בלאט 3 פון 3

געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2019 4:38 am
דורך צו געזונט
רעסטאראנט האט געשריבן:ווי שאפסטו א זאל? ווער גייט עס אויסהאלטען?

די זעלבע זאל וואס ווערט ארויסגעדינגען אינמיטן טאג פאר פארטיס און סעילס. דארט קומט עס אויך אן א קעיטערער. ווי פארשטענדליך אז פאר א חתונה וועט עס זיין טייערער צוליב די נאכרוימען

געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2019 10:38 am
דורך רעסטאראנט
צו געזונט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ווי שאפסטו א זאל? ווער גייט עס אויסהאלטען?

די זעלבע זאל וואס ווערט ארויסגעדינגען אינמיטן טאג פאר פארטיס און סעילס. דארט קומט עס אויך אן א קעיטערער. ווי פארשטענדליך אז פאר א חתונה וועט עס זיין טייערער צוליב די נאכרוימען

ווי למשל ? געב א משל פון א זאל

געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2019 11:12 am
דורך בבל
רעסטאראנט האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ווי שאפסטו א זאל? ווער גייט עס אויסהאלטען?

די זעלבע זאל וואס ווערט ארויסגעדינגען אינמיטן טאג פאר פארטיס און סעילס. דארט קומט עס אויך אן א קעיטערער. ווי פארשטענדליך אז פאר א חתונה וועט עס זיין טייערער צוליב די נאכרוימען

ווי למשל ? געב א משל פון א זאל

הלוואי איז דא אדרבה אויב איינער קען קימען מיט איידיעס פון לאנש רום כוללום בתי מדרשים אדג
עס ווערט ציזאמגעשטעלט פאר הכנסת כלה פאר נוי יארק אידנטום איבער 50 מיליאן דאלאר מעגליך 100 מיליאן א יאר בערך דערווייל
סא אז עס קימט א נדבן און איז מנדב 1 מיליאן צי מאכן מענטשליך א זאל פאר פרי אריינגעבויטע ספיקער סיסטעם מיט א איזי קאנטראלט djסיסטעם מען וועט נישט דארפן האבן קיין איינגעשטעלטע חוץ 1 מענידידשער בתנאי אז מען ספענדט נישט מער ווי 22.000$ 1זייט וועט עס שפארן איבער 4 צי 7 מיליאן דאלאר יעדע יאר נאר די איינע זאל נאך 5 יאר, 20 צו 35 מיליאן יעדע אזא זאל
אויב א דריטל נוי יארק חתונות גייען אזוי זיין במשך די קימענדיגע 20 יאר. 150.000 קינדער( אזויפיל קינדער איז דא אינטער די חתונה )א דריטל איז 50,000 * 30,000 $ =
איין ביליאן 500 מיליאן דאלאר געשפארט און די קימעדיגע 20 יאר אויב א דריטל חתונות שניידן 30 טויזנט דאלאר

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 2:17 pm
דורך לעכטל
בבל האט געשריבן:
אין שטעטל האט געשריבן:פארוואס מיינט איר אז בבל האלט אין איין עפענען אשכולות אין אנקעטעס?

פשוט צו מהנה זיין די עולם
ער'ז פשוט באורד
שעפט חיזוק פין דעם..

איך מיין נישט פרעזענדליך אבער ס'דא א שיעור.

לכבוד הרב '' אין שטעטל'' ני''ו
די אנקעטע'ס בנוגע חתונה קריזיס וואס איך האב געעפנט ס' 'ה 2 דערווייל( מען קען עס זעהן אויף מיין אינטערשריפט ). איז ווייל איך האף אז עס גייט עפעס אויפטוען, אז נישט דא יעצט קענען עס עסקנים און קהילות נוצן זעהן די דעת הקהל, פאר איך האב געעפנט די אנקעטע האב איך געשריבן אין די פאריגע אשכול וואספארא אנקעטע איך פלאן צו מאכן און געפרעגט די עולם וואס מען זאגט דערצי. אדרבה זאג צי עס מאכט סענץ די קימעדיגע אנקעטע און די נוסח וואס איך טראכט צי מאכן, איך וועל מיך רעכענען מיט ענקעקע מיינונגען
איך האב געשריבן מיין פלאן פריער אויף די בלאט
viewtopic.php?p=1927193#p1927193

די עקסעל שיט איז מיך אנגעקומען שווער צי מאכן איך האב עס געמאכט נאר לטובת ה ציבור. האלטטס אז עס איז נארמאל וויאזוי עס איז יעצט 80 90 % ברעכן אינטער פיינענשל נאר ווייל מען דארף נאכגיין די הויכע סטענדארט
הצלה רבה. בבל


איך שטעל מיך פעסט אויף בבל'ס זייט!
ייש"כ בבל, גיי אן ווייטער!

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 2:30 pm
דורך עושר וכבוד
אן קיין פער פרעשור? וואלט איך חתונה געמאכט זומער אין גארטן פון מיין באנגעלאו. גענוג פלאץ פאר יעדעם, איך וואלט אליין געקאכט די פיש און געבאקן די בילקעס, אליין געשפילט מיט מיין קלארינעטל, אוי ווי שיין וואלט דאס געווען... וואס קען מען טון. #פעיר פרעשור

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 2:47 pm
דורך שמו
עושר וכבוד האט געשריבן:אן קיין פער פרעשור? וואלט איך חתונה געמאכט זומער אין גארטן פון מיין באנגעלאו. גענוג פלאץ פאר יעדעם, איך וואלט אליין געקאכט די פיש און געבאקן די בילקעס, אליין געשפילט מיט מיין קלארינעטל, אוי ווי שיין וואלט דאס געווען... וואס קען מען טון. #פעיר פרעשור

שוין צייט צוריק צו גיין צום אלטן אמאל

זאל יעדע חסידות, אין די שטיבלעך, צושטעלן א מעמד קבלת פנים אין שטיבל, און א מעמד החופה אין פארנט פון שטיבל, (פארשטייט זיך נישט 8:00 ביינאכט נאר פריער)
אום 7:00 קען זיך די נאנטע משפחה וואשן צו א סעודה (אדער אין שטיבל, אדער אין א בר מצוה זאל), מיט לייכטע רואיגע מוזיק אין בעגראונ"ד פון א MP3, דערנאך וועט דער עולם חברים קומען ארום 9:30 נאכן בענטשן, צום טאנצן, (אין די זייט קען זיין צוגעשטעלט קוגעל מיט מזונות), און מ'וועט טאנצן מיט מוזיק פון א MP3, צו אפילו א ביליגער שפילער, אן א זינגער (אז איינער וויל קען זיין מיט א זינגער).
אום 11:30 קען מען שוין אנהייבן מצוה טאנץ אן א גראמער, נאר 'יעמוד יעמוד', אדער איינער מבני המשפחה זאל אויסרופן מיט עטוואס חרוזים, און 1:00 קען מען האלטן אחר ככלות הכל, אפי' מיט 6 זיידעס.

ליידער, אבער 'קען מען' נישט אזוי חתונה מאכן, ווייל 'קיינער טוט נישט אזוי',

אבער מ'מעג שוין
בר מצוה מאכן שוין גענוג צוריק ביי זיך אינדערהיים, נאר פאר א פאר נאנטע, און ס'איז א מחיה, אפשר קען מען שוין טוישן די חתונה אויך.