פון א ניק אין אישי: מכתב פרידה לבנו היקר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

פון א ניק אין אישי: מכתב פרידה לבנו היקר

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 13, 2019 3:02 pm

כ'האב באקומען אין אישי א בריוול צו ארויפשטעלן דא, רבוש"ע כ'בין נאך נישט קומען צו זיך! כ'בין נאך געפרוירן, כ'האף דער עולם וועט יא האבן די ריכטיגע ווערטער דערויף. ווי אויך די וואס האבן דאס שוין אמאל מיטגעמאכט זאלן זיך מחזק זיין דערמיט.

כ'האב עס באקומען אין צוויי ווערסיעס, לשוה"ק און אידיש.

ניק אין אישי האט געשריבן:הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט. יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם.

מכתב פרידה לבני היקר. בני אתה, אני היום ילידתיך. אדמך אכנך ולא ידעתיך. יען דעך נרך, לא אברכך ב'נרך יאיר', כי אם בברכת המתים 'עליך השלום'.
בזמן הקצר ששהינו בחדר אחד והיית בנוכחותי, הבטתי עליך בחמלה, אם כי לא היה ברור לי האם לחמול עליך או על עצמי. רציתי להגיד לך דברים רבים, אבל שמרתי רוב שרעפי בקרבי. ידעתי כי אטמו אזניך משמוע, בכל זאת נשמתך חיה וקיימת, שומעת את קולנו, יודעת את אשר בלבבנו ומרגישה את צערנו.

תחילה ארשום למזכרת את מעט הדברים שאמרתי בפניך בעל פה:
בני חמודי, צר לי צר, מר לי מר, על שנבצר ממני לקיים עמך מצות 'ושננתם לבניך', וניטלה ממני היכולת והזכות לחנך אותך בדרך התורה. כשם שלא נכנסת לברית, כך לא תיכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, ולא תזכה לקיים מצוות בעולם הזה. בכל זאת, דע לך בני, שקיימת מצות כיבוד אב ואם משך תשעה ירחי לידה, מאחר ששימחת אותנו בתקופה ההיא. לא זכית לקיים בפועל מצוות אחרות, ובמצוה זו נסתם עליך הגולל. אבל גדולה היא מצות כיבוד אב ואם, שבזכותה יפתחו לפניך שערי גן עדן. למען יאריכון ימיך, בעולם שכולו טוב, בעולם שכולו ארוך.
על כן אקרא באזניך, לכל הפחות, את פסוקי קריאת שמע, המדברים אודות ייחוד ואהבת ה', וישמשו לך כפסוקי 'ייחוד', כדי שיכנסו באזניך דברי תורה טרם תיקבר באדמה. אולי נשמתך הטהורה שבגן עדן תרצה לקרוא עמי את הפסוקים האלה. פסוקים אלה הם, בדרך כלל, הפסוקים הראשונים שהילד הקטן אומר, וגם הפסוקים האחרונים שאומרים בשעת יציאת נשמה. אצלך הם יהיו הפסוקים היחידים, הראשונים וגם האחרונים, שיכנסו לאזניך.
אחרי שדיברתי כן, שעת הנץ החמה היתה, למרות שבליבנו שקעה השמש, וקראתי בפניך את פרשיות קריאת שמע בדביקות, בגדר 'פתח פיך לאלם'. כשהגעתי לפסוק 'בכל לבבך ובכל נפשך', ואחר כך ל'ושננתם לבניך', געיתי בבכייה ושפכתי כנחל דמעה, עד דאשתקיל מלולי.

מכאן ואילך אציע לפניך את מחשבותי שחשבתי עליך, אבל לא העליתי אותן על דל שפתי:
מה אומר ומה אדבר ואין מלה בלשוני, דברי לעו נדמו כאבן מחמת יגוני. כל הלילה חכינו לך שתוולד, ונתקיים בנו 'יקו לאור ואין'. נולדת וקיימת את מאמר איוב: 'למה לא מרחם אמות, מבטן יצאתי ואגוע... כי עתה שכבתי ואשקוט, ישנתי אז ינוח לי'. הנך שוכב בשלוה, שלוות עולם, גופך מוטל לפני כאבן דומם, בבחינת שריפת הנשמה והגוף קיים.
שעה קלה ראיתיך, שעה קלה הכרתיך, וכעת הגיע הזמן להפרד ממך. חן של-מעלה נסוך על פניך, הוצק חן על שפתותיך, אבל באין אומר ואין דברים, בלי נשמע קולך. ודומו סלה. ראיתי אותך שלם ברמ"ח איבריך ושס"ה גידיך, בזמן שכבר לא נותרה בך נשמה. לא אדע ולא אכיר את תכונות ומעלות נשמתך הזכה, גם לא את מדותיך ונעימותיך.
כמה רציתי לגדל אותך, כמה ציפיתי להכירך ולהשתעשע עמך, תחילה בשעשועי ילדות ועונת הפעוטות, ואחרי כן בשעשועי אורייתא, אבל לא זכיתי לזה. גם לגיל ינקות לא הגעת, ולא ניתנה האפשרות שתראה אותי גם לרגע. היום יצאת מבטן אמך, והיום באת לעולם שכולו טוב.
לא טפחתיך ולא רביתיך, אולי לא הייתי ראוי לכך. הנך מוטל לפני בגדר 'נראה ואינו רואה', תינוק בן יומו שלא נפתחו עיניו, ולא יפתחו עד עת קץ. עצמת את עיניך, טרם ראית אור. ביחד עם זה ירדה אימה חשכה גם עלינו. נחשכו עינינו והפכו למקורי דמעה. שבת משוש לבנו, נהפך לאבל מחולנו.

אמר החכם: אשרי מי שנשלמו שנותיו במהרה. קל וחומר אתה, שלא נשלמו לך שנותיך, אלא בקושי כלו לך חדשיך. אשריך שמלאת את תפקידך במהרה. אולי נקטת עיקר כדעת האומר: נוח לו לאדם שלא נברא משנברא. ועכשיו שנוצרת, כאילו לא נוצרת.
אצבעותיך הקטנות והעדינות, פתוחות לרווחה, כאומר 'אינני לוקח עמי מהבלי העולם הזה כלום'. קַצְתָּ בחיי העולם הזה, ובחרת בחיי נצח. אשריך וטוב לך בעולם הבא.
הנך, בני, עולה תמימה. כליל לה'. כליל תקטר, בלי ליהנות מהעולם הזה הנאה קלה אפילו בשיעור אצבע קטנה. הורונו חכמינו, שמיכאל השר הגדול עומד ומקריב לפני השי"ת את נשמותיהם של צדיקים. אתה זכית שבחר בך כעולה וכקרבן. לא בנו בחר מלאך ה', כי אם בך. מסתבר אם כן, שנשמתך גדולה וחשובה למאוד, על כן נבחרת כקרבן ציבור, ועל הכלל כולו יצאת. על זה דוה לבי, שלא זכיתי לגדל נשמה קדושה וטהורה כזו, ועזבת אותי לאנחות.
אל תצטער, בני, על עולם מלא שאבדת, כי דע לך שלא הפסדת בעולם הזה כלום, אלא תורה ומעשים טובים בלבד. ואם על אלה אתה מצטער, בטוח אני שהקב"ה יצרף לך את התורה והמצוות שהיית יכול לקיים כאן אילו הארכת ימים, כאילו עשית וקיימת אותן בפועל, כי אין לנו אנוס גדול ממך.
זכור, בני, את מאמר חכמינו: יפה שעה אחת של קורת רוח בעולם הבא מכל חיי העולם הזה. טוב לך שתראה שחת, ולא תראה את ההשחתה שבעולם. טוב לך שתנוס לקבר, ולא תתנסה בקברות התאוה.

זכור אותנו לטובה בעולם שכולו טוב, בעדן גן אלקים. הנך 'נֵפל', אבל אינך מן הנפילים שירדו מן השמים בלי אב ואם. יש לך אב ואם, ניבדל לחיים. אנחנו לא זרים לך, על אף שהננו מוסרים אותך כעת בידי אחרים. זכור במיוחד את אמך היקרה, שקיימה בך את 'הלוך ילך ובכה נושא משך הזרע' במסירות נאמנה ונפלאה ולא זכתה ל'בא יבא ברנה', לשאת אותך בחיקה בחייך ולרוות ממך מלא חפניים נחת.
תשעה חדשים נשאה אותך וסבלה את סבל ההריון, תשעה ירחים קיותה לראותך ולנשק אותך, בתשעת ירחי הלידה שפכה שיח שתזכה להוליד אותך מתוך נחת וגיל. בקשתה נדחתה, ונכזבה תוחלתה, בעצב הולידה אותך באין אונים. היא החזיקה אותך בחיקה במותך, ונפשה עגמה עליה מרוב צער ויגון. נפש כי נאנחה, בלי למצוא מנוחה, אף כי הצדיקה עליה את הדין בתעצומות עוז. ותיבב ותבך על שהיא חוזרת הביתה בידים ריקניות, תחת להחזיק בידיה בן חי. 'אל תקראנה לי נעמי, קראן לי מרה, כי המר ש-די לי מאד. אני מלאה הלכתי, וריקם השיבני ה''.
כי אם זכור זכרתנו, ותבקש מדיין האמת שיאמר לצרותינו די, ושישפיע לנו אך טוב וחסד. יתן לנו זרעא חיא וקימא, למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה.

לֵך, בני, תנוח בשלום על משכבך, ותעמוד לגורלך לקץ הימין. טבע העולם הוא שילד קטן אוחז ביד אביו וביד אמו, ואינו הולך לבדו מחמת הפחד, בכל זאת לֶךְ לְךָ לבדך, להנאתך ולטובתך. לֵך בשלום, אל תפחד, אל תירא ואל תחת, סומך ה' לכל הנפלים, כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך. ה' עמך גבור החיל, ושכבת ואין מחריד. מאמינים אנחנו שאתה נמצא במקום הטוב ביותר בשבילך.
לֵך, בני, לכסא הכבוד, ואמור בפני מי שאמר והיה העולם: אלקי, נשמה שנתת בי טהורה היא. אתה בראתה, אתה יצרתה, אתה נפחתה בי. אתה שמרת אותה בקרבי תשעה חדשים, אף כי ידעת שאתה עתיד ליטלה ממני מיד. מעיד אני שאין בי פגם ועון, גם לא כתם קטן. תמה היא נשמתי, ובהירה היא בשחקים, והנני מחזיר אותה לך כמו שקיבלתיה, לא עברתי על מצוותיך ולא שלחתי יד בפקדון. יודע אני, ה', שאתה עתיד להחזירה בי לעתיד לבוא, בבקשה ממך שזה יהיה במהרה בקרוב. בידך אפקיד רוחי, ה' א-ל אמת. ברוך אתה ה' המחזיר נשמות לפגרים מתים.

ברוך אתה בבואך, בני, וברוך אתה בצאתך מן העולם בלי חטא, זך ונקי, טהור כמלאך.
לא אמחה אותך מזכרוני, כי אמרתי אך עצמי ובשרי אתה, כחי ואוני. קרובים אנחנו אל החלל, ואין בידינו למלאות את החלל שנותר כשנעדרת, רק לזכור אותך כחלק בלתי נפרד ממשפחתינו, ולעת התחייה נתאחד שוב פעם.
עד כאן מה שחשבתי ורציתי להגיד לך, ולעת קץ אשמח לשמוע ממך את כל מה שלא יכולת להגיד לי עתה. והקיצות היא תשיחך, ואז אלם בשיר ירון.

קוראים לך 'נֵפל', על כן שאל נא מאבינו שבשמים: אימת אתי 'בר נפלי'? מתי יקוים בנו 'ביום ההוא אקים את סכת דויד הנפלת'? נזכה לראות בקרוב בנחמת ציון וירושלים, וליעוד הנביא 'בלע המות לנצח ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים'. הרופא לשבורי לב ירפא את שברנו. לא נוסיף לדאבה עוד, ולא ישמע שוד ושבר בגבולינו. יהפך אבלינו לששון, עת יקיצו וירננו שוכני עפר, בביאת גואל צדק במהרה בימינו.

אביך אוהבך הכותב בדמע ומנסה להתנחם ולהתחזק


און דא איז די אידישע ווערסיע.

ניק אין אישי האט געשריבן:הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט. יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם.

מיט א שווער געמיט שרייב איך א געזעגענונגס-בריוו, צו דיר, מיין טייער קינד, וואס ביסט נארוואס געבוירן געווארן און איך וועל נישט זוכה זיין דיר צו קענען. א טאטע איז געוואוינט צו וואונטשן זיין זון 'נרו יאיר', זיין ליכטל זאל שיינען, אבער דיין ליכטל האט שוין געצאַנקט און אויסגעברענט, דערפאר איז אויף דיר גילטיג דער וואונטש 'עליך השלום'.
אינעם קורצן צייט וואס מיר האבן געוויילט אין איין צימער, האב איך געקוקט אויף דיר מיט א רחמנות'דיגער בליק, כאטש אין הארץ האב איך געוואוסט אז די רחמנות איז אויף מיר, נישט אויף דיר. דיר איז גוט דארט וואו דו ביסט. אסאך געפילן האב איך געוואלט מיט דיר מיטטיילן, אבער אנשטאט עס ארויסצוזאגן האב איך רוב דערפון איינגעקריצט אין מיין הארץ. איך ווייס אז דיינע אויערן הערן נישט, אבער עס איז דיין נשמה וואס הערט יא, זי לעבט אויף שטענדיג, הערט אונזער קול, האלט מיט אונזער קלעם און שפירט אונזער צער.

דאס ביסל וואס איך האב יא גערעדט צו דיר, נישט קענענדיג זיך באהערשן, איז ווי פאלגנד:
טייער קינד מיינס, עס איז מיר ביטער אויפן הארץ, וויסנדיג אז איך וועל נישט קענען מקיים זיין מיט דיר די מצוה פון 'ושננתם לבניך', עס איז פון מיר אוועקגענומען געווארן די זכייה און מעגליכקייט דיר צו ערציען בדרך התורה. כשם שלא נכנסת לברית, כך לא תיכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און אויף דער וועלט וועסטו נישט קענען טון קיינע מצוות. דאך זאלסטו וויסן, מיין קינד, אז דורכאויס די ניין ירחי לידה האסטו מקיים געווען די מצוה פון 'כיבוד אב ואם', נאכדעם וואס אונזער הארץ איז אין יענע צייט געווען אנגעפולט מיט פרייד און האפענונגספולע ערווארטונג.
יעצט אז עס איז איבערגעריסן געווארן דיין אנוועזנהייט אויפן עולם הזה, זיי וויסן, אז דער שכר אויף מצות כיבוד אב ואם איז געוואלדיג גרויס, און אין דעם זכות וועלן געעפנט ווערן פאר דיר די טויערן פון גן עדן. ווי די תורה זאגט צו: 'למען יאריכון ימיך', און די חכמים ערקלערן אז דאס מיינט נישט אריכות ימים אויף דער וועלט, נאר בעולם שכולו טוב, בעולם שכולו ארוך.
איך וויל דיר יעצט פאָרלייענען, איידער איך שייד זיך פאקטיש אפ פון דיר, די פסוקים פון קריאת שמע, וואס רעדן זיך פון ייחוד ה' און אהבת ה'. זיי וועלן דינען פאר דיר אלס פסוקי 'ייחוד', און פאר מיר אלס חיזוק אין אמונה בהשי"ת. אפשר וועט דיין נשמה וועלן מיטלייענען מיט מיר פון גן עדן די הייליגע פסוקים.
מיר זענען געוואוינט, אז די ערשטע פסוקים וואס א קינד לערנט זיך אויס צו זאגן, זענען די פסוקים פון קריאת שמע. אזוי אויך זענען זיי די לעצטע פסוקים, וועלכע מען לייענט בשעת יציאת נשמה. ביי דיר, קינד מיינס, וועלן די פסוקים זיין די איינציגסטע, די ערשטע און אויך די לעצטע, וואס וועלן אריינגיין אין דיינע אויערן, פאר דו ווערסט פארהוילן פון מיינע אויגן.
אזוי רעדנדיג, איז געווען דער צייט פון זון-אויפגאנג, כאטש אין הארצן איז אונזער זון אונטערגעגאנגען, און איך האב זיך גענומען לייענען די פרשה פון קריאת שמע מיט א דביקות. איך האב געשפירט ווי איך בין מקיים 'פְּתַח פִּיךָ לְאִלֵּם' (רעד דו אנשטאט דעם שטומען). אבער ווי נאר איך האב ארויסגעזאגט די ווערטער 'בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ', האב איך עס נישט געקענט דערהייבן. איך און דיין טייערע מאמע שתחיה האבן דאן זייער געוויינט, און נאר מיט גרויס שוועריקייט האב איך געקענט פארזעצן.

פון דא וועל איך פארצייכענען מיינע מחשבות, וועלכע איך האב נישט ארויפגעברענגט אויף מיינע ליפן:
וויאזוי קען איך עפענען מיין מויל צו רעדן? כאטש עס איז אוודאי נישטא קיין ארט זיך אפצורעדן, דאך בין איך פארטרויערט און דער פּאַטש טוט זייער וויי. מיר האבן געווארט זאלסט געבוירן ווערן און ברענגען א ליכטיגקייט, אבער עס איז מקויים געווארן ביי אונז 'יְקַו לְאוֹר וָאַיִן', מען ווארט אויפן שיין און עס קומט נישט. ווי נאר ביסט געבוירן געווארן, האסטו מקיים געווען דאס וואס איוב האט געזאגט: 'פארוואס זאל איך דען נישט שטארבן ביים געבורט? באלד ביים ערשיינען אויפן וועלט וועל איך אויסגיין! יעצט רו איך אין שטילשווייגעניש, איך שלאף און עס איז מיר גוט!'
יא, שעפעלע, דו ליגסט מיט א רואיגקייט. אן אייביגע רואיגקייט. דיין גוף ליגט פאר מיר ווי א שטיין וואס קען זיך נישט רירן, א שטייגער ווי 'שריפת הנשמה והגוף קיים'. אנשטאט דיר אריינצולייגן אין א וואַרעם-בעטל, ווי דער געוואוינהייט ביי ניי-געבוירענע, ליגסטו דא אין א קילונג-בעטל, ווען דיין נשמה שוועבט אין דער הויך.

בלויז א קורצע צייט האב איך דיר געזען, קוים א וויילע האב איך דיר באטראכט, און שוין דארפן מיר זיך שיידן. א דערהויבענער חן איז אויסגעגאסן אויף דיין געזיכט, א שיין פנימ'ל מיט לעבעדיגע קאלירן. אוי דיינע זיסע רויטע ליפן, אבער קיין ווארט קענען זיי נישט ארויסרעדן, אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם. איך זע ווי ביסט גאנץ מיט דיינע רמ"ח איברים און שס"ה גידים, אבער דיין נשמה איז ווייט ווייט. איך וועל קיינמאל נישט אנערקענען דיינע מעלות, דיינע מדות, דיין זיסקייט און דיינע תכונות הנפש וועלכע וואלטן מיר זיכער געשאפן נחת און תענוג.
אוי ווי שטארק איך האב דיר געהאפט צו ערציען, ווי שטארק האב איך דיר געוואלט קענענלערנען און פארברענגען מיט דיר, צוערשט אין דיינע קינדערישע יארן, און דערנאך בשעשועי אורייתא, צו לערנען אינאיינעם, כי הם חיינו. אבער איך האב נישט זוכה געווען דערצו. פון הימל איז פארשריבן געווארן, אז זאלסט מיר אפילו נישט קענען זען פאר א רגע, און נישט געבן דיין מאמע די הנאה פונעם ערשטן געוויין מיט א זיסן קול'כל. היינט ביסטו אריין אין אונזער וועלט, און היינט ביסטו ארויס לחיי נצח.
איך האב דיר קיינמאל נישט געהאדעוועט און געצערטלט, אפשר בין איך נישט געווען ראוי דערצו. דו ליגסט דא אלס 'נראה ואינו רואה', א תינוק בן יומו וואס האט נאכנישט געעפנט זיינע אויגן, און וועט זיי נישט עפענען ביז משיח'ס טאג. דו האסט פארמאכט דיינע אויגן, נאך איידער האסט געזען ליכטיגקייט. אינאיינעם מיט דיר, איז אונז אויך טונקל געווארן פאר די אויגן. אנשטאט מיר זאלן זען ליכט שטראלן, זענען אונזערע אויגן פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון טרערן. אונזער שטענדיגער פרייד און לוסט איז מיטאמאל איבערגעהאקט געווארן, און איז ערפילט געווארן מיט טרויער און אומעט.

פריערדיגע חכמים זאגן: וואויל איז דעם וואס האט שנעל געענדיגט זיינע יארן. קל וחומר פאר דיר, וואס דו האסט נישט געענדיגט דיינע 'יארן', נאר קוים אויסגעווארט דיינע 'חדשים'. וואויל איז דיר וואס האסט שנעל געענדיגט דיין תפקיד אויפן וועלט. עס ווייזט אויס, אז דו האסט אנגענומען ווי די שיטה וואס האלט אז 'עס איז בעסער פאַרן מענטש ער זאל נישט באשאפן ווערן, ווי איידער יא באשאפן ווערן'. ועכשיו שנוצרת, כאילו לא נוצרת.
דיינע קליינע זיסע פינגערלעך, זענען אויסגעשפרייט אפן, ווי זיי זאלן זאגן: 'איך נעם גארנישט מיט פון די הבלי העולם הזה'. דו האסט זיך שנעל פאר'מיאוס'ט פונעם עולם הזה, און זיך אויסדערוועלט א פלאץ אינעם אייביגן וועלט. אַשְׁרֶיךָ וְטוֹב לָךְ – בעולם הבא.
דו ביסט, מיין קינד, אַן עולה תמימה. אינגאנצן פאַרן באשעפער. מיר האבן דיר מקריב געווען גאנצערהייט, אן דעם וואס זאלסט האבן א געלעגנהייט הנאה צו האבן פונעם עולם הזה, אפילו בלויז אביסל. די חכמים לערנען אונז, אז דער מלאך מיכאל השר הגדול, שטייט און איז מקריב פאַרן רבונו של עולם די נשמות פון די צדיקים. וואויל איז דיר אז דו ביסט ערוועלט געווארן כעולה וכקרבן. נישט אונז האט דער מלאך אויסגעקליבן, נאר דיר. זעט אויס פון דעם, אז דיין נשמה איז לויטער, ציכטיג און ריין, ראוי צו דינען אלס קרבן ציבור, אלס פארגעבונג פאר גאנץ כלל ישראל. טאקע דאס ציפּט אונז אזוי, אז אזא טייערע און הייליגע נשמה איז פון אונז אוועקגענומען געווארן. אבער כאטש האבן מיר זוכה געווען עס צו האבן אזוי נאנט צו אונז, דורכאויס די קורצע צייט פון ניין חדשים.
קינד מיינס, האב נישט צער איבער דער פארלוסט פון א גאנצער וועלט מיט וועלכן דו האסט זיך נישט באקענט. גלייב מיר, האסט גארנישט פארפּאַסט! האסט גארנישט פארלוירן! נאר תורה ומעשים טובים. אויב פילט דיין נשמה א צער אויף די תורה ומעשים טובים וואס דו קענסט נישט מקיים זיין, קען איך דיר פארזיכערן אז השי"ת וועט דיר געבן שכר כאילו דו וואלסט לאנגע יארן מקיים געווען אלע מצוות ווי געהעריג, ווייל עס איז נישט שייך א גרעסערער אָנוּס ווי דו.
געדענק וואס די חכמים זאגן: איין שעה הנאה אין עולם הבא, איז בעסער ווי דער גאנצער חיי העולם הזה. עס איז בעסער אז דו קומסט אן לַשַּׁחַת (אין קבר), ווי איידער צו זען השחתה (פארדארבנקייט) אויף דער וועלט. עס איז דיר בעסער באגראבן צו ווערן אין קבר, ווי איידער באגראבן ווערן אין קברות התאוה, צווישן די תאוות עולם הזה.

יעצט א בקשה צו דיר: געדענק אונז צום גוטן, דארט אין גן עדן. ביסט טאקע א 'נֵפל', אבער ביסט נישט פון די 'נפילים' וואס זענען אראפ פון הימל אן טאטע און מאמע. דו האסט יא א טאטע און מאמע, ניבדל לחיים טובים. מיר זענען דיר נישט פרעמד, כאטש מיר געבן דיר אט איבער אין אנדערע הענט. געדענק דאס מערסטע דיין טייערע מאמע, וועלכע האט מיט אומערמידליכע כוחות און הארציגע איבערגעגעבנקייט מקיים געווען דעם 'הָלוֹךְ יֵלֵךְ וּבָכֹה נֹשֵׂא מֶשֶׁךְ הַזָּרַע', אבער האט נישט זוכה געווען צום 'בֹּא יָבוֹא בְרִנָּה', דיר צו קענען האלזן און קושן, פיטערן און באקליידן, דיר צו ערציען און שעפּן פון דיר הויפנס נחת.
ניין חדשים האט זי דיר געטראגן און דורכגעמאכט פלאגענישן. ניין מאנאטן האט זי געהאפט דיר צו זען און דיר קושן. אין די ניין חדשים איז איר הארץ געווען אנגעפולט מיט געבעט צום בורא כל עולמים, זי זאל זוכה זיין צו א געזונט און ערליך קינד, און דיר קענען גרינג ערציען מתוך נחת. איר געבעט איז צוריקגעוויזן געווארן, איר ערווארטונג איז צערינען. דער צוזאג 'בְּעֶצֶב תֵּלְדִי בָנִים' איז געקומען מיטן גאנצן קראפט. אן מאכט האט זי דיר געהאלטן, נאך דיין פטירה, און איר הארץ איז פארקלעמט פון גרויס צער און ביטערניש. כאטש זי האט מצדיק געווען אויף זיך דעם דין שמים, מיט דערהויבנקייט און גבורת הנפש, דאך שפירט זי דעם חלל, דאס ליידיגקייט, ווי עפעס פעלט איר. דו האסט איר זייער אויסגעפעלט. אנשטאט אהיימצוברענגען פון שפיטאל א זיס קינד אין וויגעלע, קערט זי זיך אהיים מיט ליידיגע הענט, צו א פּיינפולע ליידיגע קינדער-בעטל. 'אַל תִּקְרֶאנָה לִי נָעֳמִי, קְרֶאןָ לִי מָרָא, כִּי הֵמַר שַׁ-דַּי לִי מְאֹד, אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי ה' '.
געדענק אונז לטובה. בעט פונעם דיין האמת, אז יאמר לצרותינו דַי. ער זאל משפיע זיין אויף אונז נאר גוטס. אונז צו געבן זַרְעָא חַיָּא וְקַיָּמָא, לעבעדיגע געזונטע קינדער, לְמַעַן לֹא נִיגַע לָרִיק וְלֹא נֵלֵד לַבֶּהָלָה, מיר זאלן זיך נישט אומזיסט פלאגן און נישט געבוירן קינדער אויף זיי צו פארלירן.

גיי, מיין קינד, ליג בשלום אויף דיין רו-ארט, און וועסט אויפשטיין צו דיין גורל לקץ הימין. נאטורלעך קומט עס, אז א קליין קינד כאפט אן די הענט פון טאטע און מאמע, און מען לאזט אים נישט אליין גיין, צוליב זיין פחד און אומזיכערהייט. דאך, זאלסטו יא גיין אליין, פאר דיין הנאה און פאר דיין טובה וועגן. לֵך בשלום, האב נישט קיין מורא. דער פסוק 'סוֹמֵךְ ה' לְכָל הַנֹּפְלִים', קען זיך אויך לייענען 'סוֹמֵךְ ה' לְכָל הַנְפָלִים'. השי"ת איז מיט דיר, 'כִּי מַלְאָכָיו יְצַוֶּה לָּךְ לִשְׁמָרְךָ בְּכָל דְּרָכֶיךָ'. געדענק אז 'ה' עִמְּךָ גִּבּוֹר הֶחָיִל', ליג רואיג און עס וועט מקויים ווערן ביי דיר 'וְשָׁכַבְתָּ וְאֵין מַחֲרִיד'. מיר זענען איבערצייגט אז דו ביסט אינעם ארט וואס איז דאס בעסטע פאר דיר.
גיי, מיין קינד, צום כסא הכבוד און רוף אויס: אֱלֹקַי, נְשָׁמָה שֶׁנָּתַתָּ‏ בִּי טְהוֹרָה הִיא. אַתָּה בְרָאתָהּ, אַתָּה יְצַרְתָּהּ, אַתָּה נְפַחְתָּהּ בִּי. האסט געהאלטן ווארט און מקיים געווען וְאַתָּה מְשַׁמְּרָהּ בְּקִרְבִּי צייטווייליג, כאטש דו האסט געוואוסט אז וְאַתָּה עָתִיד לִטְּלָהּ מִמֶּנִּי ביים געבורט. אצינד בעט איך דיר, אז די צייט פון וּלְהַחֲזִירָהּ בִּי לֶעָתִיד לָבוֹא, זאל זיך נישט פארזוימען, נאר עס זאל זיין במהרה בימינו. בְּיָדְךָ אַפְקִיד רוּחִי ה' אֵ-ל אֱמֶת. בָּרוּךְ אַתָּה ה', הַמַּחֲזִיר נְשָׁמוֹת לִפְגָרִים מֵתִים.
בָּרוּךְ אַתָּה בְּבֹאֶךָ, שעפעלע טייערע, וּבָרוּךְ אַתָּה בְּצֵאתֶךָ – אז ביסט ארויס פונעם וועלט ריין, אן א זינד. ציכטיג ווי א מלאך. דיין אפוועזנהייט וועט אונז זיין זייער שווער אויפן געמיט, אבער מיר וועלן פרובירן דיר צו געדענקען אלס משפחה מיטגליד, וויסנדיג אז ביי תחיית המתים וועלן מיר זיך ווידער זען, באקענען און פאראייניגן.

ביז אהער האב איך געטראכט דיר צו זאגן. ווען עס וועט זיין תחיית המתים, וועל איך זיך פרייען צו הערן פון דיר, אלעס וואס דו האסט מיר נישט געקענט יעצט זאגן. עס וועט זיין 'וַהֲקִיצוֹתָ הִיא תְשִׂיחֶךָ', ווען דו וועסט זיך ערוועקן – וועסטו עס קענען זאגן. אין דער צייט ווען 'דְּוַי הָסֵר וְגַם חָרוֹן', עס וועט מער נישט זיין קיין צער אויפן וועלט, וועט זיין 'וְאָז אִלֵּם בְּשִׁיר יָרוֹן', די שטומע וועלן אויך קענען רעדן און זינגען.
מען רופט דיר א 'נֵפל', דערפאר פרעג דעם באשעפער אין הימל: ווען קומט שוין משיח, וועלכער ווערט אנגערופן 'בר נַפְלֵי'? ווען וועט שוין זיין דער גרויסער טאג פון 'בַּיּוֹם הַהוּא אָקִים אֶת סֻכַּת דָּוִיד הַנֹּפֶלֶת'? הלואי זאלן מיר שוין זוכה זיין צו זען די נחמת ציון וירושלים, עס זאל שוין זיין 'בִּלַּע הַמָּוֶת לָנֶצַח וּמָחָה ה' אלקים דִּמְעָה מֵעַל כָּל פָּנִים'. דער רופא לשבורי לב, זאל פארהיילן אונזער וואונד און בראָך. מיר זאלן קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער. אונזער טרויער זאל אינגיכן איבערגעקערט ווערן אין א פרייד, ווען עס וועט מקויים ווערן 'הָקִיצוּ וְרַנְּנוּ שֹׁכְנֵי עָפָר', בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו, אמן.

דיין פאטער וואס ליבט דיר, שרייבט מיט טרערן, פרובירט זיך צו שטארקן און טרייסטן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מאי 13, 2019 3:23 pm

רירנד ביז גאר. דער האט א לשון לימודים כדבעי.
*נישט פאר שוואכע הערצער*
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג מאי 13, 2019 3:28 pm

נישט דא גיין ווערטער...

זייער הארציג

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מאנטאג מאי 13, 2019 3:37 pm

זייער עמאציניעל און הערליך שיין געשריבן. הקב"ה זאל דיר בקרוב אויפרעכטן.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג מאי 13, 2019 3:41 pm

לכאורה האט געשריבן:רירנד ביז גאר. דער האט א לשון לימודים כדבעי.
*נישט פאר שוואכע הערצער*
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מאנטאג מאי 13, 2019 3:42 pm

נאר טרערן.
אוי געוואלד.
המקום ינחם...
(פ"וו קומט מיר יעצט ארויף אין מחשבה די ניגון פון ר' משה גאלדמאן ז"ל 'א נשמה'...?)
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג מאי 13, 2019 3:48 pm

ניט נארמאל הארציג מלא תוכן דאס קינד פארפעלט א גאר הארציג טאטע
זאל השי"ת דיר טרייסטן און גאנץ כלל ישראל מיטן משיח'ס אנקום במהרה
טראכטנ'דיג ווי דער בריוו שרייבט כביכול אליין צו זיינע יודישע קינדער קומט מיר ממש טרערן יעצט
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מאי 13, 2019 3:56 pm

פארוואס איז מיין קיבארד נאס?

די תוכן איז געוואלדיג, די שפראך איז עפעס מורא'דיג. (בעיקר מיין איך די לשון הקודש, אגב, דא קען מען זעהן די רייכקייט פון די לשון קודש שפראך, אז מ'קוקט גוט די חילוק פון די לשון קודש ווערסיע ביז די אידישע).

די רבונו של עולם זאל העלפן אז די ווערטער זאלן מער קיינמאל נישט געזאגט ווערן בפועל. און עס זאל ברענגן חיזוק פאר די וואס קענען עס ניצן.

--
מ'קען אויך אריינטראכטן אין די בהילו נרו עלי ראשי, די תורה וואס די מלאך לערנט מיט'ן קינד במשך די תשעה ירחי לידה.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג מאי 13, 2019 4:00 pm

דער אינגערמאן האט א שטארקע כאראקטער, פאלירט זיך נישט אין די שווערסטע אומשענדן, האלט די קאפ אויף די פלייצע, א יודע ספר, אין באשאנקן מיט גאר טאלאנטפולע כשרונות.

דער הייליגע באשעפער זאל עם טרייסטן, אבער ביז דערווייל האט ער אונז געטרייסט.

#שכח פארן עס מיט טיילן צווישן אונז.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 13, 2019 4:01 pm

די הארץ ווערט צופלאצט, די מוח קען נישט טראכטן גראד, איך מוז אייך זאגן, איר ווייס נישט ווי אזוי איר נעמט די כוח סיי, בכלל אזוי צו טראכטן און נאכדערצו עס אראפשרייבן אויפן פאפיר.
זאל דער דיין האמת העלפן זאלסט דיך טרייסטן, זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, און זאלסט נאר דארפן נוצן דיין הערליכע שריפט אויף גוטע זאכן.
הקטן וואס טוט זיך
המקום ינחם אתכם....

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג מאי 13, 2019 4:04 pm

:cry:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מאי 13, 2019 4:06 pm

די טרערן רינט פון זיך אליינס! רירנד ביז גאר
המקום ינחם אתכם איר זאלט מער פון קיין צער קיינמאל נישט וויסן
אין א דאנק אייך פאר'ן עס מיטטיילן פאר אנדערע לבבות נשברות
איי איי,-וועלט

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

יש תקווה

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 13, 2019 4:10 pm

זייער א הארציגע מעשה, און נאכדערצו באשריבן פון א זייער גיטע שרייבער...

אבער אויב איך מעג צושרייבן.... און ביטע, איך קען נישט שרייבן אין די זעלבע מדריגה, סיי ווייל איך האב עס נישט מיטגעמאכט ב"ה, און סיי ווייל איך בין נישט א גיטע שריפטשטעלער און שרייבער. אבער...

איך בין געוועהן אין שפיטאל יארן צירוק מיט מיין אידענע באזוכן איינעם וואס האט זיך געפלאגט "יארן" געהאלפן ווערן מיט זש"ק. מען האט געארבייט מיט די בעסטע דאקטוירים, מיט בוני עולם, וכו. ענדליך, ענדליך, איז געוועהן גיטע נייעס. ליידער, ליידער, שוין אין די תשעה ירחי לידה, האט פאסירט אן אומגליק און מען האט פארלוירן. דאס קינד איז געוועהן בדווקא א שיינע מלא חן. די שפיטאל האט אויפגעהאנגן א קארטל מיט א טרער אויפן טיהר, אז א פלוצלינגע באזוכער זאל כאפן וואס גייט פאהר... און נישט אריינקומען אינגאנצן פרייליך. איך קען אייך נישט פארשטעלן מיינע טרערן... און דווקא, די מאמע איז געוועהן מלא אמונה ובטחון, און בכלל נישט געהאט תרעומות. אבער מיהר האבן געוויסט אז די שאנסן פאר נאך א קינד איז גאר קליין. מען האלט איצטער בערך פערצן יאהר שפעטער, און די פרוי איז א מאמע פאר פיהר לעכטיגע קינדערלעך.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג מאי 13, 2019 4:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג מאי 13, 2019 4:12 pm

זייער רירענד ביז גאר!!!
האבענדיג דורכגעמאכט ענליכס א לענגערע צייט צוריק קען איך זיך אינדעטיפיצירן מיט דעם צער!!
זאל דער באשעפער געבן כוח פאר דעם איד און אלע אידן מען זאל שוין נאר הערן שמחות בשלימות.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג מאי 13, 2019 4:28 pm

Kosher Travel האט געשריבן:זייער א הארציגע מעשה, און נאכדערצו באשריבן פון א זייער גיטע שרייבער...

אבער אויב איך מעג צושרייבן.... און ביטע, איך קען נישט שרייבן אין די זעלבע מדריגה, סיי ווייל איך האב עס נישט מיטגעמאכט ב"ה, און סיי ווייל איך בין נישט א גיטע שריפטשטעלער און שרייבער. אבער...

איך בין געוועהן אין שפיטאל יארן צירוק מיט מיין אידענע באזוכן איינעם וואס האט זיך געפלאגט "יארן" געהאלפן ווערן מיט זש"ק. מען האט געארבייט מיט די בעסטע דאקטוירים, מיט בוני עולם, וכו. ענדליך, ענדליך, איז געוועהן גיטע נייעס. ליידער, ליידער, שוין אין די תשעה ירחי לידה, האט פאסירט אן אומגליק און מען האט פארלוירן. דאס קינד איז געוועהן בדווקא א שיינע מלא חן. די שפיטאל האט אויפגעהאנגן א קארטל מיט א טרער אויפן טיהר, אז א פלוצלינגע באזוכער זאל כאפן וואס גייט פאהר... און נישט אריינקומען אינגאנצן פרייליך. איך קען אייך נישט פארשטעלן מיינע טרערן... און דווקא, די מאמע איז געוועהן מלא אמונה ובטחון, און בכלל נישט געהאט תרעומות. אבער מיהר האבן געוויסט אז די שאנסן פאר נאך א קינד איז גאר קליין. מען האלט איצטער בערך פערצן יאהר שפעטער, און די פרוי איז א מאמע פאר פיהר לעכטיגע קינדערלעך.

ביי די בוני עולם דינער אין וויליאמסבורג אפאר יאר צוריק האט גערעדט אזא טאטע וואס האט געווארט 7 יאר און פארלוירן נאך פאר'ן ברית
טרערן האט זיך געגאסן פון די באטייליגטע ביים הערן די שטארקע אמונה פון די עלטערן
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

צדיקים
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » מאנטאג מאי 13, 2019 4:51 pm

איבערגעדרייט מיינע קישקעס ביז גאר
עמו אנכי...
נישטא קיין ווערטער

אבער 1000% גערעכט.

זאל דער באשעפער געבן כוחות, אים צו שטארקן.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מאי 13, 2019 5:22 pm

שפראכלאז.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 13, 2019 5:23 pm

שווער צו געבן א ברייטע קאמפלימענט ווען דער רעדע איז איבער ווייטאג און פיין. אבער דער טאלאנטפולער בריוו איז דאך אזוי מלא תוכן, דורגעווייקט מיט אמונה פשוטה און חיזוק והשקפה ברורה; נישט מעגליך צו לעזען אן צו פארגיסן אפאר טרערן אין הארצן. באזונדער באוואונדער איך זיין שטארקייט. נאר עמיצער וואס איז דאס אליין דורכגעגאנגען קען באגרייפן די יסורי נפש וואס עלטערן גייען דורך אין אזא צייט. ביודעי ומכירי קאמינא, א מאמע פון א געבענטשטע שטוב מיט קינדער האט מיטגעמאכט די סוגיא, עס האט גענומען זייער א לאנגע תקופה ביז זי איז ארויסגעקראכן דערפון. השי"ת זאל זיי געבן כוחות, און מיר זאלן זיך שטענדיג פרייען אויף שמחות.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מאנטאג מאי 13, 2019 5:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מאי 13, 2019 5:29 pm

הארץ-רייסנד!

איך מוז נאר צולייגן, איך בין נתפעל געווארן פון די אויסערגעווענליכע שרייבערישע טאלאנט וואס דער האט, דאס איז עפעס משהו.....
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מאנטאג מאי 13, 2019 6:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מאי 13, 2019 6:23 pm

די טרערן האבן זיך עפעס אטאמאטיש געגליטשט פון די אויגן ליינענדיג די בריוו.
די ווערטער און תוכן זענען עפעס נישט נארמאל שטארק און הארציג געשריבן, עפעס אזאנס גוט און קלאר ארויסצוברענגן די געפילן, ווייטאג און אמונה אויף א פאפיר! אין מילים! א מייסטערווערק!
דער אייבערשטער זאל אים העלפן בתוך שאר עמו ישראל המצפים לישועה בקרוב ממש!

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג מאי 13, 2019 6:39 pm

עס וויינט זיך, עס גיסן פון מיר טרערן, איך בין דורכגענומען ער רכרוכי נפשי.

די ווערטער פונעם טאטן איז עפעס שלא מעלמא הדין:

לא טפחתיך ולא רביתיך, אולי לא הייתי ראוי לכך. הנך מוטל לפני בגדר 'נראה ואינו רואה', תינוק בן יומו שלא נפתחו עיניו, ולא יפתחו עד עת קץ. עצמת את עיניך, טרם ראית אור. ביחד עם זה ירדה אימה חשכה גם עלינו. נחשכו עינינו והפכו למקורי דמעה. שבת משוש לבנו, נהפך לאבל מחולנו.

ווי נעמט מען די דברי נחמה צן טרייסטן די צעבראכנע עלטערן.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג מאי 13, 2019 8:48 pm

השם ישמרינו
המקום ינחם אתכם

איך בין מקנא די אפן הארץ פון די איד

מחשב
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 13, 2019 8:49 pm

א בליק דא און דארט האט קלאר געמאכט פאר מיר, אז איך גיי דאס נישט ליינען, דער 'שוואכע הערצער אלערט' צילט דאך איינעם.

אוי רבוש"ע, זאלן די פילע טרערן וואס דיינע קינדער האבן דא פארגאסן, מיטפילנדיג מיטן צער פון זייער'ס א ברידער, זאל שוין פארוואנדלט ווערן אין א גרויסע ריזיגע קנויל, און זאל מארשירן ארויף דארט אויבן צו דיר דער מלך מתרצה בדמעות, און פועל'ן א נחמה פאר דער טאטע השכול און זיין פאמיליע. און באשעפער זיסער, פאר אונז אלע צוזאמען, זיי שוין מקיים דער נחמה'דיגער פשט פונעם פסוק: נפלה לא תוסיף, קום בתולת ישראל, זאל פון דער 'אמה שכולה' ווערן דער 'אם הבנים שמחה'. זאלן שוין די פולע פארלוירענע קינדער זיך צוריק פאראייניגן מיט זייער מוטער, ווי עס זאגט דיין נביא (ישעיה מ"ט כ') 'עוד יאמרו באזניך בני שכליך צר לי המקום'. אמן.
הוי מחשב...

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג מאי 13, 2019 9:05 pm

זייער הארץ רייסענד און רירענד

המקום ינחם אותך

יהי רצון מען זאל הערן בשורות טובות תמיד

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מאי 13, 2019 9:43 pm

זיכער שוין פערהאן פילע דא וואס האבען דאס מיטגעמאכט, טאקע נישט אזוי ווייט, אבער זיכער פערהאן פריער אדער שפעטער אין דעם הריון
די ווערטער זיינען הארצרייסנד און באלזאם אויפאמאל
זאל דיך און יעדן דער בעשעפער אויפרעכטן און נאר וויסען שמחות פון דאנען און ווייטער
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מקבל און 20 געסט