~אנקעטע~ אויב וויפיל פראצענט מחותנים מאכן חתונות אויסגערעכנט וואלט איר מיטגעגאנגען
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל

אין די סעריע פון חתונה קריזיס אנקעטע'ס. די שאלה די וואך איז, היות פארגאנגענע אנקעטעהאבן 84 פראצענט( צווישן נוסח ר' יואל ראטה און ר'אליעזר קרויס און סאטמאר מהר'א )געוועלט אז זיי וואלטן חתונה געמאכט ביליג ווען נישט די פער פרעשור,
איז די שאלה דא
אז די ווילסט חתונה מאכן ביליג און אויסגערעכנט, נאר די האסט א פראבלעם אז די ווילסט נישט זיין די איינציגסטע. אויב עס איז יא דא א שיינע עולם וואס מאכט חתונה אויסגערעכנט( אזוי גערופן ביליג ), וואלט איר מיטגעגאנגען מיט אזא סטענדארט און אליינס חתונה געמאכט אזוי פין אייער זייט
( נעקסטע וואך וועט מען פרעגן וועגן די בני בית צי זי איז אויך מסכים )
היות אייוועלט איז מאמענטאל די איינציגסטע אנקעטע סיסטעם אין די היימישע סיסטעם האט אייער שטימע א שטארקע ווערט
עטליכע חתונה סטענדארט ליסט
פארגאנגענע אנקעטע'ס
אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט
אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

לעצט פארראכטן דורך בבל אום מאנטאג יוני 03, 2019 11:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- זופ מיט קניידל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
- לאקאציע: אינעם זופ טעלער
למען האמת, די גאנצע נושא פון חתונה מאכן ביליג איז מיר נאר רעלעווענט ווייל איך וויל נישט אז מיינע קינדער זאלן פילן ווי די בני עניים - טראצדעם וואס איך וועל זיך פילן ווי א הערא,
אויב איז נישטא קיין פעיר פרעשור, און עס אינטערסירט קיינעם נישט, און איך בין זיכער אז פאר מיינע קינדער וועט כלל נישט שטערן צו האבן א וואכנאכט סטייל חתונה, גיי איך יעצט איין דערויף!
איך מיין אז רוב פשוטע אידן זענען מיט מיין מיינונג, - אפילו די וואס דארפן נישט בארגן געלט אויף חתונה צו מאכן (איך קום שוין נאך עטוואס נאכפרעגן)
אויב איז נישטא קיין פעיר פרעשור, און עס אינטערסירט קיינעם נישט, און איך בין זיכער אז פאר מיינע קינדער וועט כלל נישט שטערן צו האבן א וואכנאכט סטייל חתונה, גיי איך יעצט איין דערויף!
איך מיין אז רוב פשוטע אידן זענען מיט מיין מיינונג, - אפילו די וואס דארפן נישט בארגן געלט אויף חתונה צו מאכן (איך קום שוין נאך עטוואס נאכפרעגן)
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
הענדימען האט געשריבן:איין זאך דארף מען קלאר מאכן. די וואוט רעכנט אויך אריין וואס דיין ווייב איז מסכים?
וואס זאגט די עולם צי זיין הערה?
איך קען נישט צילייגן יעצט צי די אנקעטע נאך שירות ווייל אויב יא גייען אלע ביז יעצטיגע שטימען אין מיסט
איך האב געטראכט צי מאכן קימעדיגע וואך א באזינדערע אנקעטע צי '' איז אייער בני בית אויך מסכים חתונה צי מאכן ביליג
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
ס'איז דא מענטשן וואס זוכן צו זיין פארקערט פון די וועלט. ווען יעדער וועט מאכן טייערע חתונות וועלן זיי שפארן ווי משוגע צו זיין די הערא פון שטאט, ווען יעדער וועט שפארן וועלן זיי ספענדן רבבות.
פאר זיי דארף די אנקעטע זיין, וויפיל פראצענט דארף חתונה מאכן אויסגעהאלטן אז איר זאלט מיטגיין, מאקסימום 25 פראצענט, מאקסימום 15 פראצענט....

- א גוטע ניק
- שר חמש מאות
- תגובות: 502
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
- לאקאציע: ביי די אייער וועלט
בבל האק שטיקער מאך נאך אנקעטעס
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
א גוטע ניק האט געשריבן:בבל האק שטיקער מאך נאך אנקעטעס
אז ס'באדערט דיר זאג עס אים אין אישי. פארוואס זאג איך דיר עס? ווייל ס'קען יעצט ווערן אנגעפילט גאנצעטע בלעטער מיט טענה'רייען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
סהאט נישט מיט פראצענט פון כלל ישראל, טאמער רוב בעלז מאכט ביליג וועט א בעלזער אויכט מאכען ביליג אפילו זיי זענען נאר א קליינע פארצענט, אמת סאיז דא אסאך וואס באלאנגען נישט אין א חסידות, אבער א טויש וועט נאר קומען דארעך תקנות פון רבי'ס, ווען געניג וועלען מאכן תקנות וועט די גאס מיטגיין
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
I just like playing devils advocate
הענדימען האט געשריבן:די שאלה איז. ווי אנגענומען דארף די תקנות זיין אויפ'ן גאס אז איך זאל נעמען די קוראזש צי זאגן פאר'ן מחותן אז כ'וויל זיין שפארזאם
קאפטשאו?
אויף קוראזש דארף מען נאר גיין צו א פראדאקטיוו קורס, דערנאך קען מען זאגן פארן מחותן וואס מען טראכט אז עס איז ריכטיג.
די אמת איז אבער אז מען וואלט זיך געדארפט געהעריג אוועקזעצן פארן שידוך און אויסשמועסן וויפיל מען איז גרייט צו ספענדן אויפן חתונה און זעהן אויב מען איז אויפן זעלבן פעידזש.
היות רוב עולם וויל אבער נישט גיין צו פראדוקטיוו דארף מען מאכן אן אלטערנאטיוו וואס קען ארבעטן
היינט, ווען איינער וויל זיין אויסגערעכנט איז עס נישט אזוי נארמאל ווי איינער וואס וויל פזר'ענען
מ'וויל אז שפארן זאל זיין כאטש אזוי נארמאל

כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
מחותנת'טע פארטי, קריטישע נייע ארגאניזאציע להצלת הדורות....
איך האב גערעדט מיט מיינע שוועסטער'ס, זיי האבן געזאגט נעם ארויס די מחותנת'טע חתונה קלייד פון דיין פלאן ווייל עס גייט זיך נישט אויסארבעטן, א שטריימל פארשטייסטו אז מען מעג ספענדן ? סגייט נישט געשען , איך האב צוריק גענפערט אז שטריימעלך זענען פאר מער ווי 20 יאר, מחותנת'טע קלייד איז נאר פאר אפאר שעה,איך האב אויך געטענהט אז חתנים פון זייער זייט נעמען אסאך חתנים זייער ביליגע שטריימעלך,
האבן זיי גענפערט ביזט נישט קיין פרוי וועסט עס קיינמאל נישט פארשטיין
סהאט מיר אויסגעקיקט פון די שמיעס אז' 'אויב מען וועט מבטל זיין די מחותנת'טע חתונה קלייד גייט מען פשוט נישט טיען קיין שידוכים''
סא זעענדיג אז מען מיז ראטעווען די מצב עס קען זיך ענדיגן מיט נישט טיען שידוכים ר'ל.
האב איך געטראכט אז די נשים צדקניות זאלן עפענען א ארגענעזאציע אזוי ווי קרן חתנים אין ישיבה, וואס מען וועט ציזאמשטעלן געלט פאר ''מחותנת'טע און געשוויסטער חתונה קליידער '' מען וועט מאכן פארטיס, טשייניס אקשאן, גורלות קאלירטע בראשורן א. ד. ג.
האבן זיי גענפערט ביזט נישט קיין פרוי וועסט עס קיינמאל נישט פארשטיין
סהאט מיר אויסגעקיקט פון די שמיעס אז' 'אויב מען וועט מבטל זיין די מחותנת'טע חתונה קלייד גייט מען פשוט נישט טיען קיין שידוכים''
סא זעענדיג אז מען מיז ראטעווען די מצב עס קען זיך ענדיגן מיט נישט טיען שידוכים ר'ל.
האב איך געטראכט אז די נשים צדקניות זאלן עפענען א ארגענעזאציע אזוי ווי קרן חתנים אין ישיבה, וואס מען וועט ציזאמשטעלן געלט פאר ''מחותנת'טע און געשוויסטער חתונה קליידער '' מען וועט מאכן פארטיס, טשייניס אקשאן, גורלות קאלירטע בראשורן א. ד. ג.
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
אין די סעריע פון חתונה קריזיס אנקעטע'ס, פלאן איך צו מאכן קימעדיגע וואך נאך א אנקעטע, מעגליך די לעצטע
אנקעטע איז אייער בני בית מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם ?( צווישן נוסח ק'ק ר'יואל ראטה און ר' אליעזר קרויס און ק'' ק מהר'א מסאטמאר )
~יא,~ סיי איך און סיי מיין בני בית זענען מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם
~יא~ מיין בני בית איז מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם אבער איך נישט
~ניין~, איך בין מסכים אבער מיין בני בית נישט
~ניין, ~איך יא, אבער מיין בני בית איז דערווייל נאך נישט מסכים, אבער איך האלט אז זי קען טוישן איר מיינונג מיט די ריכטיגע פאפרעגאנדע
~ניין, ~נישט איך און נישט מיין בני בית האלטן ביים חתונה מאכן ביליג
איך וויל הערן קאמענטארן פאר איך לייג עס ארויף, וואס זאגט די עולם דערצי, נוסח. ספעליג
ווי אויך זאל איך לייגן אלע 3 סטענדארט אויף איין שאלה? סאיז דא א היפשע חילוק צווישן ר'יואל ראטה חתונה און סאטמאר
נאכדעם האב איך נישט אין פלאן צי מאכן נאך אנקעטעס בנוגע חתונה מאכן ביליג, חוץ איין גרויסע אנקעטע מיט אסאך קשיות,
גיט אפ אייער שטימע אויב איר האט נאכנישט געוועלט, אייוועלט איז מאמענטאל די איינציגסטע אנקעטע סיסטעם אין די היימישע מידיע

איינער האט מיר פארציילט יו''ט אז ער האט לעצטנס א שידוך געטיען מיט זיין טאכטער און ער האט געפלאנט צו מאכן די ווארט ציזאמען מיט די תנאים אינדערהיים יעדער האט מסכים געווען אחוץ די כלה, זי האט בשום אופן נישט מסכים געווען ווייל '' אלע חבר'תית האבן א תנאים אין א זאל וויל זי אויכעט עס האט אים אפגעקאסט נאך 3000 $( עס איז געווארן צייט צו קויפן תנאים קליידער ) אלעס ווייל' 'יעדער''' און זי וויל נישט זיין אנדערש
אשריך רבי יואל!!! וואויל איז פאר דיר אז אין אזא משוגענע וועלט, קענסטו האלטן די קאפ העכער די וואסער, און נישט נאך גיין די שטראם פון עולם גולם, וואס פאלגט אויס ערליך דעם ס' מ' הלכות, ס'פאסט נישט.... מ'קען נישט אא"וו
רבי נחמן ז"ל ברענגט א מעשה, מיט צוויי מענטשן וואס האבן גע'חלומט אז אלע ווייץ וואס וועט וואקסן די קומענדיגע יאר, ווער עס וועט דאס עסן וועט ל"ע אראפ גיין פון זינען, און אנדערע ווערטער די גאנצע וועלט וואס וועט עסן ווייץ, ברויט וכדומה וועט משוגע ווערן. נו וואס טוט מען מען ברויך וואס שנעלער מודיע זיין דעם קעניג פון די שרעקליכע פארוויקלונג.
טראכטן זיי אבער, דער קעניג וועט אונז אנקומען ווי משוגעים. וואס רעדט איר אזאנע שטותים, פוסטע חלומות. נא, וואס טוט מען? זיך נישט וויסענדיג מאכן און געהעריג עסן פון די ווייץ, אונז וואס מיר ווויסן יא דעם אמת, איז דאך אויך נישט קיין עסק. האבן זיי באשלאסן אזוי. מיר וועלן טוהן אזוי ווי די גאנצע וועלט און אויך עסן כאילו לא היה. אבער מיר וועלן זיך טרעפן יעדע שטיק צייט, זיך צו דערמאנען אז די גאנצע וועלט (און אנו בתוכם) זענען יענע און יענע יאר געווארן משוגע פון עסן די פארפעסטיגע ווייץ.
אט פינקטלעך אין די וועלט, לעבן מיר אצינד תשע"ט לפ"ק. אין די צייט וואס מענטשן גיסן געלט ווי מיסט פאר דברים שמה בכך, א פשוטע וואכטנאכט וואס ברויך קאסטן נישטיגע פינף הונדערט טאלער. גיבט מען אויס טויזנעטער דאלער, מיט מוזיק, שפילער, פלייש מיט וויין כיד המלך. דאס זעלבע איז מיט בר מצוה און שבע ברכות. דער סטאר איז וואס מער לייטס און גרידער, ער האט געמאכט ביי זיין שמחה.
העלאו? ווי זענען מיר? וואס גייט פאר דא? זענען מיר אינגאנצן פאריקט? א אידישע שמחה א צייט פון דערהויבענקייט. איז פארוואנדעלט געווארן אין א נידריגע שפיל, וואס מען טוט זיך פארמעסטן ווער עס קען שפענדן מער געלט. אבער לאמיר פאר א מינוט נישט פארגעסן, יואלי ראטה איז משוגע….. עולם הפך ראיתי. במלא מובן המלה.
אבער טייערע אידן, עס קומט אסאך קרעדיט פאר רבי יואל ראטה'ן אז ער אליין אן קיין שטיצע פון קיין שום ערנסטע מאוומענט, טוט דאס ריכטיגע, ער פראקדאצירט די אידישע מהלך, דאס וואס אונזערע זיידעס און רביס וואלטן ווען געטוהן.
געפילטע פיש און פאפירענע טערלעס….. און א שול…. די מאמע און שוועסטער האבן נישט געצאלט שווערע געלטער פאר א קלייד פאר "די אייגענע שוועסטער"…. פאלטשע צירונג……פאר די כלה נאה וחסידה…..רח"ל עקסרעם אויף א אפנארמאלע פארנעם. אין די צייט וואס אפאר גאסן אוועק האט א פאר פאלק חתונה ווי א מענטש, חתן דומה למלך מיטן גאצן פראכט, אהא דאס מיינט א חתונה, וואס יואלי ראטה טוט אין עפעס א קינדער שפיל.
מורי ורבותי, אנדערע חתונות שטעלט מען צוזאם געלט פאר א פאר שעה, וואס קיינער וועט נישט געדענקן די נעקסטע טאג. ווער ווייסט צו זאגן ווער עס האט געשפילט געזינגען ביי מיין חתונה, איז געווען אייז קרים ביי די הפסקה אדער טשאוקלעד ביי די מצוה טאנץ. קיינער געדענקט נישט. אבער פאר מיין טאטע זאל זיין געזונט האט דאס געקאסט אלפים ורבבות. א דורכשניטליכע חתונה קאסט היינט די פאנטאנטישע סומה פון פיפציג טויזענט גאלדענע רענלעך. געוואלד און געשריגן, ווי זענען מיר?
מי יתן והיה אז "רבי יואל'ס מהלך" זאל זיך אריין געבן אין די מעין סטירם פון "נארמאלע מענטשן" אבער ביז דאן לאמיר געדענקען די וועלט איז משוגע, און עס ווערט נאר ערגער יעדן טאג. נאך א קליין ביסל קומט שוין אונזער אויסלייזער צו רייטן אויפן אייזל

לעצט פארראכטן דורך איגערקע אום מיטוואך יוני 12, 2019 10:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איגערקע האט געשריבן:אשריך רבי יואל!!! וואויל איז פאר דיר אז אין אזא משוגענע וועלט, קענסטו האלטן די קאפ העכער די וואסער, און נישט נאך גיין די שטראם פון עולם גולם, וואס פאלגט אויס ערליך דעם ס' מ' הלכות, ס'פאסט נישט.... מ'קען נישט אא"וו
רבי נחמן ז"ל ברענגט א מעשה, מיט צוויי מענטשן וואס האבן גע'חלומט אז אלע ווייץ וואס וועט וואקסן די קומענדיגע יאר, ווער עס וועט דאס עסן וועט ל"ע אראפ גיין פון זינען, און אנדערע ווערטער די גאנצע וועלט וואס וועט עסן ווייץ, ברויט וכדומה וועט משוגע ווערן. נו וואס טוט מען מען ברויך וואס שנעלער מודיע זיין דעם קעניג פון די שרעקליכע פארוויקלונג.
טראכטן זיי אבער, דער קעניג וועט אונז אנקומען ווי משוגעים. וואס רעדט איר אזאנע שטותים, פוסטע חלומות. נא, וואס טוט מען? זיך נישט וויסענדיג מאכן און געהעריג עסן פון די ווייץ, אונז וואס מיר ווויסן יא דעם אמת, איז דאך אויך נישט קיין עסק. האבן זיי באשלאסן אזוי. מיר וועלן טוהן אזוי ווי די גאנצע וועלט און אויך עסן כאילו לא היה. אבער מיר וועלן זיך טרעפן יעדע שטיק צייט, זיך צו דערמאנען אז די גאנצע וועלט (און אנו בתוכם) זענען יענע און יענע יאר געווארן משוגע פון עסן די פארפעסטיגע ווייץ.
אט פינקטלעך אין די וועלט, לעבן מיר אצינד תשע"ט לפ"ק. אין די צייט וואס מענטשן גיסן געלט ווי מיסט פאר דברים שמה בכך, א פשוטע וואכטנאכט וואס ברויך קאסטן נישטיגע פינף הונדערט טאלער. גיבט מען אויס טויזנעטער דאלער, מיט מוזיק, שפילער, פלייש מיט וויין כיד המלך. דאס זעלבע איז מיט בר מצוה און שבע ברכות. דער סטאר איז וואס מער לייטס און גרידער, ער האט געמאכט ביי זיין שמחה.
העלאו? ווי זענען מיר? וואס גייט פאר דא? זענען מיר אינגאנצן פאריקט? א אידישע שמחה א צייט פון דערהויבענקייט. איז פארוואנדעלט געווארן אין א נידריגע שפיל, וואס מען טוט זיך פארמעסטן ווער עס קען שפענדן מער געלט. אבער לאמיר פאר א מינוט נישט פארגעסן, יואלי ראטה איז משוגע….. עולם הפך ראיתי. במלא מובן המלה.
אבער טייערע אידן, עס קומט אסאך קרעדיט פאר רבי יואל ראטה'ן אז ער אליין אן קיין שטיצע פון קיין שום ערנסטע מאוומענט, טוט דאס ריכטיגע, ער פראקדאצירט די אידישע מהלך, דאס וואס אונזערע זיידעס און רביס וואלטן ווען געטוהן.
געפילטע פיש און פאפירענע טערלעס….. און א שול…. די מאמע און שוועסטער האבן נישט געצאלט שווערע געלטער פאר א קלייד פאר "די אייגענע שוועסטער"…. פאלטשע צירונג……פאר די כלה נאה וחסידה…..רח"ל עקסרעם אויף א אפנארמאלע פארנעם. אין די צייט וואס אפאר גאסן אוועק האט א פאר פאלק חתונה ווי א מענטש, חתן דומה למלך מיטן גאצן פראכט, אהא דאס מיינט א חתונה, וואס יואלי ראטה טוט אין עפעס א קינדער שפיל.
מורי ורבותי, אנדערע חתונות שטעלט מען צוזאם געלט פאר א פאר שעה, וואס קיינער וועט נישט געדענקן די נעקסטע טאג. ווער ווייסט צו זאגן ווער עס האט געשפילט געזינגען ביי מיין חתונה, איז געווען אייז קרים ביי די הפסקה אדער טשאוקלעד ביי די מצוה טאנץ. קיינער געדענקט נישט. אבער פאר מיין טאטע זאל זיין געזונט האט דאס געקאסט אלפים ורבבות. א דורכשניטליכע חתונה קאסט היינט די פאנטאנטישע סומה פון פיפציג טויזענט גאלדענע רענלעך. געוואלד און געשריגן, ווי זענען מיר?
מי יתן והיה אז "רבי יואל'ס מהלך" זאל זיך אריין געבן אין די מעין סטירם פון "נארמאלע מענטשן" אבער ביז דאן לאמיר געדענקען די וועלט איז משוגע, און עס ווערט נאר ערגער יעדן טאג. נאך א קליין ביסל קומט שוין אונזער אויסלייזער צו רייטן אויפן אייזל
יפה דברת הרב איגערקע