בלאט 1 פון 2

דער שבת'דיגע אתה חונן. מיט כוונה?

געשריבן: מוצ"ש יוני 01, 2019 11:38 pm
דורך געריבענער סוחר
די הלכה איז באקאנט אז שבת ביי שמו''ע אויב איז מען בטעות פאר חלומ'ט געווארן און אנגעהויבן אתה חונן אנשטאטס די שבת'דיע דאווענען, דארף מען משלים זיין די ברכה, אפילו מען האט זיך שוין ערוועקט אינמיטן די ברכה, און מען איז שוין באוויסטזיניג אז שבת היום לה'. (סי' רס''ח סעי''ב) שוין האט מען שוין עפעס געלערנט היינט.

די בושה וואס פלעגט מיר אנכאפן ווען איך פלעג זיך קלאפן סלח לנו פרייטיג צינאכטס, און די שכן לעבן מיר האט געגעבן א שטילע ברים, נא???!!!
אזוי אויך ווען איך פלעג אנהייבן אתה חונן, און זיך כאפן ביים צווייטן ווארט אז, ר' איד... העלאו??!! ס'שבת היינט.. נא??!!
דאס האט גורם געווען אז די צווייטע העלפט ברכה האב איך אזוי אפגעפליקט אנע כוונה, כאילו כפאו שד, און זיך געפילט ווי א שבת גוי, און אונטערדריקט מיינע געפילן איך זאל מאכן א שווייג פון די מעשה און צירוק אריינגיין אין די שבת מאוד.

היינט ביי מנחה האב איך געהאט א פרישע התגלות אין די גאנצע נושא.
מיט א פרישקייט הייב איך אן ''אתה חונן'' און נאך אזוי מיטן מנחה'דיגע ניגון, און איך גיב זיך גלייך א כאפ ביים קאפ, העי??!!! שששבבבתתת!!!
אבער עס איז גלייך געבוירן געווארן א פרישע צד. אין שו''ע שטייט דאך אז איך דארף יעצט ענדיגן די ברכה, איא? נא? וואסי די בושה? פארוואס אפ פליקן אן אתה חונן? און מיט א פרישע התעורורות און א ווארעמקייט, אזוי מיטן מנחה'דיגע ניגון, האב איך ערליך אינזין געהאט און געבעטען אוי טאטע, ''אתה חונן לאדם דעת''.

געשריבן: מוצ"ש יוני 01, 2019 11:47 pm
דורך גלאזער
אינו סימן טוב

געשריבן: מוצ"ש יוני 01, 2019 11:55 pm
דורך אלמוני
גלאזער האט געשריבן:אינו סימן טוב

כ׳האב געזען אמאל נאכברענגן בשם הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט״א אז דער אינו סימן טוב איז נאר אויב מ׳איז זיך טועה ווייל מ׳מיינט אז ס׳נישט שבת אבער אויב מ׳מאכט סתם אזוי א טעות נישט דאס מיינט עס.

געשריבן: מוצ"ש יוני 01, 2019 11:57 pm
דורך געריבענער סוחר
אלמוני האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:אינו סימן טוב

כ׳האב געזען אמאל נאכברענגן בשם הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט״א אז דער אינו סימן טוב איז נאר אויב מ׳איז זיך טועה ווייל מ׳מיינט אז ס׳נישט שבת אבער אויב מ׳מאכט סתם אזוי א טעות נישט דאס מיינט עס.

שכח פאר דיין חיזוק.

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 12:03 am
דורך גלאזער
די גרעסטע חיזוק לכאורה איז מקיים זיין וואס שטייט. דעם ידאג וכו'..

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 12:04 am
דורך nmi
א שבת גוי (?!) אקעי, אבער פון א שמחת תורה יוד האסטו שוין געהערט??? אז נישט וועל איך דיר דערציילן...

ומעשה שהיה כך היה. זייט איך נעם מיינע קליינע אין שיל שמיני עצרת/שמחת תורה קען איך נישט גיין אינעם גרויסן שיל, גיי איך מיין לאקאלען קהלישע ביהמ"ד. טאנץ איך ארום שמחת תורה אינדערפרי מיטן עולם און מיין קליינער שטייט מימיני ווען די שמש קומט צו און איז מיר מכבד מיטן ספר. פליצלינג ביים אדורך גיין ווי די קינדער שטייען זעה איך אז מיין צדיק'ל איז נישטא, גיב איך א קוק צוריק זעה איך אז ער האלט א ציקערל מיטן רעפער גרייט עס צו פארלענדן בבת אחת... לויף איך שנעל צו מיטן ספר אין די הענט און... מיין טלית מיטן קאפל זענען געבליבן אויפן ארט און טאנצט ווייטער מיט מיטן עולם... שטייט יעצט א יוד שמחת תורה אינדערפרי אן קיין טלית, אן קיין קאפל, אין די לינקע הענט האלט ער א ספר תורה, מיט די רעכטע הענט האלט ער אן א קליין קינד...........
טריי דיר צו עמעדזשינען מיין סיטואציע און זאג מיר ווער ס'שטייט בעסער...

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 12:52 am
דורך בבל
nmi האט געשריבן: שטייט יעצט א יוד שמחת תורה אינדערפרי אן קיין טלית, אן קיין קאפל, אין די לינקע הענט האלט ער א ספר תורה, מיט די רעכטע הענט האלט ער אן א קליין קינד...........
טריי דיר צו עמעדזשינען מיין סיטואציע און זאג מיר ווער ס'שטייט בעסער...

מיין פלאפ האט איר נישט מיטגעהאלטן
ביי די נענועים הוש' 'ר איין האנט האלט איך די לולב די אנדערע די אתרוג מיט די סידור, און מיין נאז הייבט אן בליטן אן קיין מעגליכקייט אראפצולייגן מיין לולב..... ביז איינער האט איבערגענומען די סעט איז מיין טלית געווארן חרוב געווארן מסבוסיך בדמיך. סאיז געווען בושות

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 12:52 am
דורך Horizontal
שוין געהאט די שאלה... (ליידער)..
יעצט טראכט איך א נייע שאלה, וואס טוט מען ווען מען זאגט סלח לנו מיט א קלאפ אין הארץ, מען וועקט זיך אויף מיט בושה. יעצט על פי הלכה דארף מען צוענדיגן די ברכה. וואס טוט מען אבער מיטן מחל לנו..? זיך נאכאמאל קלאפן יעצט ווען מען ווייסט שוין וואס מ'טוט, אדער איז מען שוין אפגעקומען אלע עבירות מיטן ערשטן קלאפ?

בס"ד

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 12:56 am
דורך טובי' מאיר ניימאנן
דאווען אינעווענדיג אין א סידור

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:03 am
דורך nmi
Horizontal האט געשריבן:שוין געהאט די שאלה... (ליידער)..
יעצט טראכט איך א נייע שאלה, וואס טוט מען ווען מען זאגט סלח לנו מיט א קלאפ אין הארץ, מען וועקט זיך אויף מיט בושה. יעצט על פי הלכה דארף מען צוענדיגן די ברכה. וואס טוט מען אבער מיטן מחל לנו..? זיך נאכאמאל קלאפן יעצט ווען מען ווייסט שוין וואס מ'טוט, אדער איז מען שוין אפגעקומען אלע עבירות מיטן ערשטן קלאפ?

דעמאלס גיט מען אזא שטארקע קראץ מיט די קניפעס פון אלע 4 פינגערס ביינזאם זאגענדיג דערביי "מחל לנו" מיט א צובראכן הארץ...

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:21 am
דורך אלמוני
גלאזער האט געשריבן:די גרעסטע חיזוק לכאורה איז מקיים זיין וואס שטייט. דעם ידאג וכו'..

וואו שטייט דעם לשון ידאג?

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:22 am
דורך געריבענער סוחר
Horizontal האט געשריבן:שוין געהאט די שאלה... (ליידער)..
יעצט טראכט איך א נייע שאלה, וואס טוט מען ווען מען זאגט סלח לנו מיט א קלאפ אין הארץ, מען וועקט זיך אויף מיט בושה. יעצט על פי הלכה דארף מען צוענדיגן די ברכה. וואס טוט מען אבער מיטן מחל לנו..? זיך נאכאמאל קלאפן יעצט ווען מען ווייסט שוין וואס מ'טוט, אדער איז מען שוין אפגעקומען אלע עבירות מיטן ערשטן קלאפ?

יאפ, ס'גרויסע בושות.

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:24 am
דורך געריבענער סוחר
.

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:27 am
דורך nmi
בבל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן: שטייט יעצט א יוד שמחת תורה אינדערפרי אן קיין טלית, אן קיין קאפל, אין די לינקע הענט האלט ער א ספר תורה, מיט די רעכטע הענט האלט ער אן א קליין קינד...........
טריי דיר צו עמעדזשינען מיין סיטואציע און זאג מיר ווער ס'שטייט בעסער...

מיין פלאפ האט איר נישט מיטגעהאלטן
ביי די נענועים הוש' 'ר איין האנט האלט איך די לולב די אנדערע די אתרוג מיט די סידור, און מיין נאז הייבט אן בליטן אן קיין מעגליכקייט אראפצולייגן מיין לולב..... ביז איינער האט איבערגענומען די סעט איז מיין טלית געווארן חרוב געווארן מסבוסיך בדמיך. סאיז געווען בושות

גאנץ מעגליך אז ווען דו האסט ווען נישט סענטערל סטים וואלסטו זיך געקענט איינשפארן די בישות....
Just kidding.

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:32 am
דורך געריבענער סוחר
nmi האט געשריבן:

הושע''ר ארבעט נאכנישט קיין סטים יושעלי :smile:

דער עיקר איז זיך אויפציהייבן נאך א פלאפ. און נארמאל באמערקט כמעט קיינער נישט. איך האב שוין כמה פעמים געזאגט עלינו אנשטאטס מזמור לדוד פרייטיג צינאכטס, און זיך ארום געקיקט נאכן ביקן ואנחנו כורעים, און געזען אז קיינער האט ניטאמאל באמערקט.

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:34 am
דורך חוח בין השושנים
אלמוני האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:די גרעסטע חיזוק לכאורה איז מקיים זיין וואס שטייט. דעם ידאג וכו'..

וואו שטייט דעם לשון ידאג?

וואס א חילוק וואו? סאיז א נאטור פון געוויסע מענטשן צו זוכן דאגות
אפילו אויב ער האט א מקור אויפן ידאג קענען אונז זיך נישט ערלויבן אנצונעמען יעדע סארט מקור
#האקדיךקאפאיןוואנט

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:47 am
דורך לכאורה
גברא רבא אמר מילתא
אז 'גלאזער' שרייבט עפעס, קענט איר דאס נישט אוועקמאכן במחי כף

באר היטב (או"ח סי' רס"ח סק"א) "ומי שאירע לו כן ידאוג כל השבת דהוא סימן רע לו ויפשפש במעשיו ויהרהר בתשובה. של"ה"

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:47 am
דורך shimon7323
nmi האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן: שטייט יעצט א יוד שמחת תורה אינדערפרי אן קיין טלית, אן קיין קאפל, אין די לינקע הענט האלט ער א ספר תורה, מיט די רעכטע הענט האלט ער אן א קליין קינד...........
טריי דיר צו עמעדזשינען מיין סיטואציע און זאג מיר ווער ס'שטייט בעסער...

מיין פלאפ האט איר נישט מיטגעהאלטן
ביי די נענועים הוש' 'ר איין האנט האלט איך די לולב די אנדערע די אתרוג מיט די סידור, און מיין נאז הייבט אן בליטן אן קיין מעגליכקייט אראפצולייגן מיין לולב..... ביז איינער האט איבערגענומען די סעט איז מיין טלית געווארן חרוב געווארן מסבוסיך בדמיך. סאיז געווען בושות

גאנץ מעגליך אז ווען דו האסט ווען נישט סענטערל סטים וואלסטו זיך געקענט איינשפארן די בישות....
Just kidding.

עס איז אמת אז נאז בליטן האט מיט פייכקייט פונעם מענטש. אוו טריקענע לופט איז א גרויסע פראבלעם פאר דעם.

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 2:16 am
דורך Horizontal
געריבענער סוחר האט געשריבן:דער עיקר איז זיך אויפציהייבן נאך א פלאפ. און נארמאל באמערקט כמעט קיינער נישט. איך האב שוין כמה פעמים געזאגט עלינו אנשטאטס מזמור לדוד פרייטיג צינאכטס, און זיך ארום געקיקט נאכן ביקן ואנחנו כורעים, און געזען אז קיינער האט ניטאמאל באמערקט.

איך האב באמערקט

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 2:48 am
דורך יודל קליין
Horizontal האט געשריבן:שוין געהאט די שאלה... (ליידער)..
יעצט טראכט איך א נייע שאלה, וואס טוט מען ווען מען זאגט סלח לנו מיט א קלאפ אין הארץ, מען וועקט זיך אויף מיט בושה. יעצט על פי הלכה דארף מען צוענדיגן די ברכה. וואס טוט מען אבער מיטן מחל לנו..? זיך נאכאמאל קלאפן יעצט ווען מען ווייסט שוין וואס מ'טוט, אדער איז מען שוין אפגעקומען אלע עבירות מיטן ערשטן קלאפ?

אין אזא פאל קענסטו זיך זיכער פארלאזן אויף דעם וואס עס שטייט אין עמדין סידור אז ביום שאין אומרים בו תחנון קלאפט מען נישט ביי סלח לנו.

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 4:22 am
דורך ליידיג גייער
ס׳ ווערט געברענגט אז װען מ׳האט אן דעם שטריימל קלאפט מען נישט סלח לנו (דאס איז װען מ׳זאגט יא למשל מנחה ער"ש און מעריב מוצ"ש) ממילא אפילו מ׳ פארגעסט זיך און מ׳ פאהרט אריין אין די וואכעדיגע שמו"ע, קלאפט מען אבער נישט ...

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 9:42 am
דורך אלופי אדום
Horizontal האט געשריבן:שוין געהאט די שאלה... (ליידער)..
יעצט טראכט איך א נייע שאלה, וואס טוט מען ווען מען זאגט סלח לנו מיט א קלאפ אין הארץ, מען וועקט זיך אויף מיט בושה. יעצט על פי הלכה דארף מען צוענדיגן די ברכה. וואס טוט מען אבער מיטן מחל לנו..? זיך נאכאמאל קלאפן יעצט ווען מען ווייסט שוין וואס מ'טוט, אדער איז מען שוין אפגעקומען אלע עבירות מיטן ערשטן קלאפ?

לכאורה נישט, אין טייל קהילות ערב שבת ביי מנחה קלאפט מען זיך אויך נישט אפילו מ'זאגט יא סלח לנו.

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 11:58 am
דורך מחשב
און אויסטרעטן נאך קדיש פאר והוא רחום ביי מעריב?

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 12:43 pm
דורך אלופי אדום
כמה פעמים שבת אינדערפרי סטרעיט ארויס פון מקוה איז די קאפ נאך אין בעט (אדער אין די קאווע גאר), נישט כאפנדיג תכף נאך ויושע אריין אין ישתבח.
וואס טוט זיך מיט נשמת וכו' ?

געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 12:56 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
לכאורה האט געשריבן:גברא רבא אמר מילתא
אז 'גלאזער' שרייבט עפעס, קענט איר דאס נישט אוועקמאכן במחי כף

באר היטב (או"ח סי' רס"ח סק"א) "ומי שאירע לו כן ידאוג כל השבת דהוא סימן רע לו ויפשפש במעשיו ויהרהר בתשובה. של"ה"

דא א מעשה פון הרה"ק ר' איציקל מסקווירא זי"ע, א איד א סוחר [נישט קיין סקווירא חסיד] איז אמאל געווען אינטערוועגנס אין סקווירא אויף א שבת מברכים, און ביי מעריב האט ער בטעות אנגעהויבן אתה חונן... האט ער געטראכט צו זיך: עס שטייט דאך ידאוג כל השבוע און איך בין דאך אויפן וועג צו טון מסחר... נו, העכסטנס וועל איך דערלייגן עטליכע רענדלעך...
הרה"ק ר' איציקל האט תופס געווען זיין מחשבה און נאכן דאווענען ביים דורכגיין זאגן גוט שבת פאר הרה"ק ר' איציקל זי''ע האט אים דער רבי אפגעשטעלט און געזאגט: עס שטייט דאך ידאוג כל השבת... אבער ס'דא אן עצה דערצו, אויב מען הערט אונזער ר''ח בענטשן דארף מען זיך נישט זארגן...