מען דארף טוהן, נישט אויפטוהן !!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

מען דארף טוהן, נישט אויפטוהן !!!!

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג יוני 07, 2019 11:37 am

חצקל איז געווען דער שוסטער בה"א הידוע אין שטאט ראדין יעדער וואס האט געדארפט פארעכטן אדער קויפן נייע שוך האט געוואוסט איין אדרעס "חצקל דער שוסטער" אזוי איז ער אנגעגאנגן יארן לאנג

נו חצקל ווערט נישט אינגער אויב עפעס ווערט מען נאר עלטער אזוי אידעך סדר העולם ס'געקומען א צייט וואס חצקל איז אלט געווארן און די ארבעט זיינע איז שוין נישט געווען אזוי איי איי איי אבער ער איז נאך אלס אנגעגאנגן בכל כוחו

דא איז אריינגעקומען געציל, א ענערגישע אינגערמאן מיט צוויי רעכטע הענט מלא פאטענטן און עפענט א שוסטעריי פונקט קעגן איבער חצקל , מאכט הערליכע שוך און פארעכט מיט א פונקליכקייט עד להפליא מיט א מורא'דיגע שנעלקייט , שטייטצעך אז דריי פערטל שטעטל האט אנגעהויבן אריבערגיין צו געצל'ען אין די מאסן און חצקל האט זיך פלוצים דערזעהן מיט א ליידיגע געשעפט און מיט קוים ארבעט צו טוהן

נו וואס טוט מען דא, עפענט זיך א קאמפעטיציע פונקט קעגן איבער און כאפט צו ס'פרנסה , גייט ער אריין צו ר' ישראל מאיר קאגאן פון די גוטע אידן אין שטאט און פון זיינע ערליכע קאסטומערס וואס האלטן זיך צו אים און גייען נישט אוועק, און רעדט זיך אויס ס'הארץ זיינע , קומט זיך א פרישער אינגערמאנטשיק און כאפט צו די גאנצע פרנסה מיינע כ'ווייס נישט וואס צו טוהן אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן

זאגט אים ר' ישראל מאיר הערטס אויס חצקל באלד העט קומען צו מיר ר' נטע דער ראש הקהל וואס איז אויך אריבער צו געציל און כעל אים פרעגן מה זה ועל מה זה , פיין זאגט חצקל א גוטן טאג אייך.

ר' נטע קומט צו ר' ישראל מאיר זיך דורכשמועסן א ענין , און ר' ישראל מאיר האלט אים פאר , ערעב נטע , סע'פשט אז איר גייט אוועק פון חצקל וואס איז אונזער שוסטער דא אין שטאט יארן לאנג מיט אסאך גוטע עקספיריענס און גייסט צו געצל'ען א אינגערמאנטשיק'ל וואס האט קוים אנגעהויבן זיין פאך ?

זאגט אים ר' נטע, וואס הייסט פארוואס כ'גיי אוועק דער חצקל איז אלט ער מאכט נישט אזא גוטע ארבעט , די הענט ציטערט אים שעת'ן נייען די לעדער, אזוי אז די זוים פון שוך קומט ארויס אין די ברייט ער האט נישט קיין כח צו גלאנצן די שוך, און די לעדער זעהט אויס אווי מ'האט עס אקארשט איינגעטינקען אין מאראסט און נאך אלעם בעט ער זייער טייער אין די צייט וואס געציל מאכט א הערליך און געשיקטע ארבעט פאר א פערטל די פרייז , רבי ,וואס חצקל דויערט א טאג , דויערט ביי געציל א שעה און נאך פאר א פערטל די פרייז זאל איך נאך גיין צו חצקל?! אודאי נישט .....

זאגט אים ר' ישראל מאיר , ר' נטע איר האט גאר א שטארקע טענה לאמיר אריבערגיין צו חצקל'ען און לאמיר זעהן וואס ער האט צו ענטפערן דערויף

זיי גייען ביידע אריבער און ר' ישראל מאיר לייגט פאר די טענות וואס ר' נטע האט , זאגט חצקל, פונקט פארקערט געציל איז אסאך טייערער פון מיר , קוק אהן כ'לייג אריין מיין גאנצע קאפ און מוח אין די שוך, איך קאנצעטריר מיר מיט א געוואלדיגע פונקטליכקייט אז די שוך זאל אויסקומען די שענסטע וואס מעגליך און טאקע פארדעם דויערט עס מיר א גאנצן טאג און כ'בעט א רענדל פאר ארבעט פון איין גאנצע טאג, אבער דער געצל איז א אינגערמאנטשיק, לייגט נישט אריין צו סאך כוחות און טאקע ס'דויערט אים נאר איין שעה אבער ער בעט פאר איין שעה א פערטל רענדל און דאס איז אסאך טייערער פון מיר אז איר טראכט גוט אריין.

רופט זיך אהן ר' ישראל מאיר , חצקל חצקל איר זענט טאקע הייליג גערעכט איר ארבעט טאקע אסאך שווערער און אסאך לענגער ווי געציל, אבער דא קוקט מען נישט אויף וויפיל איר האט זיך געפלאגט אדער ווי לאנג איר ארבעט ,דא וויל מען זעהט די תוצאה דהיינו א פערטיגע פאר שוך, ס'אינטערעסירט נישט קיינעם ווי לאנג אדער ווי שווער מ'ארבעט דערויף, וועגן דעם גייט יעדער צו געציל און נישט צו אייך !!!


***************************

מיט אט די משל (אמת'ע מעשה) האט דער גרויסער כהן דער הייליגער חפץ חיים זצ"ל פארענטפערט א וועלטס קשיא , מען זאגט ביי די יהי רצון ווען מ'איז מסיים א מסכת " אנו רצים והם רצים ,אנו רצים ומקבלים שכר והם רצים ואינם מקבלים שכר" שטעלט זיך די פראגע וואס הייסט הם רצים ואינם מקבלים שכר , מ'זעהט דאך בפירוש גענוג יושבי קרנות וואס ארבעטן א גאנצן טאג און באקומען שיין באצאלט דערויף, נו יעמאלטס וואס הייסט ואינם מקבלים שכר ?

זאגט דער הייליגער ח"ח אודאי באקומען די ליידיג גייער שכר, אבער נישט פאר די זעלבע סיבה וואס אונז תורה טרייע אידן באקומען , זיי באקומען שכר נישט פאר די ארבעט וואס זיי טוען נאר פאר די תוצאה וואס איז ארויסגעקומען פאר זיין ארבעט ,צו ווייל ער האט געקלאוזט דעם דיעל צו ווייל ער האט גע'ענדיגט א מאשין צו סיי וואס ס'זאל נאר נישט זיין, אבער נישט פאר די ארבעט וואס ער האט געטוהן א גאנצן טאג, דאס גייט נישט אהן דעם בעה"ב ,ער וויל זעהן פרוכט פון די ארבעט, ארבעט אליינס איז נישט גענוג

משא"כ א ערליכער איד, וואס וויל דער הייליגער באשעפער אונזער געטרייע פאטער פון אונז , ער וויל א תוצאה?! כלל וכלל נישט!, ער וויל זעהן דעם פלאג , די מיה און חשק וואס אונז לייג מיר אריין צו אין תורה אדער עבודה אדער גמילת חסדים אדער אין יעדע מצוה פון די תרי"ג מצוות , ס'ברויך נישט זיין קיין שום תוצאה , לפום צערה אגרא !

מיט דעם פארשטיייט מען הערליך דעם אויבנדערמאנטן מאמר אנו רצים והם רצים, אונז ביידע לויף מיר טאקע ,אבער אנו רצים ומקבלים שכר , ווייסט אויף וואס אונז באקומער אטא די שכר אויפן "רצים" אויפן לויפן , אויפן זיך פלאגן, אבער הם רצים ואינם מקבלים שכר, זיי לויפן און באקומען נישט שכר פארן לויפן ווייל ס'אינטערעסירט נישט קיינעם וויפיל ער פלאגט זיך אויף גשמיות מ'וויל נאר א תוצאה און דאס איז דער חילוק צווישן עולם הזה און עולם הבא , עולם הזה קוק מען אויפן "תוצאה" אבער אויף יענע וועלט קוקט מען אויפן "עמל"

דאס איז א מורא'דיגע חיזוק פאר אונז אידישע קינדער און מ'דארף דאס מיטנעמען פאר א גאנץ יאר ,וויפיל מאל פלאגן מיר זיך אויף א בלאט גמרא און מ'האמיר עס נאך אלס נישט פונקטליך ארויס וויפיל מאל פלאגן זיך מיר אויף א מצוה און ס'גייט נישט ווי געפלאנט וויפיל מאל האבן מיר די חשק צו טוהן תשובה און מ'פאלט נעבעך דורך ,אויף דעם זענען געקומען חז"ל און געזאגט , זארג נישט ר' איד אפילו ס'איז נישט דא קיין תוצאה , האסטוך געפלאגט ?! העסטו באקומען שכר, האסט געוואלט ?! העסטו באקומען שכר, אויף יענע וועלט קוקט מען נישט צו דו ביזט אנגעקומען ,מ'קוקט ווי שווער דו האסט אריינגע'ארבעט, לפום צערא אגרא.

מ'האט געלערנט פאריגע וואך אין די פרשה אם בחוקותי תלכו, זאגט רש"י שתהא עמלים בתורה, ע"פ הנ"ל פארשטיי מיר עס כמין חומר, ווייל אין אמת'ן אריין וואס הייסט אם בחוקותי "תלכו" , זאל שטיין תשמרו אדער תעשו , וואס איז דער תלכו וואס, נאר לויט ווי מ'האמיר געשמועסט איז דאס טאקע דער פשט, א איד ברויך נישט אויפטוהן א איד ברויך טוהן און מיט דעם רעכנט מען זיך אויבן אין הימל ,מ'דארף זיין בבחינת "הולך" גיין און גיין אפילו מ'מיינט אז מ'קומט נישט אהן אין ערגעץ העט דיר קומען די אלע שכר וואס שטייט ווייטער אין די פרשה ,און וועגן דעם זאגט טאקע רש"י שתהא "עמלים" בתורה מ'ברויך זיך פלאגן אין תורה , פלאגן און נישט פונקטליך פארשטיין אודאי העט דער בוכ"ע העלפן אז מ'פלאגט זיך קומט מען זיכער אהן יגעתי ולא מצאתי אל תאמין אבער דאס איז נישט די נקודה ,די נקודה איז "עמל" נישט קיין "תוצאה"

אז מ'העט צו גיין מיט אזא הכנה מיטן פארשטאנד אז כ'מוז נישט אנקומען אבער כ'דארף ווייטער "פרובירן" ווייטער "שטייגן" ווייטער זיך "פלאגן" צו וואקסן במעלות ובמדות התורה העט מען זיכער קענען גרינגער צו גיין צו קבלת התורה , השי"ת זאל העלפן אונז זאל מיר טאקע האבן די ריכטיגע שכל בינה ודעת עס אויסצופירן

(מבוסס על דרשת הגה"צ המגיד ר' יענקעלע גלינסקי זצ"ל)
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » פרייטאג יוני 07, 2019 12:08 pm

הערליך, נו וודאי! וואס האט איר געמיינט.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג יוני 10, 2019 11:24 pm

זייער שיינע געדאנק!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דינסטאג יוני 11, 2019 12:47 pm

שכוח
זייער שטארקע דיבורים
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט