געלט, געלט, און נאכאמאל געלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

געלט, געלט, און נאכאמאל געלט

תגובהדורך בר דעת » זונטאג יוני 02, 2019 2:01 am

געלט, געלט, און נאכאמאל געלט!

ניין, די אשכול איז נישט איבער היוקר יאמיר, אז היינט צוטאגס קאסט איעדע קלייניגקייט אסאך געלט און מען דארף כסדר האבן נאך און נאך געלט פאר לעבענסוויכטיגע געברויכען, און אויך פאר נישט אזעלכע וויכטיגע געברויכען, נאר וואס אונזער געזעלשאפט צווינגט אויף אונז ארויף. הגם דאס איז א וויכטיגע טעמע איז דאס נישט די נושא וואס איך וויל דא בארירען.

איך וויל דא בארירען א נושא וואס וואונדערט מיר און עגבערט מיר אפילו אביסל פאר א שטיק צייט, און אדרבא לאמיר זען אויב דער עולם האט א פתרון צו מיין וואונדער, און אויב נישט וואס מען קען טוהן עס צו טוישן אז עס זאל בעסער שטימען.

לאמיר צוגיין צום ענין, איך רעד דא פון די פארשידענע טשייניז אוקשענס וואס מערערע היימישע ארגאנעזאציעס מאכן די לעצטיגע יארן ווי כמעט אלע גרולות איז אויף געלט, געלט און נאכאמאל געלט.

אז מען נעמט אפיר די בראשורן פון די אוקשענס זעהט מען אז כמעט אלע פרייזעס זענען געלט אדער שווה כסף.

די ערשטע חלק איז געלט ממש, נאר מען געווינט עס אין פארשידענע אופנים.
עס גייט בערך אזוי:
18,000 cash.

15,000 cash.

10,000 cash.

7,5000 cash.

5,000 cash.

3,600 cash.

5,000 קרעדיט קארד צו קויפן ביי עמעזאן.

5,000 קרעדיט קארד צו קויפן ביי איבעי.

3,000 קרעדיט קארד צו קויפן ביי מעיסיס.

2,000 קרעדיט קארד צו קויפן ביי וואל מארט.

1,500 קרעדיט קארד צו קויפן ביי טארגעט.

וכו, וכו, ליסטעס מיט געשעפטן ווי מען קען אלץ נוצן די קרעדיט קארד, מסתמא קלויבן זיי אויס די סטארס וואס ווערן אסאך גענוצט ביים עולם, זעהט אבער אויס אז זיי האבן נאכנישט געהערט פון Ali Express

נאכדעם איז דא נאך קעש פרייזעס וואס קומט מיט פונקטליכע אינסטראקשענס וויאזוי עס איינצוטיילען און דערנאך פארנוצען:

2,000 א חודש פאר רענט אדער מארטגעדזש.

1,500 א חודש פאר שכר לימוד.

250 א וואך פאר א טערעפי סעסיע.

200 א וואך פאר גראסערי.

150 א וואך פאר בוטשער.

100 א וואך פאר פיש געשעפט.

100 א וואך פאר קלינינג הילף.

5,000 צו נוצן פאר א ווינטער וואקאציע אין שווייץ.

5,000 צו נוצן פאר א וואקאציע אין אוסטראליע.

5,000 צו נוצן פאר א טריפ קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר אדער סוכות.

די ליסט גייט ווייטער און ווייטער אבער הצד השווה שבהן אז מען באקומט כך וכך געלט צוזאמען מיט אן איידיע פון א מעטשינג עקספענס וויאזוי צו אויסגעבן די געלט.

נאכדעם איז דא די צווייטע חלק וואס איז נישט ממש קעש אדער קרעדיט קארד נאר מען געווינט שווה כסף. וואס מיינט צומאל אז מען באקומט א געוויסע חפץ, אבער געווענדליך מיינט עס אז מען קען איינקויפן חפצים ביי ספעציפישע געשעפטן פאר א באשטימטע סכום געלט.

אבער פאר מען קוקט דורך די ליסטע, לאמיר קודם שנעל אריבערמישן די ערשטע פאר בלעטער וואס איז רעזערווירט פאר די שייטלען גרולות, ווייל אז נישט וועט מען ווערן פארהאנקערט און מען וועט אנפילען צענדליגע בלעטער איבער די נושא, אנגעהויבן פון די ע"ז פראבלעם און געענדיגט ביי צניעות והמסתעף, אבער מיר ווילן נישט יעצט פארקריכען איבער דעים.

אלזא די חלק פון שווה כסף געווינסן גייט בערך אזוי:

10,000 פורניטשער ביי...

5,000 קינדער רום פורניטשער ביי...

3,000 בעיבי פורניטשער ביי...

2,500 זילבער ביי...

2,000 זילבער ביי...

3,000 דזשולערי ביי...

2,500 דזשולערי ביי...

1,000 לינען ביי...

850 לינען ביי...

700 לינען ביי...

5,000 קיטשען ביי...

4,,000 קיטשען ביי...

1,000 טשענדעליער ביי...

וכו, וכו, וכו, ביז מען קומט אן צו די קלענערע פרייזעס פון די מצווה קינדער און די מלכי און יאסעלע ביכער.

אלזא די שאלה איז קודם אויף די ערשטע חלק וואס מען געווינט געלט אדער קרעדיט קארד, זענען טאקע דא מענטשן וואס ווייסן נישט אז מיט געלט קען מען באצאלן רענט אדער מארגעדזש, איינקויפן אין גראסערי, בוטשער, פיש געשעפט, צאלן שכר לימוד, איינקויפן אויף עמעזאן, באזוכען א טערעפיסט, מאכן א שאפינג ספרי ביי מעיסיס, פארן אויף שווייץ אדער ארץ ישראל אדער גיין זומער אין די קאנטרי?

וואס פונקטליך איז די אויפטוה פון מאכן מערערע גורלות אויף די זעלבע קעש געלט נאר מיט א אנדערע שלייער?

ברענגט עס טאקע אז מענטשן זאלן געבן אסאך מער געלט פאר די אוקשען ווייל זיי ווילן אריינגיין און עטליכע געלט גורלות?

ווי אזוי טוט די ארגאנעזאציע וואס מאכט די טשייניז אוקשען בענעפיטערן פון מאכן די אלע קעש גורלות?

יעצט ביים צווייטע חלק וואס מען געווינט א חפץ ממש אדער א סכום וואס מען קען איינקויפן אין א געוויסע געשעפט, איז עס אביסל מער פארשטענדליך, פאר עטליכע סיבות, קודם איז עס פשוט גרינגער צו באקומען ספאנסערס פאר די פראדוקטען ווייל זיי באקומען דאך א פול פעידזש קאלאר עד אין די בראשור, ממילא אפילו אויב נאר א קליינע פראצענט מענטשן קויפט איין מער ראפעלס צוליב די פרייז אויסוואלן, האט די ארגאניזאציע אויך אסאך פארדינט ווייל די פראדוקטן ווערן סייווי געספאנסערט.
און צווייטענס, איז דא אסאך מענטשן וואס וועלן דירעקט קויפן טיקעטס פאר מערערע גורלות ווייל זיי זענען איטערסירט אין די פראדוקטען וואס ווערן אויסגעראפעלט און האבן א רייץ עס צו געווינען. הגם זיי קענען ווען קויפן די זעלבע זאכן אויב זיי געווינען קעש געלט, מאכן אבער אסאך מענטשן א חשבון אז מען וויל קויפן א ראפעל פאר א זאך וואס מען וואלט זיך נישט יעצט פארגינען צו קויפן, אפילו אויב מען האט ווען די קעש דערפאר, ממילא וועט ער אנשטאט געבן 10, 20 אדער 36 דאלאר פארן ראפעל וועט מען ענדערש געבן 50, 100 אדער 180 דאלער צו קענען אריינגיין אין פארשידענע גורלות, איינס אדער עטליכע מאל.

די חשבון איז אבער בכלל נישט שייך ווען די גורל איז אויף קעש אדער אויף קרעדיט קארד ספענדינג, ווייל אויב מען געווינט די פרייז וועט די געווינער סייווי נוצן די קעש וויאזוי עס קומט איהם אויס די בעסטע, נישט קיין חילוק אויב ער האט געווינען א שכר לימוד פרייז אדער געלט צו באצאלן די גראסערי, ממילא זענען מיר צוריק ביים קשיא וואס איז די גרויסע אויפטוה מיטן מאכן מערערע קעש גורלות?

איך פארשטיי אז די עולם וועט דא אנהייבן מיט הסברים אז עס ארבייט פיסיכלאגיש אויף די מוח פון א מענטש אז ווען מען זעהט מערערע זאכן וואס ער קען נוצן די געלט, שכ"ל, רענט, גראסערי, - וואס ער דארף דאך באמת די אלע זאכן- ברענגט עס עכ"פ ביי א חלק מענטשן צו קויפן מערערע טיקעטס. איך בין מודה אז עס ליגט זיכער א אמת דערין, והא ראיה אז די אוקשענס זענען מצליח און גייען אן יערליך, אבער לאמיתו של דבר די וועג צו מעסטן די הצלחה פון די גורלות אויסוואל חלק פון די אוקשען איז נישט לויט וויפיל געלט עס איז אריינגעקומען פון די גאנצע אוקשען, ווייל דאס נעמט אריין אסאך מער פאקטארן, ווי מארקעטינג וכו, נאר מען דארף מברר זיין וויפיל געלט מענטש צאלן צו מער ווי ער האט מתחילה געפלאנט צו געבן פאר די ארגאנעזאציע, בלויז ווייל ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן נישט אריינגיין אין די אלע גורלות.

לדעתי קען מען היינט צוטאגס אסאך מער אויפטוהן מיט אנדערע סארט פרייזעס וואס דרייט זיך נישט אזוי שטארק נאר ארום קעש געלט, נאר איז מער קאנצעטרירט אויף קשרים און סערוויסעס וואס גרויסע ארגאנעזאציעס קענען מאכן פאר א געווינער וואס א יחיד וואלט געווענדליך נישט פראבירט עס צו טוהן אויף די אייגענע הענט, ווייל ער ווייסט נישט וויאזוי עס צו טוהן ריכטיג און ער וויל נישט פארפאטשקענען זיין צייט געלט און כוח נישט וויסענדיג אויב ער וועט מצליח זיין.

עטליכע משלים וועלן נאכפאלגן, אדרבה לאמיר הערן וואס די עולם האט פארצושלאגן.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יוני 02, 2019 2:08 am

כ'שטעל מיר פאר אז אויב זיי שטעלן עס אזוי אויס האבן זיי א חשבון אז זיי גייען מאכן מער געלט. און לכאורה איז שוין דיין מיינונג ארויפגעקומען אויפן אגענדע אין זייער אפיס.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג יוני 02, 2019 9:03 am

nmi האט געשריבן:כ'שטעל מיר פאר אז אויב זיי שטעלן עס אזוי אויס האבן זיי א חשבון אז זיי גייען מאכן מער געלט. און לכאורה איז שוין דיין מיינונג ארויפגעקומען אויפן אגענדע אין זייער אפיס.


אוודאי מאכן זיי געלט ווען זיי האבן א פולע בראשור אנגעפילט מיט צענדליגע געווינסן, די שאלה איז אויב זיי וואלטן נישט געקענט מאכן אסאך מער געלט אויב זיי טוישן אביסל ארום און נישט אלעס דרייט זיך ארום געלט.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג יוני 02, 2019 3:09 pm

למעשה האב איך גארנישט געווינען נעכטן ביים אוקשען, געקויפט צוויי טיקעטס פאר די 36,000

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובהדורך עם הארץ » זונטאג יוני 02, 2019 3:20 pm

די חשבון איז זייער פשוט.
איז ווען דא גרלות בלויז אויף געלט וואלט געווען געניג צו קויפן 1 ראפעל אין דערמיט קויפן וואס מען גליסט.
יעצט אז די וועסט מיזען ניצען דאס געלט פאר א וואקאציע צעלסטו אויך פאר א ראפעל אויף שכר לימוד וואס די דארפסט אויך און איז נישט נכלל אין די וואקאציע גורל

דאס איז אויסער די נקודה אז אויב מען ראפעלט אויס געלט פאר עפעס וואס די דארפסט שוין לאנג ווערסטו מער קאנעקטעד מיטן ראפעל

קאטאגאריש
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דינסטאג יוני 04, 2019 4:39 am

עס איז דא זאכען ווואס איך גיי נישט באצאלען אבער אויב איך געווין, גיי איך עס האבען, אין נישט איינקעשען, אין איך קויף נישט קעש גורלות


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, בבל און 31 געסט