אהבה רבה, אויף מיין אייגענע שפראך.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

אהבה רבה, אויף מיין אייגענע שפראך.

תגובהדורך משה'לע » פרייטאג יוני 07, 2019 12:34 pm

בנוהג שבעולם, ווען א טאטע זעהט זיין קינד שטיין ביי די פענסטער פון די 5טע שטאק און ער שטעקט ארויס זיין קאפ, וועט זיין טאטע אים אריינשלעפן און געבן אפאר גוטע פעטש ער זאל דאס מער נישט טוהן, נישט ווייל די טאטע איז שלעכט, נאר פשוט די טאטע האט ליעב זיין קינד און עס איז אים אזוי טייער אז ער וויל אים נישט פארלירן.

אוי טאטע אין הימל, די קלינגעדיגע פעטש וואס איך האב געכאפט פון דיר, אוי האט דעס וויי געטוהן, אבער איך ווייס אז דו האסט עס געטוהן ווייל דו האסט מיר ליעב, דיין אהבה צו מיר איז אזוי שטארק, אז דו ווילסט מיר נישט פארלירן חלילה,
אהבה רבה אהבתנו השם אלוקינו.

און אפילו ווען איך האב געכאפט שלעק איז עס ממש א פינטעלע קעגן וואס דו קענסט מיר ווען באמת געבן, נאר פון דיין גרויס אהבה צו מיר 
חמלה גדולה ויתירה חמלת עלינו.

אוי היילגע טאטע אין הימל, איך כשלעצמי ווייס איך נישט וויפיל זכותים איך האב צו בעטן, אין בי תורה ואין בי מעשים, איך האב אבער איין זאך יא, דאס איז א טאטע וואס האט מיר ליעב גאר שטארק, איז
אבינו מלכינו בעבור שמך הגדול.

פון ווען איך בין געווען א קליין קינד האבן מיר מיינע עלטערן געהאלטן אין איין זאגן, משה'לע דו ברויכסט עפעס? ס'איז דא א טאטע אין הימל, בעט פון אים וואס דו ווילסט, ער וועט דיר געבן! און אזוי האבן זיך געפירט מיינע עלטערן, ואבות אבותינו, איז פארדעם
ובעבור אבותינו שבטחו בך.

טאטע אין הימל, דו האסט פונקטליך געוואוסט ווען דו האסט באשאפן דעם יצר וואס ער איז אומשטאנד צו טוהן מיט אונז, און דו האסט אויך געוואוסט אז מיר זענען נישט מער ווי א בשר ודם, און דער יצר באזיגט אונז אסאך פאר מיר קענען נאר טראכטן פון זיך שלאגן מיט אים, פארדעם האסטו אונז געגעבן א תורה וואס לערנט אונז א מהלך החיים וואס דארף אונז גרינגער מאכן די מלחמה, און די מהלך החיים האסטו אויסגעלערנט פאר אונזערע עלטערן אויפ'ן בארג סיני.
ותלמדם חוקי חיים.

אבער וואס פונקטליך איז די יסוד היסודות וואס דו טאטע ווילסט פון אונז?
לעשות רצונך בלבב שלם.

איז טאטע אין הימל, מיר זענען היינט אין א דור יתום, די מוחות זענען אונז אינגאנצן צומישט, צוליב אונזערע חטאים זענען מיר פארטריבן געווארן אין גלות, ומאז נתרבו מחלוקות בישראל, וואס דער זאגט ס'איז מותר זאגט דער אנדערער אסור וכן להיפך, עד שיבוא אליהו און וועט שלום מאכן, אבער דערווייל ברויכן מיר וויסן וואס ווילסטו מיר זאלן טוהן פאר דיר, מה חובתי בעולמי, איז אזוי ווי דו האסט געלערנט אונזערע עלטערן,
כן תחננו ותלמדנו.

ווען א איד גייט צו א גביר נאך געלט איז ער אנגעוויזן אויף זיין רחמנות, טיילמאל איז דער גביר בכלל נישט קיין בעל רחמים, און אפילו ווען יא איז ער אויך נישט אלעמאל אין די גיסטע, דו טאטע אין הימל בוזט דאך דער אב הרחמן, איז
אבינו אב הרחמן המרחם, רחם נא עלינו.

ווען א גביר מאכט חתונה גייען די ארימעלייט צו אים נאך געלט, און יעדער בעהט דעם גביר זייערע צרכים, אונזער פאטער אין הימל גייט איצטערט חתונה מאכן כנסת ישראל מיט כביכול, די גרויסארטיגע חתונה קומט פאר אט אט, שלעפט זיך אונזער ארימער אפגעריסענער משה'לע צום טאטן אין הימל, און איך האב פאר אים א גאנצע שאפינג ליסט וואס איך דארף, צום אלעם ערשט דארף איך קודם שכל צו בעטן, איך זאל וויסן וואס צו בעטן.
ותן בלבנו בינה להבין ולהשכיל.


אמאל מאכט זיך אז איינער זאגט א גאר גוטע געדאנק וואס קען גוט צוניץ קומען צו עבודת השם, אבער מען געט זיך א דריי אויס אין מיט אזא ביטול, אה דער האט עס געזאגט, הע, ער איז דאך א ..........., איזהו חכם הלומד מכל אדם, ברויכן מיר האבן שכל
לשמוע.

טיילמאל וועלן מיר מאכן טעותים אין אונזער לעבן, און מיר מאכן כסדר, מען פאלט, און מען קומט צו די אנערקענונג אז עס האט נישט געטויגט, אבער מען ברויך האבן שכל צו לערנען פון אונזערע דורכפעלער
ללמוד.


עס דרייען זיך הונדערטער אידן וואס ברויכן חיזוק זה בכה וזה בכה, יעדע איד האט עפעס וואס ער קען ארויסגעבן פון זיך צו העלפן אנדערע, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, יעדער איינער האט זיין שטריך וויאזוי ער קען מחזק זיין אנדערע, נאר מען ברויך האבן די שכל עס צו מקיים זיין
וללמד.


מען קען הערן שעות און רעדן פונעם אייבערשטן, און הערן איבער אמונה און בטחון, און אפילו עס איבערגעבן מיט א גוטן שפראך פאר אנדערע, אבער ווען עס קומט צו ארבייטן דערמיט אינעם טאג טעגליכן לעבן איז די בחור נישט צום האבן
לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתיך באהבה.


איך ווייס אז אין יעדע אות וואס שטייט אין די תורה קען מען זעהן דעם אייבערשטן, מען קען ווערן צו דיר נאנט בלויז דורך אריינקוקן און דיר זעהן אין די תורה, יעדע ווארט קען מען זיך אריינטוהן און זיך מקשר זיין און דיר, ליחדא שמא דקודשא בריך הוא, די רוחניותדיגע קשר וואס מיר קענען באקומען פון די אותיות התורה איז דאך אין לשער ולתאר, איז בעט איך דיר טאטע
והאר עינינו בתורתיך.

אוי וויי טאטע אין הימל, ווי נעם איך די כוחות, וויאזוי באשרייב איך יעצט די שנירעלעך טרערן וואס מאכן יעצט די וועג אראפ פון מיינע צוויי אויגעלעך, הייליגע טאטע איך האב ביי מיר ליגן א טייערע אוצר, איך ברויך נאר איין זאך, איינער זאל מאכן דערויף א שטארקע קניפ...... אוי טאטע איך דארף א קניפ!!! נישט מער ווי איין שטארקע קניפ דארף איך, א קשר אמיץ וחזק, אוי וויי טאטע, מיין הערצעלע רבונו של עולם, מיין טייערסטע חפץ, איין קניפ דארף איך טאטע.
ויחד לבבנו לאהבה וליראה את שמך.


בזיונות האב איך שוין גענוג געהאט אויף די וועלט, איך ברויך נישט נאך, און כל שכן אויף יענע וועלט, ווי וועל איך מיר באווייזן מיין פנים דארטן אויף יענע וועלט, איך וועל דאך נישט קענען קוקן קיינעם אין פנים
למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד.


וויפיל קלעפ איך האב שוין געכאפט אין מיין לעבן, וויפיל מאל איך בין שוין דורכגעפאלן, איין זאך פרוביר איך אלעמאל אנצוהאלטן, דאס בוזטו טאטע אין הימל! איך וויל דיר קיינמאל קיינמאל נישט אפלאזן אפילו פאר איין רגע
כי בשם קדשך הגדול הגבור והנורא בטחנו.


יעדע טאג, איעדע רגע וואס איך האלט מיר, יעדע וואך וואס מגייט אריבער בקדושה ובטהרה איז עס א שמחה נישט נאר פאר מיר, נאר פאר אלע עולמות דרי מעלה ודרי מטה, אלע ווייסן עס קען נאר פאסירן מיט דיין הילף, בעט איך דיר טאטע, העלף מיר אויף ווייטער אויך
נגילה ונשמחה בישועתך.


איך ווייס אז דו פארלאנגסט פתחו לי פתח כחודו של מחט, אבער וואס זאל איך טוהן אסאך מאל איז מיר די הארץ פארקלאפט, נישטא גארנישט, אבער דו בוזט דאך א בעל הרחמים, פארלאז מיר נישט אפילו אין אזא מצב
ורחמיך השם אלוקינו, וחסדיך הרבים אל יעזבינו נצח סלה ועד.


און פאר איך שליס מיינע ווערטער, דו זעהסט דאך טאטע וויאזוי די גלות זעהט אויס, די גאס איז דאך שוין ערגער ווי אין מצרים, מיר ברויכן השפעות מיר קענען זיך קוים האלטן דא אין גלות
מהר והבא עלינו חיים ברכה ושלום מהרה מארבע כנפות הארץ.


ווילאנג נאך וועלן מיר זיך מוטשענען אין די שווערע גלות, עס ווערט נאר עגער און ערגער, אין די גאסן קען מען שוין נישט שיקן קיין קינדער, די פריצות איז שרעקליך און אומדערטרעגליך
ושבור עול הגוים ועול גליות מעל צאוורינו, ותוליכנו מהרה קוממיות לארצינו.

באשעפער איך לאז אויס מיט די ווערטער
כי קל פועל ישועות אתה, ובנו בחרת מכל עם ולשון, וכו' להודות לך וליחדך באהבה, ולאהבה את שמך.
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » פרייטאג יוני 07, 2019 1:11 pm

אהבה רבה, אויף מיין אייגענע שפראך.pdf
אהבה רבה, אויף מיין אייגענע שפראך PDf
(65.26 KiB) דאונלאודעד 43 מאל

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דינסטאג יוני 11, 2019 7:53 am

משה'לע האט געשריבן:אהבה רבה, אויף מיין אייגענע שפראך.




הערליך!!
א טייערע שטיקל ארבעט פון התבוננות און השתפכות הנפש. ייש"כ פארן מזכה זיין.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, וואס טוט זיך, פאלקס קיך און 30 געסט