אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן די קינדער? אויב יא וויפיל

ניין, איך זארג מיך נישט
11
6%
ניין, איך וויל אבער כמעט נישט מעגליך פאר מיר
91
53%
יא, אבער קליין געלט אינטער $10.000 פער קינד ( אזויפיל קיקט אויס וועל איך האבן ביי יעדן חתונה פין די אוועקגעלייגטע געלט)
12
7%
יא, בערך צווישן $10.000 און $20.000 פער קינד
9
5%
יא, בערך צווישן $20.000 און $30.000 פער קינד
13
8%
יא בערך צווישן $30.000 און $40.000 פער קינד
8
5%
יא. איבער $40.000 און איך וויל חתונה מאכן נאר וויפיל איך האב אוועקגעלייגט.( אויב די דאלער וועליא וועט זיין ווי יעצט )
10
6%
יא איבער $40.000 אבער איך וויל חתונה מאכן א בעל בתיש'ע חתונה, אבער נאר מיט מיין אייגן געלט אויב איך וועל האבן
12
7%
יא איבער $40.000 אבער מען וועט מיך נאך אלץ דארפן העלפן פאר א טייערע חתונה
2
1%
איך האב ב''ה געניג געלט פאר טייערע חתונות, וואס איך וועל אי''ה מאכן מיט מיין אייגן געלט
5
3%
 
סך הכול שטימען: 173

לאנגזאם
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:25 pm

תגובהדורך לאנגזאם » פרייטאג מאי 17, 2019 5:50 pm

עניו האט געשריבן:איך זיך נישט צו פארדרייען די אשכול

אבער א גרויסע הילף מיט די חתונה הוצאות איז פארשטייט זיך אויב איינער קען אריינקומען וועלעכע קאמפעני צאלט די מערסטע אינטרעסט% אז אפילו איינער וואס פלאנט מיטן אייבירשטענס הילף חתונה מאכן ביליג זאל נישט דארפן אוועק לייגן אזוי סאך...

1)PLEASE נישט קיין לייף אינשורנס פאלסי
2)דארף זיין גארנטירט מיט די קרן אין פין די אינטרעסט....
3)דארף זיין א אלטע שטארקע קאמפעני
4) דארף האבן א גיטע Company Stability פין די דריי גרויסע credit rating bureaus

ולמצה גדולה יחשב

די אייציגסטע וועג פאר דעם איז א באנק סידי וואס אויב די מאכסט עס פאר צען יאר לאמיר זאגן קענסטו פארדינען כמעט 4 פראצענט א יאר גאראנטירט.

בעסער פון דעם וועסטו נישט טרעפן מיט דיינע פיר תנאים.

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 17, 2019 7:03 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך זעה נישט די אפשן וואס איך זיך...

איך לייג אוועק חודש'ליך (אין א האלל לייף פאלעסי) א געוויסע סכום... נישט פאר איין קינד אדער צוויי קינדער וכד'... כ'לייג אוועק ווייל מ'דארף אוועקלייגן, חתונה מאכן האפעך וועלעך נישט דארפן צוקומען דערצו, אבער אויב יא, ווילעך ווי מער...

איך האב ב'' ה אויך געמאכט א האל לייף ווי דיר, איך האב געמאכט א חשבון וויפל געלט עס וועט זיין ביים חתונה מאכן נאך 25 יאר צאלן און איך האב עס דעוויידעט וויפל קינדער איך האב און געוועלט די נימער

איך האף אויך אז מען וועט נישט דארפן אנקומען ארויסצונעמען אבער ווי איז מעגליך בדרך הטבע פאר א פשוטע און אפילו א שענערע אזוי געריפענע מיטל קלאס פארדינער ארויצינעמען יעדע 2 יאר לכה'' פ 40.000$ ווען א פסח אדער סוכות קימט אן פיינענשל אזוי שווער

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 17, 2019 7:25 pm

איך טראכט צי מאכן די נעקסטע אנקעטע צי טעסטן וויאזוי מען קען בייפעסן די פער פרעשר ביים חתונה מאכן און נאכדעם גיין ווייטער האפנטליך מיט א זאכלכע תוצאות
איך טראכט ווי אזוי צי שרייבן די קשיות היות איך בין שוואך און ספעלינג, און אויך אז נאכן מאכן א אפציע קען מען נישט צילייגן ווייל אלע וואטס פארן טוישן גייט לאיבוד.
האפנטליך וועלן מיר אויפטין צי לייגן ברעקס. און אפילו איך גיי נישט אויפטין איז אבער אייוועלט כהיום די איינציגסטע אנקעטע סיסטעם אין די היימישע מידיע און אנדערע עסקנים און קהילות קענען ניצן די אינפארמאציע לזיכי הרבים
סא איך טראכט צי מאכן בערך אזוי
אנקעטע וואספארא סטאנדארד וואלט איר חתונה געמאכט אין א פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור.
ניסח אליעזר קרויס, בערך 22.000 $
ניסח ר'יואל ראטה בערך?
ניסח סאטמאר מהר'א נייע תקנות בערך 30.000 $
אדער געבליבן ווי איצט
און באלייגט א עקסעל שיט פין אלע חתונה סטענדארט'ס

נאך דעם א פרישע אנקעטע
אז וויפיל פראצענט מענטשן מאכן חתונה א ביליגע סטענדארט וואלט איר מיטגעגאנגען
אפילו אינטער 10 % ( בערך 100 חתונות א יאר אין אלע שטעט ציזאמען )
מינימום צווישן 10 און 20 %
צווישן 20 און 30
30 50
50 70
70 90
וואס זאגט די עולם די צי דעם. און וואספארא ניסח זאל איך עס מאכן. און וואס פאר א אפציעס צי וועלן

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מאי 19, 2019 8:22 pm

בבל האט געשריבן:ניסח אליעזר קרויס, בערך 22.000 $
ניסח ר'יואל ראטה בערך?
ניסח סאטמאר מהר'א נייע תקנות בערך 30.000 $
אדער געבליבן ווי איצט

לייג צו א פיפטע אפציע. עפעס צווישן מהר"א און די יעצטיגע (נישט נוגע פאר מיר אבער יא פאר אנדערע)

די אנדערע זאל זיין א באזונדערע אנקעטע

נאך אן אנקעטע (פארוואס נישט. ס'קאסט ניט קיין געלט) צו די שטוב איז אויך מסכים
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג מאי 19, 2019 9:49 pm

און אויב די שטוב איז מסכים, דארפט איר האבן א מחותן וואס איז מסכים, און דער מחותן דארף אויך א הסכמה פון זיין שטוב.

דאס איז חוץ ווען דער חתן כלה האבן א מיינונג (וואס געשעהט).

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג יוני 06, 2019 5:06 pm

בבל האט געשריבן:איך האב מיך נישט גערישט אז אזא גרויסע ציפער ווי 63% האט גארנישט אוועקגעשטעלט פאר חתונה מאכן ליידער

גיט אפ אייער שטימע. גייט מעגליך האבן א אפעקט אויף די חתונה קריזיס עתיד

ר"ל דער מצב איז ממש קריטיש לויט ווי עס קוקט אויס פונעם אויסגאנג

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך j718 » זונטאג מאי 10, 2020 11:48 pm

רח״ל %53 איך וויל אבער כמעט נישט מעגליך פאר מיר
מיינט דאס אז מען מאכט טיי אוענט׳ס פאר %50 עולם ?
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 10, 2020 11:51 pm

סאיז ביי דיר א חידוש?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re:

תגובהדורך j718 » מאנטאג מאי 11, 2020 12:06 am

איינס האט געשריבן:סאיז ביי דיר א חידוש?

יא ווייל עס איז נישט מעגלעך אויף פען אין פעפער אז די איברעגע %50 צאלט פאר די אנדערע %50
איך רעד פון ווי מאכט מען נאך אלעמען חתונה ? איז דא אזוי פיל געלט צו בארגן ? מאכט נישט קיין סענס

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך איינס » מאנטאג מאי 11, 2020 12:11 am

סענס מאכט גארנישט

ווי אזוי יונגעלייט צאלן רענט מאכט דען יא סענס?
ווי אזוי מיטליעריגע צאלן די קעמפס פאר זייער 8 9 קינדער מאכט יא סענס?

למעשה רוב מענטשן דרייען געלט איינער מער איינער וויניגער, איינער אויף א מסודרדיגע אופן (ריפיינעסן זיין הויז, לייף אינשורנס) און איינער אויף ווייניגער מסודרדיגן אופן.

איין זאך איז אבער זיכער
ביים סוף מאכט עני וועי גארנישט סענס, אויך דער וואס האט לייף אינשורנס אויך דער וואס לייגט אוועק, סאיז אלעס גוט פאר איין צוויי קינדער, וואס טוט ער ביים דריטן און פערטן.
סוף דבר הכל נשמע מאן דיהיב חיה יהיב מזוני
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מאי 11, 2020 12:14 am

j718 האט געשריבן:רח״ל %53 איך וויל אבער כמעט נישט מעגליך פאר מיר
מיינט דאס אז מען מאכט טיי אוענט׳ס פאר %50 עולם ?

מען האט שוין גערעדט דא גאר אסאך פון דעם נושא, גוטע זענען שוין די וואס מאכן חתונה פון home equity, דאס הייסט א ריפיינענס אדער סעקענד לאון אויך די הויז. אדער באגנב׳ט מען בענק. יא איר האט גוט געהערט! אנזעצן קרעדיט קארדס און מאכן א סעטעלעמנט מיט די באנק פאר פעניס אויפן דאלער איז גניבה. מען מעג אפיציעל לעבן מיט דעם חשבון אז מען גייט אנזעצן די קרעדיט קארד קאמפעניס ביים חתונה מאכן די קינדער? ניין! ס׳אסור על פי הלכה און גאר אימ׳אחריות׳דיג. ס׳שאדט פאר יארן שפעטער אויף די קרעדיט. אויב איינער טוט עס באין ברירה נוי זאל ער פרעגן א ערענסטע שאלה פון א מורה הוראה. וויל איך דען רעדן שלעכטס אויף יודן? ס׳איז אבער גאר ביטער די מצב אז די פיער פרעשער פון חתונה מאכן די קינדער מאכט מענשטען טוהן מעשיגענע און נישט אויסגעהאלטענע זאכן. באשעפער יודן ווילן זיין עהרליך, נעם שוין אראפ דעם נער׳ישער עול פון זיין א שיינע יוד ביים חתונה מאכן די קינדער.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך j718 » מאנטאג מאי 11, 2020 12:19 am

איינס האט געשריבן:סענס מאכט גארנישט

ווי אזוי יונגעלייט צאלן רענט מאכט דען יא סענס?
סוף דבר הכל נשמע מאן דיהיב חיה יהיב מזוני

יא אז די ווייב ארבעט פאר בערך $2500 אין 400 פון כלל מאכט עס סענס
איינס האט געשריבן:למעשה רוב מענטשן דרייען געלט איינער מער איינער וויניגער, איינער אויף א מסודרדיגע אופן (ריפיינעסן זיין הויז, לייף אינשורנס) און איינער אויף ווייניגער מסודרדיגן אופן.

איין זאך איז אבער זיכער
ביים סוף מאכט עני וועי גארנישט סענס, אויך דער וואס האט לייף אינשורנס אויך דער וואס לייגט אוועק, סאיז אלעס גוט פאר איין צוויי קינדער, וואס טוט ער ביים דריטן און פערטן.
סוף דבר הכל נשמע מאן דיהיב חיה יהיב מזוני

וועגן לייף אינשורנס ווייס איך אז מקען מאכן א פאלעסי פון בערך 10,000 א יאר אין חתונה 10 קינדער פאר 60,000

סא וואס איך ווייס מאכט עס סענעס

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך איינס » מאנטאג מאי 11, 2020 12:21 am

j718 האט געשריבן:

און דער אינגערמאן וואס זיין וויב ארבעט פאר 2500 פון ווא האט ער א צענעלער א יאהר

אבער סתם אזוי וואס הייסט 10 א יאהר וויפל יאהר דארף מען צאלן 10 צו קענען ארויס נעמען די 600,000
און וואס הייסט ער באקומט 60,000 יערליך?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך j718 » מאנטאג מאי 11, 2020 12:29 am

איינס האט געשריבן:און דער אינגערמאן וואס זיין וויב ארבעט פאר 2500 פון ווא האט ער א צענעלער א יאהר

אבער סתם אזוי וואס הייסט 10 א יאהר וויפל יאהר דארף מען צאלן 10 צו קענען ארויס נעמען די 600,000
און וואס הייסט ער באקומט 60,000 יערליך?

מיש נישט אויס א כלל אינגערמאן דארף נישט אנהייבן מיט 10k ער קען אנהייבן מיט 5k א יאר

אין ווי לאנג פון בערך 10 יאר פארן אנהייבן חתונה מאכן ביז מען ענדיגט אין מען מאכט נישט חתונה יעדעס יאר נאר בערך יעדע צוויי דריי יאר
בד״וו אויב הייבט מען אן גלייך איז געניג 8k פאר 75k פער חתונה

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מאי 11, 2020 12:45 am

j718 האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:און דער אינגערמאן וואס זיין וויב ארבעט פאר 2500 פון ווא האט ער א צענעלער א יאהר

אבער סתם אזוי וואס הייסט 10 א יאהר וויפל יאהר דארף מען צאלן 10 צו קענען ארויס נעמען די 600,000
און וואס הייסט ער באקומט 60,000 יערליך?

מיש נישט אויס א כלל אינגערמאן דארף נישט אנהייבן מיט 10k ער קען אנהייבן מיט 5k א יאר

אין ווי לאנג פון בערך 10 יאר פארן אנהייבן חתונה מאכן ביז מען ענדיגט אין מען מאכט נישט חתונה יעדעס יאר נאר בערך יעדע צוויי דריי יאר
בד״וו אויב הייבט מען אן גלייך איז געניג 8k פאר 75k פער חתונה

@איינס, ער רעדט נישט פונעם זעלבע שמיעס ווי אונז. ער רעדט פון k’s.. דאס איז גאר א אנדערע סארט זאך. דעמאלטס איז טאקע אנדערש די פאקטן...

ביז אהער איז נאר א ווערטעל ביטע נישט נעמען פערזענליך..

אגב, אבער ערענסט גערעדט מסילה שרייבט אז זיי האבן געפרעגט גדולי התורה און גדולי ישראל, און זיי האבן געזאגט אז מען זאל נישט רעדן צו כולל יונגעלייט וועגן סיי וואספארע פון די סארט זאכן. און די גדולי ישראל האבן צו געלייגט אז פאר בני תורה איז דא א באזינדערע סייתא דשמיא. (אגב פון דא איז א טענה נוראה אויך די לייף אינשארענס אגענטן וואס פאניגען די לומדי תורה וואס קען גורם זיין אז בני כולל זאלן אפ לאזן די לערנען. אדרבה זיי זאלן פרעגן א שאלה פאר א דעת תורה צו זיי מעגן דאס טוהן.) נישט אז זיי די בני תורה מעגן פזר׳נען זייער געלט. אבער די בודזשעטינג כללים איז נישט געזאגט געווארען פאר זיי.

ממילא @j718 לאז מיר וויסן אויב די גייסט ארויס פון כולל פארן אנהייבן חתונה מאכן די קינדער. וועל מיר אריין גיין אין פינקליכע חשבונות. פאר יעצט הצלחה רבה אין דיינע לימודים כלל ישראל דארף אייך באמת האבן!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך Programming » מאנטאג מאי 11, 2020 3:35 am

ווער איז מסילה? און פון וועלכע 'גדולי ישראל' רעדט מען דא?????? צו כולל אינגעלייט דארף מען ערשט רעדן וועגן בוזשעטינג

און הלואי זאל זיך מערן די אינשורענס אגענטן וואס זאלן נאכלויפן יעדן כולל יונגערמאן צו מאכן כאטש טערם לייף אינשורענס (בפרט א פאליסי וואס מען קען שפעטער קאנווערטן) פאר פעני'ס.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מאי 11, 2020 9:39 am

Programming האט געשריבן:ווער איז מסילה? און פון וועלכע 'גדולי ישראל' רעדט מען דא?????? צו כולל אינגעלייט דארף מען ערשט רעדן וועגן בוזשעטינג

און הלואי זאל זיך מערן די אינשורענס אגענטן וואס זאלן נאכלויפן יעדן כולל יונגערמאן צו מאכן כאטש טערם לייף אינשורענס (בפרט א פאליסי וואס מען קען שפעטער קאנווערטן) פאר פעני'ס.
אנטשאלדיגט מיר אבער די ערשטע זאך וואס מען האט מיר אויס געלערענט איז אז מען רעספעקטירט גדולי ישראל. ווען מען הערט דאס ווארט א גדול האט געזאגט האט מען שוין הכנאה. ס׳זעהט נישט אז אייך האט מען אויך אזוי אויס געלערענט. ווען איר וועט קודם כל רעדן מיט מער ריספעקט וועט מען דערנאך קענען אריין גיין אין א דיסקאסיע דערוועגן.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך Programming » מאנטאג מאי 11, 2020 10:57 am

אקעי איך בין זיכער א 'גדול' (איך האב דעם טיטל הלכה למשה מסיני - שיעורין חציצין ומחיצין הל"מ..) און דו רעדסט נישט צו מיר מיט רעספעקט...

דו קומסט זאגן א מאדנע האר אויפשטעלנדע זאך, וואס די מציאות איז עס מכחיש מידי יום ביומו, דו גיבסט עס א שמיר אן אויף אנאנימע 'גדולי ישראל' און יעצט טאר שוין קיינער נישט רעדן מיט אום רעספעקט צו אזאלכע זינלאזע ווערטער ווייל א אנאנימער ניק אויף אייוועלט האט עס געזאגט בשם א אנאנימע ארגאניזאציע בשם אנאנימע 'גדולי ישראל'.

מיר האט מען אויסגעלערנט אז צו אלעם ערשט דארף מען נוצן דעם שכל. אז מען קומט זאגן אזא מאדנע סארט זאך דארף עס בעסער זיין אייזן שטארק. בעקד אפ מיט פונקטליכע נעמען א.א.וו.

אגב דאגב, צא ובדוק וויאזוי הגרי"ג אדלשטיין שליט"א איז געווארן דער 'גדול בישראל' אין די לעצטע חודש צוויי וואס אויף אים שטייט ואליו תשמעון. ווער געוואויר די אומשטענדן ארום ודוק מינה ואוקי באתרה. (פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט אריין אין די גדלות און אין די רעספעקט / הכנעה וואס מען דארף האבן. מען רעדט נאר אויף למעשה צו וועמען'ס הוראות מען דארף צוהערן, וועמען מען זאגט נאך).

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג מאי 11, 2020 1:39 pm

איינס האט געשריבן:סענס מאכט גארנישט

ווי אזוי יונגעלייט צאלן רענט מאכט דען יא סענס?
ווי אזוי מיטליעריגע צאלן די קעמפס פאר זייער 8 9 קינדער מאכט יא סענס?

למעשה רוב מענטשן דרייען געלט איינער מער איינער וויניגער, איינער אויף א מסודרדיגע אופן (ריפיינעסן זיין הויז, לייף אינשורנס) און איינער אויף ווייניגער מסודרדיגן אופן.

איין זאך איז אבער זיכער
ביים סוף מאכט עני וועי גארנישט סענס, אויך דער וואס האט לייף אינשורנס אויך דער וואס לייגט אוועק, סאיז אלעס גוט פאר איין צוויי קינדער, וואס טוט ער ביים דריטן און פערטן.
סוף דבר הכל נשמע מאן דיהיב חיה יהיב מזוני

ס'וואלט געווען זייער אומ'תורה'דיג, געמיין, און פארשעמענד צו ניצן בטחון אינעם אויבערשטן אלס א געצייג צו קענען טון זינלאזע זאכן און נישט דארפן זיך אפשטעלן א מינוט ניצן דעם של ראש.

דער היימישער לעבנסשטייגער איז שפענדעריש אויף אן אומפראפארציאנאלן פארנעם, אנגעהויבן פון וואוינען אין טייערע געגנטן, אויסשטאפירן צען קינדער יעדן סעזאן, שיקן ניין וואכן אין קעמפ, און געענדיגט ביי די צודרייטע חתונה סטאנדארטן.

בטחון? אזוי גאר! ווען ס'קומט צו לעבן מיט א בודזשעט און טון נארמאלע זאכן וואס די תורה לאזט טון, דעמאלטס שלעפט מען ארויס דעם בטחון געצייג. אבער ווען ס'קומט צו האנדלען ערליך און נישט בא'גנב'ענען אנדערע, פארגעסט מען אז ס'איז דא א גא-ט וואס שפייזט און ער לאזט דאס נישט טון.

הערט א מעשה: מיט א צייט צוריק בין איך געזיצן מיט מיינעם א באקאנטן וועלכער האט געהאלטן פאר'ן חתונה מאכן. יענער האט געהאלטן אין איין ארומרעדן ווי דער אויבערשטער שיקט אים צו וויפיל ער דארף, כאטש ס'שטימט נישט אויף פען און פאפיר, אא"וו. שמועסנדיג אזוי, פארציילט ער מיר אז ער איז יעצט פארנומען אנצופילן זיינע אלע קרעדיט קארטלעך צום מאקסימום, ווייל ער וויל זיי דערנאך קראכן. און ער פארענטפערט זיך פאר מיר, אז באמת איז עס נישט אזא גלייכע זאך, אבער וואס קען מען טון? מ'דארף דאך געלט צו חתונה מאכן...

פאר דעם וואס פרעגט צי 50% פונעם עולם איז ביכולת צו דעקן די איבריגע 50%: הונדערט פראצענט אז נישט. און ס'איז אגב דא מער ווי 50% מחותנים פאר וועמען מ'דארף צאמשטעלן. כ'בין שוין פארמישט געווען אין שאפן געלט פאר מער ווי איינעם; וויפיל קלערט איר קען מען צאמשטעלן? פינף טויזנט? צען טויזנט? מערסטנס פופצן-צוואנציג טויזנט, אין דער צייט וואס איין חתונה קאסט דריי מאל אזויפיל! און צוויי יאר שפעטער מאכט ער ווידעראמאל חתונה, גייט מען דען נאכאמאל צאמשטעלן אזויפיל געלט? די האר פון קאפ וועלן זיך אייך אויפשטעלן הערנדיג וויפיל פרומע, ערליכע מחותנים בא'גנב'ענען א האלבע שטאט, אריינגערעכנט געשעפטן וואס ווערן נישט באצאלט, הלוואות וואס ווערן נישט אפגעגעבן, און געקראכטע קרעדיט קארטלעך.

די תורה לאזט אוועקלייגן געלט, און די תורה הייסט אוועקלייגן געלט. אמת, נישט יעדער קען, און דער פראצענט וואס קען נישט איז טאקע פטור פון טון דאס השתדלות. און אויב האט ער געטון וואס ער האט צו טון, איז ער בארעכטיגט צו נעמען פון צדקה. אבער א גרויסער חלק קען יא. אן אייגענע קאר האסטו? טייערע וואקאציעס ערלויבסטו דיך? וואוינען אין איינער פון די טייערסטע געגנטן אין אמעריקע מיט א קינדער געבענטשטער משפחה קענסטו? מעגליך אז אויף געוויסע זאכן האסטו נישט קיין ברירה, אבער אסאך מענטשן וואלטן רואיג געקענט אראפציפן צוויי הונדערט דאלער א חודש. ווענדט זיך וואו מ'שטעלט די פריאריטעט. איך קען איינעם, א יונגערמאן מיט עטליכע קינדער, וועלכער פארט יעדעס יאר קיין אריזאנע, אבער האט נאכנישט אוועקגעלייגט קיין רויטן צענט אויף חתונה מאכן. מ'וועט שוין, ס'וועט שוין... דער אויבערשטער וועט שוין שיקן...

מאן דיהיב חיי יהיב מזוני. ביי "חיי" וועט קיינער נישט טראכטן אז אויב ער וועט אויסטרינקען א גלעזל בליטש וועט ער בלייבן געזונט; ביי מזוני קען מען אויך נישט לייגן דאס געלט על קרן הצבי און האבן בטחון אז ס'וועט ארויסוואקסן נייע אין חצר.
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום מאנטאג מאי 11, 2020 1:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך איינס » מאנטאג מאי 11, 2020 1:43 pm

האסט מיר נישט גוט פארשטאנען

איך האב שוין עטליכע מאל מאריך געווען אין דעם אז ווער סנוצט בטחון מיט משיח צו פארדעקן זיינע צרות ווייסט נישט וואס די זאכן זענען
אדרבה איך האב עטליכע מאל דיקא געשטיפט יא צו טוען וואס מדארף.
ער האט געפרעגט ווי אזוי סטומט אויפן פעיפער האב איך איהם געזאגט אז אויפן פעיפער טומט נאר איין זאך סוף דבר הכל נשמע מאן דיהיב חי יהיב מזוני
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג מאי 11, 2020 1:45 pm

כ'האב נישט דווקא געמיינט דיר, כ'האב געמיינט דעם געדאנקענגאנג וואס מ'הערט פון אסאך.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג מאי 11, 2020 2:01 pm

גרשון דער וואס לייגט שוין יא אוועק און לעבט שטארק אויסגערעכנט הייסט ביי די בטחון חברה גאר א קארגער חזר...

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך איינס » מאנטאג מאי 11, 2020 2:05 pm

גרשון האט געשריבן:כ'האב נישט דווקא געמיינט דיר, כ'האב געמיינט דעם געדאנקענגאנג וואס מ'הערט פון אסאך.

עיין מה שכתבתי כאן
viewtopic.php?p=2108753#p2108753
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך j718 » מאנטאג מאי 11, 2020 8:26 pm

j718 האט געשריבן:רח״ל %53 איך וויל אבער כמעט נישט מעגליך פאר מיר
מיינט דאס אז מען מאכט טיי אוענט׳ס פאר %50 עולם ?

גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:סענס מאכט גארנישט

ווי אזוי יונגעלייט צאלן רענט מאכט דען יא סענס?
ווי אזוי מיטליעריגע צאלן די קעמפס פאר זייער 8 9 קינדער מאכט יא סענס?

למעשה רוב מענטשן דרייען געלט איינער מער איינער וויניגער, איינער אויף א מסודרדיגע אופן (ריפיינעסן זיין הויז, לייף אינשורנס) און איינער אויף ווייניגער מסודרדיגן אופן.

איין זאך איז אבער זיכער
ביים סוף מאכט עני וועי גארנישט סענס, אויך דער וואס האט לייף אינשורנס אויך דער וואס לייגט אוועק, סאיז אלעס גוט פאר איין צוויי קינדער, וואס טוט ער ביים דריטן און פערטן.
סוף דבר הכל נשמע מאן דיהיב חיה יהיב מזוני

ס'וואלט געווען זייער אומ'תורה'דיג, געמיין, און פארשעמענד צו ניצן בטחון אינעם אויבערשטן אלס א געצייג צו קענען טון זינלאזע זאכן און נישט דארפן זיך אפשטעלן א מינוט ניצן דעם של ראש.

דער היימישער לעבנסשטייגער איז שפענדעריש אויף אן אומפראפארציאנאלן פארנעם, אנגעהויבן פון וואוינען אין טייערע געגנטן, אויסשטאפירן צען קינדער יעדן סעזאן, שיקן ניין וואכן אין קעמפ, און געענדיגט ביי די צודרייטע חתונה סטאנדארטן.

בטחון? אזוי גאר! ווען ס'קומט צו לעבן מיט א בודזשעט און טון נארמאלע זאכן וואס די תורה לאזט טון, דעמאלטס שלעפט מען ארויס דעם בטחון געצייג. אבער ווען ס'קומט צו האנדלען ערליך און נישט בא'גנב'ענען אנדערע, פארגעסט מען אז ס'איז דא א גא-ט וואס שפייזט און ער לאזט דאס נישט טון.

הערט א מעשה: מיט א צייט צוריק בין איך געזיצן מיט מיינעם א באקאנטן וועלכער האט געהאלטן פאר'ן חתונה מאכן. יענער האט געהאלטן אין איין ארומרעדן ווי דער אויבערשטער שיקט אים צו וויפיל ער דארף, כאטש ס'שטימט נישט אויף פען און פאפיר, אא"וו. שמועסנדיג אזוי, פארציילט ער מיר אז ער איז יעצט פארנומען אנצופילן זיינע אלע קרעדיט קארטלעך צום מאקסימום, ווייל ער וויל זיי דערנאך קראכן. און ער פארענטפערט זיך פאר מיר, אז באמת איז עס נישט אזא גלייכע זאך, אבער וואס קען מען טון? מ'דארף דאך געלט צו חתונה מאכן...

פאר דעם וואס פרעגט צי 50% פונעם עולם איז ביכולת צו דעקן די איבריגע 50%: הונדערט פראצענט אז נישט. און ס'איז אגב דא מער ווי 50% מחותנים פאר וועמען מ'דארף צאמשטעלן. כ'בין שוין פארמישט געווען אין שאפן געלט פאר מער ווי איינעם; וויפיל קלערט איר קען מען צאמשטעלן? פינף טויזנט? צען טויזנט? מערסטנס פופצן-צוואנציג טויזנט, אין דער צייט וואס איין חתונה קאסט דריי מאל אזויפיל! און צוויי יאר שפעטער מאכט ער ווידעראמאל חתונה, גייט מען דען נאכאמאל צאמשטעלן אזויפיל געלט? די האר פון קאפ וועלן זיך אייך אויפשטעלן הערנדיג וויפיל פרומע, ערליכע מחותנים בא'גנב'ענען א האלבע שטאט, אריינגערעכנט געשעפטן וואס ווערן נישט באצאלט, הלוואות וואס ווערן נישט אפגעגעבן, און געקראכטע קרעדיט קארטלעך.

די תורה לאזט אוועקלייגן געלט, און די תורה הייסט אוועקלייגן געלט. אמת, נישט יעדער קען, און דער פראצענט וואס קען נישט איז טאקע פטור פון טון דאס השתדלות. און אויב האט ער געטון וואס ער האט צו טון, איז ער בארעכטיגט צו נעמען פון צדקה. אבער א גרויסער חלק קען יא. אן אייגענע קאר האסטו? טייערע וואקאציעס ערלויבסטו דיך? וואוינען אין איינער פון די טייערסטע געגנטן אין אמעריקע מיט א קינדער געבענטשטער משפחה קענסטו? מעגליך אז אויף געוויסע זאכן האסטו נישט קיין ברירה, אבער אסאך מענטשן וואלטן רואיג געקענט אראפציפן צוויי הונדערט דאלער א חודש. ווענדט זיך וואו מ'שטעלט די פריאריטעט. איך קען איינעם, א יונגערמאן מיט עטליכע קינדער, וועלכער פארט יעדעס יאר קיין אריזאנע, אבער האט נאכנישט אוועקגעלייגט קיין רויטן צענט אויף חתונה מאכן. מ'וועט שוין, ס'וועט שוין... דער אויבערשטער וועט שוין שיקן...

מאן דיהיב חיי יהיב מזוני. ביי "חיי" וועט קיינער נישט טראכטן אז אויב ער וועט אויסטרינקען א גלעזל בליטש וועט ער בלייבן געזונט; ביי מזוני קען מען אויך נישט לייגן דאס געלט על קרן הצבי און האבן בטחון אז ס'וועט ארויסוואקסן נייע אין חצר.

סא אין קורצען מאכט מען פון געקראכטע קרעדיט קארטלעך, דעס איז גיט פאר איין אדער צוויי קינדער, וואס טיט די איבער %50 ביי די איבריגע קינדער?
מיז זיין אז די עשרים דעקן זיי. ניין ?

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מאי 11, 2020 10:24 pm

@j718

כדי צו ענטפערן די לעצטע קשיא דיינע דא, דארף מען אריין גיין אין די פוהלע שטיק פון גניבה. וואס די קרעדיט ריפארט agencies און קרעדיט קארד ביזנעס איז פוהל מיט לעכער ווי מען קען אויסניצען און אויסשפילען די סיסטעם. איך האלט דאס נישט ביים אויס לערנען פאר אנדערע. פאר מיר אליינס אז איך קען מיך אויס מיט די זאכן, איז עס מיר א אחריות צו פראבירן לעבן ריספאנסיבאל. און וויסן ווי צו פראבירן נישט אן צו קומען.

לעצטענס האב איך שוין געהאט אסאך חברים וואס האבן מיר געזאגט קלאר אין פנים אריין אז פאר חתונה מאכן די קינדער זענען זיי בכלל נישט באזארגט ווייל זיי פלאנען דעמאלטס צו נעמען לאונס און קרעדיט קארד. ס׳איז ווייטאגליך צו זעהן די איריספאנסעבילטי פון מענשטען. פארוואס זעצט ער זיך נישט אוועק פראבירן זעהן ווי מען קען צאלן ביליגער פאר housing? ארויס מויפן פון די פארשמייליגטע סיטי? א קלענערע דירה? אוועק ווארפען די פארשמייליגטע ליעס? ווי קען מען שניידן פון די טאג טעגליכע הוצאות? און ווי קען מען פראבירן זעהן ארויף ברענגען די געהאלט? די עיקר איז צו פראבירן זעהן צו אוועק לייגן 15 פערצענט פון די געהאלט פאר די עתיד א יעדע חודש. ביפאר דעם הייבט זיך גארנישט אן מיט קאנטרי און געלט אויסגעבעריי אויף אלע אנדערע סארט שטיתום וואס די דור האט זיך צו געוואונט צו אלע סארט שוואוילטאג.

איך בין נישט דא צו זאגן מוסר אין קדושים תיהיה, די רמב״ן און נאך. דאס לאז איך פאר די רבנים. איך רעד פון ריספאנסעביליטי ווען מען לעבט אויף אלע באקן מיט א מהלך אז אין די באנק account טאר גארנישט איבער בלייבן און מען מיינט אז דאס איז נארמאל. מען האט דאך די געלט, נישט אזוי? די ענטפער איז ניין! רבי לעבן דאס הייסט נישט האבן געלט. האבן געלט הייבט זיך אן נאך וואס מען לייגט אוועק 15 פערצענט א חודש פאר חתונה מאכן די קינדער און ריטייערמענט (אזוי זאגט די שכל, און הרב וואזנער פסק׳נט אזוי להלכה חלק ד תשובה א׳) יעצט הייב אן צו ספענדען פאר קאנטרי און א נייע קלייד פאר די ווייב פארן שוועסטערס חתונה וכו׳ וכדו׳. יעצט ביזטו שוין אקעי אין באדזשעטינג און פון דא אין ווייטער זאג איך שוין גארנישט.

אוודאי זאג איך נישט אז א מענשט וואס לייגט נישט אוועק 15 פערצענט טאר גארנישט קויפן, ווייל די מהלך מאכט אז מען זאל אינגאנצען אויפגעבן און ס׳פלאצט בגדול. מען דארף אבער ארבייטן און פראבירן צו גיין אויף די מהלך ווי מער, און מיט די צייט אלטס מער.

און באמת זאג איך א לימוד זכות ווייל שילדיג איז באמת די נערישע חתונה מאכן סטענדארטן וואס איז איום ונורא און נגד השכל.

אגב די אלע זאכן פון קרעדיט און קרעדיט קארדס. גייען לענ״ד ווערן שטרענגער מיט די יארן. ס׳געווען אין די צייטן פון noach dear אסאך ערגער.. און לענ״ד גייען זיך נאך זאכן אסאך מער טוישען און די אפציעס גייען זיך אדער אויפהערן אדער ווערן אסאך שווערער.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: IMBZ, Programming, באקסער בוים, סיז מסודר און 8 געסט