ווער דארף היינט א לייו שפילער אדער א זינגער ביי א חתונה?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גרינגער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

תגובהדורך גרינגער » מאנטאג ינואר 06, 2020 3:04 pm

איך וויל נישט אויסרעכנען קיין נעמען פון זאלן
איך בון שוין געווען און צווי זאלן וואס האבן דעם סיסטעם ביי עטליכע חתנות, איין זאל פילט זיך א שוועריקייט מיטן טאנצן די אנדערע איז גאר לעבעדיג, איך מיין ביי איינס איז די פלאר אביסל שטייף א חוץ די פראבלעם פון די סיסטעם.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 06, 2020 3:18 pm

מען דארף בלויז מאכן די מוזיק פראפעשינעל, רעקארדירט אין א סטודיא, למשל לחיים זאל ארויסגעבן אזא סידי, און עס קען זיין פיל שענער ווי לייוו.

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

נישט ממש אזוי

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג ינואר 06, 2020 6:14 pm

קען זיין אז איך זאג עס ווייל איך ליג אין מוזיק (נישט פאר פרנסה):
אבער לדעתי ולדעת כמה וכמה חברים אז מען זאל ענדערש שפארן אויף אנדערע זאכן אבער מען זאל יא נעמען א מוזיקאנט ! (ס'איז היינט דא גענוג פיינע שפילערס און זענען נאך ביליג - צוליב די איבערפלוס פון מוזיקאנטען...)
די סיבה פארוואס איך וואלט גענומען א שפילער איז זייער פשוט - ווייל דער שפילער הייבט אן עוד ישמע מיט א פרישקייט און ער דערהייבט דעם עולם, נאך אפאר מינוט ווען דער שפילער פילט און זעהט אז דער עולם איז high ווערט ער מער אויפגעהייטערט און ער נעמט די טענץ אויף א העכערע שטאפל, און יעצט ווערט דער עולם נאכמער דערהויבען - און עס גייט אהין און צוריק ביז עס קומט אן צו א קלימאקס !
און דאס ווערט נישט ווען מען ניצט א dj

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג ינואר 06, 2020 6:36 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:קען זיין אז איך זאג עס ווייל איך ליג אין מוזיק (נישט פאר פרנסה):
אבער לדעתי ולדעת כמה וכמה חברים אז מען זאל ענדערש שפארן אויף אנדערע זאכן אבער מען זאל יא נעמען א מוזיקאנט ! (ס'איז היינט דא גענוג פיינע שפילערס און זענען נאך ביליג - צוליב די איבערפלוס פון מוזיקאנטען...)
די סיבה פארוואס איך וואלט גענומען א שפילער איז זייער פשוט - ווייל דער שפילער הייבט אן עוד ישמע מיט א פרישקייט און ער דערהייבט דעם עולם, נאך אפאר מינוט ווען דער שפילער פילט און זעהט אז דער עולם איז high ווערט ער מער אויפגעהייטערט און ער נעמט די טענץ אויף א העכערע שטאפל, און יעצט ווערט דער עולם נאכמער דערהויבען - און עס גייט אהין און צוריק ביז עס קומט אן צו א קלימאקס !
און דאס ווערט נישט ווען מען ניצט א dj

איך זאג אויך אלס אז א יומען-ביאינג לעבט אויף די חתונה מער, ווייל ער קאנעקט מיטן עולם אין זאל (ווי זינגט נאר ר' מיכאל? אז מען קוקט אויפן שפילער ווערט מען אויפגעהייטערט...)
אבער באמת איז דאס אויך געזאגט געווארן ביי DJ. אויב די מענטש זיצט אין זאל און פארשטייט וויאזוי צו מאנווירען די DJ ס'זאל האבן א לייוו אפעקט, דאן לעבט ער אויכט אויף די זאל.

והשנית, ס'איז טאקע אמת אז סלעבט מער אויף, אבער ווער זאגט אז ס'לוינט זיך דאס געלט? אויף יעדע איינציגסטע זאך קענסטו צייגן אז די טייערערע איז מער ווערד, אבער אידיש געלט איז נאך מער ווערד!

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מאנטאג ינואר 06, 2020 6:42 pm

אביונה האט געשריבן:לייוו מענטשן ביי א חתונה?, ביזט אויפן קאפ געפאלן?? ווער דארף עס??
כ'גיי קיינמאל נישט פערזענליך, אויב ס'יז וויכטיג, שיק איך ס'רביצין, אדער א שליח כמותי...
סאו, זאלן מיך אלע נאכטוהן....

הייליג! ;l;p-

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג ינואר 06, 2020 7:31 pm

טו מיך א טובה, ביז ווי לאנג די כלה מוז גיין מיט א גאון פון 5000-10000 דולער, רעד נישט פון קיין DJ

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:05 pm

להוי ידוע אז א dj system איז בכלל נישט ביליג. דאס וואס די האסט געזעהן ביי די מאדערענע חתונה טשארדשען אפאר טויזענט דאללאר א נאכט.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:23 pm

אביונה האט געשריבן:לייוו מענטשן ביי א חתונה?, ביזט אויפן קאפ געפאלן?? ווער דארף עס??
כ'גיי קיינמאל נישט פערזענליך, אויב ס'יז וויכטיג, שיק איך ס'רביצין, אדער א שליח כמותי...
סאו, זאלן מיך אלע נאכטוהן....

ס'רעביצין אידעך אויכעט א לייוו-מענטש.. אם כן מה הועילו חכמים בתקנתם?...

מקען עס מיישב זיין על פי מה ששמעתי א טייער ווארט:
nothing about my wife is human, only her sheitel...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:34 am

מחנך האט געשריבן:טו מיך א טובה, ביז ווי לאנג די כלה מוז גיין מיט א גאון פון 5000-10000 דולער, רעד נישט פון קיין DJ

היות איך מוז ספענדען פאר א גאוין. ספענד אויך פאר א שפילער...

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:45 am

וויאזוי שטעלסטו אויס דיין פרייאריטיס?

איך מוז האבן?
איך וויל האבן?
איך קען עס האבן?
איך קען עס עס באצאלן?
יענער מוז עס האבן?

יענער מוז עס האבן?
איך וויל עס האבן?
איך מוז עס האבן?
איך קען עס האבן?
איך קען עס באצאלן?

אדער
איך מוז עס האבן?
איך קען באצאלן?
איך וויל עס האבן?
איך קען עס האבן?

אויב דו ווילסט עס האבן, איז דיין וויכטיגסטע פרייאריטי. און צו דו קענסט עס באצאלן איז די לעצטע אויף דיין פראריטי ליסט.
דאן איז נישט קיין מצוה צו גיבן געלט פאר די חתונה. סתם געשנארט פאר א תאווה.

ווען איך גיב פאר הכנסת כלה, וויל איך טון א מצוה. די מצוה איז אויב ס'גייט פאר די קליידונג אדער פאר די בעט, פרידזשידער, וואש מאשין וכדומה.
אויסצאלן דיין פאן, איז נישט קיין מצוה.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג ינואר 07, 2020 1:38 pm

ס'איז נישט אזויפיל געלט אז מען זאל דארט שטעלן די דגוש.
מען קען היינט האבן פיינע זינגער שפילער פאר אונטער 2,500 דאללער, און אויב די זשעי איז טויזנט, האט מען זיך בסך הכל געשפארט ווינציגער פופצן מאות, נישט דארט איז די לאך. און למעשה איז א חתונה אנדערש מיט אן עכטע שפילער זינגער.

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:44 pm

מחנך האט געשריבן:טו מיך א טובה, ביז ווי לאנג די כלה מוז גיין מיט א גאון פון 5000-10000 דולער, רעד נישט פון קיין DJ


די וואס ספענדען 5-10 פאר די גאון ספענדען 10-12 פאר מיוזיק אין גייען נישט נעמען א DJ נאר אויב די פרייז גייט שטארק ארויף, אסאך אבער נעמען גאונס אין גמח אין ספענדען $3500+ פאר מיוזיק
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:16 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:טו מיך א טובה, ביז ווי לאנג די כלה מוז גיין מיט א גאון פון 5000-10000 דולער, רעד נישט פון קיין DJ


די וואס ספענדען 5-10 פאר די גאון ספענדען 10-12 פאר מיוזיק אין גייען נישט נעמען א DJ נאר אויב די פרייז גייט שטארק ארויף, אסאך אבער נעמען גאונס אין גמח אין ספענדען $3500+ פאר מיוזיק

וועלכע גמח רעדסטו?
איך האב געהערט פון עטליכע וואס האבן לעצטנס חתונה געמאכט און געזוכט צו שפארן די מערסטע, אז די קליידער פון כלה מחותנתטע וכו' פאר אלע טעג אנגעהויבן פון ווארט ביז נאך שבע ברכות קאסט שווערע טויזנטערס, און נישטא דערווייל קיין עצה דערצו..
וואו פיל איז דא גמחין און אויף וואס

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מיטוואך ינואר 08, 2020 9:56 am

קאטאגאריש האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:טו מיך א טובה, ביז ווי לאנג די כלה מוז גיין מיט א גאון פון 5000-10000 דולער, רעד נישט פון קיין DJ


די וואס ספענדען 5-10 פאר די גאון ספענדען 10-12 פאר מיוזיק אין גייען נישט נעמען א DJ נאר אויב די פרייז גייט שטארק ארויף, אסאך אבער נעמען גאונס אין גמח אין ספענדען $3500+ פאר מיוזיק


גיב שיין אהער די נאמען און נומבער פון דיע גמח! הלואי!

נישט פארגעסען פון די העדפיעס וואס צימלאלט עקסטער אין די טויזענטערס.

מ'האלט נאך נישט ביי פאלטשע מיוזיק, מי האלט נאך ביי גאונס, העדפיעסעס, סיסטער אף די ברייד ענד גראם קליידער, מחוטענעסטע קליידער, ארום א צענערעל פאר איין נאכט!!

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:41 am

שוין דא א גמח פאר גאונס איבער 10 יאר מיין ווייבס גאון האט מען דארט מנדב געווען, אויב סאיז דיר וויכטיג פרעזנליך וועל איך דיר פארשאפען די נאבער

א טייערע העדפיס קאסט $400-500

אין א גיטע DJ איז אסאך שענער ווי א שוואכע זינגער שפילער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:19 am

קאטאגאריש האט געשריבן:שוין דא א גמח פאר גאונס איבער 10 יאר מיין ווייבס גאון האט מען דארט מנדב געווען, אויב סאיז דיר וויכטיג פרעזנליך וועל איך דיר פארשאפען די נאבער

א טייערע העדפיס קאסט $400-500

אין א גיטע DJ איז אסאך שענער ווי א שוואכע זינגער שפילער

איר מיינט אודאי צו זאגן 10 יאר צוריק....

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:24 am

גרינגער האט געשריבן:איך וויל נישט אויסרעכנען קיין נעמען פון זאלן
איך בון שוין געווען און צווי זאלן וואס האבן דעם סיסטעם ביי עטליכע חתנות, איין זאל פילט זיך א שוועריקייט מיטן טאנצן די אנדערע איז גאר לעבעדיג, איך מיין ביי איינס איז די פלאר אביסל שטייף א חוץ די פראבלעם פון די סיסטעם.

קענסט רוהיג אויסרעכענען נעמען :lol:
מיר שרעקן זיך נישט פון דיר און אנדערע ,לא יבוש מפני המלעיגים
#אונז מאכן חתונה ביליג ,ווער קערט אויף די מוזיק

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:26 am

א גוטן האט געשריבן:להוי ידוע אז א dj system איז בכלל נישט ביליג. דאס וואס די האסט געזעהן ביי די מאדערענע חתונה טשארדשען אפאר טויזענט דאללאר א נאכט.

לא דובים ולא יער
געפעלט מיר די אויסדריק #מאדערן

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:45 am

די די דזשעי איז פונקט ווי דער פראפעשאנעל -

מ׳קען מאכן מיכאל שניצלער זאל שרייען און טאנצן אויפן די דזשעי סיסטעם געהעריג און לייוו - נאר די מענטש מיט די רויטע (ווייסע) בארד איז נישט שארוזה

שוטים שבעולם - א די דזשעי איז פונקט אזוי פראפעשאנעל ווי א 10 פיעס בענד מיט 20 זינגערס ! קיין דיפערענץ !!!

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:01 am

להודיע האט געשריבן: האט מען זיך בסך הכל געשפארט ווינציגער פופצן מאות, נישט דארט איז די לאך. .


געפעלט מיר..... סך הכל געשפארט פופצן מאות.

וויפיל שעה ארבייט אן ארבייטער פאר סך הכל פופצן מאות? אמאל א גאנצער (סך הכל נישט מער ווי....) וואך, און אמאל מער ווי א וואך.

און לידיעה בעלמא, יא!!! דא איז די לאך, איך רעדט שוין נישט פון דעם אז עס איז נישט "נאר" פופצן מאות, נאר "נאך" פופצן מאות, יעצט לייג צו 24.99% חודשליך אויף דער $1500.00, וויפיל קומט עס יעצט אויס?

נאר אהין און נאר אהער, קען מען זאגן ביי יעדער טויזענטער וואס ווערט אוועק געווארפן ווען מ'מאכט חתונה, און אלעס צוזאמען איז גאהר א גרויסע לאך, פאר'ן מחותן, און פאר אלע משפחה אןן באקאנטע.

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:08 am

קיסריה האט געשריבן:
שוטים שבעולם - א די דזשעי איז פונקט אזוי פראפעשאנעל ווי א 10 פיעס בענד מיט 20 זינגערס ! קיין דיפערענץ !!!


בכלל נישט.

און וויפיל איך ווייס בין איך נישט קיין שוטה. :-( (איך ווייס נישט אלעס...).

אבער ווען מ'האט נישט, אבער מ'וויל זיך נישט באגנוגען מיט קיין DJ איז מען נישט נאר א שוטה, נאר אפשר א רשע און גס רוח אויך.

דער ווארט איז נישט אז עס איז די זעלבע, ווייל עס איז אינו דומה, ואשר על כן איז וואס?
דארפסט? ניין !!! דארפסט נישט גארנישט.
ביסט זוכה חתונה צו מאכן א קינד בסייעתא דשמיא, זעה אז דאס אליין זאל דיר פרייליך מאכן.

והנלענ"ד כתבתי, ואתכם הסליחה.

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

ווער 'ספענדט' נאך היינט אויף א לייוו שפילער אדער זינגער

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:39 am

לדעתי איז די קעפעל פון די אשכול נישט ממש פאסיג.
יא מיר אלע ווילן און האבן בעסער ליעב א לייוו שפילער, זינגער און זיכער א פולע בענד מיט אלע קלאפערגצייג. אבער דאס איז נישט די פאוינט, די פאוינט איז אז אפילו דעיס איז בעסער און שענער און אויכעט לעיבעדיגער, נאך אלץ היינט צוטאגס אין די כח היחיד עפאכע וועלן מיר נישט ספענדען דערפאר ווייל מען ספענדט נאר ווי סאך מען האט. אראפרייסן לייוו מוזיק אז א dj פאקט עס איין וועט גארנישט אויפטוען בכלל וייל דער עולם איז נישט קיין קאלבן און מ'וועט נישט קויפן די שטותים. לאמיר פעיסן די אמת, יא מיר ווילן א בענד, יא מיר האבן ליעב א טייערע שטריימל, יא מיר האבן ליעב שיינע קארס. אבער אז די האסט ליעב מיינט נישט אז די מוזט עס קויפן. אוו אונז גייעמיר נישט זיך פאר חובות'ן דערפאר.
די קעפל וואלט געדארפט זיין: 'ווער ספענדט נאך היינט אויף א לייוו שפילער אדער זינגער'.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג ינואר 12, 2020 1:17 pm

שוין לאנג געטראכט פארוואס קען מען נישט האבן א פולע בענד אין כינע, זיי זאלן רעמאוטלי שפילן ביי די חתונות... וועט זיין א שיינע סקרין אין די חתונה זאל פון די בענד, זיי וועלן אויך האבן א סקרין מיט קאמראס, מיטהאלטן אלעס, און מעט צאלן 5 מאל גארנישט דערפאר, קודם עס איז כינע, (אדער תימן, אדער ניגעריע וכדו') צווייטנס די שעות לויפן דארט אפגערוקט, סא איז עס נאך ביליגער, סאיז פלעין אינמיטן טאג דארט (נישט שפעט ביינאכט)... קען האבן צען מאן בענד, סעט זיין מעכטיג...."טרעידמארק רעדזשיסטערד"

אויפן טאן
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 6:43 pm

תגובהדורך אויפן טאן » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 7:43 pm

צווייפעל האט געשריבן:שוין לאנג געטראכט פארוואס קען מען נישט האבן א פולע בענד אין כינע, זיי זאלן רעמאוטלי שפילן ביי די חתונות... וועט זיין א שיינע סקרין אין די חתונה זאל פון די בענד, זיי וועלן אויך האבן א סקרין מיט קאמראס, מיטהאלטן אלעס, און מעט צאלן 5 מאל גארנישט דערפאר, קודם עס איז כינע, (אדער תימן, אדער ניגעריע וכדו') צווייטנס די שעות לויפן דארט אפגערוקט, סא איז עס נאך ביליגער, סאיז פלעין אינמיטן טאג דארט (נישט שפעט ביינאכט)... קען האבן צען מאן בענד, סעט זיין מעכטיג...."טרעידמארק רעדזשיסטערד"

אין זיי שפילן עס מיט מער טעם, ווייל ביי זיי איז די היינטיגע מוזיק "ארגינעל" !! (נישט נאכגעמאכט)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 11:28 pm

טוט זיך...? האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:שוין דא א גמח פאר גאונס איבער 10 יאר מיין ווייבס גאון האט מען דארט מנדב געווען, אויב סאיז דיר וויכטיג פרעזנליך וועל איך דיר פארשאפען די נאבער

א טייערע העדפיס קאסט $400-500

אין א גיטע DJ איז אסאך שענער ווי א שוואכע זינגער שפילער

איר מיינט אודאי צו זאגן 10 יאר צוריק....

עס איז דא 3 הערליכע גמ"ח'ן אין קרית יואל,
פאר כלה קליידער, מחתנת'ע קליידער, און משפחה קליידער,

די נומער איז 4<#14 845-774-4040
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סטיטשינער, שמש און 17 געסט