עס קומט שבועות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:52 pm

עס קומט שבועות

תגובהדורך שמאלציג » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:57 pm

עס קומט שבועות

איינער דאגה'ט ווי אזוי גיי איך מיך טרעפן מיט משה רבינו ווען איך האס אזוי ווייניג געלערנט דעם יאר
א.ד. ווען איך ענדיגן דורכלערנען די אידרא רבה וואס כ'האב אנגעהויבן ל''ג בעומר
א.ד ווי טרעף איך בלעטער צו דאונלאודן פאר תיקון ליל שבועות
א.ד. וועלעכע רבי'ס טיש אדער קומזיץ זאל איך גיין תיקון ליל שבועות
א.ד. ווי אזוי גיי איך מענעזדשען 10 קינדער אינטער די פיס פאר 3-5 טעג
א.ד. ווי אזוי גיי איך אנגרייטן עסן פאר 28 נפשות פאר 3 טעג
א.ד. ווי טרעף איך גענוג ליין מאטעריאל אנצופולן די צייט
א.ד. ווי טרעף א דירה אין שטאט פונעם רבי'ן צו קענען זיין ביים רבי'ן אויף יו''ט
א.ד. ווי טרעף איך א פערקיולעטאר וואס האלט 20 גאלאן פאר דריי טעג יו''ט
א.ד. ווי טרעף איך א בוטשער וואס האט געניג בשר בקר וצאן צו מקיים זיין אין אלא בבשר
א.ד. ווי טרעף איך א בעקערי וואס האט די טשיז קעיק וואס מיין באבע ע.ה. פלעגט צושטעלן ווען אינז פלעג מיר אריינפארן
א.ד. ווי אזוי קען איך מקיים זיין משמחה בבגדי צביונין ווען די בוזדשעט ערלויבט נישט
א.ד. ווי קען איך דינגען אדער בארגען נאך צוזאמענלייגן בעטן פאר די 35 געסט
א.ד. ווי טרעף איך א גראסערי וואס זאל מיך לאזן אויפשרייבן נאך 3000 אויפ'ן אקאונט
א.ד. וועלעכע וויין סטאר האט נאך פון די נעפע וואלי ריזערוו איך זאל קענען מקיים זיין אין שמחה אלא ביין
א.ד. ווי וועל איך פארברענגען 3 טעג ווען אלע מיינע חברים פאר'ן אוועק
א.ד. ווי וועל איך פארקן פאר דריי טעג
א.ד. ווי אזוי ווען איך קאווערן דעם באנק פאר דריי טעג
א.ד. ווי אזוי גיי איך האבן פרישע פריש מאנטאג נאכמיטאג געקאכט פון דאנערשטאג
א.ד. ווי אזוי גיי איך אנשטעלן אוטא ריספאנס אויף מיין עמעזאן אקאונט

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מאי 31, 2019 1:12 pm

פיין...
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

שפע רב
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » דינסטאג יוני 04, 2019 12:27 pm

ענינא דיומא, קרעדיט צווייפעל.

quote="צווייפעל"]‏

האלאו !!!! דו!! יא דו, דיך מיינעך, דארט דו, דו פריש געשוירענער, גלאנצעדיגע קאפ איינער,‏

זאג נאר, זיבן האר, הייסט אסאך ???

גלאנצעדיקע קאפ: אממ.. ניין.. אממ... יא, אממ.. אממ כווייס נישט.

צווייפעל: גוט, העל איך דיר זאגן, סווענדט זיך וואו, זיבן האר אין א טעלער זופ, איז שרעקלאך אסאך, ממש אומאויסהאלטבאר.

זיבן האר אין בארד, איז ביטערלעך ווייניג, מאדנע, ממש א קרחת, ווען צווייפעל וואלט אלס קינד באגעגנט אזא איינעם אין שול אנהייב דאווענען, וואלט קיין גליקליכער פון אים נישט געווען... וואלט זיך איזדיקעוועט איבער יענעם ווי איבער א פאדל וואסער... 

ווי וועט אבער זיין ווען איר גייט אין מקוה און איר זעט זיבן האר ? אממ.. דאס לכאורה איז נישט ווייניג, אבער אויך נישט אסאך, כוואלט געזאגט פארהעלטנסמעסיג פערפארציע.

גלאנצעדיגע קאפ שטויבט אפ די ווייסע קאפ שיפן פון די אקסלען, און שעפשעט ארויס,  ריכטיג, איז וואס ווילט איר פון מיר ?

ווארט א מינוט, נאך איין שאלה, וויזוי וואלט איר אנגעקוקט, ווען איר שטויסט זיך אן אין בור, מיט חמרים חמרים פון האר, אלע קאלירן, סייזעס, בינטלעך, און איינצעלנע ?

גלאנצעדיקע קאפ: משוגע'נער, לאזט מיך אפ!!

צווייפעל: וואס שרייט איר אזוי, וואס קוקט איר אויף מיר מיט ש-דים אויגן ? איר ווייסט נישט וואס איך וויל ? 

לאזט אויסרעדן, כקום שוין צום ווארט, איין מינוט, איך האב פאר אייך א ווארעמע גרוס פון פיעל פון אייערע נאנטע וועלכע איר האט איבערגעלאזט עלנד אין בור, טייל פון זיי, זעען אויס שטארק נישט צופרידן, און האבן גענומען מיט מיר א היטש אויף צוריק.

גלאנצעדיגע קאפ הייבט אן צו מאכן זעלטענע גרימאסן, (הייבט אויף די עקן פון די ברעמען, פארטיפערט די שיפע קנייטשן דארט ביי די איינגעדרייאכץ אונטן פון די נאז, (סהייבט אן צו ענדלען אין א גרימצארן- ווי איך פלעג זיך דאס שטענדיג אויס'משל'ן) איך זע אז סאיז נישט קיין חכמות, זאג איך אקעי, ווערט נישט בייז, כהייב שוין אן צו רעדן נארמאל.

איך קום איצט (ערב שבועות) פון מקוה, איך האב איצט באגעגנט בערג פון פריש געשוירענע האר, שווימענדיג אויפן אויבערפלאך, טייל פון זיי האבן זיך צוגעשארט צום פראוועזארישן יבשה אינזל וועלכע רופט זיך צווייפעל, אנגעאנקערט ביים בארטן, און גיי, ווער פטור פון זיי.. 

גלאנציקע קאפ: דאס איז נישט פון מיר.

צווייפעל: ליבער פריינד, אייער קאפ איז דאך נאך יעצט פול מיט האר, איר ווילט מיר זאגן אז קיינער פון זיי האט נישט געזוכט צו לעבן אויף די פריי?


-----

די פראבלעם פון שערעריי ביי די מקוה איז געפערליך, הן די גאצע שטח באדט זיך אין האר, הן די גרויליגע תפיסה קליידער וואס דער מקוה איד טוט אן, (מן הסתם אז קיינער זאל נישט אנטלויפן מיט א האלבע קאפ געשוירן אומבאצאלט..),

הן די פראבלעם אז ממוז זיך וואשן נאכן שערן, דאס איז גורם אז מקען זיך נישט שערן נאכן דאווענען, ווייל מוויל נישט איבערגיין אין מקוה, בקיצור זייט איך געדענק זיך, ווען ר' יעקב יוסף סאמעט נ"י פלעגט מיך שערן אונטן אין די גרויסע שול, טויג נישט דער סיסטעם.

צווייפעל האט אנגעדרייט זיין קארפנקאפ, ממוז מיט עפעס אויפקומען.

און העיר איט איז !!

סימפל סעלושן, יעדע שול זאל אינסטאלירן א סענטראל וועקיום קלינער, מיוחד פאר דעם, דער מקוה איד וועט האבן א פייפ, מיט א בערשטל עק, און אפוועקיומען יעדן נאכן שערן.

נאו מאר האר געפליאכץ, נאו מאר גיין אין מקוה נאכן שערן, נאו מאר די פארשעמטע תפיסה קליידער, און ועל כולם, איר וועט זיין זויבער.

קיינער זאל נישט לאכן, שוין אויספראבירט, סאיז וואונדערבאר !!!


(אויב עימעצער האלט אז סאיז א סכנה, ביטע מעיר זיין)

#פאטענט פענדינג‏




‏[/quote]

אלופי אדום
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » דינסטאג יוני 04, 2019 6:48 pm

איך בין געווען אמאל אין מקוה און ס'האט געפעלט א 'האר'................
אז איך זאל צאמשטעלן א גאנצע בארד!!!!!!!!!
מפי יי לאנגזאם

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג יוני 07, 2019 3:06 am

שמאלציג האט פארגעסן אויסצורעכענען דעם וואס דאגה'ט וויאזוי ער ווערט געוואויר וואו די היי יאריגע גריל קומט פאר...
Innocent until proven Republican


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איצל פיצל, וואס טוט זיך, פאלקס קיך, קאפ און אקסל, שנלר און 29 געסט