בלאט 1 פון 1

ווער דארף היינט א לייו שפילער אדער א זינגער ביי א חתונה?

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 7:00 pm
דורך קנדה
קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס מענטשן געבן אויס געלט פאר א לייו שפילער אדער א זינגער? מילא א בענד אדער א קוויייער זעהט מען כאטש עפעס אבער א 1 man band קיינער קוקט שוין אפילו נישט חוץ סתם מענטשן וואס קומען צו א חתונה און האלטן נישט ביים טאנצן עס איז אזויפיל געלט אז עס איז א שאד אפילו לאמיר זאגן אז מענטשן האבן ליב לייו וואלט איך געהאט אן עצה איך בין געווען א מאדערנע חתונה און דארט איז געוועזן א dj sister און עס האט געבאחעט און עס אחז געווען וואס צו קוקן תמציץ הדברים וואס האלט דער עולם איז ווערט די 3 טויזנט דאלאר פאר רוב מענטשן וואס האבן דאס נישט אדער קען מען זיך עס איינשפארן

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 7:04 pm
דורך פעטער שמואל
קנדה האט געשריבן:קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס מענטשן געבן אויס געלט פאר א לייו שפילער אדער א זינגער? מילא א בענד אדער א קוויייער זעהט מען כאטש עפעס אבער א 1 man band קיינער קוקט שוין אפילו נישט חוץ סתם מענטשן וואס קומען צו א חתונה און האלטן נישט ביים טאנצן עס איז אזויפיל געלט אז עס איז א שאד אפילו לאמיר זאגן אז מענטשן האבן ליב לייו וואלט איך געהאט אן עצה איך בין געווען א מאדערנע חתונה און דארט איז געוועזן א dj sister און עס האט געבאחעט און עס אחז געווען וואס צו קוקן תמציץ הדברים וואס האלט דער עולם איז ווערט די 3 טויזנט דאלאר פאר רוב מענטשן וואס האבן דאס נישט אדער קען מען זיך עס איינשפארן

ביי א היימישע חתונה קענסטו נישט ברענגן א dj sister. ענדערש א dj brother.

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 7:19 pm
דורך יעקל אלטמאן
איך בין געווען די וואך ביי א חתונה וואס האט נישט געהאט קיין שפילער, זיי האבן געהאט א קאמפיוטער סיסטעם,
עס האט מיר פשוט וויי געטון די געלט וואס מיינע עלטערן האבן באצאלט פאר ד מוזיק ביי מיין חתונה, עס איז עובר בל תשחית...

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 10:49 am
דורך דניאל אויערבאך
פעטער שמואל האט געשריבן:
קנדה האט געשריבן:קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס מענטשן געבן אויס געלט פאר א לייו שפילער אדער א זינגער? מילא א בענד אדער א קוויייער זעהט מען כאטש עפעס אבער א 1 man band קיינער קוקט שוין אפילו נישט חוץ סתם מענטשן וואס קומען צו א חתונה און האלטן נישט ביים טאנצן עס איז אזויפיל געלט אז עס איז א שאד אפילו לאמיר זאגן אז מענטשן האבן ליב לייו וואלט איך געהאט אן עצה איך בין געווען א מאדערנע חתונה און דארט איז געוועזן א dj sister און עס האט געבאחעט און עס אחז געווען וואס צו קוקן תמציץ הדברים וואס האלט דער עולם איז ווערט די 3 טויזנט דאלאר פאר רוב מענטשן וואס האבן דאס נישט אדער קען מען זיך עס איינשפארן

ביי א היימישע חתונה קענסטו נישט ברענגן א dj sister. ענדערש א dj brother.

:lol:

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 11:32 am
דורך קאטאגאריש
גם אני מצטרף

אבער די זאלען דארפען אריינלייגען די סיסטעמס אין האבען א ארבעטער וואס קאנטעלירט עס, אז נישט וועט עס קאסטען מער ווי א זינגער איו שפילער

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 12:45 pm
דורך א. טראכטער
מיין מיינונג...

פאר עקסטרע $600 פער צד קען מען האבן א שפילער מיט א זינגער

וואס מאכט אויס גאר אסאך

(איך רעדט פרדס סטייל)

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 8:22 pm
דורך דריידל
קען איינער רעקאמענדן איינעם מיט א dj system פאר א שמחה?

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 9:48 pm
דורך טראכט א מינוט
קען איינער מסביר זיין וואס איז א DJ system אזויפעל בעסער ווי א mp3 פון א שיינע חתונה אז ס'זאל זיך לוינען צו צאלן איבריגע פאר הינדרעט דאללער?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:27 am
דורך Think and Thank
יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך בין געווען די וואך ביי א חתונה וואס האט נישט געהאט קיין שפילער, זיי האבן געהאט א קאמפיוטער סיסטעם,
עס האט מיר פשוט וויי געטון די געלט וואס מיינע עלטערן האבן באצאלט פאר ד מוזיק ביי מיין חתונה, עס איז עובר בל תשחית...

ס'נישט ממש אזוי, איינער וואס גלייכט מוזיק (אפי' אויב ער איז נישט אויסגעקאכט דערין) איז דא א היבשע חילוק צווישן א DJ סיסטעם און א שפילער. נאר וואס, סיניש וויערט די איבריגע אלפ'ל אחוץ אויב מען האט ס'געלט אין באנק.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:31 pm
דורך קלאָצקאָפּ
צ"ק: איך.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 7:24 pm
דורך קעניגליך
שוין געוועין ביי אסאך חתונות ---ווער דארף איך
איך האלט אז א חתונה מיט א שפילער און זינגער איז אסאך מער לעיבעדיג און גוטמיטוג ווי א די טשעי
איי סאיז דא די דשעי חתונות וואס מהאפקעט אויף כוחות -- ווייל צי מזאל זיך טאקע הייבן ווענד זיך אויך אין די מצב, און מענטשן,
אבער לענית דעתי איז דא מער טשענסעס אז מזאל זיך הייבן און עס זאל זיין א געשמאקע אטמעספערע מיט א לייוו גיטע זינגער און שפילער
איך גיי נישט אריין אין די געלד חלק.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:54 am
דורך בענאק
איך בין געווען ביי חתונות אין "כינור דוד" און אין "עטרת חי' שרה" האב איך געזען די חילוק, און פארשטאנען פארוואס ס'איז אנדערש א לייוו זינגער ווי א DJ

אין כינור דוד זיצט דער מיקסער אין א שטובל, דער טאנצער זעט נישט קיין שום יומען ביאינג קאנטלאריט עפעס מוזיק, ס"ה קנאקט עפעס דראמס וכדו'. משא"כ ביי עטרת חי' שרה איז דער סיסטעם אין פובליק דאס אליינס גיט שוין צי צו די זאך. למעשה זעט מען א מענטש זיצן און ריקן זאכן. סגיבט צי צו די לעבעדיגקייט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:06 pm
דורך פעיק נוז
אן אריינגיין אין די געלט חלק, איז א לייוו זינגער און שפילער סאך שענער לעבעדיגער און מער צוגעשטעלט פאר די ספעציפישע חתונה ווי DJ.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:36 pm
דורך פארווייטאגט
פעיק נוז האט געשריבן:אן אריינגיין אין די געלט חלק, איז א לייוו זינגער און שפילער סאך שענער לעבעדיגער און מער צוגעשטעלט פאר די ספעציפישע חתונה ווי DJ.


טאמער גיין מיר נישט אריין אין די געלט נושא, קענסטו ווען נאך אסאך שיינער זאכן איינפירן, פון געבן צו עסן אויף גאלדענע טעלער'ס, ביז צו שטעלען דאס גאנצער חתונה אויף א שיף. ואין לדבר סוף.

אבער זענען מיר דאך עפעס נישט אזוי פארמעגליך חתונה צו מאכן יעדער יאהר אדער צוויי אויף אזא פארנעם, האבן מיר פשוט נישט קיין ברירה, און מ'רעכענט אויס יעדער בעסערע זאך לעומת דאס פרייז העכערונג.

וואלט ווען די הבדל געווען 200 דאלאר, און עס גאר א גרויסע חילוק אין שיינקייט, איז איין זאך, אבער אז די חילוק איז נישט אזוי גרויס, אבער די חילוק אין פרייז איז נאך אסאך גרעסער, פרעגט ער דאך גוט. ווער דארף עס?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:39 pm
דורך ניס קראכער
בענאק האט געשריבן:איך בין געווען ביי חתונות אין "כינור דוד" און אין "עטרת חי' שרה" האב איך געזען די חילוק, און פארשטאנען פארוואס ס'איז אנדערש א לייוו זינגער ווי א DJ

אין כינור דוד זיצט דער מיקסער אין א שטובל, דער טאנצער זעט נישט קיין שום יומען ביאינג קאנטלאריט עפעס מוזיק, ס"ה קנאקט עפעס דראמס וכדו'. משא"כ ביי עטרת חי' שרה איז דער סיסטעם אין פובליק דאס אליינס גיט שוין צי צו די זאך. למעשה זעט מען א מענטש זיצן און ריקן זאכן. סגיבט צי צו די לעבעדיגקייט.

כהיום זיצט דער מיקסער אין כינור דוד אויך אין זאל גופא
ווי ס'מאכט אויס האב איך נישט געזען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:27 pm
דורך גיב א שמייכל
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צ"ק: איך.

העי! דו דארט! יא איך מיין דיר...!
דו ווילסט א לייוו שפילער? געזינטערהייט.. מאך אויף דיין קעשענע און באצאל..

אדער קענסטו מיטברענגען איינעם מיט דיר ווען דו קומסט אן צו די חתונה..... :?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:38 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
צ"ק

די רעדסט פון חתונות
נעכטן נאכט האב איך ביי 2 בר מצוה'ס געזען לייו שפילער ...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:44 pm
דורך יש בו
בענאק האט געשריבן:איך בין געווען ביי חתונות אין "כינור דוד" און אין "עטרת חי' שרה" האב איך געזען די חילוק, און פארשטאנען פארוואס ס'איז אנדערש א לייוו זינגער ווי א DJ

אין כינור דוד זיצט דער מיקסער אין א שטובל, דער טאנצער זעט נישט קיין שום יומען ביאינג קאנטלאריט עפעס מוזיק, ס"ה קנאקט עפעס דראמס וכדו'. משא"כ ביי עטרת חי' שרה איז דער סיסטעם אין פובליק דאס אליינס גיט שוין צי צו די זאך. למעשה זעט מען א מענטש זיצן און ריקן זאכן. סגיבט צי צו די לעבעדיגקייט.

איך בין געווען אויף א חתונה אין כינור דוד, די מיוזיק קאנטראלער זיצט געהעריג אין זאל ביים ווינקל די זעלבע ווי ביי עטרת חי' שרה,
#כווייס נישט וואס די רעדסט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:39 pm
דורך בענאק
יש בו האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:איך בין געווען ביי חתונות אין "כינור דוד" און אין "עטרת חי' שרה" האב איך געזען די חילוק, און פארשטאנען פארוואס ס'איז אנדערש א לייוו זינגער ווי א DJ

אין כינור דוד זיצט דער מיקסער אין א שטובל, דער טאנצער זעט נישט קיין שום יומען ביאינג קאנטלאריט עפעס מוזיק, ס"ה קנאקט עפעס דראמס וכדו'. משא"כ ביי עטרת חי' שרה איז דער סיסטעם אין פובליק דאס אליינס גיט שוין צי צו די זאך. למעשה זעט מען א מענטש זיצן און ריקן זאכן. סגיבט צי צו די לעבעדיגקייט.

איך בין געווען אויף א חתונה אין כינור דוד, די מיוזיק קאנטראלער זיצט געהעריג אין זאל ביים ווינקל די זעלבע ווי ביי עטרת חי' שרה,
#כווייס נישט וואס די רעדסט

דאס וואס איך רעד איז געווען אין "אולם עקשטיין" איך בין נאך נישט געווען אין "כינור דוד"
זעט אויס אז מען האט טאקע משנה געווען לטובה, מסתמא טאקע וועגן דעם...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:53 pm
דורך Kosher Travel
מען קען פרעגן די זעלבע קשיא אויף איעדע זאך.

ווער דארף א קעדילעק, ווען מען קען האבן א ניסען? דער וואס האט ליעב א קעדילעק. און פארשטייט זיך, אז דער וואס פארשטייט נישט צו קארס, האלט אז עס איז ארויסגעווארפן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 1:52 am
דורך פארווייטאגט
Kosher Travel האט געשריבן:מען קען פרעגן די זעלבע קשיא אויף איעדע זאך.

ווער דארף א קעדילעק, ווען מען קען האבן א ניסען? דער וואס האט ליעב א קעדילעק. און פארשטייט זיך, אז דער וואס פארשטייט נישט צו קארס, האלט אז עס איז ארויסגעווארפן.


איהר זאגט ווער עס גלייכט נישט קיין קעדילאק, אדער ווער עס פארשטייט נישט צו קארס.

איהר קענט אויך צולייגן רוב אונז היימישער ציבור וואס בארגט געלט חתונה צו מאכן, דערוואגט זיך טאקע נישט צו קויפן קיין קעדילאק. אפילו ווען פארשטייען זיי יא אדער גלייכן א קעדילאק.

והיינו טעמא דקעדליאק והיינו טעמא דלייוו מוזיק, און ווען נישט איז טאקע ביטער ווי די גאל, אזוי ווי מיר זעהן היינט צו טאג ביי אונזער חסידישער עולם.