געאגראפיע און נאך פון די וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 7:50 pm

וועלן מיר בעזהשי''ת אנהייבן א פרישע אשכול אדורכצוטון די געאגראפיע פון דער וועלט, און מען וועט דא קענען קונה זיין פילע ידיעות בעזהשי''ת אין פילע הינזיכטן, הערטס און האטס הנאה...

די וועלט איז כידוע צוטיילט אין זיבן קאנטינענטן. דאס איז ווי באקאנט: צפון אמעריקע, דרום אמעריקע, אפריקע, אזיע, אייראפע, אסטראליע און אנטארטיקע. עס זענען דא וואס ווילן צולייגן צענטראל אמעריקע אלץ אן קאנטינענט פאר זיך, אבער למעשה איז עס אנגענומען אלץ א טייל פון דרום אמעריקע, פון נאך מעקסיקא און אראפ.

עמער צום ערשט אדורכטון יעדע קאנטינענט פאר זיך:

אפריקע:[/b] אפריקע קען מען צוטיילן אין דריי טיילן (מען קען עס צוטיילן מערערע וועגן, אבער מיר וועלן עס צוטיילן אזוי).

אויבן איז די [b]מדבר סאהארא
לענדער, וואס דאס זענען די מוסלעמענער לענדער וואס זענען מער באקאנט אין די וועלט, און פיגורירן מער אין די נייעס, ווי למשל: מצרים, מאראקא, אלגיריע, טוניזיע, סודאן און נאך.
רוב פון די לענדער זענען מעכטיג גרויס, און קענען איינשלינגען אין זיך מערערע אייראפישע לענדער, אבער למעשה זענען זיי גאר שוואך באוואוינט, וויבאלד מען קען דארט כמעט נישט וואוינען צוליב דעם וואס רוב לאנד איז פיסטע און וויסטע מדבר שטחים. רוב בירגער וואוינען ביים ים ברעג און ארום ווי עס איז פארהאן די מינימאלע לעבנס וויכטיגע געברויכן.
די לענדער זענען היבש רייך, צוליב די אויל וואס זיי האבן דארט שפע.

אינטער דעם געפינען זיך די צענטראל אפריקע לענדער, וואס זענען פוןסעמי מדבר - שוואך באוואסקענע שטחים ביז שווער באוואקסענע רעגן וועלדער. דארט זענען אויך פארהאן היבש באקאנטע לענדער ווי: קאנגא, ליבעריע, עטיאפיע, אוגאנדא, ניגעריע און נאך פילע קלענערע אומבאקאנטע לענדער וואס איר וועט נישט הערן אזוי שנעל (עטליכע לענדער האט מען יא געהערט פאר עטליכע יאר צוריק, צוליב די איבאלע אויסברוך, פאר ווער עס געדענקט).

און אינטער דעם איז פארהאן די דרום אפריקאנע לענדער, וואס זענען מער ווייניגער באדעקט מיט סאוואנא געוויקסן, וואס דאס איז אזא סעמי מדבר, ווי עס וואקסן כמעט נישט קיין ביימער, נאר הויכע גראזן און דא דארט זעט זיך ארויס א בוים אויפן ווייטן האריזאנט. דארט וואוינען רוב פון די באקאנטע לייבן, עלעפאנטן, גיראפעס און נאך, וואס אפריקע איז ברייט באקאנט מיט דעם. די לענדער זענען זייער אומבאקאנט, די מערסט באקאנטע איז 'סאוט אפריקע'. פון באטסוואנא, קאמארעס און מאלאווי האט איר שוין אמאל געהערט?.....
צוגעלייגטע
map-of-africa.gif
מאפע פון אפריקע
map-of-africa.gif (171.97 KiB) געזעהן 1610 מאל

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפריקע ב

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 8:01 pm

אפריקע פארמאגט אריבער פופציג לענדער. צווישן זיי ציילן זיך מעכטיג גרויסע לענדער ווי אלגיריע וואס איז די צענטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט, און קאנגא וואס איז איינס דערנאך. און אויך גאר קליינע לענדער וואס באשטייען פון עטליכע אינזלען אויפן ים. אבער למעשה זענען רוב לענדער גרויס, און גרעסער פון רוב אייראפעישע לענדער.

אפריקע איז דער ארימסטער קאנטינענט, און רוב לענדער זענען זייער ארים און צוריקגעשטאנען. רוב לענדער האבן נישט קיין געהעריגע שאסייען, און קיין נארמאלע וואסער איינלייטונגען. מערערע מענטשן שטארבן יעדעס יאר פון כל מיני מחלות וואס ביי אונזערע לענדער איז עס שוין פון לאנג אויסגעראטן און פארשווינדן. ווי אויך ווערן מענטשן געהארגעט פון חיות, ווי קראקאדילן, שלענג און נאך פילע סארטן שעדליכע באשעפענישן.

המשך יבא אי''ה

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3418
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 14, 2019 8:05 pm

יישר כח

זייער אינטערעסאנט

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 14, 2019 8:19 pm

ס'האט שוין לאנג אויסגעפעלט אזעלכע אשכולות. גיי אן.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג יולי 14, 2019 8:47 pm

יאפ דאס אינטערעסירט מיר שטענדיג. גיי אהן איך ליין מיט דורשט.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג יולי 14, 2019 9:11 pm

זייער אינטערעסאנט, יישר כוח! ביטע גיי אן ווייטער.

אלץ א עצה טובה, ענדערש שרייב אפילו אביסל און ווייניג אבער ס'זאל זיין געשריבן, ווי איידער ווארטן אויף צו קענען שרייבן מער און לענגער.
קמא קמא דמטי לידן וועלן מיר זיין צופרידן און דאנקבאר.

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » זונטאג יולי 14, 2019 9:14 pm

דאס לאנד דרום אפריקע איז באוואוינט מיט ווייסע, די שווארצע זענען דארט א מיינארעטי

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » זונטאג יולי 14, 2019 9:15 pm

מצב כללי האט געשריבן:יישר כח

זייער אינטערעסאנט

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 14, 2019 9:39 pm

נעכטן האט געשריבן:דאס לאנד דרום אפריקע איז באוואוינט מיט ווייסע, די שווארצע זענען דארט א מיינארעטי

זאג עס איבער נאך איינמאל, אבער הויעך...
80 דרום אפריקע זענען שווארצע. די ווייסע מינאריטעט פלעגט אונטערדרוקן די שווארצע מיאריטעט.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 10:17 pm

יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט!! דאס געט חיזוק און מוט צו גיין ווייטער אי''ה! איך האב גאר אסאך וואס צושרייבן אין דער גאנצער נושא. צוביסלעך אי''ה.
נומבער'ס קען איך נישט געבן, וויבאלד אלעס וואס איך שרייב איז אויסענוויינדיג פון זכרון, דעריבער וועט עס זיין מער ווייניגער אן נומבער'ס.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3418
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 14, 2019 11:14 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט!! דאס געט חיזוק און מוט צו גיין ווייטער אי''ה! איך האב גאר אסאך וואס צושרייבן אין דער גאנצער נושא. צוביסלעך אי''ה.
נומבער'ס קען איך נישט געבן, וויבאלד אלעס וואס איך שרייב איז אויסענוויינדיג פון זכרון, דעריבער וועט עס זיין מער ווייניגער אן נומבער'ס.


אפשר איז יא כדי צו שרייבן נומבערס עס דארף זיין גרינג צו גוגלן עס איז א שטארקע השלמה ווען מען שרייבט נומבערס



יישר כח

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג יולי 14, 2019 11:33 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, יישר כוח! ביטע גיי אן ווייטער.

אלץ א עצה טובה, ענדערש שרייב אפילו אביסל און ווייניג אבער ס'זאל זיין געשריבן, ווי איידער ווארטן אויף צו קענען שרייבן מער און לענגער.
קמא קמא דמטי לידן וועלן מיר זיין צופרידן און דאנקבאר.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יולי 14, 2019 11:43 pm

הו הא די נושא האבעך זייער ליב! שרייב נאך.


איין הערה נאר אין די ספעלינג פון די ווארט געאגראפיע פעהלט א "ר".
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג יולי 15, 2019 2:34 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:דאס לאנד דרום אפריקע איז באוואוינט מיט ווייסע, די שווארצע זענען דארט א מיינארעטי

זאג עס איבער נאך איינמאל, אבער הויעך...
80 דרום אפריקע זענען שווארצע. די ווייסע מינאריטעט פלעגט אונטערדרוקן די שווארצע מיאריטעט.

עס וואוינען באלד 60 מיליאן אין דרום אפריקע, אויב 80 פון זיי זענען שווארצע מיינט דאך דאס אז רוב זענען ווייסע, כ'זע נישט וואו מיר קריגן. :lol:
גערעכט טעיתי.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

world-map

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג יולי 15, 2019 10:51 am

כ'לייג דא ארויף א מעפ פון די גאנצע וועלט [באקומען איינמאל פון איינע פון די חברים דא], צו קענען האבן די גרעסערע בילד.


אך! ס'גייט נישט ס'איז צו א גרויסע פייל, כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו לייגן אויף דראפ-באקס.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 15, 2019 11:32 am

לדעתי האט געשריבן:כ'לייג דא ארויף א מעפ פון די גאנצע וועלט [באקומען איינמאל פון איינע פון די חברים דא], צו קענען האבן די גרעסערע בילד.


אך! ס'גייט נישט ס'איז צו א גרויסע פייל, כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו לייגן אויף דראפ-באקס.

שיק מיר אין אימעיל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג יולי 15, 2019 11:54 am

https://www.dropbox.com/s/2pfh694h2xhtkkw/world-map.pdf

@זאכליך האט עס ארויפגעלייגט ביי "הכוכבים במסילותם" אשכול מיט א צייט צוריק.
יישר כח

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג יולי 15, 2019 12:26 pm

יישר כח טוב'י זייער אינטערסאנט!
. . . . . . .

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג יולי 15, 2019 12:33 pm

יישר כח טוב ה' לכל!! זעהר אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.

סאמאליע איז באקאנט צוליב די פילע פיראטן פון איר אומגעגנט וועלכע טוען בארויבן די שיפן וועלכע רייזן אדורך דעם סועץ קאנאל.

זאמביע און זימבאבווע איז אויך זעהר באקאנט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אור
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג יולי 15, 2019 12:56 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:סאמאליע איז באקאנט צוליב די פילע פיראטן פון איר אומגעגנט וועלכע טוען בארויבן די שיפן וועלכע רייזן אדורך דעם סועץ קאנאל.

אויך זענען זיי באקאנט פארן שיקן קאנגרעס פארטרעטער קיין אמעריקא.. :mrgreen:

אור
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג יולי 15, 2019 12:56 pm

יישר כח !!

געשמאקע אשכול

ווארטן מיר אויפן המשך

גוט שבת
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 7:38 pm

תגובהדורך גוט שבת » מאנטאג יולי 15, 2019 3:50 pm

יישר כח! זייער אינטערעסאנט!

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפריקע ג'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג יולי 15, 2019 6:10 pm

אביסל היסטאריע: רוב פון די אפריקענער קאנטינענט איז כמעט נישט געווען באקאנט פאר די מערב וועלט איינוואוינער ביז פאר בערך פינף – זעקס הונדערט יאר צוריק.

אויסער די אויבערשטע טייל פון אפריקע, ווי מצרים, ליביע, אלגיריה, טוניזיע, און מאראקא, וואס דיחלקים ווערן אויך דערמאנט אין תנ''ך און חז''ל. איז אבער די איבריגע טייל פונעם יבשה געווען כמעט גענצליך פארהוילן און אומבאקאנט פאר די דעמאלטס'דיגע מערב וועלט.
געציילטע מענטשן פון אייראפע זענען אנגעקומען צו באזוכן דעם טייל פון אפריקע, און צריקגעקומען פון דארט מיט שטוינענדע געשיכטעס איבער די ארטיגע ווילדע שבטים און מאדנע באשעפענישן וואס מען טרעפט דארט, וואס דאס אלעס האט געווארפן א מיסטעריעזע בליק אויף דעם טייל וועלט און געברענגט מערערע טעאריעס און דמיונות איבער וואס עס קומט דארט פאר.

בערך אין יאר 1450, האט זיך אנגעהויבן צו טון א געיעג דורך די אייראפעישע לענדער אנצוקומען קיין אזיע דורך די וואסער, וואס אין רעזולטאט דערפון האט מען כידוע געטראפן דעם אמעריקאנעם קאנטינענט, האט מען אויך פרובירט דאן צו גיין דורך דעם וואסער וואס נעמט ארום אפריקע, וואס ביז דאן איז נאך קיינער נישט אהין געפארן, נישט וויסענדיג וואס עס גייט דארט פאר.
אינמיטן די זוכענישן, האט מען אויך אנטדעקט די איבריגע טייל פונעם אפריקאנעם קאנטינענט, און זיי האבן געזען אז מען רעדט דא פון גאר ווערדפולע לענדער און שטחים, האבן די אייראפעישע לענדער אנגעהויבן צו כאפן שטחים דערפון.

עס האט זיך דאן אנגעהויבן א גרויסע געיעג, און מערערע אייראפעישע לענדער האבן געשיקט זייערע מיליטער מיט מעכטיגע מלחמה שיפן, און איינגענומען שטחים פונעם אפריקאנער קאנטינענט און עס גענומען פאר זיך. צווישן זיי ציילט זיך די דעמאלטס'דיגע גרויסמאכטן: שפאניע, פארטוגאל, פראנקרייך, איטאליע, דייטשלאנד, ענגלאנד, בעלגיע און נאך.

די אורזאכן וואס האט געצויגן די פילע לענדער צו זוכען צו געוועלטיגן אויפן אפריקאנער טריקעניש איז געווען מערערע, אנגעהויבן פון דעם אז דארט געפינען זיך באהאלטן מערערע נאטורליכע אוצרות, ווי גאלד, זילבער, דיימאנטן און נאך פילע ווערטפולע מינעראלן.
און אויך וויבאלד דאן איז געווען זייער גאנגבאר דעם געדאנק פון 'קנעכטשאפט', ווי מען האט געקויפט און פארקויפט שווארצע מענטשן, זיי ניצנדיג פאר אלע סארט שווערע ארבעט וואס די ווייסע האבן נישט געהאלטן ביים טון. דאס מסחר מיט די שווארצע האט געברענגט א גרויסע איינקונפט פאר דער וואס האט געהאנדעלט דערמיט, דעריבער האבן די לענדער געזוכט צו האבן אינטער זיך שטחים ווי עס וואוינען די שווארצע סחורה... כדי זיי צו ברענגן צו זיך אין לאנד, וואס דאס אליינס איז געווען זייער נוצבאר, און אויך כדי עס צו פארקויפן פאר אנדערע, וואס דאס האט אריינגעברענגט גרויסע געלטער.

עס איז אנגעקומען צו אזא מצב אז כמעט דאס גאנצע קאנטינענט איז געווען באהערשט דורך די אייראפעישע פרעמדע אריינדרינגער!!
אויסער צוויי לענדער, עטיאפיע און ליבעריע, איז די גאנצע אפריקאנער טריקעניש געווען אינטער די הערשאפט פון די ווייסע הערן פון אייראפע. און זיי האבן דארט געטון כל אשר עלה בלבם הרעה. אזוי האבן זיי פאר מערערע יארן אינטערגעדריקט זייערע שווארצע דריטע קלאס בירגער, ווען די אפריקאנע צוריקגעשטאנענע איינוואוינער קענען נאר צוקוקן מיט כעס און פארדרוס אויף די שלעכטע אייראפעיער וואס האבן זיך דא אריינגעריקט און טוען מיט זייער ערד און קינדער וואס עס לוינט זיי.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפריקע ד'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג יולי 15, 2019 6:11 pm

ערשט אין די יארן פון תש''כ ביז תש''מ, האבן די אייראפעאישע לענדער אנגעהויבן אויפצוגעבן זייער קאנטראל אויף די פילע אפריקאנע לענדער, און איינס ביי איינס עס איבערגעגעבן אין די הענט פון די שווארצע באפעלקערונג אז זיי זאלן זיך אליינס פירן זייערע לענדער.

למעשה איז דאן די גאנצע קאנטינענט אריינגעפאלן אין כאאס און בהלה, ווען יעדער שבט און סעקטע וויל דעם בענקל פאר זיך צו רעגירן אויף זייער לאנד, וואס דאס האט אנגעברענגט אן א שיעור קריגערייען און בלוט פארגיסונגען וואס האלטן נאך אן ביזן היינטיגן טאג אין מערערע ערטער.


א דוגמא וואס עס האט זיך אפגעטון דאן אין אפריקע: אין א צירקע פון צוואנציג יאר, איז פארגעקומען אריבער זיבעציג אומאויסגעהאלטענע מאכט אריבערגענג אין דעם איינעם קאנטינענט!

די לעצטע צוויי פוטשן וואס זענען פארגעקומען אין אפריקע, האבן פאסירט נישט לאנג צוריק:

די ערשטע איז געווען אין יאר תשע''ח, אין דאס לאנד 'זימבאבווע', ווען דאס מיליטער האט אנידערגעזעצט פון בענקל דעם אלטן ניינציג יעריגן דיקטאטאר, וואס האט רעגירט אויפן לאנד ביז דאן פאר לאנגע יארן, און אים ערזעצט מיט א צווייטן. ביז דאס קומענדיגע פוטש...

און דאס צווייטע האלט נאך יעצט אינמיטן פארקומען... אין די סודאן. ווי פאר עטליכע וואכן צוריק האט מען אראפגעזעצט פון בענקל דעם לאנג יעריגער דיקטאטור באשור, און יעצט באלאנגט די רעגירונג פאר די מיליטער, און עס איז נישט קלאר צו זיי גייען אמאל אויפגעבן דעם בענקל און געבן די רעכט פאר די איינוואוינער פונעם לאנד צו אליינס אויסוועלן און באשטימען ווער עס זאל זיין זייער פירער.
די מיליטער טענה'ט אז זיי דארפן מאכן אביסל סדר און ווארטן ביז מען וועט קענען ברענגן די לאנד צו דעמאקראטיע, און דאן לאזן מאכן וואלן... אבער די סודאנע בירגער האבן נישט צופיל טראסט אין די מיליטער, און האלטן אז עס איז נאר אן אויסרייד, און די מיליטער האט בכלל נישט אין פלאן אפצוטרעטן, נאר אנשטאט באשור ביים רידער, האט מען דארט די מיליטער...
דעריבער קומען נאך אלץ פאר העפטיגע הפגנות איבער די גאסן פונעם הויפט שטאט 'כארטום', ווי די ארטיגע בירגער פארלאנגען פונעם מיליטער אפצוטרעטן און פאררופן פרייע וואלן. און דאס אלעס ממש אין די יעצטיגע מינוטן ווען מיר שרייבן דאס.

עכ''פ, עס איז נישט רוהיג דארט אין אפריקע... די קללה פון שם אויף זיין חמ'ן איז נאך אלץ בתוקפו...

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג יולי 15, 2019 6:15 pm

יישר כח פאר אור, שפיגליצקי, נו גוט נו שוין, גוט שבת, פאראינטערעסירט, חושב מחשבות, מצב כללי - פארן מיר באדאנקן!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינוני און 15 געסט