רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג יוני 02, 2019 12:20 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך פיל כקול קורא במדבר מיינע רייד וועלן פאלן אויף טויבע אויערן און אויפגעבלאזענע בייכער, איך שוין די לחלוחית הפה וואס וועט פארנוצט ווערן צו אויפסקראלן די פארקנאקטע מוח דזשעליס אריינצוטראפן א פינטעלע יראת שמים.

איי וויי וויי אזא לאאאנגע גלות... פארווארפן בקצה הארץ ואין איש שם על לב די טיעפע ריחוק פנימי וואס אזאנע שריט טוען אנדייטן.

אבינו מלכינו רחם עלינו והושיעינו.


געב נישט אויף, זיי זיכער אז עס איז נכנסים אל הלב, זייער אסאך צדיקים האבען נישט געזעהן קיין נחת בחייהם אבער סוכ"ס האבען די ווערטער דארך געבויערט פארשטאפטע הערצער, מעט מן האור דוחה הרבה מן החשך,
די פראבלעם איז נישט אז זיי האבען נישט קיין יראת שמים, אדרבה רובא דרובא זענען יא יראת שמים והא ראי' אז זיי האלטען שבת יום טוב וכו' מען פאסט די אלע תעניתים
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » זונטאג יוני 02, 2019 12:45 am

געדענקסט נאך האט געשריבן:...נאכדערצו מיט אזא זלזול, ישעי'לע האט געזאגט... ער איז דיין חבר ?? ער איז עפעס א סקיוריטי גארד ?? פוי !!! דאס איז נאך מכלומרשט אמונת צדיקים...

אינעם עצם נושא ביסטו גערעכט. אבער צו מלמד זכות זיין, קען זיין אז די מימרא האט ר' ישעי'לע געזאגט בהאי לישנא "ישעי'לע האט געזאגט וכו'"
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

טשולענט בונדלעך
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 2:18 pm

תגובהדורך טשולענט בונדלעך » זונטאג יוני 02, 2019 9:58 am

nmi האט געשריבן:;l;p-
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אחוץ פון דעם, איז דא צו רעדן איבער די עסן אויסטיילונג מ'מאכט גרויסע פענסי פארטיס, פאר וועם? ר' ישעי' האט געגעבן צו עסן פאר עובר דרכים, ארמעלייט און פאר *דאס* איז ער באקאנט, נישט פאר מאכן גרויסע פענסי פארטיס פאר ווייסעך ווער. די אלע וואס מאכן עס אויב זיי מײנען טאקע עם, זאלן זיי געבן די געלט פאר משביע, אדער פאר ר' ישעי'ס גאסט הויז איז ווילי וכודמה, מ'טרייבט עס צו איבער.


וואס מיר האבן געשריבען איבער די ענין דא

פון איין חלק האב איך ספעציעל הנאה געהאט, ווי די זיידע איז שיין מסביר פאר די איינקלעך, די עבודה פון הרה"ק ר' ישעי'לע פון טיילן עסן פאר יודן, אז דאס איז געווען אן עבודה פון שפייזען הונגעריגע און צובראכעע אידן, און נישט קיין ריבוי האכילה ח"ו.

עס איז היינט א צייט, ווען יעדער זולל וסובא וואס וויל זיך נאכגעבן זיינע תאות על טהרת הקאוידעש, רופט צוזאם אלע זיינע חבירים צו א קידוש אדער גאר א גריל, און מריפט עס אויף 'נוסח קערעסטיר', מקאנעקט צו ר' ישעי'לע, יעדער ווייסט די מימרא לשובע ולא לרזון, און מפרעסט אויפן חשבון פון האי קדוש וטהור ר' ישעי'לע, אזוי ווייט אז עס וואקסט אויף א דור, וואס מיינט אז ר' ישעי'לע מיט פרעס גייט אינאיינעם ח"ו, דאס איז קערעסטיר און דאס איז געווען ר' ישעי'לע ח"ו.

אויפן מציבה פון ר' ישעי'לע שטייט הפלאה'דיגע תוארים, לא כעס מעולם, שומר הברית והסד, ועוד, לאמיר זעהן אז מזאל מיט דעם אויך קאנעקטן צו ר' ישעי'לע.

גאר גוט געשריבן. איך וואלט נאר איין זאך צוגעלייגט אז אויב נעמט מען נישט די זאך יעצט אין די הענט אריין גייט אין 50 יאר ארום - משיח זאל שוין אוואדי דא זיין פארדעם - אונזערע פרומע אייניקלעך ארויסקומען מיט קול קורא'ס אקעגן די נישט פרומע היתכן מ'הערט אויף מיט די מנהג וואס אונזערע עלטערן האבן זיך אלע דורות געפירט צו האקן בשר ג' אייר... ליידער קיין וויץ נישט.


וואס נאך מיר האבן געשריבען איבער די נושא דא נאך די היי יעריגע ליצנותדיגע עדס פון רב להושיע בעפאר די יארצייט

לענ"ד זעהנען די אלע עדס א געפערליכע בזיון צדיק באופן מבהיל, ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלטן מען געדארפט געפערליך פארפירן קעגן אזעלכע עדס.
מ'נעמט א צדיק א קדוש אלוקי און מ'מאכט פון אים א קערעקטע"ר פאר עדס, אן אקטיאר, אזוי ווי יואלי לעבאוויטש אדער הערשקאוויטש וואס לאזן זיך ניצן פאר עדווערטייזמענטס?

ווער ס'פארשטייט דאס נישט, זאל זיך פארשטעלן ווען א געוויסע מוסד וואלט ווען גענומען אפילו א צדיק פון נאכן קריג, און אים גענוצט פאר אן עד מיט א full length picture, א שטייגער ווי א מוסד וואס טיילט פיש און פלייש לע"נ הרה"ק מסאטמאר זצ"ל, וואלט געמאכט א עד ווי הרה"ק מסאטמאר טיילט פיש אדער פלייש און מארק, אדער הרה"ק מסקווירא זצ"ל פראובירט אן מלבושים פאר יתומים מיט א אינטש מעסטער ארים זיין האלז, אדער הרה"ק מקלויזענבארג זצ"ל פראובירט אן שיך פאר ארעמלייט וכו' וכו'
אדער גאר א סעריע פון עדס למשל פון בוני עולם, מזעהט א קאָפל זיצן צובראכן אינדערהיים, די קומענדיגע בילד זעהט מען הרה"ק מטאהש זצ"ל קוקט אריין פון פענסטער, די קומענדיגע זעהט מען הרה"ק מטאהש שטייט ביים טיר מיט א ניי געבוירן קינד.

יעדער קען זיך אליין פארשטעלן וואס פארא מחאות עס וואלן פארגעקומען דורך די אייניקלעך און חסידים.

כש"כ ווען מנעמט ווען א צדיק פון פארן קריג ווי הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל זצ"לת אדער הרה"ק בעל דברי חיים זצ"ל, די וועלט וואלט זיך ווען איבערגעדרייט.
נאר ליידער דא ווערט עס געטון דורך זיינע אייגענע אייניקלעך...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יוני 02, 2019 10:12 am

איך בין געווען סורפרייזט אז דער בלאט עדיטאריעל מיט 2 וואכן צוריק האט זיך אנגענומען פאר די סארט התנהגות.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

מי זה
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 11:48 am

תגובהדורך מי זה » זונטאג יוני 02, 2019 10:48 am

nmi האט געשריבן:
מי זה האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אחוץ פון דעם, איז דא צו רעדן איבער די עסן אויסטיילונג מ'מאכט גרויסע פענסי פארטיס, פאר וועם? ר' ישעי' האט געגעבן צו עסן פאר עובר דרכים, ארמעלייט און פאר *דאס* איז ער באקאנט, נישט פאר מאכן גרויסע פענסי פארטיס פאר ווייסעך ווער. די אלע וואס מאכן עס אויב זיי מײנען טאקע עם, זאלן זיי געבן די געלט פאר משביע, אדער פאר ר' ישעי'ס גאסט הויז איז ווילי וכודמה, מ'טרייבט עס צו איבער.

גראדע האב איך לעצטנס געהערט א שיינע עובדא פון הרה''ק ר' ישעי'לע. אז אמאל האט ער געהערט ווי א איד דריקט זיך אויס ביי אים אין הויף אז "דא גיבט מען גוט צועסן". הערנדיג דאס האט ער אים געזאגט: "גוט צועסן?.. פיש איז דא ברווח!..."
נו, אז ער האט דאס געהערט איז דער איד געגאנגען אין זיך אנגעגעסן מיט פיש... ווייל "דאס" איז דאך דא ברווח...., גייט נישט דורך קיין עטליכע מינוט און ער זעט ווי מען ברענגט אריין פאר די אורחים פלייש מיט אלע צוגעהערן כיד המלך..., אבער וויבאלד ער האט זיך שוין געהאט אנגעגעסן מיט פיש האט ער שוין נישט געקענט עסן מער...
איז דער אורח צוריקגעגאנגען צו ר' ישעי'לע מיט טענות.. פארוואס ער האט אים פארפירט און געזאגט אז נאר פיש איז דא ברווח...
האט אים ר' ישעי'לע גענטפערט: איך האב דיר געהערט רעדן מיט אזא אימפעט פון די "עסן"... האב איך דיר געוואלט אויסלערנען אז נישט דאס איז דער עיקר!
אבער חכמי דורינו האבן דעסיידעט: אז עסן איז די עיקר! [איר האט שוין אמאל געהערט עמיצן רעדן פון זיין קדושה וטהרה... זיין גדלות בתורה....?!?!?...]


איך האב גהעהרט נאכזאגן פון די וויזשניצער רבי ר' מאטעלע ז"ל אז ער פארשטייט נישט פארוואס מ'רעדט אזויפיל אויף ר' ישעי'לעס הכנסת אורחים און גארנישט אויף זיין גרויסע קדושה,
זאגנ'דיג אז אין אונגערין האט ער געהייסן ממש א חד בדרא אין קדושה וטהרה.

די תשובה אויף דעם איז גאנץ קלאר, אז די אידן ארום ר' ישעי'לע האבן מיטגעהאלטן מער די הכנסת אורחים ווי זיינע הויכע מדרגות וואס זענען סיי ווי סיי געווען אנגעוויקלט מיט פשטות און זיך מבטל זיין פאר אידנ'ס וועגן.

די תשובה האט ר' מאטעלע געזאגט אדער דו זאגסט עס?


די תשובה איז מיינס.
כ'האף אז די פראגע איז יא ר' מאטעלע'ס...
איך זאג נאר וואס כ'האב געהערט פון איינער וואס האט נאכזאגט פון ר' ישעי'לעס א אייניקל וואס האט עס געהערט פון ר' מאטעלע.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יוני 02, 2019 11:03 am

מי זה האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
מי זה האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:


די תשובה איז מיינס.
כ'האף אז די פראגע איז יא ר' מאטעלע'ס...
איך זאג נאר וואס כ'האב געהערט פון איינער וואס האט נאכזאגט פון ר' ישעי'לעס א אייניקל וואס האט עס געהערט פון ר' מאטעלע.

כ'האב פשוט געוואלט וויסן מיט וואס פארא השגות א יוד פונעם פאריגן דור האט געלעבט.

אז מ'רעדט שוין פון די קדושה מאותו צדיק קען מען רעדן א געוואלט, איך וועל דערציילן נאר איין עפיזאט.

ביי חסידים האט מען זיך געפירט אז פרייטאג צונאכטס נאכן שניידן די חלה האט מען צוזאם גענומען די ברעקלעך. די ענין איז ווייל מ'נעמט צוזאם וואס מ'האט פוגם געווען ר''ל. (וועגן דעם פירט מען זיך אז מ'ניצט נישט קיין זיג-זאג מעסער וואס מאכט מער ברעקלעך).

דער הייליגער צדיק ר'ישעי'לע פלעגט זאגן "ווער ס'ברעקלט נישט ברויך נישט צוזאם נעמען" (מיינענדיג צו זאגן ווער ס'איז נישט פוגם). ויהי לפלא, ווען ער פלעגט שניידן די חלה פרייטאג צו נאכט'ס פלעגט נישט זיין אפילו איין ברעקל, און ער פלעגט זאגן דערביי "ביי אונז ברעקלט מען נישט".

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יוני 02, 2019 11:06 am

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:ווער ס'פארשטייט דאס נישט, זאל זיך פארשטעלן ווען א געוויסע מוסד וואלט ווען גענומען אפילו א צדיק פון נאכן קריג, און אים גענוצט פאר אן עד מיט א full length picture, א שטייגער ווי א מוסד וואס טיילט פיש און פלייש לע"נ הרה"ק מסאטמאר זצ"ל, וואלט געמאכט א עד ווי הרה"ק מסאטמאר טיילט פיש אדער פלייש און מארק, אדער הרה"ק מסקווירא זצ"ל פראובירט אן מלבושים פאר יתומים מיט א אינטש מעסטער ארים זיין האלז, אדער הרה"ק מקלויזענבארג זצ"ל פראובירט אן שיך פאר ארעמלייט וכו' וכו'
אדער גאר א סעריע פון עדס למשל פון בוני עולם, מזעהט א קאָפל זיצן צובראכן אינדערהיים, די קומענדיגע בילד זעהט מען הרה"ק מטאהש זצ"ל קוקט אריין פון פענסטער, די קומענדיגע זעהט מען הרה"ק מטאהש שטייט ביים טיר מיט א ניי געבוירן קינד.


כ'קען צושטימען אז די זאך איז ארויס פון יעדע נארמאלקייט, אבער דיין קשיא איז נישט אזוי גרויס, ר' ישעי' האט געפירט אן אנדערע סארט הנהגה, מרן מ'סאטמאר איז פאר תקיעות שופר געווען פארשפארט אין שטוב און איבערגעלאזט פאר ר' יעקל שוואַרץ ע''ה צו טיילן מזונות, ר' ישעי'לע דאגעגן איז אליינס געשטאנען אין סערווירט פארן עולם לייכטע איבערבייס (ווי באקאנט האט ער אמאל געזאגט, אלע רבי'ס זענען פארנומען מיט רזא דרזין, ישעי'לע איז פארנומען מיט לשובע ולא לרזון...) איי עס פאסט נישט?! פאר ר' ישעי'לע האט עס שוין איינמאל געפאסט!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 02, 2019 11:28 am

לייכטע איבערבייס פאסט זעהר שיין. קויליטש, הינערפלייש און בארשט מיט קארטאפל, פאסט אויך הערליך אריין. פרעס מיט א סיבה דערצו איז שוין נישט אזוי פאסענד
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יוני 02, 2019 12:30 pm

צו געזונט האט געשריבן:לייכטע איבערבייס פאסט זעהר שיין. קויליטש, הינערפלייש און בארשט מיט קארטאפל, פאסט אויך הערליך אריין. פרעס מיט א סיבה דערצו איז שוין נישט אזוי פאסענד

פרעס איז נישט דער נושא אויף וואס איך האב מיך באצויגן.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 02, 2019 12:35 pm

עס האציך אנגעהויבן מיט דעם און געגאנגען א שטאפעל ווייטער מיט אלע זאכען וואס ר' ישעי'לע האט נאר אמאל געזאגט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג יוני 02, 2019 12:41 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:ווער ס'פארשטייט דאס נישט, זאל זיך פארשטעלן ווען א געוויסע מוסד וואלט ווען גענומען אפילו א צדיק פון נאכן קריג, און אים גענוצט פאר אן עד מיט א full length picture, א שטייגער ווי א מוסד וואס טיילט פיש און פלייש לע"נ הרה"ק מסאטמאר זצ"ל, וואלט געמאכט א עד ווי הרה"ק מסאטמאר טיילט פיש אדער פלייש און מארק, אדער הרה"ק מסקווירא זצ"ל פראובירט אן מלבושים פאר יתומים מיט א אינטש מעסטער ארים זיין האלז, אדער הרה"ק מקלויזענבארג זצ"ל פראובירט אן שיך פאר ארעמלייט וכו' וכו'
אדער גאר א סעריע פון עדס למשל פון בוני עולם, מזעהט א קאָפל זיצן צובראכן אינדערהיים, די קומענדיגע בילד זעהט מען הרה"ק מטאהש זצ"ל קוקט אריין פון פענסטער, די קומענדיגע זעהט מען הרה"ק מטאהש שטייט ביים טיר מיט א ניי געבוירן קינד.


כ'קען צושטימען אז די זאך איז ארויס פון יעדע נארמאלקייט, אבער דיין קשיא איז נישט אזוי גרויס, ר' ישעי' האט געפירט אן אנדערע סארט הנהגה, מרן מ'סאטמאר איז פאר תקיעות שופר געווען פארשפארט אין שטוב און איבערגעלאזט פאר ר' יעקל שוואַרץ ע''ה צו טיילן מזונות, ר' ישעי'לע דאגעגן איז אליינס געשטאנען אין סערווירט פארן עולם לייכטע איבערבייס (ווי באקאנט האט ער אמאל געזאגט, אלע רבי'ס זענען פארנומען מיט רזא דרזין, ישעי'לע איז פארנומען מיט לשובע ולא לרזון...) איי עס פאסט נישט?! פאר ר' ישעי'לע האט עס שוין איינמאל געפאסט!

זייער קלאר ארויסברענגט.

און אנדערע ווערטער אונזערע מוחים דא האבן נישט אינאכט גענימען און קענען בשו''א נישט עקסעפטן אז הרה''ק ר' ישעי'לע האט געהאט א אייגענארטיגע דרך אין עבודת השם.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוהב ציון
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובהדורך אוהב ציון » זונטאג יוני 02, 2019 12:45 pm

דער וואס איז אמאהל געווען אויפ'ן יאהרצייט אין קערעסטיר ווייסט אז דער גאנצע עסען וואס מרעדט זיך איין טוט זיך דארט איז זייער overrated ס'דא ברוך השם צו עסען בריווח נישט קיין פרעסעריי וכו וכו
אבער חוץ די עסען איז דא דער השראה פונם צדיק וואס מקען נישט מסביר זיין מדארף עס מיטלעבען.... אבער בקיצור מזאגט דאך אין ר' אלימלך'ס תפילה אדרבה תן בליבינו שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם.. ממש אזוי פילט עך עס מדרייט זיך ארום יעדער איינער שווה בשווה נישטא אזא זאך ווי א שיינער איד.... יעדער שמייכעלט יעדער צופרידען אידען געבען צו עסען, צדקה ... מוואונטש זיך איינער די צווייטער האטס געפועלטט אלעס גיטס מ'פארציילט איינער די צווייטער זיין ישועה וואס מהאט געהאט דעם פארגאנגענע יאהר בקיצור עולם שכולו טוב מפיהלט דעם צדיק סבלנות יעדער איד איז א עולם מלא ,אלע מינע קנאים חסידים ליטפישע ספרדישע מיט די היט אהן דעם היט ר' ישעי' בן ר' משה האט פלאץ פאר יעדעם.......

איז ממילא מיין איך קומט נישט אריין דעם גאנצע נושא.... סקומט פון א טיפע מקום פון ועמך כולם צדיקים וואס דער צדיק האט געלעבט אין דער השראה איז נאך דא ודו"ק

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג יוני 02, 2019 1:49 pm

אוהב ציון האט געשריבן:דער וואס איז אמאהל געווען אויפ'ן יאהרצייט אין קערעסטיר ווייסט אז דער גאנצע עסען וואס מרעדט זיך איין טוט זיך דארט איז זייער overrated ס'דא ברוך השם צו עסען בריווח נישט קיין פרעסעריי וכו וכו
אבער חוץ די עסען איז דא דער השראה פונם צדיק וואס מקען נישט מסביר זיין מדארף עס מיטלעבען.... אבער בקיצור מזאגט דאך אין ר' אלימלך'ס תפילה אדרבה תן בליבינו שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם.. ממש אזוי פילט עך עס מדרייט זיך ארום יעדער איינער שווה בשווה נישטא אזא זאך ווי א שיינער איד.... יעדער שמייכעלט יעדער צופרידען אידען געבען צו עסען, צדקה ... מוואונטש זיך איינער די צווייטער האטס געפועלטט אלעס גיטס מ'פארציילט איינער די צווייטער זיין ישועה וואס מהאט געהאט דעם פארגאנגענע יאהר בקיצור עולם שכולו טוב מפיהלט דעם צדיק סבלנות יעדער איד איז א עולם מלא ,אלע מינע קנאים חסידים ליטפישע ספרדישע מיט די היט אהן דעם היט ר' ישעי' בן ר' משה האט פלאץ פאר יעדעם.......

איז ממילא מיין איך קומט נישט אריין דעם גאנצע נושא.... סקומט פון א טיפע מקום פון ועמך כולם צדיקים וואס דער צדיק האט געלעבט אין דער השראה איז נאך דא ודו"ק

דער פראבלעם איז נישט דאס געבן צו עסן... אפי' ווען עס וואלט יא געווען אזויווי מען רעדט ארום איז אויך נישט געפערליך. [און זיכער נישט ביים ציון וואו עס איז טאקע א זכות ווייל דארט געבט מען צו עסן פאר הונגעריגע אידן וואס קומען זיך אהין צושלעפן צום ציון...]
די עיקר טענה איז אויף די ערעטו"ט... נוסח קרעסטיר...!!! אזויווי מען קען דאווענען נוסח ספרד קען מען עסן נוסח קערעסטיר!!!, און ווען אפאר פראסטע אינגעלייט זוכן צו כשר'ן א פרעס פארטי, איז די ערשטע היתר: נוסח קערעסטיר... לענ ר' ישעי'לע... וד"ל

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג יוני 02, 2019 2:14 pm

איך מיין אז ס'האט א די חורבן גייט נאך טיפער.

ווי יעדער קען באמערקן זענען די אלע קערעסטירער סעודות און די אנדערע "ענינים" עפעס וואס האט זיך אנגעהויבן בלויז די לעצטע עטליכע יארן (אויף דעם פארנעם).

די טירוף הדעת פון אריינברענגען "אין סטייל" א געוויסע עבודה, וואס ווערט "האַט" און עולם גולם טאנצט עס נאך איז א מין קורצקעפיגקייט און קטנות שאין כמוהו.

און דאס נעמט אריין יעדע אספעקט פון לעבן אנגעהויבן ביי "טענק יו האשעם", "די קראך פון די פיקעל", "ר' ישעי' ב"ר משה" וכו' וכ' וכו'

אדרבא, איז הרה"ק ר' ישעי'לע הייליגער היינט ווי צוואנציג יאר צוריק? סאו וואס האט באוואויגן דעם נדבן צו געבן א סעודה לע"נ אין די עין'ס און נישט אין די סמך'ס???

באשעפער האב רחמנות!
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 2:35 pm

יא, סאיז אמת אז ר' ישעי'לע האט געגעבן צועסן פאר אידן און דאס איז זיכער א נחת רוח פאר נשמתו בגנזי מרומים אז אידן זענען ממשיך דרכו,
די פראבלעם איז אז אנשטאט זיך מקשר זיין צו ר' ישעי'לע האט מען אים מקשר געווען צו אונזער נידריגע דור ווי דער פרעס פארנעמט ליידער דעם אויבנאן,
סאטמאר רבי שליט"א (ק"י) האט מעורר געווען -זעענדיג די אלע צעטלעך און פאמפע ארום די אלע יארצייט סעודות לע"נ ר' ישעי'לע אז ווער עס וויל טון א גוטע זאך לע"נ ר' ישעי'לע זאל אריינגיין אין גראסערי און באצאלן די באלאנס פון א איד וואס האט נישט צו באצאלן,
דאס איז א ריכטיגע השגה אין מדת צדקה לע"נ ר' ישעי'לע
ווערט געזוכט הילף פאר א גוטע אוועטער!

יישר כח ותזכו למצוות!

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יוני 05, 2019 5:32 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך בין געווען סורפרייזט אז דער בלאט עדיטאריעל מיט 2 וואכן צוריק האט זיך אנגענומען פאר די סארט התנהגות.

איך האב מיך אויך געווינדערעט דעראויף. אבער א לימוד זכות האב איך געטראכט אז מסתם די שרייבער דאוואנעט אין גרויסן שול אין ק.י. ווי מהאט בסך הכל געגעבן פלען פרישטאג בחינם אין חק שטיבל צום טאקט פונעם טעיפ פון הרב ר' יוסף חיים שליט"א. סא ער ווייסט ניטאמאל וואס סטוט זיך אביסל ארויסציר
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מיטוואך יוני 05, 2019 10:30 pm

maybeeynot האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך בין געווען סורפרייזט אז דער בלאט עדיטאריעל מיט 2 וואכן צוריק האט זיך אנגענומען פאר די סארט התנהגות.

איך האב מיך אויך געווינדערעט דעראויף. אבער א לימוד זכות האב איך געטראכט אז מסתם די שרייבער דאוואנעט אין גרויסן שול אין ק.י. ווי מהאט בסך הכל געגעבן פלען פרישטאג בחינם אין חק שטיבל צום טאקט פונעם טעיפ פון הרב ר' יוסף חיים שליט"א. סא ער ווייסט ניטאמאל וואס סטוט זיך אביסל ארויסציר

:lol: :lol: :lol:
פיין געווען דעי פרישטאג....
ווערט געזוכט הילף פאר א גוטע אוועטער!

יישר כח ותזכו למצוות!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט