בלאט 1 פון 1

שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 10:49 am
דורך אורה ושמחה וששון
ס׳וועט זיין א געוואלדיגע זאך וואס ס׳וועט העלפן זייער אסאך אידן, צי מיטטיילען (שערן בלע״ז) טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות אויף שלום בית פאר אלע יארגאנגען (עידזשעס בלע״ז). שכרכם הרבה מאוד, מתן בסתר פאר ווער עס דארף אבער שעמט זיך צי בעטן הילף.
קענסט האבען א חלק אין אויפלעבן מענער-פרויען אין השפעה אויף די קינדער אין ברענגן אלע ברכות אין אידישע שטיבער. לא מצא הקב״ה כלי מחזיק ברכה אלא השלום אכי״ר.
ובזה החלי בע״ה.

דאס איז פין א שכן אשכול בענין אחר אבער באלנגט דא...

אז מען רעדט שוין האט מיר אמאל רבי אשר פארסט געזאגט א דערהער אין נשים דעתן קלות; אז א פרוי ווען זי ווערט עמאציאנאל איבערגענומען קען זי ארויס אין גאנצען פון די כלים און קיין שום לאגיק וועט נישט העלפען איר איבערצייגען אז זי איז נישט גערעכט; ווייל איר עמאשען'ס איז שטערקער ווי איר דעת. איז צו ערשט דארף מען איר בארואיגען, און דערנאך ווען זי קומט צו זיך, קען מען דענמאלט ערשט אנהויבען רעדען מיט דעת.

דערובער נעם איך ארויס פון הגאון רבי אביגדור מיללער'ס ווערטער אויבען אז פאר א פרוי צו איבערקומען אירע עמאשען'ס איז שווערער ווי פאר א מאן צו צוברעכען זיינע תאוות. און אין דער זעלבע צייט וואס פאר א מאן אנצוקומען צו שלימות דארף שטארק ארבעטען אויף זיין קדושה וטהרה און מידות און זיך ברעכען (ווי מען ברעכט אריין א אקס און א פערד); דארף א פרוי נאר ארבעטען צו זיין א גוטע פרומע ערליכע ווייב, מאמע, און טאכטער, און אזוי דערגרייכט זי איר שלימות.

אונעם שמועס וואס מיר האבען געהאט מיט ר' אשר איבער דעם, איז אויס געקומען אז די אלע מענער וואס קריגען זיך מיט זייער ווייב און מיינען אז זיי וועלען איר ברעכען "ווייל ער איז דאך גערעכט" זאלען זיי וויסען אז געווענליך ארבעט עס נישט, און אפילו ער מיינט אז ער האט איר געבראכען (ווייל ער האט א בעסערע מויל און קען בעסער), זאל וויסען אז מיט יעדען מאל וואס ער געווינט האט ער איר געבראכען פיזיש און גייסטיש און צום סוף קען זי האבען א צוזאמען-ברוך אדער באקומען א קענסער (ווי הגאון רבי אביגדור מיללער זאגט עדות אין עטליכע פון זיינע דרשות אז דער מאן (דער רשע רופט ער אים אן) האט איר געשיקט אויף יענע וועלט מיט זיינע ווערטער). דער ריכטיגע וועג האט געזאגט ר' אשר איז (ווען זי איז אויף גערעגט) צו געבען גערעכט דער ווייב אפילו זי איז נישט; און איר איבערבעטען (אפילו אלף פעמים) אפילו עס קומט איר נישט; און ווען איר מוד וואס טוישט זיך זייער שנעל איז פאזיטיוו, דעמאלט איז דער צייט צו רעדען מיט דעת און זיין אויפען זעלבען פעידז.

וועליך שוין אויך אריין ווארפען דער וועלטס ווארט אז אדם הראשון האט געזאגט צום באשעפער האשה אשר נתת עמדי (היא moody).

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 10:53 am
דורך אלי' מקוה יוד
לייק פאר די לעצטע שורה!

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 11:13 am
דורך אורה ושמחה וששון
קוים 15 מינוט. 60 אידן שוין האבען געזיכט פאר שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות....
זעה ווי שטארק וויכטיג ס׳איז..
אידן קימט אריין מיט טיפס-עצות-געדאנקען...

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 1:01 pm
דורך ברוינע באנאנע

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 1:39 pm
דורך ממה נפשך
Wow זייער שיין אריינגעקומען, מ'קען אייביג נוצן חיזוק.

און יא:

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:לייק פאר די לעצטע שורה!

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 12:14 pm
דורך לדעתי
.

בס"ד

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 12:23 pm
דורך טובי' מאיר ניימאנן
עד כאן, דא קען איך מיך נישט אריינמישען, און אוודאי נישט קיין עצה געבען, ווייל איך בין א TOTAL FAILURE, זעלטען וואס מיין אידענע געט מיר גערעכט, און זי איז טאקע גערעכט,
הקיצור ווערטעל אהער ווערטעל אהין, די שליסל איז וותרנות, די שליסל איז נישט זיין קארג, די שליסל נישט זיין גערעגט, אבער וויאזוי באווייזט מען דאס,
רבותי צו אלע עצות ברויך מען נאך עצות וויאזוי מקיים צו זיין די עצות, עס איז א לאסט קעיס? ניין, תפלה און צדקה,
הוה מקבל את כל האדם בספ"י,

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 2:28 pm
דורך יענקעלע
אורה ושמחה וששון האט געשריבן:ס׳וועט זיין א געוואלדיגע זאך וואס ס׳וועט העלפן זייער אסאך אידן, צי מיטטיילען (שערן בלע״ז) טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות אויף שלום בית פאר אלע יארגאנגען (עידזשעס בלע״ז). שכרכם הרבה מאוד, מתן בסתר פאר ווער עס דארף אבער שעמט זיך צי בעטן הילף.
קענסט האבען א חלק אין אויפלעבן מענער-פרויען אין השפעה אויף די קינדער אין ברענגן אלע ברכות אין אידישע שטיבער. לא מצא הקב״ה כלי מחזיק ברכה אלא השלום אכי״ר.
ובזה החלי בע״ה.

דאס איז פין א שכן אשכול בענין אחר אבער באלנגט דא...

אז מען רעדט שוין האט מיר אמאל רבי אשר פארסט געזאגט א דערהער אין נשים דעתן קלות; אז א פרוי ווען זי ווערט עמאציאנאל איבערגענומען קען זי ארויס אין גאנצען פון די כלים און קיין שום לאגיק וועט נישט העלפען איר איבערצייגען אז זי איז נישט גערעכט; ווייל איר עמאשען'ס איז שטערקער ווי איר דעת. איז צו ערשט דארף מען איר בארואיגען, און דערנאך ווען זי קומט צו זיך, קען מען דענמאלט ערשט אנהויבען רעדען מיט דעת.

דערובער נעם איך ארויס פון הגאון רבי אביגדור מיללער'ס ווערטער אויבען אז פאר א פרוי צו איבערקומען אירע עמאשען'ס איז שווערער ווי פאר א מאן צו צוברעכען זיינע תאוות. און אין דער זעלבע צייט וואס פאר א מאן אנצוקומען צו שלימות דארף שטארק ארבעטען אויף זיין קדושה וטהרה און מידות און זיך ברעכען (ווי מען ברעכט אריין א אקס און א פערד); דארף א פרוי נאר ארבעטען צו זיין א גוטע פרומע ערליכע ווייב, מאמע, און טאכטער, און אזוי דערגרייכט זי איר שלימות.

אונעם שמועס וואס מיר האבען געהאט מיט ר' אשר איבער דעם, איז אויס געקומען אז די אלע מענער וואס קריגען זיך מיט זייער ווייב און מיינען אז זיי וועלען איר ברעכען "ווייל ער איז דאך גערעכט" זאלען זיי וויסען אז געווענליך ארבעט עס נישט, און אפילו ער מיינט אז ער האט איר געבראכען (ווייל ער האט א בעסערע מויל און קען בעסער), זאל וויסען אז מיט יעדען מאל וואס ער געווינט האט ער איר געבראכען פיזיש און גייסטיש און צום סוף קען זי האבען א צוזאמען-ברוך אדער באקומען א קענסער (ווי הגאון רבי אביגדור מיללער זאגט עדות אין עטליכע פון זיינע דרשות אז דער מאן (דער רשע רופט ער אים אן) האט איר געשיקט אויף יענע וועלט מיט זיינע ווערטער). דער ריכטיגע וועג האט געזאגט ר' אשר איז (ווען זי איז אויף גערעגט) צו געבען גערעכט דער ווייב אפילו זי איז נישט; און איר איבערבעטען (אפילו אלף פעמים) אפילו עס קומט איר נישט; און ווען איר מוד וואס טוישט זיך זייער שנעל איז פאזיטיוו, דעמאלט איז דער צייט צו רעדען מיט דעת און זיין אויפען זעלבען פעידז.

וועליך שוין אויך אריין ווארפען דער וועלטס ווארט אז אדם הראשון האט געזאגט צום באשעפער האשה אשר נתת עמדי (היא moody).


גענומען פון דא

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 3:10 pm
דורך קאטאגאריש
געהערט לעצטענס אויף ענגליש אין סהאט א שטארקע נקודה, כהאף אז איך טייטש עס איבער גיט,

א מאן דארף רעספעקט פין די ווייב, אין א פרוי
וויל רעספעקטן איר מאן

שלום בית

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:46 pm
דורך ברוינע באנאנע