מחשבות פון אינטערן וואסער

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נעמט איהר א שויער פאר די מקוה? (גייט מעכיש אהן אויב איהר נעמט נאכדעם)

יא
155
65%
ניין
45
19%
נאר ווען איך וויל סייווי נעמען א שויער יענעם טאג (עטליכע מאל א וואך)
38
16%
 
סך הכל שטימען: 238

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

מחשבות פון אינטערן וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

א הארצרייסנדע געשריי האט דערגרייכט צו מיינע אויערן,

האבאו, ביבא בעי?!

איך האב אבער ווייטער געשפינט מיינע געדאנקען, נישט חלומ'נדיג אז ער מיינט מיך.

האבאו, ביבא בעי?! האט די געשריי ווידער איבערגעריסן מיינע מחשבות, ווער שרייט דא? פארוואס קען ער נישט שמועסן רואיג ווי יעדער?

איך פרוביר נאכאמאל זיך צו פארטוהן אין מיינע געדאנקן, אבער דער בייזע רוח לויפט מיך נאך היינט, ער שרייט ווי אין מיין אויער אריין האבאו, ביבא בעי?!

רבונו דעלמא קילע! לאז די מענטשהייט לעבן! צוריק צו מיינע מחשבות... איך פלאניר אויס אין מיין קאפ די לעצטע מהלכים וויאזוי אויסצופירן מיינע פלענער, אינצווישן האב איך געהערט נאך עטליכע האבאו, ביבא בעי?!'ס אבער כאמיך שוין אויסגעלערנט ס'צו איגנערארן, כ'מיין, וואס בינעך שילדיג אז איינער איז היינט באורד אין מקוה?

אבער ווי שטארק כאנאר געוואלט זיצן רואיג האט די מזל אנדערש צושפילט דאס מאל איז מיטן האבאו, ביבא בעי?! מיטגעקומען א פעסטע שאקל אין ביידע פלייצות. האבאו, ביבא בעי?!

שטייטעלעך שטעק איך ארויס די קאפ פון אינטערן וואסער, ענדליך הערעך קלאר זיין געשריי:

האלאו, ביסט אקעי??!!

מיט א הילכיגן אאאאאההההההההההה!!!!!!! גלעט איך זיך רואיג דאס בליטשקעדיגן בארדע, יא! איך האב שוין ס'ערשטע שמארטיקל פאר אייוועלט!

אקעי, איך ווייס וואס עץ עץ (וויזוי דען שרייבט מען עס??)זאגן, אה, נאך א גרינער, טיפיקל, יעדע נייער'ס ערשטע תגובה דא איז אין הלכות מקואות (דאון ווארי כעל נאך שרייבן א לענגערע שמארטיקל איבער מיין נאמען כא'געוואלט אנהייבן מיט עפעס אנדערש איך זאל האבן נאך אפאר שירות צו שרייבן)

ווי האלטעך? אה ...העלעך דיך ענטפערן 3 תירוצים (אפשר פיר, כעל שוין זעהן באלד)

קודם כל, איך בין ניש קיין נייער איך דריי מיך שוין דא א שטיק צייט אינטער אן אנדערע ניק, אבער משום סיבות שונות ומשוגעים, (מירצע שעם א נעקסטערע שמארטיקל פארדעם, עוד חזון לחוה''מ) האביך זיך געמיזט אריבערצוען צו א נייע ניק, אבער טריי מיך ניש צו טרעפן ווייל איך האב כמעט נישט געשריבן מיטן פאריגן ניק, כאטש כאב אייביג געוואלט שרייבן, אבער כאניש אזוי גיט געקענט דעם אידישן קי בארד, און אזוי ווי איך בין עטוואס בעסער געווארן אין דעם נושא האבעך געטראכט אז ס'איז א ש''ס הקוישער צו אנהויבן ארויסגעבן מיינע בויך דריקעניש, מאגן ברענען יא, צו מהנה זיין די חברים.

נאכדעם כל העלעך דיר ענטפערן (סארא אמאראציס דאס ווארט ''נאכדעם כל'' ס'מאכט אפילו נישט קיין סענס!! וועכע בהמה האט דאס אויסגעטראפן?? עולם גולם טאנצט נאך די וואנזיניגע סושי פרעסערס און מר. קלין זויפערס.. מ'קען זעהן דרייסיג יעהריגע זיידעס קאכן זיך אהן קיין טראפ בישע אינעם נאכדעםכל, כאילו ס'וואלט געווען די נערמאלסטע זאך, סתפ די נאן סענס!!)

סאו, וואס זאגסטע?
אה, דריטנס ס'גייט מיך נישט אהן אויב דאס איז א טיפיקל טעמע, אז איך האלט מען ברויך רעדן, וועל איך רעדן דערפון וויפיל איך וויל! אז ס'טוט וויי שרייט מען! בפרט אז וויכטיגערס פון דעם ז'נישטא.

אקעי, געניג,, לאמיך אייך פארשטעלן די נייע שפיל:

אינטערן וואסער
!!!!!!!!!!!WWUUUUWUUUUWUUUWUUUWUUWUWUW!!!!!!!!!!!!

(שרייסטע? האבעך געזאגט די נאמען פונעם פלעי אינמיטן די פלעי, מ'האט שוין געהערט אזאנס, ס'פשט דערפון??)

ס'איז בעצם נישט קיין נייע שפיל, ס'איז א שפיל וואס שפילצעך איבער טאג איין טאג אות, ו1 פוצע פע ומפצפצצפצפף.
ס'הויבט זיך אהן אינדערהיים, מען ליגט זיך באקוועם אויפן ווייכן מאטראטץ, פארזינקען אין ד' חלקי חלומות, ווען פלוצלינג אהן קיין שום פריערדיגע ווארענונג גיבט זיך דער מחוצף א ציקלונג ''טרררררררררררררררררר'' האלאו, ד'כערעץ!! חיצעף איינער! מיט א קליין פעטשל פארשטילט מען איהם... אויף אייביג? נאאאאהה ס'עפעס? 9 מינוט דערויף איזער דא מיט א פרישקייט כאילו לא תהיה, מיטן זעלבן בלעכנעם פנים קוקט ער מיך אהן, ווי איינער זאגט, טוה מיך עפעס...
נאך עטליכע מאל געווינט ער אייביג, וואס ווילסטו, דו האסטעך איהם אנגעשטעלט..

א באזיגטער הויבט מען אויף די זעקל ביינער, מען לייגט עס צוריק אראפ, און נאכדעם.... יא, צוגעטראפן מען הייבט זיך נאכאמאל אויף, שוין טו מעיק עי שארט סטאפ לאנג, גענעץ, נעגל דשוס, גענעץ, א פארשוויצטער קומט מען אראפ פון בעט.

יעצט עצה טובה קא מאשמעלאו, איינער האט דא ערגעץ געפרעגט וואס מע קען טאן מיטן 1רשטן עדווערטייזמענט עוף כל מוואסער, די עצה איז פשוט, מען נעמט ארויס די פאון פונעם כ'מיין צוזאגן מען נעמט ארויס די טשארדשער פונעם פאון, און מען דריקט 2124441100 דערנאך לייגט מען עס אראפ אויפן טיש, ניין אויפן קאונטער, ניין אויפן- וויזוי הייסט די פלאץ אינטערן שפיגל? און מען קנעפלט זיך רואיג צו די אויבערשטע צוויי קנעפלעך פונעם העמעד מיט ס'אינטערשטע (פאוואס לייגן זיי די איבריגע קנעפ??) דערנאך גיבט מען א שלעפ ארויף די הויזן, די בעיבי געט א קרעכצל, ר'האט זיך שנ'ווייטער אויפגעוועקט פון די שליסלעך, סאו ביים צומאכן גייט עס שוין סלאו מאושען, (איז וויסן זאלט עץ מיינע פריינט אז דאס אלעס נעמט בערך א 2.5 מינוט אבער אויב איהר פארזוימט זיך לענגער ווי 4 מינוט וועט זלמן אראפלייגן.) מען הייבט צירוק אויף די טעלעפאון פון די וויזוי הייסט די פלאץ אינטערן שפיגל? ...ווערטייזן אויף קול מבשר קען מען רופן אין אפיס אויף 718... דא גיבט מען א דריק 121 און דעיר יו גאו, פארשפארט טייער צייט, מען קען דאך אויפטוהן א געוואלד מיט אביסל התבונונות..

אקעי, סאם האו טרעף איך מיך ביים טיהר פון מס'מעדרעש. און ס'הייבט זיך אהן,
קודם קומט מיך שלומי קעגן מיט זיין ברוינע שיך און פורפל רעקל, די טלית בייטל הענגטעם ווי א פאקעט בוק, און ער האלט אינמיטן ארויסנעמן א סיג, איהם טרעפעך געווענליך ביים טיהר. שבארטי!! טוצעך?! באכסטע?! פלייט?! ש'לאנגיש געזען!! (וואס שלאנג ווען שלאנג, כ'קען פליז דורך גיין) האלאו! וואס קיבסטע דא ביט אראגעלאזטע דאז?? איך פארשטיי ביי דיר איז דאך פארטאגס, אבער ביי ביר איז שוין יעצט אין די עפטערדוד (וואס?) אקעי, גאררע גאו, כ'קעדיש לאזן ביידע גוים אליין יעצט, האלאו!!

אקעי גיי שוין גיי, נעקסט, איך דארף יעצט אנקומען צו די קאווע שטיבל, מיי נינטער העמעד קלעבט שוין צוממער און מיין בארד און פיאות זענען נאכניש צוזיך געקומען פונעם שלאף, איך דארף א קאפי! איך דארף א קאפי!

דריי גוט מארגן'ס, צווי געלט גייערס, און איין 'איהר האט אפשר א טעלעפאון צו בארגן' שפעטער, האבעך מיך ענדליך געטראפן ביים קאווע שטיבל, און שטייצעך, ס'נישדא קיין מילח, אקעי ווער גייט אריינלייגן די גראבע קיה?

צוזאמן מיט איינעם וואס איך קעניש הייבט מען אויף דעם גראבן בעג, ס'אל מיר נאר נישט אויפקראכן דא.. ענדליך, דער גראבער ליגט שוין באקוועם אינעם האלטער, הויבט צעך אן ווער גייט אויפשניידן די שטרוי אז די לאנג ערווארטעטע מילך זאל שוין קענען פליסן אין עולם'ס קאווע אריין, ס'הייסט ווער? המתחיל במצוה אומרים לו חמור, נישט אזוי? שמארטיקל, ביסט מכובד מיט פתיחה! זאגט נתי דער סמעדרישעס גוט-זאגער, שוין, זאל זיין אזוי, רבי ישעי' בן רבי משה.

איך נעם דעם גרויסן שערל, און איך בייג מיך איין ווי א פיקל, די שיך מיטן גאנצע באדי איז צווי און א האלב פיס אפגעריקט און די הענט גרייטן זיך צו מאכן די חתיכה, איך זעה א גאנצע קרעמל ארום מיר, איינער מיט צוקנייטשטע פיאות, איינער מיט פוטשי פיאות, איינער מיט א גארטל זאגט ביכעסע תורה, אבער הצד השוה שבהם, אלע שטייען מיט שווארצע קאוועס אין די הענט, די אויגן געוואנדן צו מיר און באטראכטן מיט שפאנונג יעדע באוועגונג מיינער, און צו מיין ווינדער זעה איך אז יעדער שטייט און די זעלבע באנאנע פאזישען ווי איך (ש'קיינאנונג פאוואס) איך קראך א גוטס ''אשר קדשנו במצוותיו וציוונו על המילה...'' און עז סוספעקטעד האט געגעבן א שפריץ אויף מיין רעקל אחת למעלה ושבעלע מטה... שוין בינעך שוין אינגאנצן שמיציג, כשם שנכנס לקאווע קיין יכנס לשויער ולמקוה ולמעשים טובים.

איך טרעף מיך ענדליך אין מקוה.

יעצט וועל איך טוישן די מעשה (ס'א מעשה?!) פון מיך צו א צווייטן, ווייל איך פיר מיך נישט אזוי, לאמיר איהם רופן יאסל.
יאסל קומט אריין און מקוה, מיט די וועלץ רואיגקייט... צוביסליך שיילט ער אראפ די מלבושים, נאך איינס און נאכאיינס, ער'ז מעיין אינעם דבר יום בשעת'ן מסדר זיין די פיס, און שפאצירט זיך אריין אין בור הטבילה.

אוי וויי! יאסל האט נישט גענומען א שויער!!!

און צו דעם האב איך געוואלט צוקימען, ווייס נישט וויזוי כ'בין אזוי פארקראכן פונעם טאפיק, אבער ס'אלס דא א וועג צוריק..

רבותי נעמטס א שויער ביפארן מקוה'נען!!

ס'ניש גענוג? אקעי לאמיך אביסל מרחיב זיין בדיבור.

ואהבת לרעך כמוך
בל תשקצו
לא תגזול

אקעי ווייסטע וואס, איך ביניש קיין תלמוד חכם, וועל איך רעדן פראקטיש,

זיי א מענטש! ס'דא נאך מענטשן דא, יעדער האט געצאלט פונקט ווי דיר, נעם א שויער ביפאר די מקוה! מיז נישט זיין קיין ווייסעכוואס שויער, נעם א פשוט'ע שויער, דויערט נישט מער ווי צוויי מינוט, מצוה מן המובחר לייג אביסעלע זייף.

באמת בינעך גערעכט מיט א ממה נפשך:
לאמיר אלע דרייען דעם גראבן פינגער ווי מיין קינדערגארטנער ביי מה נשתנה

ביסטו (דו וואס גייט נישט אין שויער פארן מקוה) פון די מענטשן וואס נעמען נישט קיין שויער נאך די מקוה וועגן הלכה צו וואס, זאלסטו וויסן מיין פריינט אז לכבוד דיר, נעמען אסאך אידן (וגם אני בתוכם) א שויער נאך די מקוה. ווייל מיט אזא שמוציג געמויזעכטס, מיט די גראך און האר וואס קומט מיט, איז דאך נישט מעגליך נישט זיך אפציוואשן דערפון נאכדעם.

אבער אויב (מיכאל'ס אויב) זענט איהר פון די מענטשן וואס נעמען יא א שויער נאכן מקוה איז די קשיא פי' כמה שווערער, דו האלסט אז די מקוה איז שמוציג, דערפאר נעמסטו דאך א שויער דערנאך, העלאו?! דו האסט א חלק ניכר אינעם טאפ טשאלנט!
ואהבת לרעך כמוך, פשיטע ק'מאשמאע.

ממילא קומט דאך אויס (האלטסט נאך די גראבע פינגער אין די הייעך? אז ס'טוט וויי טויש הענט) מען קען סאלווען די גאנצע פראבלעם, אז יעדער אהן אויסנאם וועט נעמען א שויער פארן מקוה.
נעמט דאס נישט פאר לייכט!

אט זענען איטליכע סיבות פארוואס צו נעמען א שויער פאר די מקוה.

1. איהר מאכט שמוציג די מקוה! א בור ברשות התורה.

2. די מציאות איז אז ווען מען וואקט אריין אין א הייסע מקוה, אפילו ס'איז נישט אזוי הייס, גייט מען זייער שטייטעלעך, דו אינדשויסטעך טאקע, שפאצירט זיך רואיג, נאך א סטעפ נאך א סטעפ, מיט אבנארמאלע קולות, אההההההההה! אָהההההההההה whhhhhaaaaaaa!!!!! !!!!!!!¡!!¡!!!¡¡! מחייייייייייעהההה!!
און איך שטיי דארט אינטער דיר, ערום מן המצות, פארפרוירן קאלט, (ווייל איך האלט נאך א שויער אז דיין מקוה זאל נישט זיין שמוציג!!) איך וויל מיך שוין (ארויס)זען אין מקוה, און דו פארשטייסט ניטאמאל וואס איך וויל פון דיין לעבן האבן, אמער? ס'דאך הייס!
נעם א שויער ביפאר, וועט נישט זיין שווער אריינצוגיין.

3. ס'דרייען זיך דאך ארום אזויפיל קרענק, און דעזיסעס, ווי מאמפס, ראובעלע, מיזעלס, וואקסינס, (איך ווארן דיר אויב די פארדרייסט מיר דעם אשכול!) ס'איז זייער גרינג צו קעטשן אין מקוה. יא יענקלס שמוץ פון איך וויל נישט זאגן ווי, מישט זיך אויס אין די וואסער און קומט סאמהאו אהן אין משה'ס מויל...
געווען א בחור וואס האט זיך ל''ע געמוטשעט מיט יענע (וועכע) מעשה, און איז אוועק יונגערהייט נעבעך. האט מיך זיין ברודער געזאגט אז די דאקטאר האט געזאגט אז אלעס האצעך אנגעהויבן אין מקוה (אנטיסעמיט איינער).

4. כ'הא שויניש קיין קויעך צו שרייבן, ווינישווי בינעך נאך ניי צום יידישן קי בארד, אבער איך האף בקרוב צו שרייבן נאך שמארטיקלען..

דעריבער חזר איך נאכאמאל איבער מיין געבעט מיט טרערן אין די אויגן

ביטע נעמט א שויער פאר די מקוה!!

(דא קומט עס: האלאו ביזט אקעי?!)
לעצט פארראכטן דורך שמארטיקל אום זונטאג יוני 23, 2019 7:06 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יוש אידאס א שמארטיקל, איקעשעם שנכנס לשמארטיקל אחת קיין יתרבו ויפוצו מאיאנעיסעיך נאך א באנטש שמארטיקלעך

;1@ ;1@ ;1@ :lol: :lol: :lol: %f#@ %f#@

|{}+ |{}+ |{}+

נו פאוואס לייגן זיי די איבריגע קנעפ??????
וואס מיינט האבאו, ביבא בעי?????
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין שמארטיקל ממש מען קען זיך פארמאקעווען מיט א יעדער ווארט, מתוק מדבש, נישטא קיין ווערטער

שרייב ווערטער זיי מחי' די עולם, לעב אויף די וועלטל

כה לח''י

(צום עצם ענין האלט איך אנדערש אבער דאס האלט איך ביי מיר.. בעסער...)
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

א שמש האט אמאל געהאנגען אזא אויפשריפט אין מקוה:
גייט איר אין שויער? גייט בעפארן מקוה!
גייט איר נישט אין שויער? וואשט אייך נישט אין מקוה!!!

ושפתים ישק.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

יישר כח פארן שמארטיקל, ס'וועט נאך אמאל ווערן א גאנגבארע ארטיקל!
און יישר כח פאר די נייע ווארט! איך האלט מען זאל עפענען אן עקסטער אשכול צו באהאנדלען דעם באדייט דערפון. איך האלט עס איז גאר טיף!
mi a nagy ügy
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

סארא שמארטיקל דאס!
אוי איז דער אקעי
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

:lol:
צעקה בקול דממה דקה
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

רבותי האט רחמנות, פארדרייט נישט די אשכול, מען רעדט דא אויסשליסלעך נאר פון אונזער יאטקע, כמיין פון מיזעלס און וואקסינען, ביטע זיך האלטן צום טעמע..
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שפתיים ישק...

געווען אמאל א אפהאנדלונג אויפן וועלטל איבערן פאקט אז אסאך נייע ניק'לעך הייבן אן מיטן נושא פון מקוואות. והוא פלאי.
לעצט פארראכטן דורך חוח בין השושנים אום דינסטאג יוני 18, 2019 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

יױש איז דעיס גוט!!!!!!
כגעדענק נישט כזאל מיר אזאנס יאפעצן, מײן װײב האט געמײנט עפעס האט פאסירט מיט מיר

ממש אזױ, צו טרעפן א קרומקײט אין יעדן האלבן זאץ?? דאס איז א קונץ..

און בד״װ איך האמיר טאקע געמוטשעט מיטן ערשטן אױף קו״מ, שכױעך פאר די עצה... און װער דען זאל טאקע קעיר נעמען אױפן קול מ׳װאסער אױב נישט דער בעל המחשבות אינטערן װאסער..

בכל אופן א ריזיגן ײש״כ, און ביטע זײ משפיע א שמארטיקל װי אפטער
אוועטאר
שמולי
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמולי »

ציקער זיס און שכוח פאר דיין ספעלינג כאב זייער ליב דיין סטייל. סת״ם אזוי האבעך א פראבלעם צי שרייבן דא ווייל כאב געמיינט אז איך קעניש ספעלין אבער סאמהאו פיל איך מיר באקוועמער יעץ.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

שמארטיקל... ס'איז אייזן שטארק.. וואסערע שפראך...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

לכבוד דיר בין איך געגאנגען היינט אין שויער פאר די מקוה..............................

שמעטער נאר אהער נאך אזאנע שמארטיקלען...
זוכט איר דוי?
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

זייער גוט. עס האט אן אלטע געשמאקע טעם פונעם אמאליגן קרעטשמע. יישר כח. קיפ איט קאמינג.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

איצל פיצל האט געשריבן:זייער גוט. עס האט אן אלטע געשמאקע טעם פונעם אמאליגן קרעטשמע. יישר כח. קיפ איט קאמינג.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

יהא (בואכם) חוזראכם לברכה זייער קשמאק




צום עצם ענין יש לדין אזויווי מומחה יוחס האט געשריבען.
אזאך וואס מען איז אויפגעווקסן פאר אן חסרון צו גיין אין שויער פארן דאווענען און ממש איינצעלע זענען געגענגען (ווי אין ווען איך בין אפגעווקסן זענען די שויערס געווען ממש אימניצבאר אינדעוואכן) זאל ווערן א חיוב
אבער אויב גייט מען, זאל עס טאקע זיין פארן מקוה, וואס איז מער אויסגעהאלטען סיי יודישליך און סיי מענטשליך

נאך אמאל א גרויסן שכוח פאר די געשמאקע שפראך
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

ביי אונז אין בעלזא (אמאל) האט מען מקפיד געווען די מקוה זאל זיין ווי מער שמוציג... ווי מער פארהויכט אלס הייליגער.... מען פלעגט נישט דארט טוישן די מקוה מער ווי איינמאל אין דריי יאר... עס זענען געגאנגען דערין טויזענטער מענטשן, זעהט אויס אז עס האט זיי נישט געשאדט פאר די יושבים.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

אין מיינע צייטן איז גיין אין שויער געווען א אפגעפרעגטע זאך, אלע מנהלים האבן געהאקט דערויף.

איין זאך וואס מקוה אידן כאפן נישט, אז ווי הייסער די בור וואסער איז אלץ שמוציגער וועט עס זיין, ווייל הייסע וואסער קלינט בעסער אראפ די פעטס און שמוץ פון א מענטש, ווי אויך וועלן די בליעות און דזשערמס אריינגיין בעסער מיט הייסע רוטב, כמבואר בהלכות בשר בחלב....

viewtopic.php?p=871070#p871070
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

אהה... דעריז פיינע נייעס...!
העמיר זיך ארדערן א גלעזל משקה, און זיך באקוועם מאכן אינעם קרעטשמע...

(שמארטיקל; פארגעס נישט צו בעטן קאמישן פונעם קראם אייגענטומער!)
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

צווייפעל האט געשריבן:אין מיינע צייטן איז גיין אין שויער געווען א אפגעפרעגטע זאך, אלע מנהלים האבן געהאקט דערויף.

איין זאך וואס מקוה אידן כאפן נישט, אז ווי הייסער די בור וואסער איז אלץ שמוציגער וועט עס זיין, ווייל הייסע וואסער קלינט בעסער אראפ די פעטס און שמוץ פון א מענטש, ווי אויך וועלן די בליעות און דזשערמס אריינגיין בעסער מיט הייסע רוטב, כמבואר בהלכות בשר בחלב....

viewtopic.php?p=871070#p871070

ביסט גערעכט אבער למעשה איז דארט דא סאך ווייניגער פלייש.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

פיינע נייעס.

זאג נאר האסטו עפעס א נאנטע קרובתשאפט מיט אונזער פאלוירענע שמאטע???
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

;l;p- פיינע שמארטיקל.

זעה נאר אז שמארטיקל זאל נאר ווייטער שמארטיקלען שמארטיקלעך אין גרויסן..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס נעמען זיך די מיה צו באדאנקן, סיז באמת א שטארקע חיזוק.

די איין זאך וואס איך גלייך מער פון א קאכעדיגע טשולענט און א פריזינג ביר איז א דשוסי קאמפלימענט...

איט גאוס ע לאנג וועי. כאמעך גלייך גענומען שרייבן ס'נעקסטן, ס'ניש אזוי גרינג, האפמער עס ארויפצושטעלן בקרוב ווי נאר סעט זיין שמארטיק

(אה, אין א גרויסן ש'כח פאר אלע וואס האבן זיך אנגעריפן ווארעם תרתי משמע, און גענומען א שויער היינט צופרי, ס'אצעך דערקענט אינעם בור)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איצט קענט איר אלע אליין פארשטיין וואס די קולות זענען געווען, אזוינע לאנגע מחשבות אונטערן וואסער קענען דאך טאקע א מענטש אוועקלייגן, נו זאגטשע ברודערלעך האט מען דעם שמאטע מיט'ן ארטיקל געברויכט לאזן און וואסער פארשוועמען?!?

האלא!! ביסט אקעי!!!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

איז דער דזשוסי......
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”