דאס בינטעלע בלום וואס ווערט נישט פארוועלקט!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

דאס בינטעלע בלום וואס ווערט נישט פארוועלקט!

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:49 pm

זיינע גרויסע וואנצעס און געשוואלענע באקן געבן די איינדרוק פון א גרויסן באנקיר. אויך זיין שיין אויסגעגלעטע אנצוג טוט פאסן צו דעם קאראקטער. אבער א ערשטע ערשיינונג קען צומאל זיין פארפירעריש און אינגאנצן נישט די ווארהייט, און ווען נישט די גרויסע שילד וואס ער האלט געדרוקט צו זיין בויך, וואלט מען טאקע געקלערט אז דאס איז א ערנסטער ביזנעס מאן וואס מען ברויך באהאנדלען מיט זיידענע הענטשקעס​.

די גרויסע ווערטער אויפן שילד איז א נאמען פון א רייזענדע וואס דארף אין די קומענדיגע מינוטען ארויסקומען פונעם גרויסן טויער, די בוכשטאבן זענען גענוג גרויס אז יענער זאל גלייך דערקענען ווער פון די אומבאקאנטע געשטאלטן וועט איהם צופירן צו זיין האטעל.

נאך פילע אנדערע שטייען דארט אויסגעשטעלט מיט זייערע שילדן, פארשידענע גרויסקייטן, פילצאליגע שפראכן און אייגענארטיגע נעמען. יעדער ווארט אויף עמיצער, פארטיפט אין זיין אייגענע שטילקייט אינמיטן דאס גאנצן גערויש.

עס איז א פלאץ פון טומעל און גערידער, אלעס פארט אויף רעדער און יעגעניש, יעדער מיט זיינע געדאנקן און יעדער מיט זיינע בליקן געשפאנט צום טויער פון וואו עס שטרוימען ארויס הונדערטע מענטשן באגלייט מיט זעק און געפעק.

דא פאראייניגן זיך פאמיליען, דא טרעפן זיך פריינד און אזעלכע וואס זענען געווען יארן פונאנדערגעשייד טוען זיך דא ברודערליך האלדן. עס איז א ארט וואו בענקשאפט קומט צו זיין ענדע און טרערן פאר פרייד איז דא נישט קיין זעלטענע ערשיינונג.

געווענליך ווען מען געפינט זיך אין דעם זאל, איז מען געשפאנט און גוטמיטוג, מען ווארט צום ערשיינונג פון דעם איינעם באליבטן. עס קען זיין עלטערן וואס זעען זייער קינד צוריקקומען פון הויכשולע, עס קען זיין קינדער וואס טוען ערווארטן זייער פאטער וואס קערט זיך אום פון עבר לים. אמאל איז עס איינער וואס גייט טרעפן זיין יוגענטפריינד, און צומאל צוויי ברודער וואס גייען זיך טרעפן צום ערשטן מאל זינט זיי האבן פארלאזט זייער פאטערליכע הויז.

מען רייבט זיך די הענט פאר נערוועזקייט און צומאל ווארט מען אויף עמיצער וואס מען ווייסט ניטאמאל וויאזוי ער קוקט אויס היינט צוטאגס, איז ער געוואקסן? האט ער א בארד? פארמאגט ער נאך איבערוואג? און טויזענטע פראגעס וואס גייען אט אט ווערן פארענטפערט.

צומאל הערט מען פלוצלינג א אויסברוך פון א געשריי, נארוואס האט א גרופע געטראפן זייער נאנטע, מען נעמט איהם אויף מיט יובעל און גרויסע באלונס. אביסל ווייטער ווערט איינער ענטפאנגן מיט בלומען באגלייט מיט אסאך טומעל. גלייך נעמט מען איבער זיין רענצל און מען שפאצירט מיט איהם ארויס ווי מיט א קעניג.

צווישן די גערויש זענען אויך דא פארהאן אזעלכע וואס ווארטן שוין א לענגערע צייט, עס איז זיי נאכנישט באשערט דאס פרייליכן אויספלאץ. איינער ווייסט אז די פליגער האט געשפעטיגט און טוט זיך טרייסטן מיטן בליקן כסדר אויפן זייגער. א צווייטער האט נישט קיין אהנונג וואס דא גייט פאר און פראבירט זיך צו בארואיגן אז באלד וועט קומען די צייט און אויך זיין באליבטן וועט ארויסשפאצירן פונעם טיר.

אויפן ערד ליגט א בינטל בלומען, שוין היבש פארוועלקט און פארדזשאוועט, דאס האט ווארשיינליך עמיצער אראפגעווארפן פאר אנטוישונג ווען זיין מענטש האט נישט געטוהן אפירקומען, ווער ווייסט ווילאנג ער איז געשטאנען אויף די פיס ביז ווען ער האט באשלאסן אויפצוגעבן.

מען קען באמערקן נאך עמיצער מיט זיינע בלומען אין די האנט, אבער אויף זיין געזיכט איז אויסגעשפרייט טרויער, זיין שפאנונג איז פארוואנדעלט געווארן צו אנגעזעצטקייט, אויך ער געפינט נישט זיין ערווארטעטע. נאך אזויפיל צייט פון ווארטן און קרעכצן, האט שוין אפילו דאס פלאנץ אויפגעגעבן, איהרע בלעטער זענען שוין פאטריקענט און הענגן אויף אראפ, פונקט ווי זיין נאז.

וויפיל איז די מאס פון ווארטן, ווילאנג מוז מען בלייבן האפן און ביז ווען וועט דאס בלום בלייבן פריש?

אבער געב נאר א קוק, דארט שטייט עמיצער אויף די פיס, זיינע אויגן רוקן זיך נישט אוועק פונעם גרויסן טויער, ער ווארט שוין דא - דאכט זיך - היבש א וויילע. זיין פנים איז מיר שוין באקאנט ווייל אלע אנדערע מענטשן האבן זיך שוין געטוישט אבער ער שטייט נאך דארט פון לאנג. ער האלט נאך פארן אויפגעבן, זיין שמייכל איז נאך דא, זיין שטימונג איז נאך גוט - און זיינע בלומען זענען פריש.

מאנכע זאגן אז דער פערשוין איז נאך דא פון נעכטן, אנדערע דערקענען איהם נאך פון פארגאנגענעם וואך, אבער ווייניג ווייסן אז ער טוט שוין דא פארוויילן פאר א לענגערע תקופה. ער ווייסט נישט ווען זיין נאנטע ברויך צו קומען, עס איז איהם נישט באקאנט קיין שעה און נישט קיין טאג, אויפן פיס ער שטייט און האפט און ווארט.

און די וואונדער איז, אז ער האלט די זעלבע בלומען שוין אזוי לאנג, שוין פון ווען ער האט אנגעהויבן ווארטן אויף דעם ארט, און זיי זעען אויס פריש ווי פון היינט געשניטן.

"זאגט נאר מיין פריינד," קערט זיך צו איהם איינער פון די אנוועזענדע, "פון וואנעט נעמט איר די קראפט צו ווארטן אזוי לאנג און נישט אויפגעבן אפילו נאך א לענגערע צייט?"

"איך וועל אייך זאגן", טוט ער ערקלערן, "ווילאנג מיינע בלומען זענען נאך פריש, זענען זיי נאך ווערט צו שענקן פאר מיין באליבטן, און דאס געבט מיר די האפנונג אז באלד וועט ער זיך שוין ענדליך אנטפלעקן און איך וועל איהם דערמיט טוהן אויפנעמען."

"אבער מיין טייערע מאן," פרעגט יענער נאך מער פארוואונדערט, "דאס מאכט מיין פראגע שטערקער און מער אומפארשטענדליך, וויאזוי האלטן זיך אייער בלומען אזוי לאנג אינדערצייט וואס ביי אנדערע טוען זיי שוין פארוועלקן נאך עטליכע שעה?"

"דאס איז גאנץ פשוט און איינפאך," געבט ער צו פארשטיין, "אנדערש איז מיין בינטל פון אנדערע, איר קענט נישט צוגלייכן די בלומען מיט וואס אלע קומען צו מיינע. די הערליכע שטרויזן און געוויקסן מיט וואס איר טוט קומען זענען אפגעשניטן און טוען זיך האלטן א קורצע צייט פון אביסל וואסער, אבער געבט נאר א קוק אויף מיין פלאנץ, עס איז צוגעבינדן און באהאפטן צום שורש!"

* * * * *

דאס יידישע פאלק, שוין אזויפיל יאר אין גלות און טוען ווארטן, זיי שטייען מיט זייער בינטל בלומען, דאס בינטעלע וואס מיר האבן באקומען אויפן בארג סיני. מיר קענען קוים ווארטן אויפצונעמען משיח צדקינו מיט אונזער פלאנץ און מיר געבן נישט אויף ווילאנג אונזער שטרויז איז נאך פריש. עס קוקט אויס יעדן טאג ווי פון היינט, כל יום כחדשים.

עס איז נישט קיין וואונדער און נישט קיין פראגע, יעדער פארשטייט וויאזוי אונזער בלום איז נאך נישט פארוועלקט אדער פארדזשאוועט, יא די ענטפער איז פשוט און איינפאך, ווייל מיר זענען געבינדן און באהאפטן צום שורש!

* * * * *

א לעכטיגן יום טוב שבועות!
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:54 pm

הערליך!
הוי מחשב...

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:55 pm

הערליך און זיס אראפגעלייגט

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג יוני 07, 2019 12:20 am

הערליכע געדאנק מיט א רייכע שפראך!

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » פרייטאג יוני 07, 2019 4:23 am

מתוק מדבש
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג יוני 07, 2019 7:23 am

שפתים ישק

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג יוני 07, 2019 9:31 am

הערליך שיין, אזויווי אייביג!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג יוני 07, 2019 9:34 am

הערליכע געדאנק, שיין אראפגעשריבן. ייש"כ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » פרייטאג יוני 07, 2019 11:35 am

שטארק!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג יוני 11, 2019 4:30 pm

עפעס אויסערגעווענליך!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יוני 11, 2019 8:06 pm

אייוועלט בתפארתו!

די שריפט הערליך און שיין,
די געדאנק מלא חן,
א נקודה לויטער און ריין,
יש"כ פארן אונז מהנה זיין!
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » דינסטאג יוני 11, 2019 9:00 pm

א רייכע שפראך, געשריבן צו דער זאך,
יישר כח
ווערט געזוכט הילף פאר א גוטע אוועטער!

יישר כח ותזכו למצוות!

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:29 am

א הערצליכן דאנק פאר אלע באדאנקערס און שיינע קאמענטארן!

דאס געבט א הנאה צו שרייבן נאך און העלפט אויסשארפן דאס פארשטויבטע פעדערל!
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יא איך און 25 געסט