העלפן וואשן מוחות - געלט אקציע - איזעס יושר?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

העלפן וואשן מוחות - געלט אקציע - איזעס יושר?

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג יולי 04, 2019 11:16 am

סע טיט זיך לעצטענס איבער א באזוך פון יר"ה צו מדינת מאנסי ווי אידיש געלט וועט פארשווענדעט ווערן צו העלפן וואשן מוחות צו גיין וועלן פאר א געוויסער קאנדידאטור וואס לויפט פאר פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטען
זעלטן וואס אזא שאלה איז עומד על הפרק
על פי תורה און על פי שכל איז בכלל בארעכטיגט צו שפענדן מיליאנען פאר מוחות שווענקעריי פאר אזא צוועק?
סע בכלל אומפארשטענדליך פארוואס איז ליגאל צו שאפן אוצרות פון געלט בלי גבול צו שווענקן מוחות פון מענטשן לטובת א געוויסער פארשוין
איז דאס נישט עני טיים אזוי דענדזשער ווי רוסלאנד זאל שיקן פראפאגאנדע אינעם וואל קאמפיין?

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

אבי געהאקט

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:25 pm

רצון טוב האט געשריבן: וואשן מוחות צו גיין וועלן..


???

רצון טוב האט געשריבן:זעלטן וואס אזא שאלה איז עומד על הפרק...


???

רצון טוב האט געשריבן:
על פי תורה און על פי שכל...


???

רצון טוב האט געשריבן:פארוואס איז ליגאל צו שאפן אוצרות פון געלט בלי גבול...


???

רצון טוב האט געשריבן:דענדזשער ווי רוסלאנד...


???

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:26 pm

יעדער זאל ספענדן זיין געלט וויאזוי זיין דזשעלי פארשטייט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:27 pm

א גוטע קשיא, אבער וואו קומט 'מוחות שווענקעריי' אריין דא?
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:31 pm

איך האלט אז עס איז גראדע גוט צו בויען קאנעקשאנס, היינטיגע ווערסיע פון שוחד פארן קעניג.

מען דארף אויך האבן איינס פארן דעמאקראט, צו קענען האבן קשרים אויב ער געווינט.

מיר פערזענליך האב איך וויכטיגערע צוועקן
שויתי ה' לנגדי תמיד

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:34 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א גוטע קשיא, אבער וואו קומט 'מוחות שווענקעריי' אריין דא?

די געלט ווערט באניצט פאר פראפאגאנדע צו געווינען די מוחות פון מענטשן
מיט די 25 טויזענט דאלער [אנשטאט עס געבן פאר פייסבוק שווענקעריי] העלף דערמיט א בחורל וואס האלט ל"ע פאר א גליטש, פאר א משפחה ווי די ברויטברענגער ליגט רח"ל אין מעמאריעל און ראנגעלט זיך פארן לעבן.

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:36 pm

רצון טוב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א גוטע קשיא, אבער וואו קומט 'מוחות שווענקעריי' אריין דא?

די געלט ווערט באניצט פאר פראפאגאנדע צו געווינען די מוחות פון מענטשן
מיט די 25 טויזענט דאלער [אנשטאט עס געבן פאר פייסבוק שווענקעריי] העלף דערמיט א בחורל וואס האלט ל"ע פאר א גליטש, פאר א משפחה ווי די ברויטברענגער ליגט רח"ל אין מעמאריעל און ראנגעלט זיך פארן לעבן.


ווער זאגט אז ער העלפט נישט דארט ?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:48 pm

שטארקע חסיד האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א גוטע קשיא, אבער וואו קומט 'מוחות שווענקעריי' אריין דא?

די געלט ווערט באניצט פאר פראפאגאנדע צו געווינען די מוחות פון מענטשן
מיט די 25 טויזענט דאלער [אנשטאט עס געבן פאר פייסבוק שווענקעריי] העלף דערמיט א בחורל וואס האלט ל"ע פאר א גליטש, פאר א משפחה ווי די ברויטברענגער ליגט רח"ל אין מעמאריעל און ראנגעלט זיך פארן לעבן.


ווער זאגט אז ער העלפט נישט דארט ?

די 25K גייט גיין פאר פראפאגאנדע, עס גייט נישט גיין צו ראטעווען אידישע נפשות.

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:52 pm

רצון טוב האט געשריבן:
שטארקע חסיד האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א גוטע קשיא, אבער וואו קומט 'מוחות שווענקעריי' אריין דא?

די געלט ווערט באניצט פאר פראפאגאנדע צו געווינען די מוחות פון מענטשן
מיט די 25 טויזענט דאלער [אנשטאט עס געבן פאר פייסבוק שווענקעריי] העלף דערמיט א בחורל וואס האלט ל"ע פאר א גליטש, פאר א משפחה ווי די ברויטברענגער ליגט רח"ל אין מעמאריעל און ראנגעלט זיך פארן לעבן.


ווער זאגט אז ער העלפט נישט דארט ?

די 25K גייט גיין פאר פראפאגאנדע, עס גייט נישט גיין צו ראטעווען אידישע נפשות.


ווער זאגט דיר אז און די זעלבע צייט גיט ער נישט 25k פאר א אנדערע צוועק צו באצאלן א אלמנה׳ס גראסערי ?

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:10 pm

רצון טוב האט געשריבן:סע טיט זיך לעצטענס איבער א באזוך פון יר"ה צו מדינת מאנסי ווי אידיש געלט וועט פארשווענדעט ווערן צו העלפן וואשן מוחות צו גיין וועלן פאר א געוויסער קאנדידאטור וואס לויפט פאר פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטען
זעלטן וואס אזא שאלה איז עומד על הפרק
על פי תורה און על פי שכל איז בכלל בארעכטיגט צו שפענדן מיליאנען פאר מוחות שווענקעריי פאר אזא צוועק?
סע בכלל אומפארשטענדליך פארוואס איז ליגאל צו שאפן אוצרות פון געלט בלי גבול צו שווענקן מוחות פון מענטשן לטובת א געוויסער פארשוין
איז דאס נישט עני טיים אזוי דענדזשער ווי רוסלאנד זאל שיקן פראפאגאנדע אינעם וואל קאמפיין?

אונטרעסירט איייך צו ביי די נעקסטע דעמאקראטישע דיבעיט איז דא פלאץ פאר אייך. איר מאכט אזויפיל סענס ווי זיי
האלטסט נישט פון טראמפ וואויט נישט פאר אים. ווי קומט אריין רוסלאנד. שווענקען מוחות וועמענס מוח. גיוו מי א ברעיק.
מאמר החכם
We choose the truth over facts

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:23 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א גוטע קשיא, אבער וואו קומט 'מוחות שווענקעריי' אריין דא?

און נאך א זאך יעדע עד און מארקעטינק איז אזוי, דאס איז די היינטיגע וועלט, יא!! עס איז א עולם השקר האסט עס גוט ארויס, קיינער מער ווייניגער האט שוין היינט נישט קיין ''אייגענע'' מיינונג..

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:54 pm

רצון טוב האט געשריבן:סע טיט זיך לעצטענס איבער א באזוך פון יר"ה צו מדינת מאנסי ווי אידיש געלט וועט פארשווענדעט ווערן צו העלפן וואשן מוחות צו גיין וועלן פאר א געוויסער קאנדידאטור וואס לויפט פאר פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטען
זעלטן וואס אזא שאלה איז עומד על הפרק
על פי תורה און על פי שכל איז בכלל בארעכטיגט צו שפענדן מיליאנען פאר מוחות שווענקעריי פאר אזא צוועק?
סע בכלל אומפארשטענדליך פארוואס איז ליגאל צו שאפן אוצרות פון געלט בלי גבול צו שווענקן מוחות פון מענטשן לטובת א געוויסער פארשוין
איז דאס נישט עני טיים אזוי דענדזשער ווי רוסלאנד זאל שיקן פראפאגאנדע אינעם וואל קאמפיין?

וואט דא יו טאלקינג אבאוט? וואשן מוחות?? שכל?? תורה??....
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:58 pm

רצון טוב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א גוטע קשיא, אבער וואו קומט 'מוחות שווענקעריי' אריין דא?

די געלט ווערט באניצט פאר פראפאגאנדע צו געווינען די מוחות פון מענטשן
מיט די 25 טויזענט דאלער [אנשטאט עס געבן פאר פייסבוק שווענקעריי] העלף דערמיט א בחורל וואס האלט ל"ע פאר א גליטש, פאר א משפחה ווי די ברויטברענגער ליגט רח"ל אין מעמאריעל און ראנגעלט זיך פארן לעבן.

וואס א חילוק וואו די געלט ווערט גענוצט? ער גיבט עס ווייל ער וויל זיין בשעתן מעמד, ער וויל דארט זיין און ער באצאלט דערפאר, ער דארף קערן וואו די געלט גייט גיין? דאס איז חוץ פון דעם וואס עס איז א שטארקע שעת הכושר צו באקומען גוטע קאנעקשנס מיט די העכערע פענסטער'ס.

און בכלל, דו רופסט עס אהן מיט אזא שרעקעדיגע ווארט "מוחות שווענקעריי"... מען קען מיינען... פאר ווער עס ווייסט נישט, ער רעדט פון קאמפיינען....
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:01 pm

נתן בן ופסי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א גוטע קשיא, אבער וואו קומט 'מוחות שווענקעריי' אריין דא?

און נאך א זאך יעדע עד און מארקעטינק איז אזוי, דאס איז די היינטיגע וועלט, יא!! עס איז א עולם השקר האסט עס גוט ארויס, קיינער מער ווייניגער האט שוין היינט נישט קיין ''אייגענע'' מיינונג..

גוט געשריבן הגם איך וואלט זיך געדינגען מיט דיין סטעטמענט "קיינער מער ווייניגער האט שוין היינט נישט קיין ''אייגענע'' מיינונג..", אזא איינער ווי דיר למשל, וואס ווען דו זעהסט א מארקעטינג קאמפיין, ווייסטו אז ער איז דא ס"ה דיר צו קאנווינסן, ווייסטו צו האבן דיין אייגענע מיינונג.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג יולי 05, 2019 12:41 am

רצון טוב האט געשריבן:סע טיט זיך לעצטענס איבער א באזוך פון יר"ה צו מדינת מאנסי ווי אידיש געלט וועט פארשווענדעט ווערן צו העלפן וואשן מוחות צו גיין וועלן פאר א געוויסער קאנדידאטור וואס לויפט פאר פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטען
זעלטן וואס אזא שאלה איז עומד על הפרק
על פי תורה און על פי שכל איז בכלל בארעכטיגט צו שפענדן מיליאנען פאר מוחות שווענקעריי פאר אזא צוועק?
סע בכלל אומפארשטענדליך פארוואס איז ליגאל צו שאפן אוצרות פון געלט בלי גבול צו שווענקן מוחות פון מענטשן לטובת א געוויסער פארשוין
איז דאס נישט עני טיים אזוי דענדזשער ווי רוסלאנד זאל שיקן פראפאגאנדע אינעם וואל קאמפיין?


דו ברענגסט ארויס צוויי פוינטס, אבער דו האסט געמישט און איין קיגעל. לאמיר דיר ארויסהעלפן...

1) איז דאס תורה'דיג צו פארשווענדן געלט צו שטיצן א פאליטישע קאנדידאט, ספעציעל ווען מען רעדט פון אזוי פיל מיליאנען וואס וואלט געקענט אויפטוהן גדולות ונצורות ביי אחינו בנ"י
2) איז דאס שכל'דיג/יושר'דיג אז דורך געלט זאל מען קענען געווינען אן עלעקשען. וואס דער מציאות איז, אז געלט העלפט געווינען. הזאת דעמאקראטיע?

נו, יעצט קען מען זיך טענה'נען ווי א מענטש!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג יולי 05, 2019 1:13 am

איך האלט אז "רצון טוב" האט דא עפעס געהאט א גיטע רצון ארויסצוברענגען א פוינט אדער א ווערטל, אבער ער דארף דאס בעסער ארויסברענגען, דערווייל וועלן מיר אננעמען אז די אקציע איז נישט קיין פראבלעם.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג יולי 05, 2019 1:18 am

שווענדן אידיש געלט איז א פראבלעם? די אלע פורסט קלעסס נסיעות/פריוואטע פליגערס און זומער / ווינטער וואקאציע (סארי, מנוחת הנפש) הייזער, עסקעלעיט און יוקאנס פאר די עסקארט לוקזוריעסע בנינים, 25,000 דאללער איז א זשאוק.

בכלל איז עס א נערישע טענה, ווייל די וואס ספענדן געלט פאר די קאמפעין האלטן אז ס'איז א גוטע אינוועסטמענט ווייל זיי גייען פארדינען מער אדער זיך שפארן טעקסעס טאמער טראמפ געווינט.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג יולי 05, 2019 1:22 am

רצון טוב האט געשריבן:איז דאס נישט עני טיים אזוי דענדזשער ווי רוסלאנד זאל שיקן פראפאגאנדע אינעם וואל קאמפיין?


נישט עני טיים, עס איז נאך סאך ארגער, איך בין זיכער אז מען מיז דא אריינברענגען מוללער'ן זאפארט!

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » פרייטאג יולי 05, 2019 11:14 am

היימישער הייקער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:סע טיט זיך לעצטענס איבער א באזוך פון יר"ה צו מדינת מאנסי ווי אידיש געלט וועט פארשווענדעט ווערן צו העלפן וואשן מוחות צו גיין וועלן פאר א געוויסער קאנדידאטור וואס לויפט פאר פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטען
זעלטן וואס אזא שאלה איז עומד על הפרק
על פי תורה און על פי שכל איז בכלל בארעכטיגט צו שפענדן מיליאנען פאר מוחות שווענקעריי פאר אזא צוועק?
סע בכלל אומפארשטענדליך פארוואס איז ליגאל צו שאפן אוצרות פון געלט בלי גבול צו שווענקן מוחות פון מענטשן לטובת א געוויסער פארשוין
איז דאס נישט עני טיים אזוי דענדזשער ווי רוסלאנד זאל שיקן פראפאגאנדע אינעם וואל קאמפיין?


דו ברענגסט ארויס צוויי פוינטס, אבער דו האסט געמישט און איין קיגעל.
1) איז דאס תורה'דיג צו פארשווענדן געלט צו שטיצן א פאליטישע קאנדידאט, ספעציעל ווען מען רעדט פון אזוי פיל מיליאנען וואס וואלט געקענט אויפטוהן גדולות ונצורות ביי אחינו בנ"י
2) איז דאס שכל'דיג/יושר'דיג אז דורך געלט זאל מען קענען געווינען אן עלעקשען. וואס דער מציאות איז, אז געלט העלפט געווינען. הזאת דעמאקראטיע?
נו, יעצט קען מען זיך טענה'נען ווי א מענטש!

2 פונקטן פארוואס ס'נישט מן הנימוס ויושר צו שאפן "אידיש" געלט פאר דער צוועק,
1 צו אנדרייען מיליאנען פון אידיש געלט איז דא פיקוח נפש פעלער וואס ווארטן דערויף, והשנית אז דער צוועק איז גאר א ליידיגער דהיינו שאפן פאר פעיסבוק געלט צו משוגע מאכן דאס מענטשהייט.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג יולי 05, 2019 12:52 pm

סדא געלט פאר ביידע, כגלייב נישט אז עס גייט אופן חשבון פון נדבות...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

מחשב
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג יולי 05, 2019 1:16 pm

פארוואס זאגסטו אזוי? ס'איז איין טשערידי אקאונט.
הוי מחשב...

מחשב
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג יולי 05, 2019 1:31 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:2) איז דאס שכל'דיג/יושר'דיג אז דורך געלט זאל מען קענען געווינען אן עלעקשען. וואס דער מציאות איז, אז געלט העלפט געווינען. הזאת דעמאקראטיע?


דער אמת איז, אז די גאנצע עלעקשענס איז אין מיינע אויגן א נאנסענס. קען מיר איינער מסביר זיין צו דאס איז לאגיש אז דער אנאלפאבעטישער דעליווערי בוי'ס מיינונג זאל זיין אזוי דעצידירנד ווי דער הארוואד פראפעסער'ס? איז טאקע דער 18 יעריגע היפי'ס מיינונג די זעלבע ווערט ווי א 60 יעריגער פרקו נאה וזקנו מגודל'דיגער מענטש?

בכלל, ס'איז דא אסאך מאל וואס די סיבות פונעם געפעכט זענען אידיאלאגישע. אבער וויפיל מאל זעט מען אז איין צד האלט אז דער אנדערע זייט איז פשוט דום? נאריש און צודרייט. נו, זאגסטו דאך אליין אז א ריזן טייל פונעם פאלק'ס שטימע איז נישט ראוי צו גערעכנט ווערן, און דו ווייסט גאנץ פיין אז ביי דיין זייט איז נישט צופיל בעסער. טא וואס איז פשט פון מאכן א כלליות'דיגע עלעקשן? און אויב יא דאן זאלן 5 יעריגע קינדער אויך זיין בארעכטיגט צו שטימען.

איי זאגסטו דעמאקראטיע, פארדעם וואלט איך פארשטאנען אז מ'דארף צוזאמענעמען א גרופע פון קלוגע מענטשן, עלעקטארעלס, וואס זיי זאלן מחליט זיין לויטן רוב ווער עס איז ראוי צו זיין פרעזידענט. פארשטייט זיך אז די עלעקטארעלס דארפן אויך נישט ווערן ערוועלט דורך אלגעמיינעם פאלק, נאר דורך א IQ טעסט צו וויאזוי..

די זעלבע אבסורד איז דאס אז געלט און סטראטעגיע, מאכט א פרעזידענט געווינען.
הוי מחשב...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יולי 05, 2019 1:38 pm

ווען עס איז בלויז א גרופע איז עס נישט דעמאקראטיע בכלל.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג יולי 05, 2019 2:07 pm

אויף דעם האט שוין טשורטשיל געזאגט
דעמאקראטיע איז די ערגסטע סארט מהלך אויסער אלע אנדערע וואס מען האט שוין פראבירט...


עס איז פשוט, אז א קעניג (דיקטעיטער בלע"ז) וואס איז יושר'דיג און נעמט זיך אהן פאר זיינע בירגער, קען אסאך בעסער פירן א לאנד ווי א פרעזידענט וואס איז פארנומען נאכלויפן זיינע שטימען. והא ראי', אז דאס איז דער מהלך וואס דער באשעפער האט אוועק געשטעלט בהיות ישראל שרוים על אדמתם. למעשה, מיט דעם מהלך פון א קעניג, איז דאס שטארק תלוי אין דעם כאראקטער פון דעם קעניג, און אויב איז ער א שלעכטער איז נישטא ערגערס פון דעם. משא"כ די מהלך פון דעמאקראטיע, איז נישט אזוי תלוי אין די כאראקטער פון א יחיד און האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין גוט פאר יודן ב"ה.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
רני פלט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » פרייטאג יולי 05, 2019 3:43 pm

רצון טוב האט געשריבן:סע טיט זיך לעצטענס איבער א באזוך פון יר"ה צו מדינת מאנסי ווי אידיש געלט וועט פארשווענדעט ווערן צו העלפן וואשן מוחות צו גיין וועלן פאר א געוויסער קאנדידאטור וואס לויפט פאר פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטען
זעלטן וואס אזא שאלה איז עומד על הפרק

נישט זעלטן נאר גאנץ אפט. אויב נישט אין מאנסי איז ערגעץ אנדערש. אזוי ארבעט (אדער ארבעט נישט) דער סיסטעם אין די גאנצע יונייטעד סטעיטס.
רצון טוב האט געשריבן:על פי תורה און על פי שכל איז בכלל בארעכטיגט צו שפענדן מיליאנען פאר מוחות שווענקעריי פאר אזא צוועק?

יא, אויב איז עס לטובתינו.
רצון טוב האט געשריבן:סע בכלל אומפארשטענדליך פארוואס איז ליגאל צו שאפן אוצרות פון געלט בלי גבול צו שווענקן מוחות פון מענטשן לטובת א געוויסער פארשוין
איז דאס נישט עני טיים אזוי דענדזשער ווי רוסלאנד זאל שיקן פראפאגאנדע אינעם וואל קאמפיין?

ווענד זיך וואסערע פראפאגאנדע רוסלאנד שיקט, לטובתינו אדער פארקערט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט