געאגראפיע און נאך פון די וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 17, 2019 11:58 pm

יישר כח @טוב, הערשט יעצט געליינט ס'נעכטיגע און דאס היינטיגע.

איך בין זיך ממש מחי' מיט אייערע ווערק.
טוב ה' לכל האט געשריבן:אויף די מאפע קען מען עס טרעפן צו לינקס פון מאדאגאסקאר

איך האב דאס געטראפן צו רעכטס כזה:
Capture.PNG
Capture.PNG (8.29 KiB) געזעהן 2179 מאל

און וואס איז דאס לענדל נעבן דעם וואס כ'האב אנגעצייכנט?

אגב, מאדאגאסקאר איז דאכט זיך געווען איינס פון די פלענער פונעם דייטש ימ"ש וואו צו פארשיקן די אידן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג יולי 18, 2019 5:19 pm

כה לחי! גיי ווייטער אהן!

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפריקע ח'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג יולי 18, 2019 5:30 pm

אוגאנדא איז ברייט באקאנט איבער די וועלט, צוליב דעם צורידערטער דיקטאטאר 'אידי אמין', וואס אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער אים.
300,000 אומשולדיגע מענטשן זענען געהארגעט געווארן דורך אים!
א חלק דורך אריינווארפן אינעם וויקטאריע טייך, די גרעסטע טייך אין אפריקע, ווי זענען אויפגעגעסן געווארן דורך די קראקאדילן וואס געפינען זיך דארט אין די מאסן...
און נאך א טייל זענען געגעסן געווארן דורכ'ן קעניג אליין... אידי אמין איז געווען א גרויסע קאניבאל ה' ירחם. מעגליך פארדעם אליין האט ער געוואלט ווערן די פירער, צו קענען האבן וויפיל ער דארף פאר זיין גרויסן אפעטיט... יענע געלעכטער...

ער האט געפירט דאס לאנד (אין די ערד אריין... אדער גאר אין זיין בויך אריין...) פון יאר תשל''א ביז יאר תשל''ט. וואס דאן איז ער ארויס אין א מלחמה מיט די דערנעבנדיגע טאנזאניע, וואס האט אים גרינג באזיגט. ער האט דאן געטוישט זיין גלויבן צו איסלאם און אנטלאפן קיין סאודי אראביע וואס האט געגעבן שוץ ביז צו זיין פגירה אין יאר תשס''ב.
ברייט באקאנט איז ער געווארן דורך די אנטעבי אקציע, וואס אלע האבן שוין אוודאי געהערט. אנטעבי איז א שטאט אין אוגאנדא, נישט ווייט פון די הויפט שטאט 'קאמפאלא'.


ווי שוין געשריבן, זענען פארגעקומען אסאך בלוטיגע בירגער – קריגערייען אין די ארטיגע לענדער. די גרעסטע דערפון איז פארגעקומען אין אנגאלע, א גרויסע לאנד אין צענטער מערב ביים אטלאנטישן אקעאן.
דאס האט זיך אנגעהויבן ווען פארטוגאל האט אויפגעגעבן זייער הערשאפט אויפן לאנד, אויך נאר נאך א העפטיגע ווידערשטאנד. תיכף דערנאך האט אויפגעפלאקערט א בירגער קריג, ווי יעדער וויל שטיין בראש פונעם נייעם זעלבסטשטענדיגן לאנד.
די קריג האט זיך פארצויגן פון יאר תשל''ד ביז יארע תשס''ב, 38 יאר! גיי פארשטיי... דאס אלעס האט זיי געקאסט בערך פיר מיליאן אומגעקומענע!
יעצט האלטן זיי זיך אינמיטן סטאבעליזירן און צוביסלעך קומען זיי צו זיך פון די שווערע שלאכטן. לעצטנס זעט מען דארט א שטארקע פארבעסערונג אין די עקאנאמיע. הצלחה רבה....


נאך א פארבלוטיגטע לאנד, וואס ביז היינט גיסט דארט נאך אלץ בלוט, איז 'אריטריע'. אריטריע איז א קליין לענדל, וואס אויף די מאפע קען מען עס טרעפן אויפן רויטן ים העכער עטיאפיע.
פון בערך תש''כ ביז תשנ"ג האט ארטריע געהערט פאר עטיאפיע, און עס האט זיך געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד אין א פרואוו צו באקומען זעלבסטשטענדיגקייט. ענדליך נאך דרייסיג יאר האבן זיי עס באקומען, אבער מיט א טייערע פרייז:
אריטריע איז היינט איינס פון די ארימסטע לענדער איבער די וועלט, און איבער פופציג פראצענט איינוואוינער ליידן פשוט פון הונגער און האבן נישט וואס צו עסן. ווי אויך ווערט עס פאררעכנט ווי איינס פון די ווייניגסט ציוויליזירטע לענדער איבער די וועלט. און נארמאל לעבט מען דארט ביז די ניין און פופציג יאר... (בעסער ווי זיין שכן 'זשיבוטי' וואס דארט שטייט די נארמאלע לעבנס ערווארטונג ביי 43 יאר...).

אבער דאס איז נאך פאר די הויפט פראבלעם: דאס איז די רעגירונג אליין. די רעגירונג דארט פירט א ריכטיגע דיקטאטורשאפט, אן קיין שום פרייהייט פון מיינונג אויסדריק פאר די אלגעמיינע באפעלקערונג. עריטריע ווערט גערופן 'די צפון קאריע פון אפריקע'...
די מידיע פרייהייט איז דארט אפילו ערגער ווי צפון קאריע (וואס קען זיין ערגער פון די ערגסטע?...). די ערגסטע חטא איז צו רעדן אויף די רעגירונג, און מען באקומט דערויף תפיסה אן קיין געריכט!
טויזנטער זענען שוין פארשוואונדן געווארן נאכן זיך אויסדריקן נישט שיין אויף די רעגירונג, און ווי מען דערציילט, פייניגן זיי שרעקליך אין די ארטיגע תפיסות מיט די ערגסטע פייניגונגען וואס נאר שייך. און פארשטייט זיך אז די רעגירונג לייקנט אינגאנצן אין אזא באגריף ווי האלטן פאליטישע ארעסטאנטן...
נאך אסאך אזעלכע מצוות האבן זיי, וואס דאס אלעס ברענגט צו א ריזיגע אויסוואנדערונג פון דארט צו די דערנעבנדיגע לענדער.

אין מדינת ישראל טוט זיך שוין אסאך יארן אויף די אריטריע חברה וואס האבן עספיעט אנצוקומען ביז אהין און זיך אריינגעשווערצט פון די סיני ראיאן צו די מדינה. פון יאר תשס''ו ביז יאר תשע''ב האבן אנגעיאגט דריי הונדערט טויזענט! פון זיי, אריינצוקומען קיין ארץ ישראל...
צוליב די מאסן אריינוואנדערונג האט מען דאן אויפגעשטעלט א מאסיווע וואנט ביים גרעניץ (הערט זיך באקאנט?...) וואס האלט זיי צוריק פון אריינקומען, און דאן האט זיך טאקע גענצליך אפגעשטעלט דאס פארפלייצונג פון אומלעגאלע אימיגראנטן.
אבער יעצט טוט זיך נאך ארום די סטאטוס פון די אימיגראנטן וואס האבן יא אגעיאגט אריינצוקומען בעפאר מען האט אויפגעשטעלט דעם וואנט, וואס מען זאל טון מיט זיי. פון צייט צו צייט קומען זיי ארויף אויף די נייעס, און זיי זענען א גרויסן ביין אין האלז פאר די ארטיגע רעגירונג. מאסן פון זיי וואוינען ביזדערווייל אין ריזיגע ספיציעל דעזיגנירטע קעמפס וואס מען האט אוועקגעשטעלט פאר זיי אין די ארטיגע מדבריות, און אסאך פלענער זענען שוין ארויפגעקומען אויפן טיש וויאזוי מען קען פטור ווערן פון דעם אנשיקעניש.
וואס עס איז געבליבן, געדענק איך נישט. עפעס איז געווען א פלאן צו צאלן געלט פאר לענדער וואס נעמען זיי אריין, אבער צו עס איז געווארן דערפון עפעס, ווייס איך נישט, אויב איינער קען דא אפדעיטן. איין זאך איז זיכער, אז ביזדערווייל דרייען זיי זיך דארט איבעראל אינטער די פיס, און ווי מען גייט נאר זעט מען זיי...

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:51 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנט לענדל איז דא דערנעבן, דאס איז: לעסאטו.
איך מיין אז די ערשטע רעקארד וואס דאס לאנד קען ברעכן איז: דאס מערסט אומבאקאנטע לאנד איבער די וועלט...
אבער למעשה האט עס א צווייטע רעקארד וואס עס ברעכט, אז עס איז די העכסטע לאנד אין די וועלט, וויבאלד עס איז דאס איינציגסטע לאנד, וואס די גאנצע לאנד געפינט זיך העכער טויזענט מעטער, וואס דאס קומט אויס 3,280 פיס.
די גאנצע לאנד איז ארומגענומען פון אלע פיר זייטן דורך דרום אפריקע, וואס דאס אליינס איז נישט אזא אפטע זאך (נאר סאן מארינו אין איטאליע, די וואטיקאן אין איטאליע און מעגליך נאך געציילטע לענדער, זענען אויך אזוי).

אז מען רעדט שוין פון לעסאטא, א מאמר באזירט אויפן אינטערעסאנטן לענדל לעסאטא וואס אני הקטן האט געשריבן פארן 'מי מנוחות' (עמיצער געדענקט דאס נאך...?) מיט קנאפע 3 יאר צוריק.


אגב @מונאוויטש שטארק הנאה געהאט ביים ליינען יארן צוריק אין מי מנוחות

ס'איז מיר שטארק צוניץ געקומען משך די יארן

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:57 pm

עס איז ערענסט אינטערעסאנט צו ליינען וואס די שרייבסט

דאס גלייך איך זייער שטארק

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » פרייטאג יולי 19, 2019 12:28 am

יישר כח.

גענצליך אומבאקאנטע און אומבאשריבענע פרטים (נישט ממש, ערגעץ האסטו דאך דאס געליינט...), זאכן וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט.

פארוואס האט דער איךגעדענקשויןנישטוויאזויהייסטער געהייסן אריין ווארפן מענטשן אין וואסער, געווען א מרידה צו וואס?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג יולי 19, 2019 1:35 am

נייס . שכוח פאר הרב טוב די ענין אינטערסירט מיר זייער . איך פארשטיי נישט וויזוי צוטיילט מען א קאנטינעט פארוואס איז נישט ארץ ישראל די זעלבע קאנטינעט ווי אייראפע?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 19, 2019 8:33 am

הערליך הערליך שיין!!!

א גרויסן יישר כוח!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 19, 2019 8:34 am

מונאוויטש האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנט לענדל איז דא דערנעבן, דאס איז: לעסאטו.
איך מיין אז די ערשטע רעקארד וואס דאס לאנד קען ברעכן איז: דאס מערסט אומבאקאנטע לאנד איבער די וועלט...
אבער למעשה האט עס א צווייטע רעקארד וואס עס ברעכט, אז עס איז די העכסטע לאנד אין די וועלט, וויבאלד עס איז דאס איינציגסטע לאנד, וואס די גאנצע לאנד געפינט זיך העכער טויזענט מעטער, וואס דאס קומט אויס 3,280 פיס.
די גאנצע לאנד איז ארומגענומען פון אלע פיר זייטן דורך דרום אפריקע, וואס דאס אליינס איז נישט אזא אפטע זאך (נאר סאן מארינו אין איטאליע, די וואטיקאן אין איטאליע און מעגליך נאך געציילטע לענדער, זענען אויך אזוי).

אז מען רעדט שוין פון לעסאטא, א מאמר באזירט אויפן אינטערעסאנטן לענדל לעסאטא וואס אני הקטן האט געשריבן פארן 'מי מנוחות' (עמיצער געדענקט דאס נאך...?) מיט קנאפע 3 יאר צוריק.

אוודאי געדענקעך דאס!
כ'האב שוין אנגעהויבן צו זוכן די ארטיקל און געוואלט לינקן אהין, אבער האסט מיר אויסגעכאפט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג יולי 19, 2019 8:38 am

טענק יא
יא אר דאינג ע גרעד דשאב!!
הערליכע ווערק!!
קיפ איט אפ!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג יולי 19, 2019 4:09 pm

יישר כח פאר צוקער וואסער, עולם האמת (אין עולם האמת האט מען אויך הנאה פון מיינע ווערק ב''ה...), פאראינטערעסירט, אור אייניקל, מצב כללי, בשעה שיש, פיינע נייעס פאר די יישר כח!!!
דאס גיט מיר א פוש צו שרייבן ווייטער וויסנדיג אז בשעה שיש מיינע ארטיקלען דא אויף אייוועלט, איז די עולם פאראינטערעסירט און מען האלט אז עס איז פיינע נייעס און עס גייט ווי צוקער וואסער אז אפילו די אור אייניקלעך ליינען עס און אפילו אין די עולם האמת איז מען מסכים דערצו............

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

נייעס אויף אפריקע

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג יולי 19, 2019 4:17 pm

היינט איז געווען אין די נייעס די לאנד אריטריע, עס איז היינט געווארן פארדאמט דורך די אמעריקאנער רעגירונג איבער דאס ארעסטירן צייטונגס שרייבער און ווי שוין באשריבן פריער אין אונזער נעכטיגע ארטיקל. מעגליך ליינען זיי דא...
רוב מענטשן האבן נאך ניטאמאל געהאט געהערט פון דאס לאנד, אבער מיר דא ווייסן שוין איבער זיי און איבער זייערע פראבלעמען.

אויך דאס לאנד מאוריטאניע איז דארט געווארן דערמאנט.
אויך פון סאמאליע הערט מען יעצט דורך טראמפ'ן, ועוד חזון למועד.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג יולי 21, 2019 1:01 am

הערליכע ארבייט. יישר כח. הערש יעצט באמערקט, אונטערעסירט מיר זייער שטארק. חזק ואמץ.

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » זונטאג יולי 21, 2019 1:22 am

אלס א געאגראפיע ליבהאבער און א מאפע שטודירער האב איך שטארק הנאה דערפון. זיי ממשיך.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג יולי 21, 2019 11:17 am

בין איך יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול, wow wow!! אזויפיל ידיעות!! כ'האב שטארק הנאה געהאט ביים ליינען.

זאג נאר, דאס אלעס איז טאקע פון זכרון ארויס??
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יולי 21, 2019 12:56 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:אלס א געאגראפיע ליבהאבער און א מאפע שטודירער האב איך שטארק הנאה דערפון. זיי ממשיך.

גם אני מצטרף, זייער איטערסאנט יעדע תגובה, איך לייען מיט דורשט (אפילו סאיז א תענית היינט :P
גאר תוכנדיגע אינפארמאציע!!!! קיפ אפ!!!

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » זונטאג יולי 21, 2019 5:31 pm

הרב טוב ה' לכל.
נאך אלע זיבן קאנטינענטן זאלסטו באשרייבן דעם אזויגערופענע קאנטינענט Oceania. דהיינו לענדער און אינזלען אינעם פאציפיק אקעאן. מזרח פון יאפאן, אוסטראליע, און ניו זילנד זענען דא אסאך פארווארפענע אומבאוואוסטע וואוינערטער.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 21, 2019 7:37 pm

יישר כח דניאל אויערבאך, ממה נפשך, איצל פיצל, גאלדגרוב פארן מיר באדאנקען אזוי שיין.
לגבי זכרון, אין אנהייב האב איך טאקע נאר געשריבן פון זכרון, אבער די עולם האט געבעטן אז איך זאל שרייבן מער מיט פונקטליכע ציפערן, האב איך יעדע זאך מער נאכגעקוקט.

די קומענדיגע פאר טעג וועל איך נישט קענען אזוי שרייבן דא, אבער אי''ה וועל איך דא צוריק זיין.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג יולי 21, 2019 8:12 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:יישר כח דניאל אויערבאך, ממה נפשך, איצל פיצל, גאלדגרוב פארן מיר באדאנקען אזוי שיין.
לגבי זכרון, אין אנהייב האב איך טאקע נאר געשריבן פון זכרון, אבער די עולם האט געבעטן אז איך זאל שרייבן מער מיט פונקטליכע ציפערן, האב איך יעדע זאך מער נאכגעקוקט.

די קומענדיגע פאר טעג וועל איך נישט קענען אזוי שרייבן דא, אבער אי''ה וועל איך דא צוריק זיין.

איך האב מיך שוין טאקע באדאנקט איינמאל, אבער איך מוז דאס טאהן נאכאמאל, פשוט ווייל ס'איז ממש א נחת צו ליינען סיי די נושאים וואס דו באשרייבסט, און נאך מער די וועג וויאזוי דו שרייבסט, הערליך קלאר, צום זאך און מיט א אייגענארטיגע געשמאק.
מיר וועלן געדולדיג אויסווארטן ביז דו וועסט האבן די געלעגנהייט צו זיין צוריק און אונז ווייטער מהנה זיין.

זיסקייט
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2012 3:17 pm

תגובהדורך זיסקייט » זונטאג יולי 21, 2019 11:29 pm

הערליכע ארבעט! א געוואלד מיט תוכן קורץ און שארף.

האב מיר זייער הנאה. א דאנק

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מאנטאג יולי 22, 2019 4:11 am

א גוטן מוצאי תענית הרב "טוב השם לכל"
א גרויסן יישר כח...
מען דערקענט שטארק די שווערע כוחות וואס איר לייגט אריין להנאות הצבור...
איך בין מוראדיג נתפעל פון אייער ברייטע ידיעות און גאלדענע פעדער
צלח ורחב

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג יולי 28, 2019 3:02 pm

הנאה געהאט
ווארט מיר אויף פרישע סחורה
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

גרשון
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג יולי 28, 2019 6:04 pm

fiena nieas האט געשריבן:נייס . שכוח פאר הרב טוב די ענין אינטערסירט מיר זייער . איך פארשטיי נישט וויזוי צוטיילט מען א קאנטינעט פארוואס איז נישט ארץ ישראל די זעלבע קאנטינעט ווי אייראפע?

צוויי קאנטינענטן מוזן נישט זיין גענצליך אפגעטיילט זיי זאלן האבן צוויי באזונדערע נעמען, נאר אזויפיל אז ווען מ'קוקט אויף דער מאפע זאל מען זען אז די צוויי זענען מער-ווייניגער אפגעטיילט. צב"ש צפון אמעריקע און דרום אמעריקע זענען נאטורליך באהאפטן מיט א דינעם פאס יבשה (היינט זענען זיי אבער מער נישט באהאפטן, צוליב דעם "פאנאמא קאנאל"), אזוי אויך אזיע און אפריקע (דרך ארץ פלשתים - דורך דעם וועג זענען די אבות געגאנגען פון ארץ ישראל קיין מצרים).

למעשה קוקן אייראפע און אזיע נישט אויס פאר'ן אויג ווי צוויי באזונדערע קאנטינענטן, און ס'זענען טאקע דא וואס רעכענען זיי פאר איין קאנטינענט, גערופן "אייראַזיע." די סיבה פארוואס מ'האט זיי צוטיילט, איז לכאורה צוליב דעם שווארצן ים וואס טיילט עטוואס אפ צווישן זיי, וויבאלד מ'האט דעמאלטס נישט געוואוינט אזוי שטארק אין צפון, האט מען נישט געוואוסט אז דארט זענען זיי מחובר (קוק אויף א מאפע וועסטו פארשטיין וואס איך מיין).

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג יולי 28, 2019 7:00 pm

גרשון האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:נייס . שכוח פאר הרב טוב די ענין אינטערסירט מיר זייער . איך פארשטיי נישט וויזוי צוטיילט מען א קאנטינעט פארוואס איז נישט ארץ ישראל די זעלבע קאנטינעט ווי אייראפע?

צוויי קאנטינענטן מוזן נישט זיין גענצליך אפגעטיילט זיי זאלן האבן צוויי באזונדערע נעמען, נאר אזויפיל אז ווען מ'קוקט אויף דער מאפע זאל מען זען אז די צוויי זענען מער-ווייניגער אפגעטיילט. צב"ש צפון אמעריקע און דרום אמעריקע זענען נאטורליך באהאפטן מיט א דינעם פאס יבשה (היינט זענען זיי אבער מער נישט באהאפטן, צוליב דעם "פאנאמא קאנאל"), אזוי אויך אזיע און אפריקע (דרך ארץ פלשתים - דורך דעם וועג זענען די אבות געגאנגען פון ארץ ישראל קיין מצרים).

למעשה קוקן אייראפע און אזיע נישט אויס פאר'ן אויג ווי צוויי באזונדערע קאנטינענטן, און ס'זענען טאקע דא וואס רעכענען זיי פאר איין קאנטינענט, גערופן "אייראַזיע." די סיבה פארוואס מ'האט זיי צוטיילט, איז לכאורה צוליב דעם שווארצן ים וואס טיילט עטוואס אפ צווישן זיי, וויבאלד מ'האט דעמאלטס נישט געוואוינט אזוי שטארק אין צפון, האט מען נישט געוואוסט אז דארט זענען זיי מחובר (קוק אויף א מאפע וועסטו פארשטיין וואס איך מיין).

א דאנק


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמן זית און 20 געסט