דאס פאלשקייט פון די ליבעראלען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 31, 2019 1:22 pm

eller האט געשריבן:ערשטער פארבאט אויף "פעישעל רעקאגנישאן"

קאליפארניע – סאן פראנציסקא וועט ווארשיינליך זיין די ערשטע אמעריקאנער סיטי צו פארבאטן לאקאלע אגענטורן צו נוצן "פעישעל רעקאגנישאן" טעכנאלאגיע. די טעכנאלאגיע באדייט אז דער קאמפיוטער דערקענט דעם מענטש און גיט ארויס פאר די אויטאריטעטן זיין אידענטיטעט אדער פארשידענע שטריכן איבער אים. אקטיוויסטן זאגן אז די טעכנאלאגיע נעמט אוועק פריוואטקייט–רעכטן פון מענטשן, און קען אויך זיין דיסקרימינאטיוו קעגן מינאריטעטן, און טראץ וואס פאליציי זאגן אז ס'וועט זיי העלפן אויף עטליכע פראנטן, איז דערווארט אז ס'וועט ווערן פארבאטן.
איד דעלי

איך ווייס נישט אויב די רעדע איז פון די זעלבע זאך, אבער דא האט איר א באריכט.

אין ליכט פון די כוואליע פון שיסערייען אין סקולס איבער׳ן לאנד האט דער סקול דיסטריקט פון לאקפארט סיטי אין ניו יארק אייגעשטעלט א סאפיסטיקירט מולטי-מיליאן דאלער וועלכע זוכט צו באשיצן די קינדער פון א שיסעריי.

דער סיסטעם דערקענט אלע פנים׳ער פון די סטודענטן, און פארמאגט אויך א דאטאבאזע פון פארדעכטיגטע פארברעכער, יוגענטליכע וואס זענען ארויסגעווארפן געווארן פון שולע, צורודערטע פארשוינען און נאך, און אזוי ארום טוט דאס אלאמירן די זיכערהייטס באאמטע אויב עפעס פארדעכטיגט קומט פאר.

אבער דערווייל האט די ניו יארק סטעיט עדיוקאציע דעפארטמענט אפגעשטעלט דעם פראגראם זאגנדיג אז זיי דארפן אויסארבעטן לעגאלע פראבלעמען וואס דאס ברענגט מיט זיך.

דאס איז די ערשטע אזא סיסטעם אין אמעריקע, און אויב וועט זיך דאס אויסשטעלן אלס א סוקסעס קען דאס דינען אלס מאדעל פאר שולעס איבער גאנץ ניו יארק און עווענטועל איבער׳ן גאנצן לאנד.

JP
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אייניקעל פון אהרן הכהן, משהלע און 17 געסט