בלאט 1 פון 1

וואס איז די וויכטיגסטע זאך איר זיכט אין א דזשאב?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 3:30 pm
דורך גאלדענע פעדער
לעצטענס פרעג איך די שאלה פון אסאך מענטשען און ס׳לאזט זיך נישט גלייבען... וואס איז די וויכטיגסטע און נאמבער איינס זאך וואס צו זאכן ווען מען זיכט פאר א פרנסה? און איך זעה אז וויפעל מען זאל נישט רעדן דערפון זעהט נאכאלטס אויס אז מ׳טאפט א וואנט...


(1) טייערע האוזינג, (2) טייערע חתונה סטאנדארטען - כאטש 50 אלפים א קינד, טאטעל דארף מען ״פראבירן״ מחובת השתדלות (לויט הרב וואזנער זצ״ל, זעה ווייטער) צו קענען אוועק לייגן ״אויב שייך״ ארום 500 אלפים פאר צו חתונה מאכן די קינדער. (3) ריטייערמענט, ווען מען קען שוין נישט ארבייטען, (4) שכר לימוד פאר א משפחה קאסט א געוואלד (5) קעמפ קאסט א געוואלד, און די ליסטע גייט און גייט אן קיין סויף...


פרעגט איך אט די פשוט׳ע פראגע פון מענשטען, וואס פאר א סארט פרנסה זיכט איר? און דער הייבט אן רעדן ער זיכט אז די אינווייערמענט זאל גוט זיין און דער אנדערער זיכט צו וואס ער האט די מערסטע א געפוהל פאר... און איך שטיי און ווינדער זיך...


אוודאי מיר יודן האבן אמונה, און נאך מער מיר יודן מיזן האבן אמונה, ווייל אנדערש שטימט נישט אונזערע אידישע לעבן קאסטען... אבער מען האט שוין גערעדט דא און כמה וכמה אשכולות אז הרב וואזנער זצ״ל שרייבט און א תשובה, ס׳איז תשובה א׳ און אורח חיים (געדענק נישט וועלכע חלק) אז פאר די נישט בעלי מדרגה יודן, (פאר זיי ״די בעלי מדרגה״ שרייבט ער ברענגט די אייבערשטער א שפה פרנסה אפי׳ בדרך נס) דארף א יעדע יוד טוהן השתדלות צו פראבירן ״אויב ס׳איז שייך״ אוועק צו לייגן אפי׳ פאר חתונה מאכן און ריטייערמענט פון ווי פרי ס׳איז נאר מעגליך.


נוי! איז דען נישט לפי זה: לדעתו הגדול פון הרב וואזנער זצ״ל - די פוסק הדור, די וויכטיגסטע זאך צו זיכן און א פרנסה/דזשאב, צו זיכן א זאך וואס וועט לפי ההשתדלות (אוודאי זאכן קענען זיך טוישן פוהל מאל לויט ווי די אייבערשטער וויל!) וועט קענען ברענגען א פאנאנציעלע עתיד? איז דען דאס נישט די וויכטיגסטע זאך, ווען מען דארף זיכן און א פרנסה לדעתו הקדושה פון הרב וואזנער?


אוודאי איך זאג נישט דא, אז א מענשט זאל זיכען א זאך וואס ער זעהט זיך נישט קענען און דעם אריין געלידערען, ווייל דעמעלטס וועט ער דאך ארויס פאלען דערפון, איז דאס דאך שוין פארקערט פון חובות השתדלות!


אבער אויב א מענשט קען זיך זעהן טוהן א זאך וואס איז נישט אין די בעסטע און מורא׳דיגסטע אינווייערמענט, און חברים וכדו׳ און איז אויך נישט די בעסטע און מערסטע שייך פאר זיין שורש נשמה, אבער ער קען זיך עס דאך זעהן טוהן, און והעיקר, ס׳האט אין זיך א שטארקע פאנאנציעלע עתיד, לויט ווי ס׳קוקט אויס בעזר השם יתברך, איז דאס נישט ״די זאך״ וואס ער האט א חיוב זיך צו אויסוועלן צו טוהן מחובת השתדלות? און איז דען נישט ״דאס״ ״די פאנאנציעלע עתיד״ די וויכטיגסטע זאך וואס ער זאל פראבירן צו זיכען און קוקען אויף בעת וואס ער טוט זיך אויסוועלן א פרנסה? אדרבה איך בין גרייט צו הערן פון ווער ס׳האלט אנדערש, און פארוואס.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 3:52 pm
דורך ר' יום טוב
ניין. עס האט נישט איינס מיטן צווייטן. יא, די תשובה פון הרב וואזנער מיינט לכאורה אז מען זאל נישט אויספענדן דאס געלט וואס מען האט אויף לוקסוס אדער מותרות און זאגן שלום עלי נפשי, נאר מען זאל צוערשט האבן א פלאן וויאזוי מען גייט חתונה מאכן.

דערנאך איז פאראן א צווייטע חלק, דהיינו: וויאזוי באקומט מען דאס געלט? און דאס האט דערווייל ליידער נישט קיין געהעריגע תשובה.

עס איז בכלל נישט קיין נחלת הכלל צו זאגן אז יעדער מוז זוכן א דזשאב וואס פארשפרעכט א פינאנציעלע עתיד. זאל דער עולם גיין אין קאלעדזש? דאס קען מען נישט. די פאר ביישפילן פון א סוקסעספולע אקאונטענענט אדער קאמפיוטער טעקנישאן, זענען בלויז מתי מספר.

און פילע דזשאבס וועלכע האבן מיט צען יאר צוריק פאראויסגעזאגט מאסיווע רווחים זענען היינט שוין נישט רעלאווענט. אינדעסטריעס קענען זיך טוישן אין אן אויגנבליק.

דערווייל ארבעט עס אין אונזער קאמיוניטי אז ווער עס האט צוטריט צו געלט אין די משפחה קען מצליח זיין, און ווער נישט מוטשעט זיך.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 4:09 pm
דורך גיב א שמייכל
די מבינים זאגן אז מ'ארבעט דארט ווי די געפיל איז, איז מען מער מצליח. פינטל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 4:11 pm
דורך nmi
;l;p-
גיב א שמייכל האט געשריבן:די מבינים זאגן אז מ'ארבעט דארט ווי די געפיל איז, איז מען מער מצליח. פינטל

אמת ויציב. כ'קען איינער מיט גאלדענע הענט וואס ווי ער לייגט אריין זיין הענט איז ער ב"ה מצליח און ער ארבעט אין א...... ווערהאוז... ווייל ער שעמט זיך צו טון די פאך וואס ער קען גוט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 4:18 pm
דורך אונגארישע הייזער
הא לך די ווערטער פונעם הייליגן חובת הלבבות שער הבטחון סוף פרק ג', לערנט עס אדורך גוט גוט, און נאכדעם קומט צוריק מיט אייער מסקנא לויט זיינע ווערטער.
אגב, ביי מיר אויפן דעסקטאפ ליגט דיר ווערטער פונעם חובת הלבבות אין א פייל, שיהיה מצוי ליד בכל עת מצוא.
כ'האב עס אויך געוואלט לייגן אין מיין חתימה, אבער ס'איז צו סאך.

Capture (6).JPG
Capture (6).JPG (204.99 KiB) געזעהן 1540 מאל

Capture 2.JPG
Capture 2.JPG (227.06 KiB) געזעהן 1540 מאל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 4:21 pm
דורך חושב מחשבות...
גיב א שמייכל האט געשריבן:די מבינים זאגן אז מ'ארבעט דארט ווי די געפיל איז, איז מען מער מצליח. פינטל

והנסיון מוכיח כדבריך!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 4:26 pm
דורך קאקאש קעיק מיט מילך
מען קען מצליח זיין אויך דארט וואו מען האט א געפיהל צו ארבעטן עס איז נישט קיין שום סתירה מיט א פאנאנציעלע עתיד

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 4:49 am
דורך פאר'מוח'ט
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:מען קען מצליח זיין אויך דארט וואו מען האט א געפיהל צו ארבעטן עס איז נישט קיין שום סתירה מיט א פאנאנציעלע עתיד

מער ווי דעם, ס'גייט צוזאמען אויב האט מען א געפיל צו א געוויסע ארבעט איז דאס בס"ד א פעטענטשל צו מצליח זיין, אויב האט מען נישט קיין געפיל איז דאס שענסטע זאך נישט קיין פאטענטשל, מ'קען זיך נישט בויען דארט.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 9:54 am
דורך גיב א שמייכל
אמאל פלעגט יעדער לויפן צו די דיימענטס און די גאנצע עולם האט געמאכט שיין געלט, שפעטער האט א גרויסע עולם פארלוירן די געלט און די עולם איז ארויסגעלאפן פון דארט. וועט מען זאגן אז מ'מאכט מער נישט קיין געלט ביי די דיימענטס? יא ס'איז דא וואס מאכן נאך שיין געלט. ווייל זיי האבן א געפיל דערצו. און די אלע וואס זענען געווען דארט נאר ווייל דארט מאכט מען געלט, האבן אלעס דערלייגט.
די זעלבע איז היינט מיט עמעזאן. אנפאנג האט יעדע שמויגער געמאכט געלט אויף עמעזאן, איז יעדער אהינגעלאפן. היינט ווער מאכט געלט, דער וואס האט א געפיל דערצו און ער ליגט אין דעם ראשו ורובו. אנדערע וואס זענען אריין נאר ווייל מ'מאכט א גרינעם דאלער האבן נעבעך אזוי מיס אנגעזעצט.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 10:33 am
דורך ברעטל
אין די וואך אין שריפט איז געווען נישט לאנג צוריק א אינטערוויו מיט מעני האפמאן פון פיטעקס, ער זאגט אז די גרעסערע נאמבער אינגעלייט וואס האבן זיך אפגעבריעט אין ביזנעס איז געווען ביים אריינשפרינגען אין א אינדעסטרי וואס איז געווען סוקסעספול און מענטשן האבן געמאכט דארט געלט. ביי יענע שמועס (לוינט זיך פאר יעדן מתחיל ביזנעס מאן צו ליינען) איז ער שטארק דערפאר אז מ'זאל גיין ארבעטן אין א זאך וואס מ'האט א געפיל דערצו.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 10:47 am
דורך פויליש אמבאסאדאר
אין לדיין אלא מה שעיניו רואות

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 10:55 am
דורך אונגארישע הייזער
ברעטל האט געשריבן:אין די וואך אין שריפט איז געווען נישט לאנג צוריק א אינטערוויו מיט מעני האפמאן פון פיטעקס, ער זאגט אז די גרעסערע נאמבער אינגעלייט וואס האבן זיך אפגעבריעט אין ביזנעס איז געווען ביים אריינשפרינגען אין א אינדעסטרי וואס איז געווען סוקסעספול און מענטשן האבן געמאכט דארט געלט. ביי יענע שמועס (לוינט זיך פאר יעדן מתחיל ביזנעס מאן צו ליינען) איז ער שטארק דערפאר אז מ'זאל גיין ארבעטן אין א זאך וואס מ'האט א געפיל דערצו.


ווי איך האב אויבן מעתיק געווען די ווערטער פונעם הייליגן חובת הלבבות, איז קלאר ווי דער טאג אז א מענטש דארף טוהן אזא ארבעט וואס איהם ציעט דוקא, און ער שרייבט קלאר אז דער אייבירשטער האט אריינגעלייגט אינעם מענטש בטבע אז ער זאל ליב האבן צו טוהן די זאך כדי דאס זאל זיין זיין פרנסה.
און צום סוף שרייבט ער גאר שטארקע דיבורים, אז אפילו ווען דער מענטש מאכט נישט אזויפיל געלט פון די זאך וואס איהם ציעט זאל ער דאס נאך אלס נישט אויפגעבן וכו', עיי"ש ותמצא נחת.
אדרבה אויב איינער ווייסט פון אנדערע ראשונים, אחרונים, בעלי מוסר וכו' וואס קריגן זיך דערויף, לאמיר הערן.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 6:24 pm
דורך קונדיטון
איך וויל אויפמערקזאם מאכן פאר די וואס זיכן א דזשאב, ח״ו נישט צו פארקוקן אויף די ענוויירמענט פון די ארבייטס פלאץ. הגם פינאנציעלע אנגעלעגענהייטן קען אפשר זיין די ערשטע אויף וואס מען קוקט, אבער אויב די בעה״ב אדער מיטארבייטער זענען נישט צום זאך, ווי למשל באנעמען זיך נישט מיט די מינימום רעספעקט, קען מען בדרך הטבע נישט מצליח זיין, איך האב דאס מיטגעהאלטן במשך די יארן מיט פארשידענע אינגעלייט פרויען צו גלייך.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 6:36 pm
דורך nmi
קונדיטון האט געשריבן:איך וויל אויפמערקזאם מאכן פאר די וואס זיכן א דזשאב, ח״ו נישט צו פארקוקן אויף די ענוויירמענט פון די ארבייטס פלאץ. הגם פינאנציעלע אנגעלעגענהייטן קען אפשר זיין די ערשטע אויף וואס מען קוקט, אבער אויב די בעה״ב אדער מיטארבייטער זענען נישט צום זאך, ווי למשל באנעמען זיך נישט מיט די מינימום רעספעקט, קען מען בדרך הטבע נישט מצליח זיין, איך האב דאס מיטגעהאלטן במשך די יארן מיט פארשידענע אינגעלייט פרויען צו גלייך.

גא"מ

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 8:11 am
דורך פאר'מוח'ט
קונדיטון האט געשריבן:איך וויל אויפמערקזאם מאכן פאר די וואס זיכן א דזשאב, ח״ו נישט צו פארקוקן אויף די ענוויירמענט פון די ארבייטס פלאץ. הגם פינאנציעלע אנגעלעגענהייטן קען אפשר זיין די ערשטע אויף וואס מען קוקט, אבער אויב די בעה״ב אדער מיטארבייטער זענען נישט צום זאך, ווי למשל באנעמען זיך נישט מיט די מינימום רעספעקט, קען מען בדרך הטבע נישט מצליח זיין, איך האב דאס מיטגעהאלטן במשך די יארן מיט פארשידענע אינגעלייט פרויען צו גלייך.

ביזט גערעכט, אבער לענ"ד איז דאס נישט דער הויפט פונקט וואס מ'דארף קוקן, ס'איז דא נאך אסאך קלייניקייטן וואס ס'איז וויכטיג, ווי ווייט דאס ארבעט פלאץ איז, וויפיל שעות, וועלכע צייטן, וכו'. און מיט דעם אלעס קען מען זיך אן עצה געבן, ריספעקט קען מען זיך איינקויפן א. ד .ג. אבער אויב האט מען נישט קיין געפיל צום ארבעט דאן פאנגט זיך נישט אן דאס גאנצע זאך.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 9:39 am
דורך נעגלוואסער
די אמת איז אלע 3 זענען זייער וויכטיג
אויב עס איז א גוטע "אונווייערמענט" סמיינט א גוטע בעל בית א גוטע מענעדזער האט מען א "געפיל" צו די דזאב (ממילא יעדע ליין קען צום סוף זיין דיין געפיל) איז דא "פינאנציעלע עתיד" אז די ארבעטסט מיט געפיל זעהט געווענליך א גוטע בעל בית אדער מענעדזער און באצאלט שיין און מען קוקט דיר ארויף פאר דיין ארבעט באקומסטו נאכמער געפיל
טאמער איינס פעלט איז נישט דא קיין געפיל און נישט קיין גוטע אינווייערמענט איז נישטא קיין רעיז אויך נישט ממילא האלט איך אז די אנקעטע האט נישט די ריכטיגע אפציעס
סדארף ווען זיין
1) שיין באצאלט פון אנהויב?
2) א וואילע בעל בית?
3) האלטן זיך ארבעטערס דארט?