לאמיר אויפשטורעמען די וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

לאמיר אויפשטורעמען די וועלט

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:53 pm

אן קיין לאנגע הקדמות לאמיר גלייך צוגיין צום פינטל.

די מעשה איז אזוי, א קאר ווי באוואוסט איז א מעטאלענעם סטרוקטור, וואס בדרך כלל האט עס פיר טירן, פיר רעדלעך, עיר קאנדישאן, א סטאפ ברעיק וואס איז פאראנווארטליך אז דער קאר זאל זיך אפשטעלן ווען מען דריקט דערויף און א געז פעדעל וואס מאכט דעם קאר פארן.

יעצט הערט צו, איך ברויך האבן א קאר כדי צו קענען ארומרייזן און עס זאל מיר טראגן פון איין דעסטינאציע צום צווייטן מיט באקוועמליכקייט אנע דאגות, צומאל וויל איך עס נוצן צו פארן אליינס און פארהאן צייטן וואס איך וויל עס נוצן צו רייזן מיט מיין משפחה.

געווענליך ווען מען וויל נעמען א קאר, איז די פראצעדור אז מען גייט צו א קאר דילער וואס האט א אויסוואל פון פארשידענע ערליי קארס, און מען פאסט צו א קאר לויט די פרעפערענס, טעיסט און בודזשעט פון דער וואס וויל נעמען דעם קאר.

און דא קומען מיר צו צום פראבלעם.

איך בין אזא טיפ מענטש וואס ברויך מאכן ריסורטש בעפאר איך מאך החלטות, און זיכער אזעלכע החלטות וואס קען האבן א לעבנס אפעקט אויף זיך און דער משפחה, זוכנדיג אביסל אינפארמאציע אויף קארס בין איך געווארן אביסל אומרואיג און איך האב אנגעהויבן באקומען ספיקות אין די גאנצע נושא פון קארס.

ערשטנס, ווער זאגט אז א קאר איז טאקע עפעקטיוו און העלפט אנצוקומען פון איין ציל צום צווייטן, איז פארהאן שטודיעס דערויף? ואת"ל אז עס איז פארהאן שטודיעס, וועלכע סארט שטודיעס זענען דא, צו זענען די שטודיעס גענומען געווארן דורך א רענדאמייזד דאבל בליינדעד פלאסיבאו קאנטראל שטודיע צו זען צו א קאר איז באמת מער אפעקטיוו ווי דער וואס גייט מיט דער פוס?

צווייטנס - און דאס איז שוין מער שרעקעדיג, וואס טוט זיך מיט סעיפטי? ווער פארזיכערט מיך אז די קאר וואס איך נעם איז סעיף?

דער קאר דילער פארלאזט זיך בסה"כ אויף די קאר קאמפעני וואס פארלאזן זיך אויף לייסענסד אינדזשענירן – וואס קענען בסה"כ די טעקסט בוק פון אינדזשענירונג און ווייסן בכלל נישט וויאזוי מען ליינט א שטודיע, ואת"ל אז יא, קענען זיי נישט די ספעציפישע מאדעל און זיכער נישט די ספעציפישע קאר וואס איך נעם, און לאמיר נישט פארגעסן אז די גאנצע לייסענס זייערע קומט פון די גאווערמענט וואס איז שטארק מעגליך אונטערגעקויפט פון די קאר אינדוסטרי...

דריטנס, איך אליין ווייס פון אפאר מענטשן וואס האבן געהאט קאר עקסידענטס מיט די כלומרש'ט פארזיכערטע קארס.

א שרררעעעעק....

און איר ווילט הערן, זייט איך בין געוואר געווארן די אינפארמאציע, לאז איך מער נישט מיינע קינדער אריינגיין אין הייזער אדער סיי וואס פאר א געבויטע בנין.

פארוואס, פרעגט איר?

וואס הייסט פארוואס, אין א בנין איז פארהאן א פלאר, ווענט מיט א דאך, אין נארמאלע אומשטענדן געפונען זיך מענטשן אויף די פלאר און דער דאך איז פונקט העכער דעם קאפ, די איינציגסטע צוריקהאלט וואס האלט אפ די דאך עס זאל נישט פאלן, זענען די ווענט מיט ביעמס.

יעצט, ווער זאגט אז דער בילדיג איז געבויעט געווארן גענוג סעיף אז דער דאך זאל נישט פאלן? זענען געמאכט געווארן סיי וואס פאר א סייענטיפישע שטודיעס אויף דעם ספעציפישע בנין?

דער גוי וואס האט פאקטיש צוזאמגעשטעלט דער בנין ווייסט דאך נישט גארנישט איבער ארכיטעקטור, דער ארכיטעקס פאר זיך קען בסה"כ די בילדינג קאודס און פלאפלט נאך וואס מען האט אים געלערנט אין קאלעדזש, און נאך מער, די בילדינג קאודס פאר זיך קומט דאך פון דער גאווערמענט וואס האט געהיימע אינטרעסע אז בנינים זאלן ווערן געבויעט און זענען דאך אונטערגעקויפט פון די ציגל אינדוסטרי.

יעצט, רבוש"ע... וויאזוי קען איך נעמען קינדער און זיי אריינלייגן אין אזא ריסק?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:55 pm

שיין שיין
אבער ווואס שטעקט אונטער דילעמע?
נאכאמאל וועקסינס?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:11 pm

צום קעפל: ס'פעלט שוין נישט אויס, די וועלט איז שוין אויפגעשטורעמט,
האסט נישט געהערט? פאלטי איז צוריק!!!

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:16 pm

זייער גוט ארויסגעברענגט

ווער ווייסט ווי לאנג ער ווארט שוין אויף חאגע, צו קענען ארויסברענגען וואס דריקט אים אויפן הארצען
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:35 pm

פאלטי, צו א קליינע אויפשטורעם דאס, העט געמעגט זיין לענגער נאך אזא לאנגע אפוועזנהייט....

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:58 pm

פלטיאל,

איהר זענט 100 פראצענט גערעכט.

איך האב שוין דא געשריבן אז אריינזעצן זיך אין א קאר, איז נישט קיין ספק סכנה, נאר א סכנה ממש. איך האב געברענגט אלע סטאטיסטיקס. די איינציגסטע היתר, לכאורה, איז די גמרא אין שבת, די היתר צו פארן מיט א שיף, וויבאלד עס איז די דרך העולם.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:08 pm

וועט מען צוריק אנהייבן פארן מיט פערד אין וואגן נישט געפערליך....
参考专家

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:13 pm

נישט געזארגט. שומר פתאים ה'. דער אויבערשטער היט די נערנים
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:15 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:נישט געזארגט. שומר פתאים ה'. דער אויבערשטער היט די נערנים

די נערנים מילא... אבער מיר ברויכן באזונדערע שמירה נישט אפעקטירט צו ווערן "פון די נערנים"...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:04 pm

;l;p-

מחנך
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:05 pm

פיין געזאגט!

אבער דעם עיקר האסטו אראנגעלאזט, די גאנצע סיבה פארו ערלויבן קארס צו ארויס אויפן ראוד איז א גרויסע קאנספיראציע, וואס די רייכע קארן קאמפעניס האבן אונטערגעקויפט אלע מיליאנען פאליטישענס און אלע מיליאנען עקספערטס פון די לעצטע הונדערט יאר, און מיט א פאריינאיגטע אומדערהערטע קאנספיראציע האבן זיי באוויזן צו באהאלטן פון די מענטשהייט די געפארן און שעדליכקייט פון אויטאס.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:18 pm

זייער שיין געשריבן, אבער אין המשל דומה לנמשל, ביים משל האסטו א אויסוואל דו מוזט נישט זיצן אין קאר, קענסט דאס עוואידן כפי מיטב יכלתך, מוזט אפילו נישט האבן קיין רעליזשעס עקזעמפשאן דערפאר, און אפילו ווען דו נוצט עס יא קענסטו אויסוועלן ווען יא ווען נישט, משא"כ ביים נמשל, נעמסטו אריין די זאך אין דיר און ס'ווערט א עצם מעצמי ובשר מבשרי אן קיין אויסוואל צו דו ווילסט יא צו נישט, ולפרוש הימנו אי אפשר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:27 pm

ווער איז דער פלטיאל אשר אשמע בקולו? פארוואס זאל איך אים אפילו שענקן מיין טייערע צייט און ליינען זיינע ווערטער? היינט איז דאך יואלי 4, א טאג וואס מען קען א סאך אריינכאפן! פונקט היינט זאל איך אויספראבירן א נייע ניק?

ווייסטע וואס, נעקסטע וואך מאנטיג ביי די ארבעט, ווען דער באסס וועט זאגן זיינע נאוטס וועל מיר ליינען פלטיאל'ס שורות! ערגער פונעם באסס קען ער דאך נישט זאגן! אזוי טוה איך דאך מיט אלע פרישע ניקס, מען לייגט זיי אוועק פאר א באורינג געלעגענהייט צו מינימיזירן מעגליכע צייט פארלוסט, פלטיאל איז דאך נישט אנדערש פון יעדע פרישע ניק.

גראדע קלינגט מיר עפעס אין קאפ דער נאמען פלטיאל, אפשר עפעס פון די מרגלים? עניוועי, נעקסטע וואך מאנטאג זאלן אלע מיינע שווערע טויזענטער טוואצעפ פאלאוערס ערווארטן א דעטאלירטע ריוויו איבער פלטיאלס שרייבערישע טאלאנט, ביזדערווייל לאמיר שנעל גיין אריינכאפן נאך א פאר וויכטיגע תגובות אין די טראמפ אשכול כי עוד מעט ופנה יום.

איימעניט! פלטיאל? דאס איז דער .. אהעם.. נו! וואס האב איך נאר געוואלט זאגן? אהעעם.. דאס איז טאקע דער אלטער פלטיאל? העוד פלטיאל חי? זיין הארץ פאמפט נאך טינט? ער אטעמט נאך גוטסלעך? הזאת פלטיאל אשר אמרנו עליו ''דור הולך ודור בא און פלטיאל איז שוין אויך נישטא''?

---------

קום אריין אפטער די אויסוואורף!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:56 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווער איז דער פלטיאל אשר אשמע בקולו?

פונקט היינט זאל איך אויספראבירן א נייע ניק?

---------

קום אריין אפטער די אויסוואורף!

;l;p-
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
פארפלאמטער
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:54 pm

תגובהדורך פארפלאמטער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:08 pm

אההה ס'טוהט זיך לעבעדיג!
לאמיר זיך מצרף זיין מיט נאך א געוואלדיגע אויפדעקונג וואס כאב באכאשעם אויפגעדעקט דעם פארגאנגענעם וואך.
איז אזוי, צום פינטל:
מיין אומשולדיג שעפעלע נעבעך האט באקומען א סטרעפט (ער האט פארדעם געגעסן אין א בעקעלע, כאאליין געזעהן, אקעי?!) און ווי א געטרייער טאטע טראג איך איהם צום דאקטער (יא, יענע דאקטער וואס גיבט די שטעכעדיגע נידל מיט די סם אינעווייניג.. א וואונדער ס'קינד האט נעבעך געוויינט?!) און דער דאקטער באקוקט איהם כרגיל, און באשטעטיגט אז ער האט א סטרעפט, פארשרייבט א רעגולער סטרעפט מעדעצין פארן קינד, און שיקט דאס צום פארמאסי.
קומעך אהיים, די מעדעצין קומט אן און מ'רייסט אויף ס'זעקל, כ'וויל נעמען דעם כף המודד (וויאזוי הייסטעס אויף אידיש?) און אריינגיסן ס'מעדעצין אינעווייניג, גלייך צום מויל פון מיין טייער קינד.
אזוי שטייענדיג טראכט איך צו מיר, אונז זעמיר דאך שוין באכאשעם קלוג געווארן היינט צוטאגס, אויב אזוי וואו איז דאס אחריות פון א טאטן אזוי אריינצושיטן א מעדעצין אינעם קינדס מויל אן קוקן פארדעם וואס עס שטייט אינעם 'אינסערט'? אומר ועושה כ'גיב א כאפ ס'זעקל, א דריי איבער אויפן אנדערן זייט, והנה און נון דער בחור איז דא, צוגעסטעפלט פון די אנדערע זייט ליגט זיך אזוי אומשולדיג דאס אינסערט, געבעכעס א רייס אראפ, א רוק ארויף די ברילן אויף ס'נאניע, און געגאנגען כפאנג אן ליינען...
נאכאמזעל כבין געזיצן, דאס הארץ האט פארפעלט א קלאפ, שטייט דארט 'קלאר' ש'מער ש'ווייניגער 'א גאנצע ליסטע פון מחלות קשות רח"ל', אז די אלע זאכן קענען ח"ו זיין א תוצאה פון נעמען דעם מעדעצין!
כ'האלט נאך אינמיטן צוזיך קומען פונעם שאק, פאנג איך אן ווייטער צו ליינען, און.... דער סאדיסטישער פארמאסיסט ענדיגט נאך צו מיט דעם פולן אכזריות'דיגן געשטאלט זיינע: 'דאס קען אויך גורם זיין שווערע מחלות, אפילו אזעלכע וואס וועלן נישט אוועקגיין (ח"ו), און דאס קען אמאל אויך צוברענגען צו 'ט...'!
:shock: :shock: :shock:
כ'קען שוין ווייטער נישט רעדן, כ'בין געבליבן אן לשון! דאס זענען אונזערע געטרייע (אזויגערופענע... :oops: ) דאקטורים?! רוצחים שפלים ונבזים (ווער האט נאך אפאר טיטלען?)! זענען מפקיר אידיש בלוט ווי וואסער!
אידן לאמיר זיך נעמען שטורעמען!
פארפירטס אויף די מידיא, אין סענאט, וואו מען קען נאר!
לאמיר זיך נישט לאזן פון די רוצחים וואס ווילן אונז אויסראטן ווי די מייז, היל"ת!!!

דא האט איר די 'בפירוש'ע' אינסערט וואס ס'געקומען מיטן מעדעצין, (כאן צריך להגביה את הקול) וירא הקהל וישפוט!!!

Capture (5).JPG
Capture (5).JPG (103.76 KiB) געזעהן 1578 מאל

און צום שלוס ווער ס'האט קאנעקשענס מיט ראביי מייזעלס (יא, דער מיטן צינגל) זאל איהם מעורר זיין ארויסצוגיין אין א קאמף אקעגן די סטרעפט מעדעצינען, ער זאל זיך אריינלייגן אין דעם נושא, און אויפווייזן קבל עם ומלואו אז עס הייבט אפילו נישט אן צו העלפן פאר א סטרעפט, די דאקטורים רעדן נאר איין אזוי, באמת גייט עס אוועק פון זיך אליין וכו' וכו'!

אקעי, כ'מוז שוין ענדיגן, כפיל שוין אז כגיי ברעכן...
:-( :-( :-(

אוועטאר
ראש חדשים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:24 pm

יענקעלע האט געשריבן:צום קעפל: ס'פעלט שוין נישט אויס, די וועלט איז שוין אויפגעשטורעמט,
האסט נישט געהערט? פאלטי איז צוריק!!!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:24 pm

פארפלאמטער האט געשריבן:(


איך קען נישט כאפן צו דו רעדסט אמת'דיג, אדער סארקאסטיש.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
פארפלאמטער
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:54 pm

תגובהדורך פארפלאמטער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:29 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
פארפלאמטער האט געשריבן:(


איך קען נישט כאפן צו דו רעדסט אמת'דיג, אדער סארקאסטיש.


אויוויי, אזוי גוט איזעס געלונגען?!
נעוואדע סארקאסטיש! (קוק סוף פונעם תגובה)

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:33 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
פארפלאמטער האט געשריבן:(


איך קען נישט כאפן צו דו רעדסט אמת'דיג, אדער סארקאסטיש.

אויב אזוי איז צרות.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:12 pm

גוט געשריבן פלטיאל, שרייב אפטער
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:18 pm

פארפלאמטער האט געשריבן:אההה ס'טוהט זיך לעבעדיג!
לאמיר זיך מצרף זיין מיט נאך א געוואלדיגע אויפדעקונג וואס כאב באכאשעם אויפגעדעקט דעם פארגאנגענעם וואך.
איז אזוי, צום פינטל:
מיין אומשולדיג שעפעלע נעבעך האט באקומען א סטרעפט (ער האט פארדעם געגעסן אין א בעקעלע, כאאליין געזעהן, אקעי?!) און ווי א געטרייער טאטע טראג איך איהם צום דאקטער (יא, יענע דאקטער וואס גיבט די שטעכעדיגע נידל מיט די סם אינעווייניג.. א וואונדער ס'קינד האט נעבעך געוויינט?!) און דער דאקטער באקוקט איהם כרגיל, און באשטעטיגט אז ער האט א סטרעפט, פארשרייבט א רעגולער סטרעפט מעדעצין פארן קינד, און שיקט דאס צום פארמאסי.
קומעך אהיים, די מעדעצין קומט אן און מ'רייסט אויף ס'זעקל, כ'וויל נעמען דעם כף המודד (וויאזוי הייסטעס אויף אידיש?) און אריינגיסן ס'מעדעצין אינעווייניג, גלייך צום מויל פון מיין טייער קינד.
אזוי שטייענדיג טראכט איך צו מיר, אונז זעמיר דאך שוין באכאשעם קלוג געווארן היינט צוטאגס, אויב אזוי וואו איז דאס אחריות פון א טאטן אזוי אריינצושיטן א מעדעצין אינעם קינדס מויל אן קוקן פארדעם וואס עס שטייט אינעם 'אינסערט'? אומר ועושה כ'גיב א כאפ ס'זעקל, א דריי איבער אויפן אנדערן זייט, והנה און נון דער בחור איז דא, צוגעסטעפלט פון די אנדערע זייט ליגט זיך אזוי אומשולדיג דאס אינסערט, געבעכעס א רייס אראפ, א רוק ארויף די ברילן אויף ס'נאניע, און געגאנגען כפאנג אן ליינען...
נאכאמזעל כבין געזיצן, דאס הארץ האט פארפעלט א קלאפ, שטייט דארט 'קלאר' ש'מער ש'ווייניגער 'א גאנצע ליסטע פון מחלות קשות רח"ל', אז די אלע זאכן קענען ח"ו זיין א תוצאה פון נעמען דעם מעדעצין!
כ'האלט נאך אינמיטן צוזיך קומען פונעם שאק, פאנג איך אן ווייטער צו ליינען, און.... דער סאדיסטישער פארמאסיסט ענדיגט נאך צו מיט דעם פולן אכזריות'דיגן געשטאלט זיינע: 'דאס קען אויך גורם זיין שווערע מחלות, אפילו אזעלכע וואס וועלן נישט אוועקגיין (ח"ו), און דאס קען אמאל אויך צוברענגען צו 'ט...'!
:shock: :shock: :shock:
כ'קען שוין ווייטער נישט רעדן, כ'בין געבליבן אן לשון! דאס זענען אונזערע געטרייע (אזויגערופענע... :oops: ) דאקטורים?! רוצחים שפלים ונבזים (ווער האט נאך אפאר טיטלען?)! זענען מפקיר אידיש בלוט ווי וואסער!
אידן לאמיר זיך נעמען שטורעמען!
פארפירטס אויף די מידיא, אין סענאט, וואו מען קען נאר!
לאמיר זיך נישט לאזן פון די רוצחים וואס ווילן אונז אויסראטן ווי די מייז, היל"ת!!!

דא האט איר די 'בפירוש'ע' אינסערט וואס ס'געקומען מיטן מעדעצין, (כאן צריך להגביה את הקול) וירא הקהל וישפוט!!!

Capture (5).JPG

און צום שלוס ווער ס'האט קאנעקשענס מיט ראביי מייזעלס (יא, דער מיטן צינגל) זאל איהם מעורר זיין ארויסצוגיין אין א קאמף אקעגן די סטרעפט מעדעצינען, ער זאל זיך אריינלייגן אין דעם נושא, און אויפווייזן קבל עם ומלואו אז עס הייבט אפילו נישט אן צו העלפן פאר א סטרעפט, די דאקטורים רעדן נאר איין אזוי, באמת גייט עס אוועק פון זיך אליין וכו' וכו'!

אקעי, כ'מוז שוין ענדיגן, כפיל שוין אז כגיי ברעכן...
:-( :-( :-(


סתם פאר אינטרעסאנטקייט, אסאך מענטשן וואס נעמען נישט קיין וואק... האבן אסאך ווייניגער סטרעפט סאָ עס האט א שייכות... :grin:
מיינע צען קינדער האבן ב״ה קיינמאל נישט געהאט קיין סטרעפט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:10 pm

לכאורה האט געשריבן:גוט געשריבן פלטיאל, שרייב אפטער
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:17 pm

KMW האט געשריבן:מיינע צען קינדער האבן ב״ה קיינמאל נישט געהאט קיין סטרעפט.

יע-יע אז מען נעמט זיי נישט צום דאקטאר "ווייסט" מען נישט אז זיי האבן צענדליגע מאל געהאט סטרעפ - בת היענה עפעקט :lol:
(איך מיין נישט דיר פערזענליך)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:23 pm

קו הישר האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:מיינע צען קינדער האבן ב״ה קיינמאל נישט געהאט קיין סטרעפט.

יע-יע אז מען נעמט זיי נישט צום דאקטאר "ווייסט" מען נישט אז זיי האבן צענדליגע מאל געהאט סטרעפ - בת היענה עפעקט :lol:
(איך מיין נישט דיר פערזענליך)


און וואס געשעט?? אביסל װײניגער אנטיביאטיק?? נעמען אסאך אנטיביאטיק איז לכולי עלמא נישט קיין מעלה (מילד גערעדט)

https://www.google.com/search?safe=stri ... 89y2__zImM

אוועטאר
פארפלאמטער
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:54 pm

תגובהדורך פארפלאמטער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:28 pm

KMW האט געשריבן:
פארפלאמטער האט געשריבן:אההה ס'טוהט זיך לעבעדיג!
לאמיר זיך מצרף זיין מיט נאך א געוואלדיגע אויפדעקונג וואס כאב באכאשעם אויפגעדעקט דעם פארגאנגענעם וואך.
איז אזוי, צום פינטל:
מיין אומשולדיג שעפעלע נעבעך האט באקומען א סטרעפט (ער האט פארדעם געגעסן אין א בעקעלע, כאאליין געזעהן, אקעי?!) און ווי א געטרייער טאטע טראג איך איהם צום דאקטער (יא, יענע דאקטער וואס גיבט די שטעכעדיגע נידל מיט די סם אינעווייניג.. א וואונדער ס'קינד האט נעבעך געוויינט?!) און דער דאקטער באקוקט איהם כרגיל, און באשטעטיגט אז ער האט א סטרעפט, פארשרייבט א רעגולער סטרעפט מעדעצין פארן קינד, און שיקט דאס צום פארמאסי.
קומעך אהיים, די מעדעצין קומט אן און מ'רייסט אויף ס'זעקל, כ'וויל נעמען דעם כף המודד (וויאזוי הייסטעס אויף אידיש?) און אריינגיסן ס'מעדעצין אינעווייניג, גלייך צום מויל פון מיין טייער קינד.
אזוי שטייענדיג טראכט איך צו מיר, אונז זעמיר דאך שוין באכאשעם קלוג געווארן היינט צוטאגס, אויב אזוי וואו איז דאס אחריות פון א טאטן אזוי אריינצושיטן א מעדעצין אינעם קינדס מויל אן קוקן פארדעם וואס עס שטייט אינעם 'אינסערט'? אומר ועושה כ'גיב א כאפ ס'זעקל, א דריי איבער אויפן אנדערן זייט, והנה און נון דער בחור איז דא, צוגעסטעפלט פון די אנדערע זייט ליגט זיך אזוי אומשולדיג דאס אינסערט, געבעכעס א רייס אראפ, א רוק ארויף די ברילן אויף ס'נאניע, און געגאנגען כפאנג אן ליינען...
נאכאמזעל כבין געזיצן, דאס הארץ האט פארפעלט א קלאפ, שטייט דארט 'קלאר' ש'מער ש'ווייניגער 'א גאנצע ליסטע פון מחלות קשות רח"ל', אז די אלע זאכן קענען ח"ו זיין א תוצאה פון נעמען דעם מעדעצין!
כ'האלט נאך אינמיטן צוזיך קומען פונעם שאק, פאנג איך אן ווייטער צו ליינען, און.... דער סאדיסטישער פארמאסיסט ענדיגט נאך צו מיט דעם פולן אכזריות'דיגן געשטאלט זיינע: 'דאס קען אויך גורם זיין שווערע מחלות, אפילו אזעלכע וואס וועלן נישט אוועקגיין (ח"ו), און דאס קען אמאל אויך צוברענגען צו 'ט...'!
:shock: :shock: :shock:
כ'קען שוין ווייטער נישט רעדן, כ'בין געבליבן אן לשון! דאס זענען אונזערע געטרייע (אזויגערופענע... :oops: ) דאקטורים?! רוצחים שפלים ונבזים (ווער האט נאך אפאר טיטלען?)! זענען מפקיר אידיש בלוט ווי וואסער!
אידן לאמיר זיך נעמען שטורעמען!
פארפירטס אויף די מידיא, אין סענאט, וואו מען קען נאר!
לאמיר זיך נישט לאזן פון די רוצחים וואס ווילן אונז אויסראטן ווי די מייז, היל"ת!!!

דא האט איר די 'בפירוש'ע' אינסערט וואס ס'געקומען מיטן מעדעצין, (כאן צריך להגביה את הקול) וירא הקהל וישפוט!!!

Capture (5).JPG

און צום שלוס ווער ס'האט קאנעקשענס מיט ראביי מייזעלס (יא, דער מיטן צינגל) זאל איהם מעורר זיין ארויסצוגיין אין א קאמף אקעגן די סטרעפט מעדעצינען, ער זאל זיך אריינלייגן אין דעם נושא, און אויפווייזן קבל עם ומלואו אז עס הייבט אפילו נישט אן צו העלפן פאר א סטרעפט, די דאקטורים רעדן נאר איין אזוי, באמת גייט עס אוועק פון זיך אליין וכו' וכו'!

אקעי, כ'מוז שוין ענדיגן, כפיל שוין אז כגיי ברעכן...
:-( :-( :-(


סתם פאר אינטרעסאנטקייט, אסאך מענטשן וואס נעמען נישט קיין וואק... האבן אסאך ווייניגער סטרעפט סאָ עס האט א שייכות... :grin:
מיינע צען קינדער האבן ב״ה קיינמאל נישט געהאט קיין סטרעפט.


כ'קען דיר ווייזן עטליכע אידן וואס האבן יא גענומען וואק... (וואס האסטו אזוי מורא צו שרייבן די ווארט?!) און זיי האבן אויך נישט, אדער אפילו יא איז דא אסאך וואס דארפן נישט נעמען קיין מעדעצינען דערפאר בכלל.
אבער נחזור לענינינו, ס'האט צו טוהן מיט די בעקעלעך און פארטיג.
(אגב, איך האלט אז ס'האט צו טוהן מיט ווער עס טרונקט פאטעטא זאפט אויסגעמישט מיט סטראבעריס, און ער עסט צו דערצו קליינע ניסלעך (נישט די האזל נאטס נאר די אנדערע...) ס'האלט אינמיטן ארויסקומען די פראוו דערויף....)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט