אייוועלט ליעק! נייעס בלאט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

אייוועלט ליעק! נייעס בלאט

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך יוני 05, 2019 3:36 pm

בשורה טובה פאר יהדות החרדית בכלל און תושבי אייוועלט בפרט!

נאך לאנגע באמיאוגען, באראטונגען, צוזאמענקומענישן און מיטינגען איז באשלאסן געווארן, אז אזויווי מ'קען שוין דא באלד נישט לייענען קיין גראד ווארט, מענטשן וואס קומען דא נאך נייעס קענען קוים טרעפן וואס מען זוכט, מענטשן וואס קומען דא נאך געשמאקע ארטיקלען ווערן פארלוירן צווישן די אומצאליגע אשכולות, וועט מען בקרוב ממש אנהייבן דא א נייע סיסטעם צו פרעזענטירן די נייעס און ארטיקלען.


די פלאן לויטעט ווי פאלגענד:
-אייוועלט באהערדע וועלן אויפנעמען עטליכע אינגעלייט, צו באריכטן נייעס אין א קורצע, קלארע שריפט וואס וועט פרעזענטירט ווערן אויף א פרישע נייעס בלאט.
-נאך יעדע באריכט וועט זיין א לינק צום תגובה א_ווי מ'וועט קענען קאמענטירן דערויף.
-ביים דווח קנעפל וועט מען צולייגן א פרישע אפציע "באריכט אלס נייעס" וואס וועט שיקן א מודעה צו די אינגעלייט געשטעלט דערויף. אויב שפורן זיי פאר פאסיג וועלן זיי עס ארויפשטעלן אויף די דעזיגנירטע נייעס בלאט.
-גוטע ארטיקלען וועלן געוויזן ווערן אויף די נייע בלאט מיט א לינק צום אשכול, אזוי וועלן מענטשן קענען גרינגער צוקומען דערצו. בכדי נישט צו אביוזן די סיסטעם וועט מען לייגן א לימיטעט אמאונט פון ארטיקלען. די פונקטליכע נומער איז נאכנישט באשלאסן געווארן.

אויב שפורט איר אז איר זענט ראוי צו שרייבן נייעס אויף די נייע בלאט, דאן לאזט איבער א תגובה דא.

דאס און נאך האט ארויסגעליעקט צו די הויפטקווארטירן פון עין טובה, מיר נעמען זיראו ריספאנסיביליטי אויף די ווארהייט פון די פלאן.
...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יוני 05, 2019 3:38 pm

פשיהא, קענט וועיט!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » מיטוואך יוני 05, 2019 3:51 pm

גיטע נייעס דעיס!!
הכל הבל אלערט!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך יוני 05, 2019 6:37 pm

דער האט א עין טובה . פיינע נייעס

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יוני 05, 2019 7:14 pm

פלאמבער פלאמבער 911 עמערדזשענסי...
עין טובה טוט לעק'ליעקן.

אין אנדערע ליעקעס ווערט געליעקט אז מ'האט שוין פארשטאפט די ליעק וואס האט געליעקט און מ'קען שוין געהעריג אריינציען די לופט פון קרעטשמע אן קיין עקזייעטי'ס.

נאַו בעק טו דע ליעקס אין דע ליעק העדקוואטערס.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מיטוואך יוני 05, 2019 7:33 pm

נא ווי אזוי האט אינזער פרעזידענט זיך אויסגעדריקט
"פ ע י ק נ ו ז"
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך יוני 05, 2019 7:39 pm

איז היינט אפריל איינס?
#טו_גוד_טו_טרא...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

Haklal
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך יוני 05, 2019 7:56 pm

הלוואי, מי יתן והי

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך יוני 05, 2019 8:05 pm

עין טובה האט געשריבן:

דאס און נאך האט ארויסגעליעקט צו די הויפטקווארטירן פון עין טובה,

;l;p-

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:20 am

בענקעל בענקעל, וואַטס די אדרעס אףף די עמערדזשענסי?


די ליעק האט מען שוין עטליכע מאל פרובירט צו פאררעכטן, אבער בלי סוקסעס
...

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:05 am

וואס קען מען טוען, זיי טענהן "ליכא ליעקע דלא ליעקע בדעורייסע".

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:23 pm

גוט מארגן עין, ווי ביסטו געווען ביז יעצט ? ? ? ? עני ועי מיר קוקען ארויס אויף דיינע גראנדיעזיע פלענער.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג יוני 06, 2019 1:52 pm

איך בין דא, נאר איך קען פשוט נישט ליינען קיין גראד ווארט כמעט.
...

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יוני 06, 2019 2:07 pm

פ
__ר
____ו
______ב
_________י
___________ר

_______________י
__________________ע
_____________________צ
________________________ט


?רְעסֶעבֱּ

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג יוני 06, 2019 2:28 pm

איך בין דא, נאר איך קען נישט פשוט ליינען קיין גראד ווארט כמעט.
אז די ביסט דא, זעה נישט צו זיין רואה ואינו נראה.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:55 pm

עס איז שוין דא אזא סארט אשכול למעשה לייגט דער עולם קוים אריין דארט

וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:36 pm

לאנדאנער האט געשריבן:עס איז שוין דא אזא סארט אשכול למעשה לייגט דער עולם קוים אריין דארט

איך וואלט געבעטן מען זאל אראפנעמען די ווארט "ברעיקינג" פונעם קעפל פונעם אשכול, פשוט די ווארט צוימט די אשכול צו נאר געוויסע נייעס.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:40 pm

איך האב נישט רחמנות אויף בענקל, ער האט גענומען פלאמבינג לעססאנס און ווייסט אלעס וואס א פלאמבער דארף טון צו פארשטאפן א ליעק, נאר וואס דען? ער וויל זיך בלייבן מיט טריקענע הויזן! מאי חזי דהויזן דידך סומקא מהויזן דילי?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג יוני 07, 2019 12:27 am

ער האט א פראבלעם וואס האט אים פארטריבן פון דא, עט ליעסט קומט ער צוריק מיט אן עצה.

א קלוגע איד דער גוטער אויג, ער ווארט נישט פאר קיינעם'ס טובות...

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יוני 07, 2019 12:40 am

ממה נפשך האט געשריבן:ער האט א פראבלעם וואס האט אים פארטריבן פון דא, עט ליעסט קומט ער צוריק מיט אן עצה.

א קלוגע איד דער גוטער אויג, ער ווארט נישט פאר קיינעם'ס טובות...

מ'דארף עם נאר ציווייזן די "רעפטלעך קאקאש" און "גלעזער קאווע" וואס מיר באקומען יעדן טאג דעליווערט מיט אזא פרישקייט, "הכל" בכוחו ובזכותו של אותו "הבל".

ס'איז דאך ממש וואס ער זוכט אזוי מיט ליכט, און ס'ליגט אים דא אונטערן אייגענעם אויוון.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט