אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן די קינדער? אויב יא וויפיל

ניין, איך זארג מיך נישט
9
7%
ניין, איך וויל אבער כמעט נישט מעגליך פאר מיר
66
54%
יא, אבער קליין געלט אינטער $10.000 פער קינד ( אזויפיל קיקט אויס וועל איך האבן ביי יעדן חתונה פין די אוועקגעלייגטע געלט)
8
7%
יא, בערך צווישן $10.000 און $20.000 פער קינד
5
4%
יא, בערך צווישן $20.000 און $30.000 פער קינד
6
5%
יא בערך צווישן $30.000 און $40.000 פער קינד
8
7%
יא. איבער $40.000 און איך וויל חתונה מאכן נאר וויפיל איך האב אוועקגעלייגט.( אויב די דאלער וועליא וועט זיין ווי יעצט )
7
6%
יא איבער $40.000 אבער איך וויל חתונה מאכן א בעל בתיש'ע חתונה, אבער נאר מיט מיין אייגן געלט אויב איך וועל האבן
8
7%
יא איבער $40.000 אבער מען וועט מיך נאך אלץ דארפן העלפן פאר א טייערע חתונה
2
2%
איך האב ב''ה געניג געלט פאר טייערע חתונות, וואס איך וועל אי''ה מאכן מיט מיין אייגן געלט
4
3%
 
סך הכול שטימען: 123

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 17, 2019 5:47 pm

איך זעה נישט די אפשן וואס איך זיך...

איך לייג אוועק חודש'ליך (אין א האלל לייף פאלעסי) א געוויסע סכום... נישט פאר איין קינד אדער צוויי קינדער וכד'... כ'לייג אוועק ווייל מ'דארף אוועקלייגן, חתונה מאכן האפעך וועלעך נישט דארפן צוקומען דערצו, אבער אויב יא, ווילעך ווי מער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לאנגזאם
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:25 pm

תגובהדורך לאנגזאם » פרייטאג מאי 17, 2019 5:50 pm

עניו האט געשריבן:איך זיך נישט צו פארדרייען די אשכול

אבער א גרויסע הילף מיט די חתונה הוצאות איז פארשטייט זיך אויב איינער קען אריינקומען וועלעכע קאמפעני צאלט די מערסטע אינטרעסט% אז אפילו איינער וואס פלאנט מיטן אייבירשטענס הילף חתונה מאכן ביליג זאל נישט דארפן אוועק לייגן אזוי סאך...

1)PLEASE נישט קיין לייף אינשורנס פאלסי
2)דארף זיין גארנטירט מיט די קרן אין פין די אינטרעסט....
3)דארף זיין א אלטע שטארקע קאמפעני
4) דארף האבן א גיטע Company Stability פין די דריי גרויסע credit rating bureaus

ולמצה גדולה יחשב


די אייציגסטע וועג פאר דעם איז א באנק סידי וואס אויב די מאכסט עס פאר צען יאר לאמיר זאגן קענסטו פארדינען כמעט 4 פראצענט א יאר גאראנטירט.

בעסער פון דעם וועסטו נישט טרעפן מיט דיינע פיר תנאים.

בבל
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 17, 2019 7:03 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך זעה נישט די אפשן וואס איך זיך...

איך לייג אוועק חודש'ליך (אין א האלל לייף פאלעסי) א געוויסע סכום... נישט פאר איין קינד אדער צוויי קינדער וכד'... כ'לייג אוועק ווייל מ'דארף אוועקלייגן, חתונה מאכן האפעך וועלעך נישט דארפן צוקומען דערצו, אבער אויב יא, ווילעך ווי מער...

איך האב ב'' ה אויך געמאכט א האל לייף ווי דיר, איך האב געמאכט א חשבון וויפל געלט עס וועט זיין ביים חתונה מאכן נאך 25 יאר צאלן און איך האב עס דעוויידעט וויפל קינדער איך האב און געוועלט די נימער

איך האף אויך אז מען וועט נישט דארפן אנקומען ארויסצונעמען אבער ווי איז מעגליך בדרך הטבע פאר א פשוטע און אפילו א שענערע אזוי געריפענע מיטל קלאס פארדינער ארויצינעמען יעדע 2 יאר לכה'' פ 40.000$ ווען א פסח אדער סוכות קימט אן פיינענשל אזוי שווער

בבל
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 17, 2019 7:25 pm

איך טראכט צי מאכן די נעקסטע אנקעטע צי טעסטן וויאזוי מען קען בייפעסן די פער פרעשר ביים חתונה מאכן און נאכדעם גיין ווייטער האפנטליך מיט א זאכלכע תוצאות
איך טראכט ווי אזוי צי שרייבן די קשיות היות איך בין שוואך און ספעלינג, און אויך אז נאכן מאכן א אפציע קען מען נישט צילייגן ווייל אלע וואטס פארן טוישן גייט לאיבוד.
האפנטליך וועלן מיר אויפטין צי לייגן ברעקס. און אפילו איך גיי נישט אויפטין איז אבער אייוועלט כהיום די איינציגסטע אנקעטע סיסטעם אין די היימישע מידיע און אנדערע עסקנים און קהילות קענען ניצן די אינפארמאציע לזיכי הרבים
סא איך טראכט צי מאכן בערך אזוי
אנקעטע וואספארא סטאנדארד וואלט איר חתונה געמאכט אין א פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור.
ניסח אליעזר קרויס, בערך 22.000 $
ניסח ר'יואל ראטה בערך?
ניסח סאטמאר מהר'א נייע תקנות בערך 30.000 $
אדער געבליבן ווי איצט
און באלייגט א עקסעל שיט פין אלע חתונה סטענדארט'ס


נאך דעם א פרישע אנקעטע
אז וויפיל פראצענט מענטשן מאכן חתונה א ביליגע סטענדארט וואלט איר מיטגעגאנגען
אפילו אינטער 10 % ( בערך 100 חתונות א יאר אין אלע שטעט ציזאמען )
מינימום צווישן 10 און 20 %
צווישן 20 און 30
30 50
50 70
70 90
וואס זאגט די עולם די צי דעם. און וואספארא ניסח זאל איך עס מאכן. און וואס פאר א אפציעס צי וועלן

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מאי 19, 2019 8:22 pm

בבל האט געשריבן:ניסח אליעזר קרויס, בערך 22.000 $
ניסח ר'יואל ראטה בערך?
ניסח סאטמאר מהר'א נייע תקנות בערך 30.000 $
אדער געבליבן ווי איצט

לייג צו א פיפטע אפציע. עפעס צווישן מהר"א און די יעצטיגע (נישט נוגע פאר מיר אבער יא פאר אנדערע)

די אנדערע זאל זיין א באזונדערע אנקעטע

נאך אן אנקעטע (פארוואס נישט. ס'קאסט ניט קיין געלט) צו די שטוב איז אויך מסכים
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג מאי 19, 2019 9:49 pm

און אויב די שטוב איז מסכים, דארפט איר האבן א מחותן וואס איז מסכים, און דער מחותן דארף אויך א הסכמה פון זיין שטוב.

דאס איז חוץ ווען דער חתן כלה האבן א מיינונג (וואס געשעהט).

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג יוני 06, 2019 5:06 pm

בבל האט געשריבן:איך האב מיך נישט גערישט אז אזא גרויסע ציפער ווי 63% האט גארנישט אוועקגעשטעלט פאר חתונה מאכן ליידער

גיט אפ אייער שטימע. גייט מעגליך האבן א אפעקט אויף די חתונה קריזיס עתיד

ר"ל דער מצב איז ממש קריטיש לויט ווי עס קוקט אויס פונעם אויסגאנג


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פארנימען און 29 געסט