רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אדער א בייגל אדער א לייגל

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש אוקטובער 19, 2019 11:03 pm

פלאי פלאים ווי מעשיגע די וועלט איז.
כ'האב נאך אין מיין לעבן נישט אנטייל גענימען אינעם 'חגיגה' על שמו של הצדיק הנ"ל. כאטש ער איז ביי מיר זייער הייליג.
עפעס גרוילט מיר דער היינטיגער צוגאנג דערצו.

אין פאריגן יא"צ האבעך שוין געהערט ווי א שמש האט פּראומאוטעד מען זאל מנדב זיין "אדער א בייגל אדער א לייגל"...
אויפן מיין פראגע וואס איז דאס א "לייגל"? האט ער געעפנט אויף מיר א פאר אויגן: ווייסט נישט? א לאָגל איז א קריגעלע טרינקען...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » זונטאג אוקטובער 20, 2019 11:07 am

עס איז שווער אין אזא הייליגע טאג צו שרייבן אקעגן אידן אבער ווער עס זעהט די בילדער און קליפס און האט נאר אביסל פון א לחליחות געבליבן שרייט פון זיך אליינס ארויס שומו שמים וו מען האלט היינט!

אלזא ביי א קאנצערט אין א''י איז ערשינען א 'חסידישע זינגער' און ביים זינגען עפעס א ניגון וואס דארף צו האבען א שייכות מיטן צדיק איז געוויזן געווארן אויפן סקרין א ריזיגע גיגאנטישע עוג מלך הבשן מייז וואס פארשטעלט אינגאנצן ציור קדשו פונעם רבין. און דערנאך האבען גענומען פליען מייזן און ראטן אין אלע מיני סייזעס אויפן און לעבן רבין.

דעם אנווארט פון דעם יונגאטש? Haters will hate.

יעצט, איך בין נישט אין הימל אבער אלס לאנגיעריגער עסקן למען רבינו וואס האט שוין מיטגעהאלטן גאר אסאך וואלט איך עם מייעץ געווען ער זאל תיכף נאך יו''ט נעמען א מנין און גיין איבערבעטן רבינו, עס איז א שפיל מיט פייער!
צוגעלייגטע
IMG-20191020-WA0013.jpg
IMG-20191020-WA0013.jpg (427.39 KiB) געזעהן 1333 מאל

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוקטובער 20, 2019 11:12 am

הרב נאטנזאן
זע דא
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג אוקטובער 20, 2019 12:06 pm

נישט צו מינעמייזען די בזיון גדול אויף א צדיק. אבער מען מעג אריין טראכטן, אויב די שורש פון די מגשם זיין דעם צדיק האט זיך נישט אנגעפאנגען פון די אלע ארגענעזאציעס וואס האבען גענימען ר' ישעיה'לע און געמאכט פאר א ציל ברעט צו מגשם זיין.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג אוקטובער 20, 2019 12:31 pm

דער זינגער איז גארנישט שולדיג. ער האט נישט געפלאנט וואס מזאל ווייזן אויפן סקרין, און קען זיין אז ער האט ניטאמאל געזען וואס איז אונטער אים.
אבער ער האט היינט זיך מתנצל געווען בפומבי

משהלע
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג אוקטובער 20, 2019 1:04 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:נישט צו מינעמייזען די בזיון גדול אויף א צדיק. אבער מען מעג אריין טראכטן, אויב די שורש פון די מגשם זיין דעם צדיק האט זיך נישט אנגעפאנגען פון די אלע ארגענעזאציעס וואס האבען גענימען ר' ישעיה'לע און געמאכט פאר א ציל ברעט צו מגשם זיין.


This!
This!
This!

האסט געוואלט מאכען געלט. You have more than some responsibility.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » זונטאג אוקטובער 20, 2019 1:23 pm

איך ווייס נישט ווער ס'האט די רעכט צו שרייבן ידינו לא שפכה!
די אלע וואס האבן ענדשזויט און מיט געזונגען ווען ס'האט זיך אן געהויבן די פיסטע "רעב שייע בען רעב מוישע" ניגונים, און פארטיילט די סידי'ס דערפון, האבן אויך א חלק אין די אלע אנדערע פיסטע נערישקייטן און שייגעץ שטיק!
והוא רחום יכפר עון
זה הקטן גדול יהי'

שנלר
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » זונטאג אוקטובער 20, 2019 1:26 pm

יודל קליין האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער ס'האט די רעכט צו שרייבן ידינו לא שפכה!
די אלע וואס האבן ענדשזויט און מיט געזונגען ווען ס'האט זיך אן געהויבן די פיסטע "רעב שייע בען רעב מוישע" ניגונים, און פארטיילט די סידי'ס דערפון, האבן אויך א חלק אין די אלע אנדערע פיסטע נערישקייטן און שייגעץ שטיק!
והוא רחום יכפר עון


און אזוי אויך דער פראסטע לייט וואס האבן פארוואנדעלט דעם פרעסן על שמו הקדוש.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אוקטובער 20, 2019 1:36 pm

וואס קען מען עקספעקטן ווען איז מגדל א דור פון אינגווארג וואס האט נישט קיין שום שיכות מיט די פנימיות פון תורה ומצוות

טוהן אלעס לויט וואס מען איז געפראגרעמט

אינגעלייט אין בחורים וואס דארשן נאך אביסעל חיות פון א דבר שבקדושה, א געפיל אין א טעם אין אידישקייט, קומט דערנאך א זינגער מיט א געטאר אין זינגט א ווארימע תניעה און יעדער זינגט עס נאך זיך איינרעדענדיג אז אזוי העט מען אנפילן די חלל הפנימי

אדרבה
אין וועלכע חסידישער שטיבעל האט מען ארומגערעדט פארן עולם איבער וואס די יו״ט הושענה רבה איז . נישט קיין העכערע מושגים- פשוט בעיסיקס.. וואס איז די ענין פון ארבעה מינים ומצוות סוכה
?!


וויפיל טויזענטער חסידישע אינגעלייט מיט שטריימלעך האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען זיצט אין סוכה/ פארוואס מען טענצט הקפות / פארוואס מען שאקלט ד׳ מינים

סיסטעם אהער , סיסטעם אהין
עס איז צייט פאר בדק הבית , זעהן וויאזוי מקען אריינשיינען אן ״אמת׳ע״ אור התורה ומצוות און אן אמת׳ע שמחת החיים און סיפוק רוחני

דיסקלעימער: איך בין ח״ו נישט מצדיק די עקעלדיגע בילד וואס דארף פארשריגען ווערן
לעצט פאראכטן דורך וואס עפעס? אום זונטאג אוקטובער 20, 2019 2:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

צביירושלים
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

תגובהדורך צביירושלים » זונטאג אוקטובער 20, 2019 1:57 pm

אוואדי!!!!
פארברענגט א יום טוב און בעלזא שטעטיל און לייקוואד א תענוג רוחני וגשמי
דער דיין שליט״א האט אריין געגאסן ווארמקייט און משמעות היום טוב הושענא רבה והמסתעף
אשרינו אז מיר זענען יודען
מה טוב חלקינו אז מיר זענען חסידים
ומה נעים גורלנו אז מיר זענען בעלזא חסידים

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג אוקטובער 20, 2019 2:17 pm

צביירושלים האט געשריבן:אוואדי!!!!
פארברענגט א יום טוב און בעלזא שטעטיל און לייקוואד א תענוג רוחני וגשמי
דער דיין שליט״א האט אריין געגאסן ווארמקייט און משמעות היום טוב הושענא רבה והמסתעף
אשרינו אז מיר זענען יודען
מה טוב חלקינו אז מיר זענען חסידים
ומה נעים גורלנו אז מיר זענען בעלזא חסידים


:lol:

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג אוקטובער 20, 2019 2:17 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:וואס קען מען עקספעקטן ווען איז מגדל א דור פון אינגווארג וואס האט נישט קיין שום שיכות מיט די פנימיות פון תורה ומצוות

טוהן אלעס לויט וואס מען איז געפראגרעמט

אינגעלייט אין בחורים וואס דארשן נאך אביסעל חיות פון א דבר שבקדושה, א געפיל אין א טעם אין אידישקייט, קומט דערנאך א זינגער מיט א געטאר אין זינגט א ווארימע תניעה און יעדער זינגט עס נאך זיך איינרעדענדיג אז אזוי העט מען אנפילן די חלל הפנימי

אדרבה
אין וועלכע חסידישער שטיבעל האט מען ארומגערעדט פארן עולם איבער וואס די יו״ט הושענה רבה איז . נישט קיין העכערע מושגים- פשוט בעיסיקס.. וואס איז די ענין פון ארבעה מינים ומצוות סוכה
?!

וויפיל טויזענטער חסידישע אינגעלייט מיט שטריימלעך האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען זיצט אין סוכה/ פארוואס מען טענצט הקפות / פארוואס מען שאקלט ד׳ מינים

סיסטעם אהער , סיסטעם אהין
עס איז צייט פאר בדק הבית , זעהן וויאזוי מקען אריינשיינען אן ״אמת׳ע״ אור התורה ומצוות און אן אמת׳ע שמחת החיים און סיפוק רוחני

דיסקלעימער: איך בין ח״ו נישט מצדיק די עקעלדיגע בילד וואס דארף פארשריגען ווערן


;l;p-

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג אוקטובער 20, 2019 2:23 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:אדרבה
אין וועלכע חסידישער שטיבעל האט מען ארומגערעדט פארן עולם איבער וואס די יו״ט הושענה רבה איז . נישט קיין העכערע מושגים- פשוט בעיסיקס.. וואס איז די ענין פון ארבעה מינים ומצוות סוכה
?!

אין וועליכע ביהמ''ד נישט? דו לעבסט אויף די לבנה? ליין ביטע איבער די צעטלעך פון די שיעורים פון דיין קהילה פאר דו ביסט מקטרג אויף אידן אין די טאג וואס איז חותם בתוך חותם, מען זיגעלט אפ דעם צווייטן זיגל ווי די בני יששכר ערקלערט.

עס איז געווען הערליכע שיעורים אין אלע גרעסערע קהילות דעם יו''ט ציגעשטעלט דורך די ''סיסטעם'' אויף וועם דו ביסט ברוגז נעבעך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אוקטובער 20, 2019 2:45 pm

כבין ח״ו נישט ברוגז אדער מקטרג
ס״ה פארצייל איך וואס איז די שורש פון וואו עס נעמט זיך די נייע אנשיקעניש פון נאכלויפן נייע מנהגים

דער עולם זיכט עפעס
הנה ימים באים נאם ה׳ וגו .. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אים לשמוע את דברי ה׳
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג אוקטובער 20, 2019 2:54 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:כבין ח״ו נישט ברוגז אדער מקטרג
ס״ה פארצייל איך וואס איז די שורש פון וואו עס נעמט זיך די נייע אנשיקעניש פון נאכלויפן נייע מנהגים

דער עולם זיכט עפעס
הנה ימים באים נאם ה׳ וגו .. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אים לשמוע את דברי ה׳

סאיז לעצטענס אנגעקומען א שיינע קונטרס אין אידיש בהלכות צנניעות און האר ביי פרויען, זייער שיין צולייגט, כטראכט נאר צו מיר אז צו דעי וואס דארפן דאס באמת ליינען, ליינען עס ניטש ליידער.
די זעלבע זאך, סאיז דא שיינע שיעורים צוגעשטעלט איבעראל אבער דעי חברה הערן דאס נישט פון די סיסיטעם.. אפשר דארף מען עס מאכן דורך וואטסעפפ אדער קליפס?! ווער ווייסט

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג אוקטובער 20, 2019 2:59 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:וואס קען מען עקספעקטן ווען איז מגדל א דור פון אינגווארג וואס האט נישט קיין שום שיכות מיט די פנימיות פון תורה ומצוות

טוהן אלעס לויט וואס מען איז געפראגרעמט

אינגעלייט אין בחורים וואס דארשן נאך אביסעל חיות פון א דבר שבקדושה, א געפיל אין א טעם אין אידישקייט, קומט דערנאך א זינגער מיט א געטאר אין זינגט א ווארימע תניעה און יעדער זינגט עס נאך זיך איינרעדענדיג אז אזוי העט מען אנפילן די חלל הפנימי

אדרבה
אין וועלכע חסידישער שטיבעל האט מען ארומגערעדט פארן עולם איבער וואס די יו״ט הושענה רבה איז . נישט קיין העכערע מושגים- פשוט בעיסיקס.. וואס איז די ענין פון ארבעה מינים ומצוות סוכה
?!

וויפיל טויזענטער חסידישע אינגעלייט מיט שטריימלעך האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען זיצט אין סוכה/ פארוואס מען טענצט הקפות / פארוואס מען שאקלט ד׳ מינים

סיסטעם אהער , סיסטעם אהין
עס איז צייט פאר בדק הבית , זעהן וויאזוי מקען אריינשיינען אן ״אמת׳ע״ אור התורה ומצוות און אן אמת׳ע שמחת החיים און סיפוק רוחני

דיסקלעימער: איך בין ח״ו נישט מצדיק די עקעלדיגע בילד וואס דארף פארשריגען ווערן

איך אגרי מיט דיר האלבוועגס...
מען רעדט יא ארום, נאר נישט די ריכטיגע זאכען.
א אינגערמאן און בחור און ישיבה הערט אזויפיל זייטיגע זאכען און מישוגים אויף ימים נוראים וואס זענען אזוי ווייט פון אים און אזוי נישט אויף זיין דרגה אז ער האט נישדט קיין אנונג וויאזוי עס צו עסען. מען רעדט נישט אויף די לעוועל פונעם בחור בכלל! איך וועל גיבען איין ביישפיל, אידיע חדר אינגעל און בחור האלט און איין הערען חודש אלול אז די פיש און וואסער ציטערען, איך וויל באמת פארשטיין, וואס ווילסטו די בחור זאל טון מיט די הייליגע מאמר? די בחורל אליינס ציטערט דאך נישט, וויאזוי ווילסטו ער זאל אפלייען צו זיך דאס אז די פישעלע ציטערט? אוודאי איז דאס אמת ויציב, אבער רעדט צי דעם בחור און ארינגערמאן אויף אן אופן וואס ער זאל זיין באקוועם מיט דאס וואס ער הערט און נישט אז די גאנצע הכנה זאל זיין איין שטיק קאנפיוזשען און געבויעט אויף מישוגים וואס זענען ווייט םון אים קרחוק מזרח ממערב.
איך וואלט געוואלט ארויס ברענגן מיין נקידה קלארער אבער איך האב נישט ציפיל צייט יעצט, אבער באמתאיז דאס די פראבלעם, אז מען ברענגט נישט אראפ אידישקייט צו די לעוועל פונעם מענטש נאר מען טראגט עס גאר אוועק, און מען זאגט אים אז יעצט דארף מען ציטערן...

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » זונטאג אוקטובער 20, 2019 3:02 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:וואס קען מען עקספעקטן ווען איז מגדל א דור פון אינגווארג וואס האט נישט קיין שום שיכות מיט די פנימיות פון תורה ומצוות

טוהן אלעס לויט וואס מען איז געפראגרעמט

אינגעלייט אין בחורים וואס דארשן נאך אביסעל חיות פון א דבר שבקדושה, א געפיל אין א טעם אין אידישקייט, קומט דערנאך א זינגער מיט א געטאר אין זינגט א ווארימע תניעה און יעדער זינגט עס נאך זיך איינרעדענדיג אז אזוי העט מען אנפילן די חלל הפנימי

אדרבה
אין וועלכע חסידישער שטיבעל האט מען ארומגערעדט פארן עולם איבער וואס די יו״ט הושענה רבה איז . נישט קיין העכערע מושגים- פשוט בעיסיקס.. וואס איז די ענין פון ארבעה מינים ומצוות סוכה
?!


וויפיל טויזענטער חסידישע אינגעלייט מיט שטריימלעך האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען זיצט אין סוכה/ פארוואס מען טענצט הקפות / פארוואס מען שאקלט ד׳ מינים

סיסטעם אהער , סיסטעם אהין
עס איז צייט פאר בדק הבית , זעהן וויאזוי מקען אריינשיינען אן ״אמת׳ע״ אור התורה ומצוות און אן אמת׳ע שמחת החיים און סיפוק רוחני

דיסקלעימער: איך בין ח״ו נישט מצדיק די עקעלדיגע בילד וואס דארף פארשריגען ווערן

כ'טענה שוין לאנג אז מ'לייגט גרויס דגוש אין ישיבות אויף גמ' ודו', בעסיקלי איז מען נאר ביזי מיטן לערנען און מ'רעדט נישט קיין סאך איבער "יודישקייט" אדער ידיעות אין יודישקייט. איך מאך ח"ו נישט אוועק די לערנען, און אוודאי דארף דאס זיין, אבער למעשה זענען דא אסאך בחורים וואס זענען נישט געאייגנט פאר דעם , כל אחד מיט זיין אייגנארטיגן טעם. פאר די בחורים (און אויך פאר די וואס לערנען יא) דארף מען אויך לערנען א "טעם אין יודישקייט".
לדעתי ווערט דעס פארזעהן אין אסאך ישיבות. דעס איז א גורם אויף אסאך פראבלעמען וואס יודען זיכן אביסל לחליחות, איינער טרעפט א משפיע/רעדנער, א צווייטער איז זיך אליינס מסדר מיטן אליינס לערנען ספרי חסידות/מוסר/טעמי המצוות, א דריטער וועט זיך אנטרעפן אין געוויסע משפיעים וואס זענען נישט אזוי אנגענומען ביי אונזער ציבור (למחצה, לשליש ולרביע), א פערטער וועט ווערן פארשלעפט ווייטער ליידער און אנדערע וועלן שעפן חיזוק פון רעב שנייעלע וכדו'.
אלעס א גרויס חלק א תוצאה פון זיין אומוואוסנד, א ממשש בחושך.

דער אידעל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 07, 2013 10:37 am

תגובהדורך דער אידעל » זונטאג אוקטובער 20, 2019 3:35 pm

אפשר וועט זיך דער דעת הקהל יעצט אויפוועקען פון די אנשיקעניש פון פארוואנדלען דעם ציון הקדוש פאר א מקום צו קאמזיצן און געזאנג מיט גיטארס וכדומה. וואס איז דע ר׳ ישעי׳ בן ר׳ משה געזונגעכטס ביים ציון הקדוש?! האדמה אשר אתה עומד שם אדמת קודש הוא

אוועטאר
א. לערנער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » זונטאג אוקטובער 20, 2019 4:39 pm

דער אידעל האט געשריבן:אפשר וועט זיך דער דעת הקהל יעצט אויפוועקען פון די אנשיקעניש פון פארוואנדלען דעם ציון הקדוש פאר א מקום צו קאמזיצן און געזאנג מיט גיטארס וכדומה. וואס איז דע ר׳ ישעי׳ בן ר׳ משה געזונגעכטס ביים ציון הקדוש?! האדמה אשר אתה עומד שם אדמת קודש הוא

זינגען ווארימע ניגונים איז א וועג אנצווארימען דאס הארץ, אין אלע הייליגע צייטן ביינונז זינגט מען ווארימע ניגונים, ביי קבלת פנים, פאר א רבישע מצוה טאנץ, הייליגע טישן, און נאך. און אז אין 20פ קומען אידן צום ציון און פילן אז זיי וועלן מער אויפטוען ווען פארן/נאכן תהילים זאגן וועט מען זינגען ווארימע ניגונים זעה איך נישט קיין שום פראבלעם דערינען

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » זונטאג אוקטובער 20, 2019 4:45 pm

א. לערנער האט געשריבן:
דער אידעל האט געשריבן:אפשר וועט זיך דער דעת הקהל יעצט אויפוועקען פון די אנשיקעניש פון פארוואנדלען דעם ציון הקדוש פאר א מקום צו קאמזיצן און געזאנג מיט גיטארס וכדומה. וואס איז דע ר׳ ישעי׳ בן ר׳ משה געזונגעכטס ביים ציון הקדוש?! האדמה אשר אתה עומד שם אדמת קודש הוא

זינגען ווארימע ניגונים איז א וועג אנצווארימען דאס הארץ, אין אלע הייליגע צייטן ביינונז זינגט מען ווארימע ניגונים, ביי קבלת פנים, פאר א רבישע מצוה טאנץ, הייליגע טישן, און נאך. און אז אין 20פ קומען אידן צום ציון און פילן אז זיי וועלן מער אויפטוען ווען פארן/נאכן תהילים זאגן וועט מען זינגען ווארימע ניגונים זעה איך נישט קיין שום פראבלעם דערינען

הגם נישט דער דרך וואס מען האט געזען ביי אבותינו ורבותינו, אבער שוין, אויב מיינט מען נאר דאס, אקעי.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג אוקטובער 20, 2019 4:46 pm

אבער וואס איז די טראסק היצט? ווי זענען זעי געווען ווען דער ניגון איז ארויסגעקומען????????
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג אוקטובער 20, 2019 4:54 pm

כ"ו אב האט מען אויך געזינגען דעס יאר אין אהל

משהלע
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג אוקטובער 20, 2019 5:07 pm

די גיטאר איז די סימן היינטיגע צייטן אם לה' או לכם. א סימן, נישט א סיבה.

הלואי וועט עס צוריק ווערן גענוצט אויף גוטע זאכען און נישט נאר שוואוילטאג.

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג אוקטובער 20, 2019 5:30 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:אבער וואס איז די טראסק היצט? ווי זענען זעי געווען ווען דער ניגון איז ארויסגעקומען????????

וואס איז די פראבלעם מיטן ניגון? די מחבר ר' שמשי ניימאן האט עס געמאכט מיט ריינע כוונות.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג אוקטובער 22, 2019 1:10 pm

שואל ומשיב האט געשריבן:עס איז שווער אין אזא הייליגע טאג צו שרייבן אקעגן אידן אבער ווער עס זעהט די בילדער און קליפס און האט נאר אביסל פון א לחליחות געבליבן שרייט פון זיך אליינס ארויס שומו שמים וו מען האלט היינט!

אלזא ביי א קאנצערט אין א''י איז ערשינען א 'חסידישע זינגער' און ביים זינגען עפעס א ניגון וואס דארף צו האבען א שייכות מיטן צדיק איז געוויזן געווארן אויפן סקרין א ריזיגע גיגאנטישע עוג מלך הבשן מייז וואס פארשטעלט אינגאנצן ציור קדשו פונעם רבין. און דערנאך האבען גענומען פליען מייזן און ראטן אין אלע מיני סייזעס אויפן און לעבן רבין.

דעם אנווארט פון דעם יונגאטש? Haters will hate.

יעצט, איך בין נישט אין הימל אבער אלס לאנגיעריגער עסקן למען רבינו וואס האט שוין מיטגעהאלטן גאר אסאך וואלט איך עם מייעץ געווען ער זאל תיכף נאך יו''ט נעמען א מנין און גיין איבערבעטן רבינו, עס איז א שפיל מיט פייער!

די רבי איז געווען א גיטע מענטש אין ווען מהאט געטוין עפעס וואס נישט געווען לרחו האט מוחל געווען א יוד אחוץ שאנארן פאר עסען האט ער ליב געהאט יעדע יוד וואס איז א שומר תורה ומצוות.
אין דע קליפ קען זיין אז סאיז funny סמאכט נישט קיין סענטס אבער פוגע זיין אין כבוד איז עס בכלל נישט.
אין די רבי וואלט געלאזאט מייז טרעטען אויף זיין הייליגע גוף צי העלפען א יוד .

אבער פאר די אלע וואס מאכען געלט פוין די רבי איז נאך א געלעגנההייט צי ווייזען זייער לעדערהעדס אין פאבליק.

בערי איז יוד וואס איז מקרב לב נשברים יעדען טאג פלעטצער ווי סאיז נישט דא קיין קליפס קיינער ווייסט נישט סתם צי העלפען יודען...
Sorry for my misspellings


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 7 געסט