אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט.

נוסח ר'יואל ראטה בערך 17.000 $ אדער ביליגער
85
49%
נוסח ר' אליעזר קרויס בערך 20.000 $
33
19%
נוסח סאטמאר מהר''א נייע תקנות בערך 30.000 $
29
17%
נוסח באבוב 45 בערך 44.000 $
6
3%
בערך 50,000 $
9
5%
בערך 60 70 טויזנט דאלאר
4
2%
מער
9
5%
 
סך הכול שטימען: 175

פארווייטאגט
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג מאי 24, 2019 6:20 pm

אין שטעטל האט געשריבן:פארוואס מיינט איר אז בבל האלט אין איין עפענען אשכולות אין אנקעטעס?

פשוט צו מהנה זיין די עולם
ער'ז פשוט באורד
שעפט חיזוק פין דעם..

איך מיין נישט פרעזענדליך אבער ס'דא א שיעור.


קען זיין אז איהר האט געלט. קען זיין אז איהר מאכט נאך נישט חתונה.
עס איז דא אידן וואס האבן נישט קיין געלט, און האבן הערשט חתונה געמאכט, אדער מאכן חתונה בקרוב.
אויך איז דא אידן וואס האבן געהאט פרנסה. אבער יעדער פאר זיין סיבה, (אסאך מאל, ווייל עס האט זיך געמאכט עפעס וואס האט אויסגעליידיגט זייער שווער אוועקגעלייגטער געלט, אדער האט מען לעצטנעס פארלוירן דאס ארבייט, וכדומה. יעדער קען זיך אויסמשלן וואס ער וויל, און אויף יעדער משל זענען דא בפועל צענדליגע אדער גאר הונדערטער אידישער קינדער). האבן זיי נישט אנגעיאגט אוועק צו לייגן גענוג געלט, און טרעפן זיך יעצט פאר אדער נאך א חתונה בעירום ובחוסר כל.

אויך איז דא וואס מאכן חתונה מער פון איין קינד דאס יאהר.

פאר זיי איז דער נושא ברענעדיג.

ווארטן מיר צו הערן און זעהן, אפשר אפשר, וועט זיך חאטש עפעס פארבעסערן.

האפענטליך.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מאי 26, 2019 12:54 am

פארווייטאגט איז גערעכט...
די וועג זיך צו קאנען ערלויבן סיי וואספארא חתונות איז דורך זיצען אויף אייוועלט און וועהלן אין אנקעטעס...
בוי זיך זעלבסט

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מאי 26, 2019 1:32 am

מאכטס חוזק ביז איבערמארגן

די פאקט האט געוויזן אז ווען מ'רעדט אסאך פון א נושא, איז די שאנסן אז עפעס זאל זיך רירן אסאך גרעסער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

פארווייטאגט
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » זונטאג מאי 26, 2019 11:05 am

צו געזונט האט געשריבן:פארווייטאגט איז גערעכט...
די וועג זיך צו קאנען ערלויבן סיי וואספארא חתונות איז דורך זיצען אויף אייוועלט און וועהלן אין אנקעטעס...


הממ..... דאס האב איך געשריבן?
כ'מיין אז נישט.
זאל איך ווערן באליידיגט פון צו געזונט'ס ווערטער?
וועט עס מיר העלפען? איך קען פשוט בלייבן פארווייטאגט.

שוין. קוקט אויס אז מענטשען פארשטיין אנדערש פון מיר.
א זאך וואס ברענט מיר די הויט, וועל איך רעדן דערפון, ביז איך וועל געהאלפן ווערן.

תשועה ברוב יועץ מיינט וואס? שווייגן? רעדן קעגן די שרייבערס? אבי מ'ברענגט נאכאמאל ארויף די נושא?. קען זיין.

פאר די אלע קריטיקירער, אדער ברענט זיי נישט די הויט (מטעמים הנ"ל). און ווילן נישט פארשטיין אז עס איז דא אידן וואס מוטשענען זיך יא. אדער זוכן זיי צו אנטלויפן פון דער מציאות ענדערש ווי זוכן א לעזונג.

דאכצעך אז פאר מ'האט אהנגעהויבן מיט די וועלעריי איז דער פראבלעם נאכנישט געלעזט געווארן.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג מאי 26, 2019 11:31 am

נישטאמת האט געשריבן:צ"ק

איך זע נישט די אפשין ווכל איך עס צולייגן דא: אן פער פרעשור מאך איך חתונה מיט מיין אייגן פארשטאנד אין באדזשעט! אויב די בוטזשעט ערלויבט גיי איך אויף 150 טויזענט אין אויב ערלויבט עס נישט איז ר יואל ראטה סטייל.

דאס איז פינקטליך לעיזער קרויס'נס מהלך!!!!!!

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג מאי 26, 2019 11:48 am

איך האב פראבירט צי מאכן א דיטעלט ליסט פון אלע הוצאות פון אויסשטאפירן די הויז אויף א באזינדערע שיט'' דירה קלייניקייטן '' , אויב איינער האט וויכטיגע הערות /צילייגן /פרייזן ביטע מודיע זיין
ווי אויך האב איך געטוישט קלייניקייטן ביי מיין פלאן
עס קימט אויס צי 20 טויזנט דאלער 1 זייט. מיין פלאן גייט אז נאר די חתן כלה נאר זיי האבן חתונה און מען דארף זיי צישטעלן די בעסטע און די שענסטע אבער נישט איבערגעטריבענע לוקסוס
גוגל שיט
עקסעל
צוגעלייגטע
Screenshot_20190526-113519_Hancom Office Cell Viewer.jpg
Screenshot_20190526-113519_Hancom Office Cell Viewer.jpg (348.16 KiB) געזעהן 822 מאל

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » זונטאג מאי 26, 2019 2:47 pm

ב שולם האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:ווען איך גיב ווען נישט קיין הוט איבער די פיער פרעשור, און פארשטייט זיך אז חתן כלה וואלטן געוואלט, וואלט איך חתונה געמאכט אין בעקיארד מיט א בארבעקיו. איי איך האב דאך נישט קיין בעקיארד, איך וואוין דאך אין א מייזן-לאך... תיקו.

ווען די האסט ווען נישט קיין פיער פרעשור וואלסטו שוין לאנג געוואינט און אפסטעיט

דאס איז איינס..
און אויכעט האט מיר זיין שול שמש דערציילט אז ביי זיין לעצטע שמחה האט ער באשטעלט די רינדיכגע באנד קעיקס טענה'נדיג אז די פלעינע שטערן'ס טעצער איז נישט גענוג בעלבתי'ש.
סו פליז שנייד די קרעפלעך

חלב כ'רעד נישט צו דיר... נאר געוואלט ארויסברענגען די פוינט

Flash light
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובהדורך Flash light » זונטאג מאי 26, 2019 3:14 pm

אויך האט האט ער געהאט די חצפןה צו קויפן CHEESE SNACK חומ"פ
ווי קמען עס צו לאזן
קנס 100,000 $

נישטאמת
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג מאי 28, 2019 1:58 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:צ"ק

איך זע נישט די אפשין ווכל איך עס צולייגן דא: אן פער פרעשור מאך איך חתונה מיט מיין אייגן פארשטאנד אין באדזשעט! אויב די בוטזשעט ערלויבט גיי איך אויף 150 טויזענט אין אויב ערלויבט עס נישט איז ר יואל ראטה סטייל.

דאס איז פינקטליך לעיזער קרויס'נס מהלך!!!!!!


אין די אנקעטע איז לעיזער קרויס ביי בערך 20.0000. וואס איך זאג איז אנדערש (אין מיין אויגן).

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » פרייטאג מאי 31, 2019 3:55 am

באריכטעט אין די צייטונג
צוגעלייגטע
20190530_145049.jpg
20190530_145049.jpg (566.13 KiB) געזעהן 588 מאל

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג מאי 31, 2019 7:56 am

אני בעצמי האלט אז די חתונה נאכט אליינס דארף קאסטן די בילגסטע וואס מען קען,אין אויך די אלע זייטיגע מתנות,ווי נמשל משלוח מנות\ מתנות פאר די געשוויסטער,
וכדומה אבער ווען סקומט צו פורנוטשער, קליידער,דארט דארף מען זיך לאזן קאסטן
מיין עיקר ווייגעשריי איבער די פרייז וואס יעדער ווייסט (אפילו אהן פעיר פרעשער)איז דעם שטריימעל!
פארוואס דארף אפאר שפיצן קאסטן7000$....??????
#דיסקלעמער מען ברויך גיין פארנט פונעם אמבעסאדע(געשעפט בלע"ז)‎פראטעסטירן!
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 31, 2019 9:27 am

בשעה שיש האט געשריבן:
אני בעצמי האלט אז די חתונה נאכט אליינס דארף קאסטן די בילגסטע וואס מען קען,אין אויך די אלע זייטיגע מתנות,ווי נמשל משלוח מנות\ מתנות פאר די געשוויסטער,וכדומה

איך האלט אויך אזוי
אבער ווען סקומט צו פורנוטשער, קליידער,דארט דארף מען זיך לאזן קאסטן

אמת, די בעסטע און גיטע פראקטישע און הערליכע פורניטשער,
אבער דיינינג רום פורניטשער זאל מען לאזן די קאפל קויפן ווען זיי גייען עס דארפן
קליידער דארף מען קויפן שיינע הערליכע גיטע וואס די חתן כלה וועלן ניצן,( נישט פאר יעדע שבע ברכות א נייע קלייד )
מיין עיקר ווייגעשריי איבער די פרייז וואס יעדער ווייסט (אפילו אהן פעיר פרעשער)איז דעם שטריימעל!
פארוואס דארף אפאר שפיצן קאסטן7000$....??????

איך בין געווען ביי די שטריימל סעיל פאר פסח עס איז געווען 100טער הערליכע שטריימליך פאר 699 $.
די חתן קען זיך קויפן א עכטע טייערע שטריימל מיט זיין אייגן געלט
פארשטייט זיך אבער אז א מחותענעסטע קלייד און שוועסטער קליידער און האר פאר די חתונה נאכט איז וויכטיגער ווי די חתן שטריימל
#דיסקלעמער מען ברויך גיין פארנט פונעם אמבעסאדע(געשעפט בלע"ז)‎פראטעסטירן!

זיי מעגן בעטן וויפיל זיי ווילן, די מיזט נישט קויפן

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 31, 2019 9:47 am

https://drive.google.com/file/d/1-7wG5H ... p=drivesdk
עס האט 4 שיטס קליק אויף '' חתן כלה 1#''

איך האלט אין איין אפטעיטן מיין שיט. איך לייג ארויף ווי עס האלט.
די פאריגע האט געהאט א טעות אינעם עקסעל קאלקלעיטר עס האט נישט אלע נימערן גערעכנט צום טאטל...
ווער עס זעט א טעות, אדער א הערה, צי עס פעלט עפעס זאל ביטע מיך לאזן וויסן
ישר כוח
סאיז דא זאכן אינעם ליסט וואס יעדע מצב איז אנדערש ארויף צי אראפ, לדוגמא פעינטן און סקרעיפן, שייטל, איך האב עס אריינגערעכנט אינעם חשבון אבער נישט אייביג פעלט זיך עס אויס
צוגעלייגטע
20190531_094117.jpg
20190531_094117.jpg (428.97 KiB) געזעהן 536 מאל

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 31, 2019 3:25 pm

איך גרייט אן א פרישע אנקעטע אין די חתונה קריזיס
איך קען עס לייגן אזוי? וואס זאגן ענק צי דעם
איך האב א שטיקל מהלך מיט די אנקעטעס צי בייפעסן די פער פרעשור איך האף אז איך גיי עפעס אויפטאן,

~אנקעטע~ אז וויפיל פראצענט מחותנים מאכן חתונות אויסגערעכנט וואלט איר מיטגעגאנגען

די פראגע. אז וויפיל פראצענט מחותנים מאכן חתונות אויסגערעכנט וואלט איר מיטגעגאנגען

מינימום 10 % חתונות
מינימום 25 % חתונות ( דאס מיינט מער ווי 1 חתונה א חתונה נאכט אין רוב שטעט )
מינימום 50 % חתונות
מינימום 75% חתונות
מינימום 90 % חתונות
איך גיי נישט חתונה מאכן ביליג

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מאי 31, 2019 3:51 pm

בשעה שיש האט געשריבן:אני בעצמי האלט אז די חתונה נאכט אליינס דארף קאסטן די בילגסטע וואס מען קען,אין אויך די אלע זייטיגע מתנות,ווי נמשל משלוח מנות\ מתנות פאר די געשוויסטער,
וכדומה אבער ווען סקומט צו פורנוטשער, קליידער,דארט דארף מען זיך לאזן קאסטן
מיין עיקר ווייגעשריי איבער די פרייז וואס יעדער ווייסט (אפילו אהן פעיר פרעשער)איז דעם שטריימעל!
פארוואס דארף אפאר שפיצן קאסטן7000$....??????
#דיסקלעמער מען ברויך גיין פארנט פונעם אמבעסאדע(געשעפט בלע"ז)‎פראטעסטירן!

אויף די מינוט איז ב"ה דא א לעזונג , די באשעפער זאל העלפן ווייטער

כתר מלכות שטריימלעך אין קרית יואל פארקויפט הערליכע חתן שטריימליך פאר $1600
און די זעלבע שטריימעל קען א מחותן קויפן פאר $2200

די מבינים זאגן אז די שיינקייט פון די שטריימעל איז ווערט דאפעלט ביי די אנדערע שטריימעל סוחרים

פאר $2400 האבן זיי א הערליכע שטריימעל פאר מחותנים וואס קאסט בערך 5 אלפים ביי אנדערע

עס האט געהייסן אז זיי עפענען אויף א ברענטש אין בארא פארק פאר באבוב 45 חתנים וואס זיי נעמען דארא די שטריימלעך לויט זייער נייע תקנות

למעשה קומען עניוועי ארויס מאסן חתנים קיין קרית יואל אז זיי קענען נישט נאכקומען אויף די מינוט די פארלאנג , סא ווער עס ברויך מיז גיין קיין קרית יואל , זיי האבן ערפונדען א נייע האר זייער שיין און ביליג

אבער יא ב"ה אויפדערווייל איז דא הערליכע שטריימלעך פאר גאר ביליג , און עס איז ווערט צו פארשפרייטען אז ווי מער חתנים זאלן דארט קויפן אזוי אראפצוברענגען די מאנאפאל פון די טייערע שטריימלעך

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

רעסטעראנט !!

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 02, 2019 11:52 pm

כבוד הרב ר' רעסטעראנט שליט"א
ווי איך זעה זענט איר די לעצטע פאר טעג זייער אקטיוו אויף עטליכע אשכולות בנוגע חתונה מאכן ביליג, קוקט אויס וו איר האלט יעצט בעת שמחה בשטומ"צ,
איז אינטרסאנט צו באמערקען אז די שבת האב איך געליינט אין די גליונות א אויסצוג פון א דרשה פון הר"ר אבא חייא טויבער שליט"א און בתוך הדברים רעדט ער פון די אויסגעבעריי ביי די חתונות, הלמאי פאר וואס דארף מען חתונה מאכן אין א שיינע זאל ???, לייגט ער צו דארט אז ער האט אנגעפרעגט ביי די פריעדיגע זקנים וויאזו עס האט אויסגעזעהן א חתונה אינדערהיים
פאר די מלחמה, און זיי אלע פה אחד אמרו "אז מען האט קיינמאל נישט חתונה געמאכט אין א שיינע זאל- נאר מען האט אפיר געזוכט דעם גרעסטען היכל אין שטעטל צו איז דאס געווען א בית מדרש אדער א רעסטעראנט !!! און דארט אפגעראכטען דעם חתונה...

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » מאנטאג יוני 03, 2019 6:09 pm

מיינע צוויי צענט.
וואסידאס אז א פרישער אינגערמאן צינדט חנוכה לעכט אין א מנורה וואס זיין שווער האט אוועקגעגעבן צוויי וואכן וועידזשעס דערפאר?
איר האט טשענדזש?
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

קאטאגאריש
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג יוני 03, 2019 9:11 pm

אין אז א בחור גייט אנגעטון יעדען טאג פאר $600 פארשטייסטע יא?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 03, 2019 9:40 pm

600 טאללער? מיין בחור האט די הוט פון זיין בר מצוה מיט א שווארצע הויזן און א כאלאט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 03, 2019 9:43 pm

עניוועיס, צוריק צו די חתונה תקנות
איך שטום פאר א שיינע גרויסע זאל מיט איין וועיטער פאר די מענער און איין ביי די פרויען. די אויבען אן טיש און די צוויי טישען ביי די זייטען וועלן קריגען סערווירט, וואס דאס איז פאר די ברודער און שוואגערס, שוועסטערס און שוועגערין'ס פון חתן כלה.
די איבעריגע וועט זיין שיינע האט פוד שיסלען אויסגעשטעלט ביי די זייטען פון די זאל
בוי זיך זעלבסט

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג יוני 03, 2019 10:31 pm

צו געזונט האט געשריבן:עניוועיס, צוריק צו די חתונה תקנות
איך שטום פאר א שיינע גרויסע זאל מיט איין וועיטער פאר די מענער און איין ביי די פרויען. די אויבען אן טיש און די צוויי טישען ביי די זייטען וועלן קריגען סערווירט, וואס דאס איז פאר די ברודער און שוואגערס, שוועסטערס און שוועגערין'ס פון חתן כלה.
די איבעריגע וועט זיין שיינע האט פוד שיסלען אויסגעשטעלט ביי די זייטען פון די זאל

די אויבן אן קען איינער פון די משפחה סערווירן,
די dj סיסטעם וואס גייט זיין אריינגעבויט אינעם זאל וועט נישט דארפן האבן קיין קאנראלער סוועט זיין געציילטע אפשענס העכער שטילער עסן עסן ערשטע טאנץ 2טע טאנץ 3טע טאנץ לעצטע 10 מניט טאנצן דעציט.
ווי אויך א בלעטל פאר מצוה טאנץ מיט עטליכע ניגונים

אויב קיינער פון די משפחה טראג זיך נישט אן צו העלפן נאך רוימען, אנגרייטן, אוועקטראגן טישן וועט מען מיזן נעמען באצאלטע נאכט ארבעטער
איין זאך ווי איך( אויב איך האב א מיינונג ) האלט נישט ביים שניידן מיט א ר' איז זאכן וואס די חתן כלה וועלן הנאה האבן ווי קליידונג און אויסשטאפירן די דירה, אבער נישט קיינע איבערגעטריבענע לוקסוס מיין פלאן קען מען זעהן אויף מיין אינטערשריפט' 'הוצאות חתונה ליסט די שיעט פין מיין ליסט הייסט חתן כלה #1 22.000
איך האב געמאכט א נייע אנקעטע המשך צי די אנקעטע ביטע גיט אפ אייער שטימע ~אנקעטע~אז וויפיל פראצענט מחותנים מאכן חתונות אויסגערעכנט וואלט איר מיטגעגאנגען

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג יוני 03, 2019 10:54 pm

ווי שאפסטו א זאל? ווער גייט עס אויסהאלטען?

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

מעשה שהי'

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יוני 03, 2019 11:33 pm

עמיצער איז אמאל אריין אין א זאל אינמיטען א חתונה וועלענדיג אפגעבן דעם מזל טוב פארן מחותן, אזוי זוכענדיג דעם מחוחן האט ער אנגעפרעגט ביי איינעם ווי איז דער בעל שמחה?
האט איהם יענער געענפערט: דער בעל שמחה זיצט אין קאך !!! דער בעל חוב זיצט אויבן אן, קענסט איהם גיין זאגן מזל טוב...

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג יוני 03, 2019 11:44 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:עמיצער איז אמאל אריין אין א זאל אינמיטען א חתונה וועלענדיג אפגעבן דעם מזל טוב פארן מחותן, אזוי זוכענדיג דעם מחוחן האט ער אנגעפרעגט ביי איינעם ווי איז דער בעל שמחה?
האט איהם יענער געענפערט: דער בעל שמחה זיצט אין קאך !!! דער בעל חוב זיצט אויבן אן, קענסט איהם גיין זאגן מזל טוב...

;l;p- ;l;p- א ביטערע געלעכטער שחוק מכאוב

אייגענע מיינונג
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 10:13 pm
לאקאציע: ברוקלין נו יארק

תגובהדורך אייגענע מיינונג » מאנטאג יוני 03, 2019 11:59 pm

בבל האט געשריבן:איך גרייט אן א פרישע אנקעטע אין די חתונה קריזיס
איך קען עס לייגן אזוי? וואס זאגן ענק צי דעם
איך האב א שטיקל מהלך מיט די אנקעטעס צי בייפעסן די פער פרעשור איך האף אז איך גיי עפעס אויפטאן,

~אנקעטע~ אז וויפיל פראצענט מחותנים מאכן חתונות אויסגערעכנט וואלט איר מיטגעגאנגען

די פראגע. אז וויפיל פראצענט מחותנים מאכן חתונות אויסגערעכנט וואלט איר מיטגעגאנגען

מינימום 10 % חתונות
מינימום 25 % חתונות ( דאס מיינט מער ווי 1 חתונה א חתונה נאכט אין רוב שטעט )
מינימום 50 % חתונות
מינימום 75% חתונות
מינימום 90 % חתונות
איך גיי נישט חתונה מאכן ביליג

איך וואלט אראפגענומען די לעצטע אפציע, דער זוכט נישט קיין וועג ארויס, ער איז נישט קיין מאן דאמר ווען ס'קומט צו חתונה תקנות.

אבער איך וואלט זיך נישט געשטעלט דעראויף זעענדיג ווי שווער עם קשי עורף נעמט אויף יעדע מינדעסטע געדאנק.

תשוח"ח לבבל וואס ווערט נישט אפגעשראקן פון די מתאוננים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: crispy, Iphone, איצל פיצל, פאלקס קיך, קאפ און אקסל, שנלר, שרייזשע און 29 געסט