גיימער צום עקספאו? - אנקעטע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיימער צום עקספאו?

די וואלן האבן זיך פארמאכט זונטאג מאי 12, 2019 3:57 pm

יא! מיין דירה איז פיצל, איך דארף זען מיינע אפציעס.
6
10%
יא! איך האלט מיינע אויגן אפען אז 'וואן דעי' גיי איך דארפן מופן.
11
19%
יא! צוליב א אנדערע סיבה - שרייבט וואס
2
3%
ניין! איך בין מסודר מיט א דירה אין וויליאמסבורג.
12
20%
ניין! צוליב א אנדערע סיבה - שרייבט וואס
18
31%
כ'וועל מחליט זיין זונטאג
10
17%
 
סך הכול שטימען: 59

משה עסקן
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 7:01 pm

גיימער צום עקספאו? - אנקעטע

תגובהדורך משה עסקן » דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:57 pm

היינט צופרי אין ביהמ"ד האט זיך פארמירט א קופקע ווי די שמועס איז העפטיג געפארן פון איין נושא צום צווייטן בענינים העומדים על הפרק, וואו נאטורליך האט מען אויך פלאפלעזירט איבער די בעפארשטייענדע VV עקספא.

שמועסנדיג פו די דעטאלן ארום די עקספא, האט מען אנגעהויבן דעבאטירן דאס זיך באטייליגן ביים עקספא, עס איז געווען פארשידענארטיגע מיינונגען, זה בכה וזה בכה, ווי דאס כלל לויטעט צוויי אידן דריי מיינונגען, איז אז אונז זעמער געווען כמעט א מנין אידן איז פארשטייט זיך געווען עטליכע מיינונגען איבער די עקספא, צו ס'לוינט צו גיין און צו מ'וועט טאקע געוואר ווערן און זיך אויסקלארן אין די אלע טאפיקס און דעטאלן וואס איז נוגע זיך ארויסצוציען פון וויליאמסבורג.

נו, אז כהאב געהערט פארשידענארטיגע רעאקציעס ביי אט דעם איינעם קופקע, איז מיר בייגעפאלן אז דאס קען זיין א גוטע טאפיק פאר א אשכול דא אויף אייוועלט, דאס פלאץ ווי עס איז שוין אזויפיל גערעדט געווארן איבער די ברענעדיגע דירות נושא, און הערן פונעם עולם צו מ'פלאנט זיך צו באטייליגן ביים עקספא, און פארוואס.

ביי אונזער אויבנדערמאנטע קופקע זענען די מיינונגען געווען צוטיילט ווי פאלגענד:

2 האבן זיך שוין רעגיסטרירט צום עקספא, ביידע פון זיי גייען צוזאמען מיט זייער בני בית. דער ערשטער גייט פשוט ווייל דאס מציאות קלאפט אים אין פנים, ער ווייסט אז צו לאנג וועט ער נישט קענען וואוינען אין זיין 2 בעדרום דירה, און א גרעסערע ברוקלינע דירה קען אפילו נישט קומען אין באטראכט, טראץ זיין גוט באצאלטע זשאב.

דער צווייטער וואס גייט, האלט שוין פיל ווייטער, ער האט שוין מחליט געווען אז אויפן קומענדיגן ימים טובים סעזאן דארף ער זיין אינדרויסן פון וויליאמסבורג, ער קען נאר נישט מחליט זיין צווישן מאנסי אדער לעיקוואד, גייט ער צום עקספא ווי ער האפט זיך צו טרעפן דירעקט מיט די פארשטייער, זיך קענען אויסשמועסן, און ווערן אויסגעקלארט מיט א גוטע החלטה.

איינער פונעם קרעמל האט האסטיג געקעמפט פאר זיין מיינונג וואס זיין מוח דיקטירט אים, און דאס איז "ניין". ער גייט נישט צום עקספא, ער האלט אז מקען נישט אין אפאר שעה מחליט זיין איבער אזא האקעלע ענין ווי אוועקמופן, דעריבער איז אים א שאד זיין צייט.

צווישן די איבריגע איז געווען עטליכע וואס טראכטן נאכנישט דערפון און וועלן לכאורה צום סוף טאקע נישט אנקומען, אנדערע וועלן מחליט זיין זונטאג.

די איבריגע פאר -ואני בתוכם- זענען ביי די מיינונג צו גיין, יעדער פאר זיינע סיבות, נאר האבן זיך נאכנישט רעגיסטרירט פשוט ווייל סנאכנישט די לעצטע מינוט, וואס האט מען זיך צו יאגן.. א חסידישע איד שרייבט זיך נישט איין די ערשטע טאג... ביי איטליכער איז די סיבה פארוואס מ'קלערט פון גיין אנדערש, איינער סתם פאר די היסטארישקייט 'צו קאווערן די זאך' ווי מ'זאגט.

מיין פערזענליכע מיינונג און אזוי אויך נאך 2-3 איז צו גיין, כאטש אונז פלאן מיר נאכנישט צו מופן אויפן מינוט, אבער אונז וויל מיר איינמאל פאר אלעמאל קלאר ווערן אין די נושא, שוין אזויפיל דעבאטירט, שוין געליינט צענדליגע פראפעגאנדע באריכטן פון אלע געגנטער. יעצט אז אונז האב מיר א געלעגנהייט צו זיך באקענען פון דערנאנט און זעהן די פאקטישע מציאות מיט די אייגענע אויגן, איז עס עפעס וואס מיר ווילן נישט פארשפילן.

נאכדערצו ווען מ'ווייסט אז 'וואן דעי' גייט מען דארפן מופן איז פארוואס נישט שוין יעצט אנהייבן זיך אמת'דיג אויסקענען מיט די נושא. סא יא, איך פלאן אי"ה צו גיין מיט נאך עטליכע חבירים.

וואס איז אייער פלאן?

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:22 pm

יא, בס"ד

איך האף אויסצוקלארן פארשידענע זאכן דארט.
אגב, זאג פאר די איד אינעם קופקע אז קיינער ערווארט נישט און וועט אים נישט צווינגען מחליט צו זיין אין איין שעה, אבער ער וועט זיכער הערן אינפארמעישן וואס ער וועט קענען נאכדעם גרונטליך חוקר ודורש זיין.

פיינעלי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:02 pm

תגובהדורך פיינעלי » פרייטאג מאי 10, 2019 11:22 am

שא!... פאר דו שרייסט... כ'ווייס אז ס'דא א באזונדערע אשכול פאר מודעות. אבער די מודעה צולייגט זייער קלאר די וויכטיגקייט פונעם עקספא, איז פאר דו מאכסט אפ אויב דו גייסט יא אדער נישט. ליין עס.
צוגעלייגטע
עקספא.jpeg
עקספא.jpeg (424.86 KiB) געזעהן 1200 מאל

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » פרייטאג מאי 10, 2019 11:31 am

No. I wanna go but
I work Sunday :(
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

פיינעלי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:02 pm

תגובהדורך פיינעלי » פרייטאג מאי 10, 2019 11:51 am

Horizontal האט געשריבן:I work Sunday :(

דו ארבעטסט ביז צענע ביינאכט?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 10, 2019 11:58 am

אנדערע סיבה - איך וואוין נישט אין וויליאמסבורג.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג מאי 10, 2019 11:59 am

ניין ווייל איך וויל נישט זעהן וואספארא בהמה איך בין, אז איך מאף נישט
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » פרייטאג מאי 10, 2019 12:24 pm

איך גיי נישט ווייל איך האב זיך שוין ב"ה אוועקגעצויגן ;l;p-

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » פרייטאג מאי 10, 2019 12:24 pm

I work till 6-7 then I eat supper
Maybe after that I'll come to see who lezer kraus is
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

IMBZ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובהדורך IMBZ » פרייטאג מאי 10, 2019 12:33 pm

Horizontal האט געשריבן:I work till 6-7 then I eat supper
Maybe after that I'll come to see who lezer kraus is

קען זיין כעל גיין צו זען לעזער ווייל א דירה בה האבעך

הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

תגובהדורך הויכע פייפער » פרייטאג מאי 10, 2019 5:00 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:ניין ווייל איך וויל נישט זעהן וואספארא בהמה איך בין, אז איך מאף נישט

נעבעך
אין חבוש מתיר עצמו מבית האסירים
גיי יא ,ותחזינה עינינו עס גייט דיך ליכטיג ווערן,

נ.ב. קרן עזר איז נישט דא דיך אראפציקלאפן ,זיי האלטן דיך נישט פאר א בהמ.. זיי זענען דא העלפן ס"ה.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » פרייטאג מאי 10, 2019 5:47 pm

ב"ה איך וואוין נישט אין וויליאמסבורג. אבער מאנסי קען אויך נוצן אזא עקספא, די פרייזן דא זענען בכלל נישט אפפארדעבל.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט