בלאט 1 פון 1

אזנים להם ולא הערינג!

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 5:36 pm
דורך ניס קראכער
איך בין מסתמא נישט דער איינציגסטער וואס האט שוין אויפגעכאפט מער ווי איין מאל ווי א יונג קינד אדער א בחור דרייט זיך ארום אין ביהמ"ד ווען אויף זייער אויער פון אינטן זעט זיך ארויס א קליינטשיג מאשינקעלע, עפעס וואס ביז נישט אזא לאנגע תקופה צוריק האט מען דאס ע״פ רוב נאר געזעהן צווישן די מער עלטערע מענטשן.

לאמיר זיך נישט פארשטעקן דעם פנים, ס׳איז קלאר אז כהיום איז דא אן אויפשטייג פון די א״ג ״הערינג עידס״ צווישן די יונגווארג, אסאך מער ווי אינעם נישט ווייטן פארגאנגענהייט, און די פראבלעם גייט מעגליך ווייטער ווי מ׳מיינט, און דאס לאו דוקא די עצם פראבלעם אז מ׳האט א מיחוש אינעם אויער דראָם אדער וואס. נאר די פאקט אז דאס ווערט אנגעקוקט ווי א נעגעטיוו. עימיצער וואס האט אויער מאשינען, ביי א שידוך איז עס א מייניס! און מיין קשיא איז פארוואס טאקע [?].

קודם כל, לעצם הענין, כ׳בין נישט זיכער מיט וואס כ׳זאג, כ׳קלער אבער אזוי. ס׳איז זייער מעגליך אז די פראבלעם פון האבן א מיחוש אינעם חוש השמועה גייט צוריק לאנגע יארן, נאר היינט צוטאגס אדרעסירט מען אזאנע פראבלעמען מער ווי מ׳פלעגט אמאל. און אפילו נישט, פארוואס אבער זאל אויערן מאשינען ווערן באצייכענט אלטס א חסרון מער ווי אויגן גלעזער.. וואס ביי א שידוך, קוים וואס מ׳פרעגט זיך נאך צו דער בחור גייט מיט אויגן גלעזער בכלל?.. ס'איז פינקט אזוי א חוש וואס איז אפגעשוואכט אין מ'ניצט עפעס דאס צו פארבעסערן. וואסידע בושה?

נאכמער פון דעם. נישט נאר ווערט נישט גלעזער באצייכענט אלטס א נעגעטיוו, ס׳איז אין פאקט פונקט פארקערט. מ׳האלט שוין ביי אזא מצב אז ווער עס האט נישט קיין אויגן גלעזער איז ממש א רחמנות. צוריק געשטאנען. ער האט נישט די אפערטונעטי צו שפענדן $700 פאר א פשוטע דאבל-בריק פלאסטישע ברילן יעדן ערב ר״ח. א משוגעת וואס האט באטראפן דעם אמעריקאנעם אידנטום אז ס׳איז א שרעק. (מ'קאן שרייבן אן עקסטער מגילות המשיגעים דערוועגן)

נע, כ׳זאג נישט אז די אלע פענסי גלעזער געשעפטן זאלן מוחל זיין און עפענען אויערן מאשינען לאקאציע׳ס, און אנהויבן רייטן אויף די עולם גולם זיי צו פארקויפן די לעצטערע סטיילס הערינג עידס פאר געשוואלענע פרייזן. נישט דאס איז וואס כ׳זאג. ס״ה זאל עימיצער וואס ברויך דאס ארומטראגן נישט מיזן האבן קיין בושה דערמיט, און איר וועט אלע זיין סופרייזד אז פילע מענטשן וועלכע האלטן זיך צוריק עס אנצוטאן מורא האבענדיג פונעם מה יאמרו הבריות זיך פילן באקוועם צו טאן צו די זאך.‎ כ'הא נאר מורא אז דער וואס ברויך עס נישט. העט נאך אויך ווילן גיין מיט די אפדיעטעט הערינג עידס...

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 5:49 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
קודם צום קעפל. כ׳האב מיר געשוואוירן אז די רעדסט פון הערינג. למעשה רעדסטע פון הערינג..

האסט אנגערירט א גוטע נושא, כ׳ווייס גראדע פון עימיצן וואס מיטשעט זיך מיט א קינד וואס ברויך דאס האבן ער שעמט זיך אבער, גייט ער נישט דערמיט.

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 6:19 pm
דורך איש האשכולות
שוין לאנג צוריק דורכגעטהון די נושא,
נישטא קיין עכטע סיבה ס'זאל זיין א גרעסערע חסרון ווי גלעזער, אחוץ מה יאמרו הבריות.
ס'איז א ווייטאג פאר עלטערן וואס ברויכן דאס מיטמאכן.

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 6:26 pm
דורך nmi
@ניס קראכער. דו האסט זייער א גוטע פוינט. אבער זאג דו, פארוואס שעמט מען זיך טאקע דערמיט? פארוואס ווען איינער גליטשט זיך אויס האט ער בישות נוראות אפילו ווען נאר איין מענטש האט אים באמערקט? יעדע מענטש גליטשט זיך אמאל אויס און מ'קען זיך עניוועיס נישט פראטעקטן דערפון סאו וואס איז די בושה???

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 6:26 pm
דורך קאנסילמאן
1} עס קומט זיכער בלי ספק פון די וואקסין.

2} איך זע נישט קיין אויפשטייג דערין מער ווי אמאל, איך דריי זיך אויך אין ביהמי"ד.

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 6:38 pm
דורך ר' יום טוב
בפשטות קען מען זאגן אז קורצזיכטיגייט איז עפעס וואס 90% האבן, משא"כ הער פארלוסט איז עפעס וואס גאר ווינציג ווערן דייאגנאזירט.

ואולי יש לומר אז אויערן מאשינדלעך ביי יונגע לייט ווערט לכאו' באנוצט פאר א געבורט פעלער, אבער קורצזיכטיגקייט איז עפעס וואס מען באקומט נאטורליך ווען דאס קינד וואקסט אויף.

אבער דאס מיינט נאכנישט אז מען דארף זיך שעמען דערמיט, עס איז נישט קיין עולה, און געלונגענע לייט דרייען זיך דערמיט. אראפ מיט די סטיגמא.

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 6:39 pm
דורך shimon7323
די סיבה פארוואס עס קען ווערן אנגערופן א פעלער מער ווי גלעזער בײ שידוכים איז בפשטות ווייל דאס אויב כאפט מען עס נישט ווען מען איז זייער יונג , זייעט עס אן אסאך קאמיוניקאציע אישוס און גורם געזעלשאפט פראבלעמען. פלאס וואס מען פארפעלט מער מיט'ן נישט הערן קלאר ווי נישט זעהן אזוי קלאר פאר ליינען.

די חיתוך הדיבור קען זיין אפעקטעד.

ווען מען טוט עס אן אלס ממש קליין קינד, איז עס טאקע אסאך בעסער, אבער ביינאכט איז אלעס טויט ביי דעם מענטש, משא'כ ביי גלעזער

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 7:17 pm
דורך מחשב
דער פראבלעם איז נישט נאר ביי אינגווארג, עס איז אויך היבש ביי די מיטליאריגע אידן און אידענעס וואס זענען די שיינע אידן אין ביהמ"ד, און טראץ וואס זיי הערן שוין נישט אזוי גוט, שעמען זיי זיך עס צו אנטוען. כ'קאן אזעלכע.

געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2019 9:14 am
דורך נתן בן ופסי
עס איז דאך דא היינט קליינטשיגע וואס מען לייגט אריין און די לאך פינעם אויער וואס מען קען ניטאמאל באמערקען! די חלק פארוואס מען שעמט זיך ווייל עס איז צוויי מינע מענטשען וואס ליידען דערויף אלטע לייט אדער מענטשען וואס זענען געבוירען דערמיט ממילא קיינער וויל זיך נישט דערקלערין אלט.. אין אויך נישט קיין מענטש וואס געבורען מיט א חסרון..

געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2019 12:01 pm
דורך אונגארישע הייזער
[quote="קאנסילמאן"]1} עס קומט זיכער בלי ספק פון די וואקסין.

:lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2019 12:11 pm
דורך זופ מיט קניידל
קאנסילמאן האט געשריבן:1} עס קומט זיכער בלי ספק פון די וואקסין.

:roll: :roll: :roll:
כוויל נישט מגיב זיין דערויף זינט איך ווייס אז היינט קען דא שוין ווערן געזאגט מיט אן אמת....

געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2019 12:13 pm
דורך זופ מיט קניידל
פאר די וואס ווייסן נישט,
פרעגט אייך נאך ביי די עלטערע אידןף אמאל איז אויגן גלעזער געווען פונקט אזוי א בושה,
עס נעמט צייט ביז א אינטערעסאנטע זאך ווערט נארמאל,
עס איז זיכער דא היינט מער ווי אמאל, און עס איז אויך אמת אז היינט באהאנדלט מען אזעלכע זאכן בעסער ווי אמאל, אמאל האט א אינגל וואס האט געהאט אויערן פראבלעמען געכאפט פראסקעס פארן נישט הערן, היינט באקומט ער מאשינדלעך, דעטס אלל!

געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2019 3:05 pm
דורך אונגארישע הייזער
זופ מיט קניידל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:1} עס קומט זיכער בלי ספק פון די וואקסין.

:roll: :roll: :roll:
כוויל נישט מגיב זיין דערויף זינט איך ווייס אז היינט קען דא שוין ווערן געזאגט מיט אן אמת....


אז דו וועסט מגיב זיין דערויף, וועלן זיי נאכדעם האבן טענות אז מ'רודפ'ט זיי אויף אייוועלט אויף זייערע דברי פקחות...

געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2019 3:37 pm
דורך קו הישר
זופ מיט קניידל האט געשריבן:אמאל האט א אינגל וואס האט געהאט אויערן פראבלעמען געכאפט פראסקעס פארן נישט הערן, היינט באקומט ער מאשינדלעך, דעטס אלל!

יויש די דערמאנסט מיר א משפחה אראפ די גאס וואס די פאטער האט בשום אופן נישט געלאזט די קינדער קויפן ברילן, מיטן טענה אז דאס איז הוילע פויעלקייט, און מיט אביסל אנשטרענגן וועט אלס זיין גוט.

ערנסט גערעדט. א פראבלעם איז נאר ווען עס שטערט דעם טאג טעגליכן לעבן, אדער ווען איינער העלפט זיך נישט פאר זיינע פראבלעמן.

העט נאך קומען א צייט וואס פאר א שידוך וועט מען זיכער מאכן אז די מדובר(ת) איז געגאנגען צו א פסיכעלאג זיך צו בויען פארן לעבן.

געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2019 4:36 pm
דורך זופ מיט קניידל
קו הישר האט געשריבן:
זופ מיט קניידל האט געשריבן:אמאל האט א אינגל וואס האט געהאט אויערן פראבלעמען געכאפט פראסקעס פארן נישט הערן, היינט באקומט ער מאשינדלעך, דעטס אלל!



העט נאך קומען א צייט וואס פאר א שידוך וועט מען זיכער מאכן אז די מדובר(ת) איז געגאנגען צו א פסיכעלאג זיך צו בויען פארן לעבן.

דאס באמת העט נישט זיין קיין פראבלעם, עס איז פשוט די זעלבע קראנקהייט ווי די וואס שיקן די קינדער זיך צו בויען, ואכמ"ל
פונקט ווי עס איז דא וואס וועלן זיך קאלירן מיט סייזעס וכו' וכו' און קוקן נישט אויפן קרן וועט דאס אויך זיין לכאורה גאר בקרוב, מיינט נישט אז ביי יעדעם וועט אזוי זיין, און אויב איינער וועט זיך ווילן משדך זיין מיט מיר האף איך אז ער וועט דארפן אויף דעם פארקוקן...

געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2019 4:39 pm
דורך פארשלעפטער
ניס קראכער האט געשריבן:ביי א שידוך איז עס א מייניס! און מיין קשיא איז פארוואס טאקע [?].

ניס קראכער האט געשריבן:פארוואס אבער זאל אויערן מאשינען ווערן באצייכענט אלטס א חסרון מער ווי אויגן גלעזער.. וואס ביי א שידוך, קוים וואס מ׳פרעגט זיך נאך צו דער בחור גייט מיט אויגן גלעזער בכלל?.. ס'איז פינקט אזוי א חוש וואס איז אפגעשוואכט אין מ'ניצט עפעס דאס צו פארבעסערן.


שתי תשובות בדבר,
קודם כל צום קעפל, עס איז זייער נישט סענסיטיוו, ביטע פארעכטן.

יעצט צום שאלה.
א) אפי' מיר וועלן צוקומען צום החלטה אז עס איז קיין גרעסערע פראבלעם ווי צו ברויכן טראגן אויגן גלעזער, איז עס פונדעסוועגן נישט קיין פארגלייך צו גלעזער,
אמער? פארוואס און פארוועם זאל גלעזער זיין א פראבלעם? דער מדובר/מדוברת/מחותנים/מעכיטעינעסטעס/זיידעס באבעס א.א.וו. גייט יעדערער מיט גלעזער, טא פארווער און פארוועם זאל דאס בכלל זיין א צוריקהאלט?
דאס איז אלעס אויב עס איז נישט קיין פראבלעם,
קומען מיר יעצט צו מיין צווייטער פוינט.

ב) אין רוב פעלער איז עס בכלל נישט קיין פארגלייך צו דאס וואס רוב פון אונז קענען נישט זען 100 פארצענטיג נאר מיט אויגן גלעזער, נאר ענדערש צו עמעצער וואס האט א מער ערענסטער פראבלעם מיט די אויגן, וואס גלעזער וועט נאר העלפן למחצה לשליש ולרביע, און פאר אזא איינעם וואס איז אין שידוכים ווערט עס פארעכענט פאר א פראבלעם.

געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2019 7:34 pm
דורך זייער קלוג
זופ מיט קניידל האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
זופ מיט קניידל האט געשריבן:אמאל האט א אינגל וואס האט געהאט אויערן פראבלעמען געכאפט פראסקעס פארן נישט הערן, היינט באקומט ער מאשינדלעך, דעטס אלל!



העט נאך קומען א צייט וואס פאר א שידוך וועט מען זיכער מאכן אז די מדובר(ת) איז געגאנגען צו א פסיכעלאג זיך צו בויען פארן לעבן.

דאס באמת העט נישט זיין קיין פראבלעם, עס איז פשוט די זעלבע קראנקהייט ווי די וואס שיקן די קינדער זיך צו בויען, ואכמ"ל
פונקט ווי עס איז דא וואס וועלן זיך קאלירן מיט סייזעס וכו' וכו' און קוקן נישט אויפן קרן וועט דאס אויך זיין לכאורה גאר בקרוב, מיינט נישט אז ביי יעדעם וועט אזוי זיין, און אויב איינער וועט זיך ווילן משדך זיין מיט מיר האף איך אז ער וועט דארפן אויף דעם פארקוקן...

יוי די דערמאנסט מיר אלץ בחור און ישיבה קטנה האט די מנהל געוואלט שיקען עפעס א בחור וואס די מנהל האט געהאלטן אז עס פעילט איים צו א פסיכלוג און די בחור וואס איז געווען א נארמאלע בחור האט נישט געהאלטן ביים גיין איז די מנהל געקומען צו איים מיט א פיקחות און געזאגט אז און אפאר יאר ארום וועט יעדע מחותן פרעגן די שדכן ביי וועלכע פסיכלוג די בחור איז געווען (צו די בחור איז למעשה געגאנגען ווייס איך נישט אבער וואס איז זיכער אז די מנהל איז שוין כמעט אינגאנצען ארויס געשטויסן פון ישיבה.
כן יאבדו כל..... )