קיין פערצופאל, דיין ווייב, דיינע קינדער - יעדע עקסטער, דיין משפחה, דיין שטאט, דיין מהלך המחשבה, דיינע נסיונות, דיינע דאגות, דיינע מרירות, דיינע נאטורן, ועוד ועוד, אלעס מאכט דער אייבערשטער מיט א פונקטליכע חשבון, און ער וויל אז ער מענטש אין דער מצב זאל קומען צו אים אזויווי ער שטייט און גייט און אים דינען מתוך כך.

און אפילו אויב אזוי קען נישט דער מענטש טון בשלימות וואס ער דארף, או אדרבה, ער ווערט צומאל נתרחק און פאלט דורך, ער קען זיך נישט ריכטיג צאמנעמען צו וואס ער דארף טון, אבער יא! דאס דארף דער אייבערשטער, אז פון דא, פון דער מצב, זאלסטו זיך ציען צו אים און טון מצוות מיט די ביסעלע הארץ און שמחה וואס דו קענסט. און דאס איז וואס דו דיקא קענסט געבן פאר אייבערשטן און קיינער אנדערש נישט! און דוקא דאס וואס דו מיינסט אז עס איז דיין חסרון, דארט ליגט דיין שיינקייט!!
יא, צווישן מענטשן ביסטו נישט די חשוב'סטע, עס פעלט דיך, אבער דיין עיקר תכלית אויף דער וועלט, די אייבערשטער, ער דארף דיך דוקא אזוי, ער האט דיך דאך געמאכט אזוי!
אנטלויף נישט פון דיר, לויף צו דיר! דו ביסט א יחיד בעולם מיט דיין מצב און פון דארט קומט ארויס אזעלכע שעשושעים פארן אייבערשטן וואס קיינער אנדערש קען נישט מאכן, די אייבערשטער האט שוין געהאט גרויסע צדיקים, אסאך תלמידי חכמים, אסאך עובדי ה', און יעצט דאר דער אייבערשטער דיך אין דיין מצב, דין אים פון דארט, ובקשתם משם, אנטלויף פון שלעכטס און טו גוטס כפי יכולתך, און טו תשובה אויף די נישט גוטס כפי יכולתך, און פארגעס נישט אז דער אייבערשטער דארף דיך דוקא אין דיין מצב, און גארנישט קען נישט געבן פארן איביערשטן וואס דו קענסט אים געבן! לך אכול בשמחה לחמך, כי כבר רצה אלקים את מעשיך!! גדול הנהנה מיגיע כפו.

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » פרייטאג ינואר 31, 2020 10:50 am

קען איינער פידיעפן אלעס ביז אהער?

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 01, 2020 8:11 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:אנדורע איז א קליין לענדל אריינגעשטיפט צווישן שפאניע און פראנקרייך.

אנדורע האט נישט קיין אייגענע מיליטער, נאר עס פארלאזט זיך אויף די פראנצויזישע און שפאנישע מיליטער.
ווי אויך האבן זיי נישט קיין אייגענע וואלוטע נאר זיי באנוצן זיך מיט די יורא, כאטש זיי זענען נישט אנגעשלאסן אין די אי. יו.
אויך פארמאגן זיי נישט קיין אייגענע אינטערנאציאנאלע לופטפעלד, נאר זיי פארלאזן זיך אויף די דערנעבנדיגע לופטפעלדער אין די צוויי שכנות'דיגע לענדער.

אן אינטרעסאנטע קרישקעלע וועגן דאס לאנד אנדורע, זי איז דאס איינציגסטע לאנד אויפן וועלט וואס אירע הערשער (פרינצן) ווערן אויסגעוועלט דורך מענטשען פונדרויסן.

צוליב די היסטאריע פון דאס לענדל, איז אויסגעשטעלט אז די מאנארך פונעם לאנד איז די פרעזידענט פון פראנקרייך בשותפות מיט א געוויסע גלח פון שפאניע. אזוי ארום קומט אויס אז איינע פון די הערשער ווערט אויסגעוועלט דורך די פראנצויזישע פאלק, ווידער די אנדערע ווערט געשטעלט דורכ'ן קירכע ימ"ש.

די הערשער פונעם לענדל
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג פאברואר 02, 2020 3:25 pm

פאקטן איבער ארמעניע:
די גרויסקייט איז 18516.8 סקווער מייל
עס וואוינען דארט בערך 3,022,866 מענטשן
און נאך 8-9 מיליאן איבער די וועלט
זיי פארמאגן גרעניצן מיט איראן-זשארזשיע-טערקיי-און אַזערביידזשאַן
העכסטע פלאץ איז 13418.64 פיס
נידריגסטע פלאץ איז 1312.34 פיס
זיי זענען געווען צו אדאפטען די קריסטליכע רעליגיע
זענען געווען די ערשטע צו מאכן א תיפלה
די עלטסטע פלאץ ווי מען מאכט וויין
זיי זענען פון די 6 לענדער וואס האבן דורכגעשוויצט מלחמות פאר די לעצטע פאר טויזענט יאר
האבן די עלטסטע סיטי אין די וועלט
די ערשטע מאטמעטיק בוך האט מען דארט געמאכט
זיי זענען די היימלאנד פאר די עפריקאט
די עלטסטע שיך האט מען דארט געטראפן
זיי האבן די לענגסטע טשעיר ליפט אין די וועלט
זיי זענען פון די גרעסטע שאך שפילערס
די איינצוגסטע לאנד וואס 97 פארצענט זענען פון די זעלבע ראסע
אין 1915 האט מען געהרגעט איבער 1 מיליאן ארמענער צוליב זייער ראסע
זיי האבן א געזעץ וואס לאזט נישט שפילן מיט קיין שום מוזיק ביינאכט
זיי זענען גרויס אין weightlifting and wrestling זיי האבן געווינען דריי מעדאלן אין די 2016 אלימפיקס
99 פארצענט ארמענער קענען ליינען און שרייבן
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג פאברואר 09, 2020 9:57 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/0B2hv4fHePmGfMll0U2xyR3NyM1ZJMlBGV3JfRzJVWXRqUXJF/view

יישר כח @אדער יא, פארן עס לייגן אויף גאגל-דרייוו.

דאנקע שיין!!!!


יישר כח. כהאב אויכעט שטארק הנאה פון די PDF
Liberalism is a mental disorder


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודניק און 14 געסט