סעודה לע״נ הושע בן בארי

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

סעודה לע״נ הושע בן בארי

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מאי 29, 2019 9:42 am

ווייסט איינער די נאמבער פון כולל ייטב לב אין ארץ ישראל? דאכצעך זיי מאכען סעודות יעדן דינסטאג לעילוי נשמת הושע בן בארי.

אדער אפשר א אנדערע נאמבער פון איינער וואס נעמט קעיר פון סעודת לעילוי נשמתו.

דריגענד געזיכט.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך מאי 29, 2019 10:09 am

קול הציבור
צוגעלייגטע
mg.JPG
mg.JPG (56.65 KiB) געזעהן 538 מאל

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » מיטוואך מאי 29, 2019 10:31 am

מטעמים האט געשריבן:ווייסט איינער די נאמבער פון כולל ייטב לב אין ארץ ישראל? דאכצעך זיי מאכען סעודות יעדן דינסטאג לעילוי נשמת הושע בן בארי.

אדער אפשר א אנדערע נאמבער פון איינער וואס נעמט קעיר פון סעודת לעילוי נשמתו.

דריגענד געזיכט.



Capture.PNG
Capture.PNG (209.84 KiB) געזעהן 516 מאל

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מאי 29, 2019 11:18 am

א גרויסע דאנק יעדן.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 30, 2019 3:07 am

אויב קען איינער ברענגען די פונקטליכע סגולה וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען.
Innocent until proven Republican

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דאנארשטאג מאי 30, 2019 3:13 am

בית התבשיל של ר' ישעי'לע אין וויליאמסבורג קען מען תורם זיין פאר סעודת הושע בן בארי

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:02 am

מקור פון די סגולה איז לקוטי תורה מהרי"א (זידיטשוב) פרשת בלק בשם הבעש"ט. ואינו תח"י כעת.

ס'איז לכאורה א טעות וואס מ'רופט עס על שם הושע בן בארי, ווייל דארט זאגט ער מ'זאל נודר זיין די סעודה לע"נ בארי הנביא און נאכן רפואה בעז"ה זאל מען מאכן די סעודה ביום ג' לשבוע און דערמאנען די צוויי פסוקים פון בארי וואס ווערן געברענגט און ספר פון זיין זון הושע, און ווי די גמרא זאגט אז ווייל ס'נאר צוויי פסוקים איז עס אריינגעשטעלט אינם זונ'ס ספר.

תיקון טעות - ליקוטי תורה והש"ס פ' אמור דף ק"ז
לעצט פאראכטן דורך ירום הודו אום דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:07 am

שוב מצאתי שהיה מדובר מזה כבר
viewtopic.php?p=1072189#p1072189
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

שרייב-פעדער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

תגובהדורך שרייב-פעדער » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:18 am

ירום הודו האט געשריבן:מקור פון די סגולה איז לקוטי תורה מהרי"א (זידיטשוב) פרשת בלק בשם הבעש"ט. ואינו תח"י כעת.

ס'איז לכאורה א טעות וואס מ'רופט עס על שם הושע בן בארי, ווייל דארט זאגט ער מ'זאל נודר זיין די סעודה לע"נ בארי הנביא און נאכן רפואה בעז"ה זאל מען מאכן די סעודה ביום ג' לשבוע און דערמאנען די צוויי פסוקים פון בארי וואס ווערן געברענגט און ספר פון זיין זון הושע, און ווי די גמרא זאגט אז ווייל ס'נאר צוויי פסוקים איז עס אריינגעשטעלט אינם זונ'ס ספר.


די צוויי פסוקים זענען אין ספר "ישעיה", נישט אין ספר "הושע" פון זיין זוהן.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:26 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:
ירום הודו האט געשריבן:מקור פון די סגולה איז לקוטי תורה מהרי"א (זידיטשוב) פרשת בלק בשם הבעש"ט. ואינו תח"י כעת.

ס'איז לכאורה א טעות וואס מ'רופט עס על שם הושע בן בארי, ווייל דארט זאגט ער מ'זאל נודר זיין די סעודה לע"נ בארי הנביא און נאכן רפואה בעז"ה זאל מען מאכן די סעודה ביום ג' לשבוע און דערמאנען די צוויי פסוקים פון בארי וואס ווערן געברענגט און ספר פון זיין זון הושע, און ווי די גמרא זאגט אז ווייל ס'נאר צוויי פסוקים איז עס אריינגעשטעלט אינם זונ'ס ספר.


די צוויי פסוקים זענען אין ספר "ישעיה", נישט אין ספר "הושע" פון זיין זוהן.


(אדרבה אפשר ברענגט איר טאקע די פונקטליכע מראה מקום.)

שוב מצאתיו בוויקיפדיה
וְכִי יֹאמְרוּ אֲלֵיכֶם דִּרְשׁוּ אֶל הָאֹבוֹת וְאֶל הַיִּדְּעֹנִים הַמְצַפְצְפִים וְהַמַּהְגִּים, הֲלוֹא עַם אֶל אֱלֹהָיו יִדְרֹשׁ בְּעַד הַחַיִּים אֶל הַמֵּתִים. לְתוֹרָה וְלִתְעוּדָה, אִם לֹא יֹאמְרוּ כַּדָּבָר הַזֶּה, אֲשֶׁר אֵין לוֹ שָׁחַר.

— ספר ישעיהו, פרק ח', פסוקים י"ט-כ'

"אמר רבי סימון בארה אביו של הושע בן בארי נבא שני מקראות הללו ולא היה בהם כדי ספר ונטפלו בישעיהו וניבא אותם לגלות עשרת השבטים כשהגלה סנחריב לראובני ולגדי (והגלוהו עמהם) כמה שנאמר (ספר דברי הימים א', פרק ה') בארה בנו נשיא לראובני ההוא אשר הגלה תגלת פלאסר", רש"י על ישעיהו ח יט

אגב, לפי"ז איז א פלא וואס מקום מנוחתו איז לפי המקובל אין בית העלמין העתיק צפת, אלא"כ מ'זאל זאגן אז ער איז געווען פון די גולי עשרת השבטים וואס ירמיה הנביא האט צוריקגעברענגט.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

שרייב-פעדער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

תגובהדורך שרייב-פעדער » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:51 am

שתי תשובות בדבר:
א) נאר דער טאטע בארי איז געגאנגען אין גלות עשרת השבטים, הושע בן בארי איז משמע אין מדרש אז ער איז געבליבן אין א"י, ווייל די לעצטע נבואה פון הושע "שובה ישראל", איז געזאגט געווארן פאר "יהודה ובנימין" שוין נאך די גלות עשרת השבטים, כמבואר במדרש. - און די "קבלה" בנוגע די קבר אין צפת, איז אויף "הושע בן בארי" און נישט אויף זיין טאטע.
ב) דער אר"י הק' (שער הגלגולים לרח"ו) האט שוין מגלה געווען אז די "קבלה" איז א טעות, און דארט ליגט דער תנא "ר' יהושע בן חנניה" און נישט "הושע בן בארי", און אודאי נישט זיין טאטע "בארי".

ולאידך גיסא, זאגן אז ער איז צוריק געקומען דורך ירמי' הנביא, איז אויך נישט מסתבר.
א) די מעשה מיט ירמי' הנביא איז געווען כמעט 100 יאר נאך גלות עשרת השבטים, ומאן יימר ער האט נאך געלעבט דעמאלטס.
ב) אפילו אויב יא, פארוואס האט מען אים געלייגט אין צפת, וואו די אידן האבן דעמאלטס נישט געוואוינט, יהודה ובנימין האבן נאר געוואוינט אין דרום א"י, אבער צפון א"י שומרון וכו' איז געווען באזעצט דורך די כותיים/שומרונים, און בפשטות האבן די אידן נישט געהאט קיין מקום דארטן, ממילא פארוואס זאל מען אים דארטן מקבר זיין.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:08 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:שתי תשובות בדבר:
א) נאר דער טאטע בארי איז געגאנגען אין גלות עשרת השבטים, הושע בן בארי איז משמע אין מדרש אז ער איז געבליבן אין א"י, ווייל די לעצטע נבואה פון הושע "שובה ישראל", איז געזאגט געווארן פאר "יהודה ובנימין" שוין נאך די גלות עשרת השבטים, כמבואר במדרש. - און די "קבלה" בנוגע די קבר אין צפת, איז אויף "הושע בן בארי" און נישט אויף זיין טאטע.
ב) דער אר"י הק' (שער הגלגולים לרח"ו) האט שוין מגלה געווען אז די "קבלה" איז א טעות, און דארט ליגט דער תנא "ר' יהושע בן חנניה" און נישט "הושע בן בארי", און אודאי נישט זיין טאטע "בארי".

ולאידך גיסא, זאגן אז ער איז צוריק געקומען דורך ירמי' הנביא, איז אויך נישט מסתבר.
א) די מעשה מיט ירמי' הנביא איז געווען כמעט 100 יאר נאך גלות עשרת השבטים, ומאן יימר ער האט נאך געלעבט דעמאלטס.
ב) אפילו אויב יא, פארוואס האט מען אים געלייגט אין צפת, וואו די אידן האבן דעמאלטס נישט געוואוינט, יהודה ובנימין האבן נאר געוואוינט אין דרום א"י, אבער צפון א"י שומרון וכו' איז געווען באזעצט דורך די כותיים/שומרונים, און בפשטות האבן די אידן נישט געהאט קיין מקום דארטן, ממילא פארוואס זאל מען אים דארטן מקבר זיין.



ייש"כ.

כ'רעד טאקע פון בארי. כמבואר למעלה אז אין לקוטי תורה והש"ס שטייט קלאר די סגולה על שם בארי.

כ'האב מיך פאררופן אויף וואס ס'ווערט געברענגט אין וויקיפידיה:

קאוד: וועל אויס אלע

על פי כמה עולי רגל מימי הבניים נקבר בבית העלמין העתיק בצפת, במערה בת 2 פתחים מול המערה שיוחסה (כנראה) בטעות לבנו, הושע.


אריכות ימים איז נישט קיין פלא בכלל.

און לגבי די שאלה פ"וו אין צפון אר"י קאן זיין קברי אבות. ותו, איז ייתכן אז צפת איז געבליבן באוואוינט דורך אידן צוליב וואס לפי הנמסר לנו איז עס א עיר מקלט.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:32 am

ס׳דא אידן וואס מאכן די סעודה אינדערהיים מיט א מנין מבני המשפחה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי, אייניקעל פון אהרן הכהן, מי יודע, פינחס און 16 געסט