איך בין אויפגערעגט, אבער בין איך גערעכט?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאטאגאריש
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

איך בין אויפגערעגט, אבער בין איך גערעכט?

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג יוני 07, 2019 4:23 pm

דאס בלוט זידט נאך, איך וועל דערציילען פין אנפאנג

סאיז געווען פריייטיג נאכמיטאג יעדער יאגט זיך, ביי מיר ברענט די הויט, איך פאר ארויף בעדפארד איך האלט ביי ראדני איך גיי מיך דרייען אויף ראס, פארט א קאר געמיטלאך די וואק לייט בלינקט ער פארט צי שנעל אז איך זאל עים קענען פעסען, אבער ער קען נאך מאכען די לייט, אבער ער סלאוט אראפ אין ער כאפט די רויט לייט, איך ווער נערוועז איך געב א קליינע פייף,

איך זיץ אזוי נערוועז אז די קארס זאלן נישט אנפילן ראס אין איך וויל דארפן ווארטן דריי פיר לייטס, ווי עס מאכט זיך דארט אפט, חסדי השם קיין איין קאר איז נישט געקימען, סווערט גרין דריי מיר זיך ביידע, אין איך זעה אז די וואק לייטס בלינקען שוין ווייטער, איך ווארט שוין נישט אין איך פאנג אן פייפען, דער איד כאפט אז איך יאג זיך, ער סלאוט שטארק אראפ אין פארט דארעך געל לייט אין איך בלייב אויף ראס

איך זיץ ביים לייט אין לי ווערט פולער און פולער, ווען סווערט גרין נעמט מיך צען מנוט די נעקסטע פאר גאסען, איך דאבעל פארק איך לויף אריין אין געשעפט אבער מעשה שטן הצליח, מער נישט דא קיין הייסע פעסטראמי פאר טועמה,

איך בין גערעגט סאיז ערב שבת פאר אביסעל שנעלער, אבער בין איך גערעכט?

אגב וועל איך שוין דערציילען וויאזוי די טאג איז ווייטער געגאנגען


איך זעץ מיך אריין אין קאר אין איך פאר, סאיז טרעפיק קאם מען רירט זיך, איך נעם ארויס מיין פאוין אין איך פאנג אן שרייבען די מעשה דא, ווען פליצלינג הער איך א לעלא סע שרייט בלע בלע, איך ווער ווייס אין דערשראקע, קוים עטליכע וואכען דארעך וואס איך האב געכאפט א טיקעט פארן האלטען א פאון אינמיטען דרייווען, סאיז א טייערע טיקעט מיט פאוינטס

איך פאנג אן שוויצען, איך ווארף אריין מיין פאון אין די בעק ביז צו די טראנק, איך טי שנעל אן סיעט בעלטס, לייג אריין געלט אין מיין קאר פישקע, איך וועל נישט אויסרעכענען אלע סגילות אלטץ חשש לצנות, איך טראכט וואס זאג איך דעים פאליס, זיך בעטען האט נישט געהאלפען פאריגע מאל, ווען איך זאג ליגענט ווער איך רויט,

איך דריי מיך אויס אין איך זעה, סאיז א סובארבון אין א אינגערמאן וואס טוט חסד זיצט דארט, אין די לייט גייט זיך טוישן רויט אין איך האלט עם אויף

איך ווער גערעגט, די לעלא האסטו באקימען צי לויפן אויף דיין מצוה, נישט צו פייפען ווען איינער האלט דיך אויף פאר א מניט, איך טראכט פון פארקן אין מיטען גאס אין עם אריינגעבען א מנה אחת אפים, אבער בין איך גערעכט?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג יוני 07, 2019 5:34 pm

פיין געשריבן :)

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » פרייטאג יוני 07, 2019 5:43 pm

יא ביסט גערעכט!
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » פרייטאג יוני 07, 2019 6:44 pm

פארן אוועק ווארפן די טעלעפון און מיטן דרייוון ביסטו זיכער גערעכט
# דינאדמלכיתאדינא!!
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג יוני 11, 2019 9:00 am

דיין גערעכטיקייט זע איך, אבער נישט פארוואס דו ביסט אויפגערעגט?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג יוני 11, 2019 9:18 am

איינער פון די צוויי ביסטו גערעכט,
אדער ווען יענער האט דיר אויפגעהאלטן אין די ביסט געווארען גערעגט,
אדער ווען די האסט יענעם אויפגעהאלטן אין יענער איז געווארען גערעגט.
:grin:
אבער קען זיין ביסט ביידע גערכט די ערשטע מאל ווייל ער האט דיר אויפגעהאלטן,
די צווייטע מאל ווייל ער האט דיר דערשראקן.

עוד י"ל ביידע ביסטו גערעכט ווייל דעס האסטו געטון אין יענס האט יענער :wink:
ס"ה די ביסט אייביג גערעכט

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » דינסטאג יוני 11, 2019 9:16 pm

כמיין ספעלט א שטיקל מעשה...
לדעתי ביסטו גערעכט, פארצייל נאר וואס נאך האט פאסירט יענעם טאג וואס האט דיר געמאכט ווערן אזוי גערעגט....
ווערט געזוכט הילף פאר א גוטע אוועטער!

יישר כח ותזכו למצוות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג יוני 11, 2019 10:16 pm

לאמיר קודם הערן די אנדערע האלב מעשה פון דער בעל הלעלאס, אפשר איז ער גאר נערוועז געווארן אז דו סלאוסט ווען דו ביסט געווען פארנומען מיט דיין פאון...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2980
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יוני 11, 2019 10:49 pm

דאס איז שוין אן אלטע וויכוח צו "געוויסע" הצלה ,מצילי אש, צו שומרים מעמבערס נוצען נישט אויס זייער אויטאריטעט און דאן ביי א עמערדזשענסי וועט זיך איינער אפרעכענען מיט זיי, און מען וועט נישט קאנען שרייען אז יענער איז שולדיג. ווייל ער האלט זיך נישט דערביי ביים רוקען פאר א מעמבער פון א ארגאניזאציע וואס נוצט די לעלוס פאר די פערזענליכע בענוץ. אןו ער ווייסט נישט ווען יא און ווען נישט
בוי זיך זעלבסט

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 11, 2019 11:07 pm

האב איך געוואלט זאגן אז דער וואס סלאוט אראפ און פארט זיך געמיטלעך אויף יענעמ'ס נערוון בדווקא, איז א בלוט-צאפער א פאראזיט, למשל איינער דארף מיין הסכמה דערויף... אבער מיין חתימה שטייט מיר עפעס אין וועג...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

קאטאגאריש
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מיטוואך יוני 12, 2019 1:39 am

נאכען איבערטראכטען מיין איך אז כבין נישט גערעכט כהאב טראפקעלע מגזם געווען אין מעגליך מבזה געווען דער דרייווער וואס האט מיך אויפגעהאלטען, במילא גיי איך איבעשרייבען די מעשה פינקטלעך,

סאיז געווען פרייטיק פארמיטאג, מערטיל האט געהאט קאנסטראקשאן נאר איין לעין איז געווען אפען, א לעלא אינגערמאן האט זיך געיאגט אין ער האט גלעלאט, סהאט מיך נערווירט, אין סאיז מיך בייגעפאלען צי שרייבען די משל מעשה, ארויסציברענגען ביידע זייטען,

אין אלטץ והייתם נקיים, וויל איך זאגען אז איך עס נישט הייסע פעסטראמי פאר טועמה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אייניקעל פון אהרן הכהן, משהלע און 19 געסט