איך וויל אז מיין קינד זאל אויפוואקסן צו זיין א...?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווען מיין קינד גייט אויפוואקסן וויל איך אז ער זאל זיין א...

רב רבי
8
10%
כלי קודש, ראש ישיבה, דיין, מגיד שיעור, מלמד
16
20%
כולל יינגערמאן, תורתו אומנתו
12
15%
לערנען א האלבן טאג און ארבעטן א האלבן טאג
18
23%
ביזנעסמאן, אפיס ארבייט, אינוועסטאר.
23
29%
בעל מלאכה, עלעקערישן, געשעפטס-מאן
3
4%
 
סך הכול שטימען: 80

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דינסטאג יוני 11, 2019 11:43 am

ווער בין איך צו וועלן? אזויפיל יא, איך פרוביר נישט צו שטערן זיי זאלן אויפוואקסן דאס שענסטע און דאס בעסטע לויט זייערע פון הימל באשאנקענע כשרונות און מעגליכקייטן, און א תפלה איז שטענדיג אין מיין מויל, "טאטע אין הימל, היה נא מצליח דרכי ודרכם ברוחניות ובגשמיות מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא"
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » דינסטאג יוני 11, 2019 12:18 pm

#נעריש
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

מחאה
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דינסטאג יוני 11, 2019 3:27 pm

ונהי' אנחנו וצאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל כולנו יודעי שמך ולומדי תורתיך לשמה, דאס בעט איך יעדן טאג פארן לערנען... איך וויל אז איך און מיינע דורות זאלן לעבן מיטן רבש"ע, מיט אהבת ה' ויראת ה' מיט אהבת ישראל, און ממילא וועט זיין ולומדי תורתיך לויט זייערע כשרונות און לויט זייער געשמאק, און לשמה, אז זיי זאלן וויסן ווער עס פארלאנגט פון זיי צו לערנען, און אז מיט יעדע ווארט תורה איז שכינה מדברת מתוך גרונו ממש, און זיין מויל ווערט א כלי שרת פארן דיבור ה', און אז זיין מח ווערט מקושר מיט מהותו ועצמותו ית"ש.
און אויב זיי דארפן גיין ארבעטן, זאלן זיי וויסן ווער עס פארלאנגט צו ארבעטן, אז דאס איז רצון ה', און זיי זאלן מקדש זיין ש"ש ביים ארבעטן לויט די דיני חו"מ, מיט די שש מצוות תמידיות, און וויסן אז פרנסה קומט פונעם רבש"ע, און די ארבעט האט נישט קיין שייכות מיט וופיל געלט ער מאכט, און איןם אדם שומע לי ומפסיד.
יעצט וויאזוי איך וויל פאר מיין אימעד"ש און ישות, זאלן זיי וואקסן רעק"א מיט ר' לייבעלע איגר צוזאמען... אבער וויאזוי ער זאל באמת וואקסן איז תלוי אין רבש"ע, אבער אלס חיוב חינוך, האט דער בארימטער בעל מחנך וואס די תורה איז מעיד אויף זיין חכמה אדונינו שלמה המלך ע"ה געשריבן "חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו"... דאס פרובירן מיר צו טון, און מיר פרובירן צו לאזן די ישות אין א זייט....
יעצט אויף די שאלה וואס איך וויל מיינע קינדער זאלן אויפוואקסן: איך וויל כבוד, וממילא זאלן זיי נישט זיצן צו לאנג אין כולל על התורה ועל העבודה, וויל עס ברענגט נישט די געוואונטשענע, נאר זיי זאלן ווי שנעלער נעמען א פאסטן אין ישיבה למצויינים... אבער באמת זאלן זיי וואקסן דאס פ"וו זיי זענען דא אויף דער וועלט, און מקדש זיין ש"ש
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

מים חיים
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג יוני 11, 2019 4:17 pm

;l;p-


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט