10 גרעסטע געשעענישן פון די 10 תש''ע יארן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:16 am

די פייער פון האס אנקעגן חסידים אין אראנדזש און אין ראקלענד

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:16 am

היינו טראמפ היינו ברעקזיט
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

פליטה גדולה
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

תגובהדורך פליטה גדולה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:48 am

דריידל האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:
סווייפ די קארטל האט געשריבן:ווער קען אראפברענגען אלע מנהיגי קהילות וגדולי ישראל אשר הלכו לחיי העולם הבא?

טאהש
סקולען
וויזניץ
שבט הלוי
רב אלישיב
עובדי' יוסף
קאפיש
דשונסקיא
קאליש
צאנז זעוויל
הגריא"ל שטיינמאן
ראדוויל
קאליב ארה"ק

העלמעצער רב

מאטערסדארף

וויזניץ שטייט אויסגערעכענט איין מאל אבער ביידע (ב"ב און מאנסי) זענען אוועק אין די תש"ע'ס

נדבורנא ב"ב
נדבורנא חדרה
צאנז זימגראד ב"ב
קאשוי
זוטשקא
הגאון ר' פישל הערשקאוויטש
הגאון ר' מאיר סאלאווייטשוק
הגאון ר' נפתלי פרענקל חבר הביד"ץ
וואוידיסלאב
וויען פלעטבוש
סטריזוב
בעלעד
לעצט פאראכטן דורך פליטה גדולה אום דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

ברעקזיט

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:54 am

download.jpg
download.jpg (11.66 KiB) געזעהן 1145 מאל
טעיק איט איזי

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:16 pm

לדעתי האט געשריבן:כלל ישראל באקומט צוריק עטוואס איר אלטע גלאנץ, (איש כל הישר בעניו יעשה - לטובה).

איש כל הישר בעינו יעשה אויף ביידע וועגען ליידער. סיי לטוב און סיי לרע, און לדעתי גייט דאס ווערן אססססאך שטערקער, לטוב ולרע.

איך קלער אז פון די עיקר סיבות וואס האבען געפירט צו דעם איז ווייל ביז אהער, זייטען קריג, איז מען געווען גאר א קליינע ציבור, און יעדער האט געקענט יעדן, א יעדער האט זיך געפירט אויפן זעלבען וועג פינקטלעך, עס איז געווען די סיסטעם, און איינער וואס האט ארויס געקאלערט אביסעלע האט זיך נישט געפינען דאס פלאץ. מה שאין כן היינט, כלל ישראל איז געווארען ריזיג גרויס קע"ה, און עס קומען אריין מיינונגען, דיעות און געפיראכצער, און מען קען דאס נישט קאנטראלירען מער.
עס האט אסאאאך מעלות, אבער אויך אסאאאאך חסרונות.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:56 am

הבעש''ט האט געשריבן:עקסידענט און פריצייטיג פטירה פון בת אדמו"ר מפשעווארסק

געווען תשס"ט אדער ע'?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 10:17 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:עקסידענט און פריצייטיג פטירה פון בת אדמו"ר מפשעווארסק

געווען תשס"ט אדער ע'?

געווען אדר תש"ע

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 10:32 am

נאכנישט דערמאנט - 737max פליגער פרשה

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 10:52 am

מיסטעריעזע פארשווינדענע פליגער מאלאיזיע

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:21 am

אז אידישע קינדער האלטן זיך מיט די אמונה אין אזא ביטערע גלות, מיין איך אז דאס איז די גרעסטע געשעעניש
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 5:25 pm

402 באס עקסידענט ל"ע

אוועטאר
שלמה מולכו
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 5:33 pm

שרייזשע האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:כלל ישראל באקומט צוריק עטוואס איר אלטע גלאנץ, (איש כל הישר בעניו יעשה - לטובה).

איש כל הישר בעינו יעשה אויף ביידע וועגען ליידער. סיי לטוב און סיי לרע, און לדעתי גייט דאס ווערן אססססאך שטערקער, לטוב ולרע.

איך קלער אז פון די עיקר סיבות וואס האבען געפירט צו דעם איז ווייל ביז אהער, זייטען קריג, איז מען געווען גאר א קליינע ציבור, און יעדער האט געקענט יעדן, א יעדער האט זיך געפירט אויפן זעלבען וועג פינקטלעך, עס איז געווען די סיסטעם, און איינער וואס האט ארויס געקאלערט אביסעלע האט זיך נישט געפינען דאס פלאץ. מה שאין כן היינט, כלל ישראל איז געווארען ריזיג גרויס קע"ה, און עס קומען אריין מיינונגען, דיעות און געפיראכצער, און מען קען דאס נישט קאנטראלירען מער.
עס האט אסאאאך מעלות, אבער אויך אסאאאאך חסרונות.

זייער א שטארקע פוינט, שוין אסאך געטראכט דערפון,
די גאנצע ענין פון סיסטעם צופאלט, ס׳כאפט א פחד ווען מ׳טראכט אריין וואס ס׳קען אלס ארויסקומען.
איז ווערט א באזונדערע אשכול...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 5:34 pm

דאכט זיך אויך די באפרייאונג פון די יאפאנע בחורים

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 5:36 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:דאכט זיך אויך די באפרייאונג פון די יאפאנע בחורים

אין נאך אינעם זעלבן צענערלינג יאר פרישע ארעסטן, ווען וועט מען זיך לערנען

viewtopic.php?f=6&t=40576
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

גרשון
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:04 pm

לדעתי האט געשריבן:ריבו דריבו קריג איבערלעבער זענען געקומען צום אייביגן רוה.

איבערגעקוקט דעם אשכול, און געטראפן נאר איינער וואס טראכט אזוי ווי מיר.

איך מיין אז דאס איז געווען דאס סאמע גרעסטע געשעעניש פונעם יאר-צענדליג, היסטאריש גערעדט. פאר צען יאר צוריק געדענק איך ביי הקפות שמחת תורה א גאנצע אנגעפולטע שורה מיט זקנים, היינט איז געבליבן פון זיי אפשר צוויי. אויסער דעם וואס א גאנצער דור איז מער נישט דא, אדער זענען זיי גאר אלט און מ'זעט זיי כמעט נישט, האט דער דור געטראגן גאר א טיפן באדייט פאר כלל ישראל, זייענדיג די וואס האבן איבערגעלעבט דעם גרעסטן חורבן במשכ'ן גלות, די וואס האבן געדענקט אידישקייט און אידן אין זייער ארגינעלער צורה, און די וואס האבן איבערגעפלאנצט אידישקייט אין אמעריקע און ארץ ישראל.

אין דעם איז אויך נכלל די מיתת צדיקים וואס אסאך האבן דערמאנט, וויבאלד זיי זענען אויך געווען א חלק פון דעם דור. ס'שפירט זיך עפעס ווי די פסוקים אנהייב פרשת שמות, וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא, ובני ישראל פרו וישרצו וגו', ויקם מלך חדש אשר לא ידע - דער אויבערשטער זאל העלפן נאר לטובה.

גרשון
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:46 pm

איך וואלט אפילו צוגעלייגט אז ס'איז אויך גאר א גרויסע געשעעניש דאס אין דער אלגעמיינער וועלט, וויבאלד דער דור און קריגס וועטעראנען פון דער צווייטער מלחמה האבן מיטגעלעבט פאסירונגען וואס זענען נישט געשען פאר הונדערטער אדער טויזנטער יאר פארדעם וועלכע האבן געטוישט די וועלט פאר אייביג, האט זייער שטארבן א שטארקער משמעות פאר דער וועלט.

אנע פשרות
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

תגובהדורך אנע פשרות » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 7:42 pm

לייטער האט געשריבן:סושי
משפיעים
סגולות
פחסילאגיע
וויין מבינים
ניגונים מבינים
טענקיא השם
סמארט פאן, סאשל מידיע

דו האסט אפשר בר מצוה געהאט אין די ע'ס?

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 6:23 am

איך האב נישט דורך געליינט פון אונפאנג, קען זיי אז איינער האט שוין געזאגט אבער די איבערקערניש פון די אנליין קאמפיינס, וואס האט איבער געדרייט די וועג וויאזוי מען נעמט צוזאם געלט בכלל, און ס'איז געווען איינע פון די גרויסע זאכן ביי כלל ישראל די לעצטע פאר יאר,
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 6:56 am

יעדער איינער קאמענטירט אויף די געשעענישן פון יאר תשע"ט, מען דארף רעדן פון די לעצטע צען יאר, עס איז פיל שווערער.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

חוזה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 01, 2015 3:35 am

תגובהדורך חוזה » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 8:56 am

טייערע אין הארציגע יודען
איהר האט ליידער פארגעסען די גרעסטע אין ביטערסטע געשעניש אין די עשור האחרון!

אין האב אפאר ידידים נאך פין אמאהל וואס לא עלינו ליידען פין א שרעקליכע מחלה ה"י שוין א קנאפע 5 יאהר אין ווערען נישט פטור פין דעם
סע בעגלייט זיי בייטאג אין ביינאכט וואכעדיג אין שלאפעדיג שטייעדיג אין זיצעדיג נעבעך,
אפילו זיך מיישב זיין אביסעל גייט בשום פנים ואופן נישט, נישטא קיין אויסוועג פין דעם
זיי קענען שוין נישט עסען נארמאהל אין אוודא נישט דאווענען אדער לערנען וייל איינמאהל סע כאפט זיך אויף איינעם ווערט מען אינגאנצען פארעליזירט (משותק)!!
אווי ווי.... איך בין נישט מסוגל צי קלערען אויף זיי מעהר ווי אפאהר רגעים, אויך ממש יעצט די מחלה נעמט זיי ארום אין עסט אויף כל חלק הטוב פין זיי,
אין די משפחה ארום.... זיי ליידען דאך טאג טעגליך פין א צובראכענע משפחה וואס איז משפיע אויף די קינדער געפערליכע הרגשות,
זייער ראש המשפחה איז נישט מיט זיי ער איז ליידער קראנק בגוף אין בנפש,
אלע פארשטייען דאך אז אן עלטערן האט מען דאך נישט די כוחות צי קעמפפען (להתמודד) מיט די שמאציגע גאס,
אין אזוי ליידער ליידער... זיי פאלען אוועק איינס נאכען צוויטען!!!

וועט איהר מיך פרעגען וואס טיט ער פאר דעם כאטשיק עפעס צו ראטעווען? סע לאט זיך נישט גלייבען אבער די תשובה איז גאאאאאארנישט!!!
וואס???? ווי אזוי קען דאס זיין??? :?:
וויין זיי זענען אזוי אינדעם אז זיי ווייסען שוין נישט פין עפעס אנדערש אין די הרגשים ווערען הארט ווי א שטיין,
מע ווערט מבובל אינגאנצען, אין מען האלט מעהר נישט קאף אין מען כאפט בכלל נישט אז מען איז ביטטער קראנק ה"י!

ווען איהר וועט עם זעהן ווען ער גייט שוין יא אמהל ארויס צום ציבור, וועט איהר גלייך פארשטיין ער קוקט אוס לא עלינו נישט אויף די וועלט, ממש דראגירט!!!
איך פערזענטליך מיט נאך אפאר חברים פראבירען כסדר איהם צו געבען צי פארשטיין זיין מצב, אבער ליידער אין קול ואין עונה!!!
אלע דאקטוירען הערען נישט איהם צוזאגען ר' יוד די ביזט אויפען וועג ממש צי אימגיין???? האב לייד פאר דיך אין משפחה, אין זיי מטפל כהוגן עפעס זיך צירוק צי כאפען, אפילו אביסעל!
אבער ניין נישט דא מיט וועמען צי רעדען!!! :oops:

וועט איהר פרעגען ווי אזוי הייסט די מחלה??? :?:
די תשובה איז..... איך וויל בכלל נישט זאגען די נאמען מרוב פחד.... אבער אר רמז זאג איך יא,
אסאך פין מיינע ידידים באהאלטען עס אין טאש ווייל זיי מיינען אז מע זעהט אויף זיי גארנישט,
מה אומר.. הכרת פניהם ענתה... יעדער איינער מיט נאר אביסל שכל כאפט גלייך אז זיי לעבען פשוט אין א אנדער וועלט,
אין די ערשטע וואס כאפען עס, זענען די נאנסטע מענשען אין כמובן די קינדער!!!!

אז מה שנשתנה די לעצטע יאהרען איז אז ער האט א הכשר אין איז כאילו מוגן, אין דאס איז זיין תירוץ פארוואס ער וויל נישט פאלגען די רופאי נפשות!!!!
אבער די אמת וויסען דאך אלע, זיין לעבען איז תולה אין א שטיק אייזען מיט שיינע לעמפעלעך!!!!

פרעג איך אייך איז דאס נישט די געפערלעכסטע זאך וויס איז געשעהן די לעצטע 74 יאהר????? סאיז א ריזיגע בראך!!!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:11 am

חוזה האט געשריבן:טייערע אין הארציגע יודען

;l;p-
גוט און צום פינטל!

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:18 am

Welcome חוזה!

גרשון
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:48 pm

אין דער אלגעמיינער גאס, וואס האט אויך א גרויסער השפעה ביי אונז, טראכט איך איז דאס גרעסטע געשעעניש די פארשפרייטונג פון סמארטפאונס און סאציאלע מידיא, וועלכע האבן ממש ווי איבערגענומען די יונגט, געטוישט זייער געדאנקענגאנג (אדער דעם נישט געדאנקענגאנג), און אריינגעברענגט א גייסט פון רעוואלוציע. כ'קלער אז דאס איז א כלליות'דיגע נקודה וואס נעמט אריין אסאך פון די דערמאנטע זאכן.

ס'איז פארשטייט זיך אויך א מעלה, אבער לדעתי איז דער חסרון אסאך גרעסער. אמאל האבן מענטשן רעספעקטירט די מיינונג פון קליגערע און ערפארענערע, היינט האט יעדער שמויגער א מיינונג צום טיש, אן אקאונט אויף סאציאלע מידיא, און קען האבן הונדערטער טויזנטער נאכפאלגער. שטעלט אייך פאר צוואנציג יאר צוריק אן אייסיס כאליפאט אינעם מיטל מזרח, מיט וואספארא מיטלען וואלטן זיי געקענט רעקרוטירן סימפאטיקער אין אייראפע אדער צפון אמעריקע? אפשר מיט ליטעראטור אויף פאסט. די זעלבע איז אין פאליטיק, דער רעכטער און דער לינקער לאנגער זענען ביידע פול מיט ראדיקאלן און פארשוינען וואס וואלטן אמאל ניטאמאל געהאט א שאנס צו לויפן, ווער רעדט געווינען. נעמט לדוגמא דעם וועלטס פירער, דאנאלד טראמפ (אפילו אויב דו האלטסט אז ער איז א גוטער פרעזידענט, פון די "עסטעבלישמענט" איז ער נישט), וועלכער פירט גאר א נאכאנאנדיגן קאמף מיט אלע אפיציעלע נייעס נעצן, און שווענקט די מוחות פון זיינע שטיצער אז זיי זענען אלע פאלש - בלויז טוויטער קען מען געטרויען.

דאס האט זיך אויך שטארק אפגעווירקט אין דער אידישער גאס (ווי אזוי ס'גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך). אמאל האבן מענטשן געהאט אסאך מער דעם נאטורליכן רעספעקט פאר דעת תורה און בכלל פאר עלטערע און מער ערפארענע מענטשן. נעמט למשל די לעצט פארשפרייטע "מיינונג" פון אנטי-וואקסינאציע. פארשטייט זיך אז קיין שום אנגענומענער צייטונג אדער מאגאזין וואלט נישט פובליצירט די אלע מיטל-אלטער סטיל אנשרעקענישן, אבער אז יעדער קען עפענען א האטליין (דעם היימישן ערזאץ פאר סאציאלע מידיא), וואס קען אפהאלטן די אלע מעשיות פון באקומען פליגל און זיך פארקויפן פאר גוט געלט? (שריי מיך נישט אן, כ'האב נאר געזאגט מיין מיינונג.)

כ'האב מער גערעדט פונעם חלק החסרון, אבער פארשטייט זיך אז ס'זענען אויך געווארן אסאך רעוואלוציעס לטובה. אזוי אויך האט זיך דאס שוין באמת אנגעפאנגען אינעם פריערדיגן יאר-צענדליג, אבער אין די ע' איז עס געווארן גאר שטארק פארשפרייט.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט