בלאט 1 פון 1

דארף א קעמפ א השגחה אויף די קאך?

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 3:33 pm
דורך נחוניא
בייגעלייגט איז א בריוו וואס איז געווען געדרקוט אינעם כשרות אפטיילונג פונעם גליון אורות וועגן די מצב הכשרות אין די קעמפס און מוסדות התורה.
דארף א קעמפ א השגחה אויף די קאך.jpg
דארף א קעמפ א השגחה אויף די קאך.jpg (182.02 KiB) געזען 2790 מאל

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 1:45 am
דורך ישראל חיים
במחילת כבודו האט ער נישט גערעדט אזוי צום זאך. די אלע פראבלעמען וואס ער רעכענט אויס, 1 מ'גייט פון די מילכיגע קאך צו די פליישיגע, 2 מ'דארף איבערקוקן די דעליוועריס, 3 די גוים צינדן אליינס אן די פייער, 4 די פריזער איז אפן ביינאכט. פאר די אלע זאכן דארף מען נישט קיין ערענסטע בעלי מכשירים! עס איז גענוג אז ער איז אן ערליכער אינגערמאן! ער גייט נישט דא כשר'ן א טריפה'נע פעקטארי וכו' מען דארף בעסיקלי איינער זאל האלטן אן אויג. און אויף דעם איז יעדער וואוילער אינגערמאן גוט! עט סאם פוינט איז עס אפילו בעסער ווי יעדע רעסטוראנט אין שטאט וואס האט א השגחה. דארט איז על פי רוב נישטא קיין משגיח תמידי, נאר דער גרויסער ערנסטע בעל מכשיר וואס קומט אריין איינמאל א וואך.... איז קודם זאל מען מתקן זיין די רעסטוראנטס און נאכדעם העמיר זען וועגן די קעמפס. איך ווייס פון עטליכע רעסטוראנטס וואס די גוים עפענען די געשעפט אין זיי הייבן אן קאכן לאנג ביפאר דער איד קומט אן (די פיילאט בלייבט אנגעצינדן) משא"כ אין קעמפ בדרך כלל איז דער אידישער קעכער דער ערשטער אין קאך.

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 9:42 am
דורך farshlufen
תמהני אז קיינער רעדט דא פון בדיקת תולעים, ס'איז לעניית דעתי, די נומער 1 פראבלעם צו קאנסידערן.

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 10:41 am
דורך Browsing
האלט מיר אביסל מיט פון מיין ידיד זז"ג א כשרות משגיח אין א קעמפ, ס'איז דא וואס קעיר צו נעמען.

מיין זיידע ז"ל פלעגט זיך ממש עסן דאס געזונט אין קעמפ, זעענדיג די ווערטשאפט, ועשה תיקונים הרבה אין דער קעמפ וואו ער האט געוויילט.

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 11:00 am
דורך בענאק
א קאך אין עני מוסד התורה, און אוודאי אין קעמפ דארף א שטרענגע השגחה!
עס איז א "מוז" אז אן ערנסטער וועד הכשרות זאל איינפירן דעם סיסטעם איינמאל אנהייב זומער, און א משגיח זאל זיך כסדר אומקוקען צו די פראטאקאלן ווערן איינגעהאלטן. אזוי אויך איבערגיין יעדן ארדער.

אבער לפי ידיעתי איז אנשטאנען א גרויסע שינוי לטובה אין די נושא, די לעצטערע פאר יאר.

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 3:55 pm
דורך נחוניא
ישראל חיים האט געשריבן:במחילת כבודו האט ער נישט גערעדט אזוי צום זאך. די אלע פראבלעמען וואס ער רעכענט אויס, 1 מ'גייט פון די מילכיגע קאך צו די פליישיגע, 2 מ'דארף איבערקוקן די דעליוועריס, 3 די גוים צינדן אליינס אן די פייער, 4 די פריזער איז אפן ביינאכט. פאר די אלע זאכן דארף מען נישט קיין ערענסטע בעלי מכשירים! עס איז גענוג אז ער איז אן ערליכער אינגערמאן! ער גייט נישט דא כשר'ן א טריפה'נע פעקטארי וכו' מען דארף בעסיקלי איינער זאל האלטן אן אויג. און אויף דעם איז יעדער וואוילער אינגערמאן גוט! עט סאם פוינט איז עס אפילו בעסער ווי יעדע רעסטוראנט אין שטאט וואס האט א השגחה. דארט איז על פי רוב נישטא קיין משגיח תמידי, נאר דער גרויסער ערנסטע בעל מכשיר וואס קומט אריין איינמאל א וואך.... איז קודם זאל מען מתקן זיין די רעסטוראנטס און נאכדעם העמיר זען וועגן די קעמפס. איך ווייס פון עטליכע רעסטוראנטס וואס די גוים עפענען די געשעפט אין זיי הייבן אן קאכן לאנג ביפאר דער איד קומט אן (די פיילאט בלייבט אנגעצינדן) משא"כ אין קעמפ בדרך כלל איז דער אידישער קעכער דער ערשטער אין קאך.

אין א רעסטאראנט מוז איך נישט גיין עסן, אבער אין די מוסדות התורה מוזן מיינע קינדער עסן.

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 4:08 pm
דורך שמן
די פשוטע נפק"מ איז ווייל א מוסד ווי די קעכער האט נישט קיין געלט אינטערעסע האט ער א נאמנות אזויווי יעדער ביי זיך אינדערהיים, משא"כ א געשעפט ווי ס'איז דא נגיעות האט אפי' אן ערליכען איד נישט קיין נאמנות און מען דארף אן השגחה, נאר א גרויסע קאך ווי ס'דרייען זיך ארבייטער נישט אידען וכדומה דארף עפעס א שטיקל השגחה ס'זאל זיין אוועקגעשטעלט על צד היותר טוב, און שוין דא היינט אסאך מוסדות וואס האבן, אבער ס'איז אינו דומה בכלל צו א ביזנענס וואס דארף א פולע השגחה

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 4:25 pm
דורך קיקיון
בתי שתחי' איז אמאל אריין אין קאך פון א קעמף נעמען הייס וואסער ש"ק אינדערפרי
ןןען עס אי שוין יעדער געווען אין בה"מ ביים דאווענען
האט זי געזעהן ווי א גוי גיסט צו וואסער צום טשאלענט

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 8:45 pm
דורך יידישע קהילות
קיקיון האט געשריבן:בתי שתחי' איז אמאל אריין אין קאך פון א קעמף נעמען הייס וואסער ש"ק אינדערפרי
ןןען עס אי שוין יעדער געווען אין בה"מ ביים דאווענען
האט זי געזעהן ווי א גוי גיסט צו וואסער צום טשאלענט

קאלט וואסער?
אבער דארף מען חושש זיין צו דעם על פי דין?
קען מען נישט אנזאגן דעם גוי צוצולייגן נאר ווארים וואסער?

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 11:13 pm
דורך קיקיון
יידישע קהילות האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:בתי שתחי' איז אמאל אריין אין קאך פון א קעמף נעמען הייס וואסער ש"ק אינדערפרי
ןןען עס אי שוין יעדער געווען אין בה"מ ביים דאווענען
האט זי געזעהן ווי א גוי גיסט צו וואסער צום טשאלענט

קאלט וואסער?
אבער דארף מען חושש זיין צו דעם על פי דין?
קען מען נישט אנזאגן דעם גוי צוצולייגן נאר ווארים וואסער?

און ווער וועט קאנטראלירען דעם גוי וואס ער זאל צוגיסען?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 12:55 am
דורך ישראל חיים
קיקיון האט געשריבן:בתי שתחי' איז אמאל אריין אין קאך פון א קעמף נעמען הייס וואסער ש"ק אינדערפרי
ןןען עס אי שוין יעדער געווען אין בה"מ ביים דאווענען
האט זי געזעהן ווי א גוי גיסט צו וואסער צום טשאלענט

זייער גוט ארויס געברענגט מיין פוינט. אודאי מאכט זיך פראבלעמען. אבער א חשובער אינגערמאן איז פונקט אזוי גוט פאר דעם. ווייל אזא מעשה וואלט פונקט אזוי פאסירט ווען ס'איז דא אן ערנסטער משגיח פון א השגחה, ער גייט דאך אויך גיין דאווענען אין בית המדרש.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 12:59 am
דורך ישראל חיים
נחוניא האט געשריבן:
ישראל חיים האט געשריבן:במחילת כבודו האט ער נישט גערעדט אזוי צום זאך. די אלע פראבלעמען וואס ער רעכענט אויס, 1 מ'גייט פון די מילכיגע קאך צו די פליישיגע, 2 מ'דארף איבערקוקן די דעליוועריס, 3 די גוים צינדן אליינס אן די פייער, 4 די פריזער איז אפן ביינאכט. פאר די אלע זאכן דארף מען נישט קיין ערענסטע בעלי מכשירים! עס איז גענוג אז ער איז אן ערליכער אינגערמאן! ער גייט נישט דא כשר'ן א טריפה'נע פעקטארי וכו' מען דארף בעסיקלי איינער זאל האלטן אן אויג. און אויף דעם איז יעדער וואוילער אינגערמאן גוט! עט סאם פוינט איז עס אפילו בעסער ווי יעדע רעסטוראנט אין שטאט וואס האט א השגחה. דארט איז על פי רוב נישטא קיין משגיח תמידי, נאר דער גרויסער ערנסטע בעל מכשיר וואס קומט אריין איינמאל א וואך.... איז קודם זאל מען מתקן זיין די רעסטוראנטס און נאכדעם העמיר זען וועגן די קעמפס. איך ווייס פון עטליכע רעסטוראנטס וואס די גוים עפענען די געשעפט אין זיי הייבן אן קאכן לאנג ביפאר דער איד קומט אן (די פיילאט בלייבט אנגעצינדן) משא"כ אין קעמפ בדרך כלל איז דער אידישער קעכער דער ערשטער אין קאך.

אין א רעסטאראנט מוז איך נישט גיין עסן, אבער אין די מוסדות התורה מוזן מיינע קינדער עסן.

גערעכט טאקע דו מוזט נישט גיין עסן אין א רעסטוראנט אבער זאג נאר דו קויפסט קיינמאל נישט קיין חלות אין א בעקערי אדער פאר פסח אין א טעיק אוט אדער די עסט קיינמאל נישט קיין קוגל ביי א קידוש? פון וואו קומט די קוגל? ע"פ רוב אויב איז עס נישט קיין היימישע קוגל קומט עס פון עפעס א טעיק אוט איז ווייטער די זעלבע זאך וואס טוט זיך אפ דארט אין קאך פונקט ווי ביי יעדע רעסטוראנט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 1:01 am
דורך ישראל חיים
.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 9:38 am
דורך קיקיון
ישראל חיים האט געשריבן:זייער גוט ארויס געברענגט מיין פוינט. אודאי מאכט זיך פראבלעמען. אבער א חשובער אינגערמאן איז פונקט אזוי גוט פאר דעם. ווייל אזא מעשה וואלט פונקט אזוי פאסירט ווען ס'איז דא אן ערנסטער משגיח פון א השגחה, ער גייט דאך אויך גיין דאווענען אין בית המדרש.

אפשר איז דאס אן עצה

אני הפעוט אין איי-וועלט כשרות אפטיילונג" האט געשריבן:חמותי לרפ"ש איז אין א ASSISTED LIVING מוסד, ש"ק ביי די מיטאג סעודה איז זוגתי שתחי'
דארט געווען און משום סיבה אריין און קוך האט זי בעמערקט אז דער משגיח איז נישט דארט
זי האט געפרעגט ביי אנדערע תושבים צי מען האט אים געזעהן און באקומען תשובה אז נישט
האב איך אנגערופען דעם רב המכשיר
און נאך דעם וואס רב האט דורגעכקוקט די פילמ'ס איז דער אינגערמאן היינט דער געוועזענער משגיח
--
IF YOU DON'T SEE SOMETHING SAY SOMETHING

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 10:21 am
דורך קיקיון
Capture.gif
Capture.gif (152 KiB) געזען 1881 מאל

המשך הכשרות התאדות