אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן די קינדער? אויב יא וויפיל

ניין, איך זארג מיך נישט
9
7%
ניין, איך וויל אבער כמעט נישט מעגליך פאר מיר
68
53%
יא, אבער קליין געלט אינטער $10.000 פער קינד ( אזויפיל קיקט אויס וועל איך האבן ביי יעדן חתונה פין די אוועקגעלייגטע געלט)
9
7%
יא, בערך צווישן $10.000 און $20.000 פער קינד
6
5%
יא, בערך צווישן $20.000 און $30.000 פער קינד
8
6%
יא בערך צווישן $30.000 און $40.000 פער קינד
8
6%
יא. איבער $40.000 און איך וויל חתונה מאכן נאר וויפיל איך האב אוועקגעלייגט.( אויב די דאלער וועליא וועט זיין ווי יעצט )
7
5%
יא איבער $40.000 אבער איך וויל חתונה מאכן א בעל בתיש'ע חתונה, אבער נאר מיט מיין אייגן געלט אויב איך וועל האבן
8
6%
יא איבער $40.000 אבער מען וועט מיך נאך אלץ דארפן העלפן פאר א טייערע חתונה
2
2%
איך האב ב''ה געניג געלט פאר טייערע חתונות, וואס איך וועל אי''ה מאכן מיט מיין אייגן געלט
4
3%
 
סך הכול שטימען: 129

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן ? - אויב יא וויפיל ?

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 13, 2019 7:50 am

און ליכט פון די חתונה קריזיס אשכול'ת וואס מאכענע טאנען אז 70 ביז 90 פראצענט האבן נישט די פילע געלט חתונה צי מאכן,
מאך איך דא א אנקעטע וויאזוי די עולם גרייט זיך פאר די ציקנויפטיגע חתונות בעזה''ש מיט אדער אן געלט
גיט אפ אייער שטימע,
לעצט פאראכטן דורך בבל אום מאנטאג מאי 13, 2019 5:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג מאי 13, 2019 9:48 am

עס איז אמת אז א געוויסע פראצענט האט באמת נישט פון ווי צו נעמען.

אבער עס איז גאנץ אינטערעסאנט אז ס'נישטא קיין איין שטימע ביי די "ניין, איך זארג מיך נישט", בעת עס איז מעשים בכל יום אז די זארגן זיך נישט און פזרנע'ן אוועק זייער געלט אפילו נאכן א שידוך טאן!
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 13, 2019 10:14 am

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז אמת אז א געוויסע פראצענט האט באמת נישט פון ווי צו נעמען.

אבער עס איז גאנץ אינטערעסאנט אז ס'נישטא קיין איין שטימע ביי די "ניין, איך זארג מיך נישט", בעת עס איז מעשים בכל יום אז די זארגן זיך נישט און פזרנע'ן אוועק זייער געלט אפילו נאכן א שידוך טאן!

איך האב מיך טאקע נישט גערישט דערויף. אינטערעסאנט, זעט אויס אז קיינער וויל נישט( לכתחילה ) אויסניצן די ציבור, מען איז פשוט נישט משים על הלב אז די פאר טויזנטערס פאר לוקסוס גייט איינער דארפן באצאלן פון צדקה, א גרויסע לימוד זכות. מען דארף טאקע מער רעדן דערפון אז מען זאל יא משים על הלב זיין

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 13, 2019 11:21 am

עס איז גאר וויכטיג צי אפגעבן אייער שטימע פארן עתיד פון חתונה קריזיס.
יעדע שטימע האט א וועליא
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 19, 2019 5:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 13, 2019 11:48 am

.
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 19, 2019 5:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 13, 2019 2:53 pm

איך האב מיך נישט גערישט אז אזא גרויסע ציפער ווי 63% האט גארנישט אוועקגעשטעלט פאר חתונה מאכן ליידער

גיט אפ אייער שטימע. גייט מעגליך האבן א אפעקט אויף די חתונה קריזיס עתיד

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 13, 2019 5:20 pm

היות איך גרייט אן בעז''ה א נייע אשכול און נאך אנקעטעס בנוגע '' חתונה קריזיס '' און האפנטליך א סאלאשן, געוואנדן און די קימעדיגע אנקעטעס ע'' כ ווער עס האט א ליסט אנגעשריבן אלע הוצאות פון קויפן ציגרעטליך ביז די נאך גאל ישראל אלעס אינקלאדעט זאל עס ביטע שיקן אישי
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 19, 2019 5:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג מאי 13, 2019 7:46 pm

חתונה מאכן קאסט אין עוורידזש:
70 אלפים צד הכלה
60 אלפים צד החתן

ביים חתונה מאכן ס׳ערשטע קינד איז עס רוב מאל העכער.

אויב איינער מאכט חתונה כינור דוד וכדומה, קען ער מעגליך שפארן א 10׳ער.

אויב דאס פארפאלק וואוינט אין ברוקלין, קאסט רענט פיל העכער, און מ׳מוטשעט זיך שוין 3-4 חדשים פריער, צו שאפן א דירה און באצאלן די הויכע רענט פון פאראויס.

לסיכום:
40,000 איז אונטער געשאצט.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 13, 2019 7:57 pm

מצלמה האט געשריבן:חתונה מאכן קאסט אין עוורידזש:
70 אלפים צד הכלה
60 אלפים צד החתן

ביים חתונה מאכן ס׳ערשטע קינד איז עס רוב מאל העכער.

אויב איינער מאכט חתונה כינור דוד וכדומה, קען ער מעגליך שפארן א 10׳ער.

אויב דאס פארפאלק וואוינט אין ברוקלין, קאסט רענט פיל העכער, און מ׳מוטשעט זיך שוין 3-4 חדשים פריער, צו שאפן א דירה און באצאלן די הויכע רענט פון פאראויס.

לסיכום:
40,000 איז אונטער געשאצט.

די וואלן דא קען איך שוין נישט טוישן. באט ווי עס קיקט אויס פין די ריזאלט'ס דערווייל איז נישט דא קיין סאך וואס האבן אוועקגעשטעלט צווישן 40 און 70 פער קינד צי וועלן
די זאגסט א סכום וויפיל עס קאסט א זייט אז די האסט א ליסט פין אלע הוצאות שיק מיך עס מיר ישר כוח
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 19, 2019 5:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך מאי 15, 2019 3:56 pm

.
לעצט פאראכטן דורך בבל אום מיטוואך מאי 15, 2019 10:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך מאי 15, 2019 10:20 pm

איך האב געמאכט א עקסעל שיט פין אלע הוצאות החתונה. לויט אלע /טייל קהילה סטענדארט
די עקסעל שיט

https://drive.google.com/file/d/1OaXu4V ... p=drivesdk
וער עס קען אריינפילן די נימערן פון ק'' ק סאטמאר מהר'' א זאל עס ביטע טיען און עס ארויפלייגן ישר כוח


די אינפא האב איך גענימען פין ק'' ק באבוב 45 בראשור איך האף אז עס איז אקעי
https://www.dropbox.com/s/4i09r5r2ylxgy ... e.pdf?dl=0
לעצט פאראכטן דורך בבל אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך מאי 15, 2019 10:27 pm

בע״ה לייגן מיר אוועק מיטן חשבון צו אנקומען צו בערך 65,000 פער קינד
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מאי 15, 2019 11:34 pm

בבל האט געשריבן:איך האב געמאכט א עקסעל שיט פין אלע הוצאות החתונה. לויט אלע /טייל קהילה סטענדארט
די עקסעל שיט
https://drive.google.com/file/d/1_Pq5St ... p=drivesdk

ווער עס קען אריינפילן די נימערן פון ק'' ק סאטמאר מהר'' א זאל עס ביטע טיען און עס ארויפלייגן ישר כוח


די אינפא האב איך גענימען פין ק'' ק באבוב 45 בראשור איך האף אז עס איז אקעי
https://www.dropbox.com/s/4i09r5r2ylxgy ... e.pdf?dl=0

וואס מיינט "הכרך"?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך מאי 15, 2019 11:50 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:איך האב געמאכט א עקסעל שיט פין אלע הוצאות החתונה. לויט אלע /טייל קהילה סטענדארט
די עקסעל שיט
https://drive.google.com/file/d/1OaXu4V ... p=drivesdk

וער עס קען אריינפילן די נימערן פון ק'' ק סאטמאר מהר'' א זאל עס ביטע טיען און עס ארויפלייגן ישר כוח


די אינפא האב איך גענימען פין ק'' ק באבוב 45 בראשור איך האף אז עס איז אקעי
https://www.dropbox.com/s/4i09r5r2ylxgy ... e.pdf?dl=0

וואס מיינט "הכרך"?

איך האב עס אראפנעמען
ווי אויך האב איך ציגעלייגט ר אליעזר קרויס חשבון אויף די עקסעל שיט '' גע'אפדעיט''. ביי אליעזר קרויס חשבון
https://drive.google.com/file/d/1OaXu4V ... p=drivesdk

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:29 am

איינער האלט דא באמתן אז א נארמאלע פארדינער קען אוועקלייגן געלט און גמח פאר 20 יאר יעדע חודש פאר מער פון צוויי קינדער און מען זאל עס נישט פולן און די בודזשטעט? ווער רעדט אך אוועקלייגן פאר דריי קינדער?

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:27 am

געוואלדיג @בבל! געוואלדיגע זאך צו מעורר זיין די ציבור איבער אוועק לייגן געלט, בעת וואס מיר לעבן אין א וועלט פון טאג טעגליכע מעשיגענע סטאנדארטן, (אפגערעדט מעשיגענע סטאנדארטן פון חתונה מאכן), ווען קיינער טראכט נישט וועגן דען מארגענדיגע הוצאות וואס גייען אנקומען, ווי כאלו מ׳גייט קיינמאל צו דעם נישט אנקומען... (ליין:חתונה מאכן די קינדער).

פאר ווער ס׳האט נאך נישט געזעהן מיין אשכול איבער די וויכטיקייט און די חובת השתדלות אוועק צו לייגן געלט צו חתונה מאכן די קינדער, זעה דא ותמצא נחת.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


לאקשן קוגל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 11:04 pm

תגובהדורך לאקשן קוגל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:57 am

ביי אונז און קאנאדע איז איינגעפירט אז מען לייגט אריין א חודש בערך 250 פאר א קינד און א ספעציעלע פאנד, וואס וואקסט זייער אסאך
מלייגט אריין בערך 30000 און מקען ארויסנעמען ווען די קינד ווערט אכצן אזויפיל ווי זיבעציג אלפים

עניו
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 6:07 pm

תגובהדורך עניו » פרייטאג מאי 17, 2019 2:32 am

לאקשן קוגל האט געשריבן:ביי אונז און קאנאדע איז איינגעפירט אז מען לייגט אריין א חודש בערך 250 פאר א קינד און א ספעציעלע פאנד, וואס וואקסט זייער אסאך
מלייגט אריין בערך 30000 און מקען ארויסנעמען ווען די קינד ווערט אכצן אזויפיל ווי זיבעציג אלפים


אויב וואלסט געקענט מיט טיילן סאיז מיר נוגע....
סאיז גארינטירט? אדער א MUTEL FUND ווי מען קען דערלייגן די פארצענט אין צומאל די קרן?
וויפל איז די פארצענט א יאר? אין וויפל איז גארינטירט?
ווי אזי הייסט די קאמפעני

עניו
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 6:07 pm

תגובהדורך עניו » פרייטאג מאי 17, 2019 2:49 am

איך זיך נישט צו פארדרייען די אשכול

אבער א גרויסע הילף מיט די חתונה הוצאות איז פארשטייט זיך אויב איינער קען אריינקומען וועלעכע קאמפעני צאלט די מערסטע אינטרעסט% אז אפילו איינער וואס פלאנט מיטן אייבירשטענס הילף חתונה מאכן ביליג זאל נישט דארפן אוועק לייגן אזוי סאך...

1)PLEASE נישט קיין לייף אינשורנס פאלסי
2)דארף זיין גארנטירט מיט די קרן אין פין די אינטרעסט....
3)דארף זיין א אלטע שטארקע קאמפעני
4) דארף האבן א גיטע Company Stability פין די דריי גרויסע credit rating bureaus

ולמצה גדולה יחשב

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג מאי 17, 2019 4:58 pm

לאקשן קוגל האט געשריבן:ביי אונז און קאנאדע איז איינגעפירט אז מען לייגט אריין א חודש בערך 250 פאר א קינד און א ספעציעלע פאנד, וואס וואקסט זייער אסאך
מלייגט אריין בערך 30000 און מקען ארויסנעמען ווען די קינד ווערט אכצן אזויפיל ווי זיבעציג אלפים


דעיס קימט אויס 6.6% אין מען מיז ארינלייגען פאר 10 יאר יעדע חודש,

לאמיר זאגען איך טרעף א טראסטבארא פלאטץ מיט 6.6%

אבער ווען איך האלט ביי מיין פיפטע קינד אין 7 יאר פין ווי נעם איך $1250 יעדע חודש, אין נאך שווערער איז ווען מען האט שוין 9 קינדער די עלצטע איז 16 אין מען האט נאך 5 אינטער 10 וואס מען מיז איינצאלען

אין פארגעס נישט כמעט יעדע 40 יעריגער אינגרמאן האט געהאט א צייט פין א יאר צווי וואס ער האט נישט געקענט אוועקלייגען א פעני

אין וועגען דעים לייגט מען נישט אוועק ווייל א פלענע פארדיניער וואס מאכט חתונה " בעל בתיש" $80,000+ קען ממילא נישט

אויב מען וועט מאכען תקנות פאר $30,000 וועט מען אווקלייגען

אויב לייגט מען אוועק $350 יעדע חודש פין א טאג נאך די חתונה מיט א 5% קען מען 19 יאר שפעטער חתונה מאכען יעדע 30 חדשים א קינד 11 קינדער פאר $30,000

מען מיז אביסעל מער ווייל אין 20 יאר וועט זיין ביליג +35 איז בערך $410 אין פאר 7 קינדער איז $350 יא געניג
לעצט פאראכטן דורך קאטאגאריש אום פרייטאג מאי 17, 2019 5:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 17, 2019 5:28 pm

Elmo האט געשריבן:איינער האלט דא באמתן אז א נארמאלע פארדינער קען אוועקלייגן געלט און גמח פאר 20 יאר יעדע חודש פאר מער פון צוויי קינדער און מען זאל עס נישט פולן און די בודזשטעט? ווער רעדט אך אוועקלייגן פאר דריי קינדער?

אפילו מיט 5 קינדער קען מען אוועקלייגן. די שאלה איז נאר וואס דו רופסט אן א נארמאלע פארדינער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 17, 2019 5:31 pm

עניו האט געשריבן:איך זיך נישט צו פארדרייען די אשכול

אבער א גרויסע הילף מיט די חתונה הוצאות איז פארשטייט זיך אויב איינער קען אריינקומען וועלעכע קאמפעני צאלט די מערסטע אינטרעסט% אז אפילו איינער וואס פלאנט מיטן אייבירשטענס הילף חתונה מאכן ביליג זאל נישט דארפן אוועק לייגן אזוי סאך...

1)PLEASE נישט קיין לייף אינשורנס פאלסי
2)דארף זיין גארנטירט מיט די קרן אין פין די אינטרעסט....
3)דארף זיין א אלטע שטארקע קאמפעני
4) דארף האבן א גיטע Company Stability פין די דריי גרויסע credit rating bureaus

ולמצה גדולה יחשב

איך האב ביזדערווייל נאכנישט געטראפן.

לייג צו 5) אז ס'זאל גארנישט עפעקטן די ביז יעצטיגע פראגראמען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » פרייטאג מאי 17, 2019 5:46 pm

בבל האט געשריבן:נאך אמאל געאפדעיט
הוצאות ליסט 2 שיטס
https://drive.google.com/file/d/1dfUi8N ... p=drivesdk


קאסט מיר א לאך

לעיזער קרויס / איצקאוויטש האט א מיינונג.

קליידונג פאר שוועסטערס פון חתן / כלה $1200

וואס דבר׳ט ער ווי א תינוק?
קליידער פאר א חתונה קאסט $1200?
פארוואס שרייבט ער נישט $10 פאר דעם געלט?

מ׳רעדט דא פון א יונגל וואס האט נאך קיינמאל נישט חלונה געמאכט, און זיין מיינונג איז זילטש.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט